נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

Processed carbohydrates are addictive, brain study suggests

http://www.cbsnews.com/8301-204_162-575 ... -suggests/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

באקטיריע אין ספעיס וואקסט אין מאדנע וועגן

שליחה דורך boxcover »

סייענטיסטס זאגן אז באקטיריע וואס וואקסט אין א שיסל פון פאלטש-קטנים (ווער וויל דאס פראדוצירן?) אין ספעיס פירט זיך אין וועגן וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען אין ערד מייקראָואָרגאַניזאַמס.

א גרופע סייענטיסטס האבן געשיקט מוסטערן פון די באקטעריום פּסעודאָמאָנאַס אַערוגינאָסאַ אין ארביט אויף נאסא'ס ספעיס שאטל אטלאנטיס צו זען ווי זיי געוואקסן אין פארגלייך צו זייער ברידער אויף אונזער פלאנעט.

די 3D קאמיוניטי פון מייקראָואָרגאַניזאַמס (גערופן ביאָפילמס) וואס וואקסט אויף די ספעיס שאטל האט מער לעבעדיגע צעלן, זענען געווען דיקער און האט מער בייאמאסע ווי די באקטיריעל קאלאניעס וואס וואקסן אין נאָרמאַל אומשטענדן דא אויף ערד. דער ספעיס באקטיריע איז אויך געוואקסן אין א סטרוקטור ווי א חופה (שטאנגען מיט די דעכל), א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט באמערקט געווארן אין באקטיריעל קאלאניעס אויף די ערד, לויט נאסא סייענטיסטס.

סינטיע קאללינס האט געשריבן:ביאפילמס זענען אומקענטראלירט אויף די מיר ספעיס-סטאנציע און זעצן פאר צו זיין א פראבלעם אויף די [אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע], אָבער מיר ווייסן נאך אלץ נישט וואספארא ראלע גראוויטאציע שפיעלט אין זייער וואוקס און אנטוויקלונג.
אונזער סטאדי שטעלט-צו דער ערשטער באווייז אַז ספעיס-פלייט אפעקטירט קאמיוניטי-שטאפל אויפפירונג פון באקטיריע, און ברענגט ארויס די וויכטיקייט צו פארשטיין ווי שעדליך און אויך נוצבאר מענטשליכע-מיקראב אינטערעקשענס קענען געטוישט ווערן בשעת די ספעיס-פלייט.

(סינטיע קאללינס איז נאסא'ס סטאדי פירער)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

boxcover האט געשריבן:
סינטיע קאללינס האט געשריבן:ביאפילמס זענען אומקענטראלירט אויף די מיר ספעיס-סטאנציע

צ"ל: זענען געווען אומקאנטראלירט - די מיר סטאנציע איז שוין נישט אין ספעיס זייט 2001.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'טוט זיך לעבעדיג איבער א נייע סטאדי וואס זאגט אז פיש אויל קען אינקריסין די ריסק פאר פראסטעט יענע מעשה

דראדזש האט געלינקט צו סעוועדזש, וואס קריטיקירט די סטאדי

Capture00.JPG
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D3PSUdbjHHA[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

דער געוואלדיגער כח פון מעדיטעישן.

שליחה דורך טאמבל סאס »

לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי.
http://www.whydontyoutrythis.com/2013/0 ... onths.html
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

יש נשים אויף די וועבסייט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אריין אין גדרים וסייגים אשכול.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

שוחטים לייגט אראפ דעם חלף און נעמט א פייפעט אין האנט. צוויי כפילאי נוכראי האבן היינט געמאכט א שהכל אויף אן עיבור-ירך-אמו-דיגע פליייש-לאטקע געוואקסן אין א לאבאראטאריע. די חברה שאצן אז אין די תש"ץ יארן וועט זיין צו קויפן אין די געשעפטן פארווע בשר פאר די ניין טעג. לכאורה וועט זיך אויספעלן א הכשר אז ס'איז נישט קיין יוצא מן הטמא.

http://mobile.reuters.com/article/idUSB ... 5?irpc=932
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

הערשי האט געשריבן:פארווע בשר

ווי איך פארשטיי קומט דאס פון געהאדעוועטע בהמה-צעלן, דארף מען דן זיין אין די גדר פון פליישיג...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:פארווע בשר

ווי איך פארשטיי קומט דאס פון געהאדעוועטע בהמה-צעלן, דארף מען דן זיין אין די גדר פון פליישיג...


מילך קומט אויך פון בהמה צעלן.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

הערשי בדמו ידע... דם נעכר איז אפשר א נייע מציאות.

איני יודע, כ'זאג נאר אז מען דארף מגדיר זיין וואס גיבט דעם סטאטוס 'פליישיג'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

הערשי האט געשריבן:שוחטים לייגט אראפ דעם חלף און נעמט א פייפעט אין האנט. צוויי כפילאי נוכראי האבן היינט געמאכט א שהכל אויף אן עיבור-ירך-אמו-דיגע פליייש-לאטקע געוואקסן אין א לאבאראטאריע. די חברה שאצן אז אין די תש"ץ יארן וועט זיין צו קויפן אין די געשעפטן פארווע בשר פאר די ניין טעג. לכאורה וועט זיך אויספעלן א הכשר אז ס'איז נישט קיין יוצא מן הטמא.

http://mobile.reuters.com/article/idUSB ... 5?irpc=932


פארגעס פון די ניין טעג. דאס איז דאך די solution צו די בהמה רעכטן פראבלעם. איך זעה דא פאר א געוואלדיגע תיקון אויף א פראבלעם וואס האט נאך נישט ערשיינט אויפן אויבערפלאך אבער עס וועט ע"פ דרך הטבע ערשיינען אין די גאר נאנטע צוקונפט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

הייסט אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קענען אריינגיין אין א מאקדאנדעלדס, און עסן א טשיז-בערגער מיט א OU-D... משיח'ס צייטן.
(חוץ אויב די קעז וועט אויך זיין סינטעטיש, וועט עס זיין א פלעינע OU)
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

געפילטע פיש האט געשריבן:הייסט אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קענען אריינגיין אין א מאקדאנדעלדס, און עסן א טשיז-בערגער מיט א OU-D... משיח'ס צייטן.
(חוץ אויב די קעז וועט אויך זיין סינטעטיש, וועט עס זיין א פלעינע OU)

זייער אסאך פון היינטיגע סלייסד (אמעריקען) קעז האט אין זיך מער פלאסטיק ווי מילך
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

:arrow: די רויטע גענעקער זענען מקיים דעם רק את דמכם אדרוש מיט אזא הידור אזש די איין שטערנדיג רעפובליק שטייט אויסצולויפן פון סמא דמותא נאכן פארן תכלה שנה וקללותיה.
די מאנגל איז געשאפן געווארן נאכדעם וואס קאמפאניס האבן דערקלערט "קריג איבער דראגס", און די רעגירונג איז געצווינגען געווארן צו שווערצן די קרייטעכצער פון אויסלאנד.
אבער די באגרעניצונגען אנטמוטיגען נישט די וועלכע זענען צוגעבינדן צו די שעדליכע סובסטאנצן. "מיר גלייבן אז מאן דיהיב חיי יהיב מותא", זאגט מר. קלארק. די קאמפאניס דארפן אנערקענען אז מיתת בי"ד איז א פאקט, און אויב וועלן זיי עס נישט לעגאליזירן וועט עס פאסירן אויפן שווארצן מארק, ותוצאותיו מי ישורנה.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

מאלאריע וואקסין

שליחה דורך הערשי »

מ'הערט פיינע נייעס אויפן פראנט קעגן מאלאריע. צום ערשטן מאל איז געלונגען פאר פארשער צו פראדוצירן א וואקסין וואס באשיצט הונדערט פארצענט קעגן מאלאריע.
אויב איר זענט ווי רוב אמעריקאנער, זענט איר אודאי תמיד באזארגט איבער די מחלה. וויץ. אבער אין אפריקע און אזיע איז דאס ווייט פון א וויץ. ס'איז אן אנדרלומסיא וואס איז הורגת טובים ומוטבים.
און קורצן, מין חיה יש וואס הייסט פלאזמאדיום. ס'א מיקראסקאפישע בריה.ענדליך צו א באקטיריום, נאר א העכערע דרגה. די משפחה פלאזמאדיום האט פינף מיטלידער, און צווישן זיי איז פאלסיפארום דער ווילדסטער, אבער זיינע ברידער זענען נישט קיין צדיקים. פלאזמאדיום האדעוועט זיך אין די קישקעס פון מאסקיטאס. אינעם מאסקיטא איז פלאזמאדיום אן אנגעלייגטע גאסט און מאכט נישט קיין פראבלעמען. פון די קישקעס קריכן די חברה צו די שפייעכץ דריזן, און ווען די מאסקיטא בייסט א מענטש צו זייגן זיין בלוט, כאפט זיך פלאזמאדיום אריין אין בלוט שטראם. אינעם מענטשליך בלוט מאכן זיי זייער היים. האבן חתונה און שטעלן אויף דורות. זיי אינוואדירן די רויטע צעלן און זייען אן ערענסטע חרבנות.
די וואקסין פארשער האבן געדארפט איבערקומען דריי נסיונות. איינס זענען זיי שוין בייגעשטאנען, און ביי די אנדערע צוויי דארף מען נאך רחמי שמים.
איינס, וויאזוי האדעוויט מען אויף אומשעדליכע באצילן? פלאזמאדיום וואקסט נישט אין קיין טעלערל, נאר אין מאסקיטאס.
האט מען גענומען מאסקיטאס און מ'האט זיי געלאזט בייסן א קראנקן. דערנאך האט מען געלאזט די אנגעשטעקטע מאסקיטאס זיך פארמערן. דערנאך האט מען סטערעליזירט די מאסקיטאס וכל תכולתם מיט ראדיאציע וואס פארניכט די מעגליכקייט פון דנ"א זיך צו דאפלן עפפעקטיוו. איצט האט מען פלאזמאדיום וואס זענען עקרות און דערום אומשעדליך.
ס'ווערט שוין שבת, המשך יבוא.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

העכסט אינטערעסאנטע נייעס: מען גרייט זיך צו דורכפירן א קאסטבארא שטודיע צו אויספיגערן די גאנצע גענאם פון עטליכע הונדערט אשכנזי'שע אידן, אריינגערעכנט א טייל וואס האבן פאטאלע קרענק. וויבאלד אשכנזי'שע אידן האבן ענליכע גענאמס צוליב דעם וואס הן עם לבדד ישכון, איז גרינג (כאילו ס'איז אזוי גרינג) צו דערקענען וועלכע גענע מוטאציעס ברענגען די קרענק, און מען וועט זיי האפנטליך קענען פארמיידן להבא.
האדם לא נברא אלא להתענג
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

11 יעריג קינד אין קאלעזש לערנט קוואנטום פיזיקס

שליחה דורך ממרום שלח אש »

זיי זאגן אז ער וועט מעגליך האבן א דיפלאמע אין קוואנטום פיזיקס איידער זיין דרייווערס לייסענס.

http://dfw.cbslocal.com/2013/08/27/tcu- ... years-old/
בילד







מן הסתם געהאט א באבע א איד...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

א צייט צוריק האב איך געשריבן א פאוסט איבער דעם סייענטיפיק מעטאד וואו כ'האב בתוך הדברים אויך מסביר געווען דעם ענין פון א היפאטעזע - א אפשאצונג וואס די הסבר פאר א געוויסע נאטורליכע ערשיינונג קען זיין, און א טעאריע - א מער קאנקרעטע, ראיות-באזירטע הסבר. אין אן אנדערן אשכול האב איך פארפירט איבער דעם צויבער-ווארט "נאטורליך" וואס מענטשן נוצן צו פארטושן א קאפ כאילו געוויסע פראדוקטן זענען בעסער און/אדער געזונטער וויבאל זיי זענען "נאטורליך". אין אן אינטערעסאנטן ארטיקל אין סייענטיפיק אמעריקען רעכענען זיי אויס 7 וויסנשאפטליכע ווערטער און פראזן וועלכע ווערן נישט גענוצט דורכן המון עם.

דער ערשטער ווארט אויף די ליסטע איז היפאטעזע. דאס איז גראדע געווען א חידוש פאר מיר אויך. אנדערש ווי רוב מענטשן מיינען אז hypothesis איז בלויז אן "educated guess", איז דער אמת - לויטן ארטיקל שרייבער - אז אן היפאטעזע איז נאר ראוי צו ווערן אנגערופן מיט דעם נאמען אויב קען מען דעם היפאטעזע שטעלן אונטער פראבע דורכן דורכפירן טעסט וואס אויב פאלן זיי דורך טוען זיי אויפווייזן אז די היפאטעזע איז פאלש.

די צווייטע פראזע אויף די ליסטע איז "נאר א טעאריע". שוין צענדליגע מאל וואס מענטשן האבן מיר געזאגט "עוואלוציע? ס'נאר א טעאריע!". די פראבלעם נעמט זיך ווייל אין די אלגעמיינע שפראך ווערט טעאריע גענוצט פאר א השערה. אנדערש איז אבער אין סייענטיפישע זשארגאן ווי טעאריע ווערט גענוצט אנצוצייכענען א הסבר פאר א נאטורליכע פענאמענאן וועלכע שטייט אויף פעסטע יסודות פון ראיות, א שטייגער ווי די טעאריע פון גראוויטי, די טעאריע פון דזשערם און יא, די טעאריע פון עוואלוציע.

די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

לאו דוקא hypothesis. ווי קארל פופר האט מסביר געווען, קען זיך סייענס בלויז באפאסן מיט טענות וואס קענען אפגעפרעגט ווערן. עפעס וואס קען נישט אפגעפרעגט ווערן אויב ס'איז פאלש האט סייענס דערמיט גארנישט, א שטייגער ווי עדות שאי אתה יכול להזימה. און דאס איז ווייל סייענס קען בכלל נישט אויפווייזן, זי קען בלויז אפפרעגן. (ס'איז נישט אזוי פשוט, און פארשטייט זיך אז אינטואיציע איז צו דעם נישט מסכים, אבער אזוי איז מער-ווייניגער אנגענומען אין די היינטיגע אנאליטישע וועלט פון philosophy of science).
עוואלוציע אלס טעאריע דארף גענומען ווערן אינעם אויבנדערמאנטן קאנטעקסט, ס'מיינט נישט אז ס'איז אויפגעוויזן (אדער אפי' אז די סייענטיסטן האלטן אז ס'איז אויפגעוויזן), ס'מיינט אז די סייענטיסטן האלטן אז ס'שטימט מיט אלעס וואס מיר ווייסן (און דאס איז אויך א גרויסע מחלוקה).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יידל האט געשריבן:די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.


Case in point, סם איז אויך נאטורליך, גיפטיגע בעלי חיים זענען אויך. בדידי הוה עובדא, גענומען א הונדערט פראצענט נאטורליכע סופלעמענט און עס האט פארגיפטעט מיין פארדייאונגס סיסטעם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט