ישיבה תל-תלפיות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]פרישער[/tag], דיין תגובה האט מיך דערמאנט אין יענעם פאלקס-מעשה'לע מיט'ן פאסטוך וואס האט געשריגן "וואלף". דער חילוק איז נאר אז דא כאפ איך פאר א צווייטנס "וואלף" געשרייען. פון דער אנדערער זייט, דאס אליין אז עס זענען דא מענטשן וואס קענען אזוי שווער גלייבן אז אזא ישיבה עקזיסטירט יא און אז די פירערס מיינען באמת גארנישט עפעס אנדערש ווי אויפטאן, ווייזט נאך מער וואספארא חלל עס הערשט אויף דעם געביט. איך וואלט זיך געוואגט צו זאגן אז הרב סעמפ איז א כשר'ער קאווע שטיבל מעמבער (יעס יו, ראביי סעמפ. כ'ווייס אז דו וועסט מסתמא פריער צי שפעטער כאפן ווער איך בין און כ'וועל לכאורה באקומען א טעלעפאן קאל מיט קולות אז איך מאך דיר פראבלעמען, אבער: דער רבי האט געהייסן פייפן אויף דער וועלט...), נאר אנשטאט האבן א ניק און שרייבן, טוט ער צו דער זאך, און פרובירט אהערשטעלן א בעסערע אלטערנאטיווע צום עקזיסטירנדן סיסטעם. אנשטאט אוועקשטעלן א ישיבה שיסודתה בהררי דמיון, מאכט ער א ישיבה וואס איז מיוסד אויפן מציאות. אנשטאט דרש'ענען מיט א צעקנייטשטן שטערן און א קול בוכים איבער דער גרויסקייט פון זיין בשמחה, טרינקט מען א "לחיים" און מען קומזיצט אוועק (מיט'ן גיטאר -- דעם זעלבן וואס דער ראש ישיבה האט "פארגעסן" אוועקצולייגן ביים אינטערוויו אויפן קליפ :P ). אנשטאט זיך שאקלען אויף חסידישע ספרים, לערנט מען "חסידות". אנשטאט האקן א טשייניק מיט רבי חיימס און רבי חיים עוזרס, ארבעט מען צו אנטוויקלען דעם בחור'ס טראכטן און הבנה. אנשטאט פרעדיגן הכנעה און ענווה (פסולה), בויט מען אויף דעם בחור און מען הייבט זיין זעלבסזיכערקייט, אים מסביר זיין חשיבות, און אז ביים רעדן צום מנהל זאל ער אים קוקן אין די אויגן, אנשטאט באגראבן דעם קאפ אין דער ערד און שטיין ווי מאשקע פארן פריץ. אנשטאט רעדן וועגן מידת היסוד און זיכער זיין אז דער בחור זאל פארשטיין אז ער איז א פארלוירענער, איז מען איז מסביר זיין חשיבות ביים אויבערשטן און זיין תפקיד איז נאר צו פרובירן זיין -- נישט "גוט", נאר "בעסער", און אז אידישקייט מיינט זיין פרייליך, פילן א קאנעקשאן, ענדזשאיען וואס מען טוט (לערנען, שפילן מוזיק, פלאנצן -- מאכן א לעבן!).

פאר מיר האט גארנישט בעסער סומירט די ישיבה ווי דעם זאג פונעם ראש ישיבה (וועלכן כ'האב פריער דערמאנט): "תלפיות איז א ישיבה פאר גוטע בחורים פאר וועמען דער שוואכער סיסטעם ארבעט נישט." די בחורים זענען גוט, מצויינים! דער סיסטעם טויג נאר נישט, און מיט א "גוטן" סיסטעם וועלן די דאזיגע גוטע בחורים בליען!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט-קאמפליקעיטעד, אפילו נאר דאס צו "ליינען" דערקוויקט מיין הארץ, ס'איז א שטראל אין די היינטיגע פינצטערניש ווען החושך יכסה ארץ.
ירבו כמותם בישראל!!


אויב מען זאל עס דארפן, בעסער אז מען זאל עס נישט דארפן בכלל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אולי זעהט פרישער די גאנצע זאך פאר א ספעם ווייל די ראש ישיבה׳ס נאמען איז סעמפ אותיות ספעם וואס אין פרידיש איז זיך דאס גרינג מתחלף
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

פרישער האט געשריבן:יא

פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.

(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)

נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.

יאפ פאמעגרענעט האט געספאנסערט די גאנצע קעיטערינג
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

פרישער האט געשריבן:יא

פינקט איצט קימט פאר א קרוז פאר תלפיות מיט פאר גרויס ארטיגע עשירים פינף אלפים א טיש אויפן שיף, מיט א זייער רייכען פראגראם אויפן גויאישען שטייגער, איך האב און באזיס דעים פאמפלעט, דאס האט די זעלבע קאלירן ווי פאמעגאנעט, עפעס א שייכעס האט עס מיט זיי, איך ווייס נישט גענוי וואס, קען זייו אז זיי ניצען די זעלבע מארקעטינג קאמפאני, אולי עפעס טיפער.

(גויאיש מיין איך אז ר' ז"ל פילופ אדער ר' טודרעס זענען נישט געלאדענט)

נעם עס נישט פערזעינלעך, זיי וויסען אז איך האס ארגענעזירטע שנארעריי, איך האב עטליכע תגיבות אויפן ענין.

יאפ פאמעגרענעט האט געספאנסערט די גאנצע קעיטערינג
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]די רעגיסטראציע פאר די פאנדרעיזינג קרוז איז שוין אפגעשלאסן, כ'האף אז יעצט קען איך שוין שרייבן דא אנע דעם וואס מען וועט מיר חושד זיין אז איך בין א פאנדרעיזער פאר די ישיבה.

ווען כ'האב געזעהן די אשכל איבער די ישיבה האט זיך מיין הארץ דערפרייט. פונקט ווי אסאך אנדערע דא, בין איך אויף אסאך פונקטען פארווייטאגט אויפן א. ג. 'סיסטעם', ובפרט ביי עניני חינוך הבנים והבנות. מיר קריטיקירן אסאך אונזער אייגענע היים, אונזער קאמיוניטי, די צוקונפטע וואוין-ארט פון אונזערע קינדער און אייניקלעך. וממילא ווען מיר זעהן עפעס וואס טויג יא, עפעס וואס גייט יא אין די גוטע ריכטונג, וואלטן מיר געדארפט לויבן און דאנקען, חוגג זיין און שטיצן מן הבוקר עד הערב. נאך אלעם איז דאך גילטיג די מרובה מדה טובה, נישט אזוי? סתם קאמפלעינען און ארונטער רייסן איז נישט קיין קונץ, די קונץ איז יא צו טון צום זאך. נאר נישט א יעדע איינער איז אויסגעשניטן צו זיין א טוער. אויף אזוי פיל קענען מיר אבער יא טון איז מכיר זיין און שטיצן די וואס טוען יא צום זאך.

מיר האבן טענות אויף די בושות וואס מיר כאפן אין די מידיע, סיי ביי א פרשה ווי נ"וו, סיי ווען עס קומט ארויס אזא בוך פון ד"פ וכדומה. פארוואס קען מען אבער נישט טון אביסל פאזיטיוו? עס איז נישט אזוי שווער. גיבט נאר א קוק וואס דער חשוב'ע פרוי טוט אויף גדולות ונצורות אין דער געביט. די קידוש השם וואס זי ברענגט מדי יום ביומו קען פארשטעקן פאר בושה אסאך צדיקים וקדושים. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע פון אונז זאל טון וואס זי טוט? ניין. אבער לאמיר כאטש מכיר זיין אז ס'דא איינער וואס טוט יא גוט.

מיר האבן טענות אויף ארגעניזאציעס וואס זענען געשטעלט אויף פערזענליכע אינטערעסן, אויף צדקות וואס טאנצן און שפילן אויף אונזערע עמאושענס. קען מען דען עקספעקטן אז א יעדע איינער דא זאל צוליב דעם אויפמאכן גוטע און אמת'ע צדקה ארגעניזאציעס? אוודאי נישט. נישט יעדער איז געמאכט דערפאר. אבער ווען איר טרעפט א גוטע ארגעניזאציע זייט מכיר דערין, שטיצט זיי, באדאנק זיי. בארעד זיי נישט צוליב דעם ווייל איר האט געטראפן אפאר קליינע חסרונות'לעך. קיינער אין דער וועלט איז נישט קיין שלם.

לענינינו, דא פארציילן אידן איבער א ישיבה וואס טוט צום זאך. אלע הארץ ווייטאג וואס איז אויסגערעדט געווארן דא אין ק"ש איבער די ישיבה/חינוך סיסטעם ווערט דארט אדרעסירט. שלימות איז דא אויף יענער וועלט, אולי. אבער עט ליסט זיי טוען צום זאך. איך וועל דא אויסרעכענען אפאר נקודות בקיצור אבער כ'בין זיכער אז ס'דא מער.

די ישיבה איז נישט באזירט אויף בלעטער גמרא, שטיקער קצות, אדער אפילו אויף שעות רצופות. די ישיבה איז באזירט אויפן פאקט אז רובה דרובה בחורים וועלן חתונה האבן, דארפן פירן א שטוב, און גיין אין גאס על המחיה ועל הכלכלה. די מטרה איז אז א יעדע איינציגע בחור זאל ארויסגיין פון ישיבה מיט די נויטיגע כלים זיך צו ספראווען מיט דעם, מיט די רעאליטעט. זענען זיי מצליח מיט יעדע בחור הונדערט פראצענט? מן הסתם נישט. כ'האף אז זייער הצלחה ראטע איז ערגעץ צווישן 51 און 99 פראצענט. יהי' איך שיהי' שטייט דער בחור שענער ווי דער בחור וואס קומט ארויס פון ישיבה מיט ב"ק, ב"מ און ב"ב מונח בקופסה.

מען ענקארעדזשט די בחור צו פרעגן וואס עס דרוקט אים. השקפה ויהדות איז א וויכטיגע טייל פונעם ישיבה. אויב דארף איך אויסוועלן צווישן שוקן מיין זון אין א ישיבה וואו ער וועט קענען גאנץ ש"ס בע"פ אבער ער וועט נישט וויסן בחייכון וביומיכון איבער עיקרי אמונה ויהדות, אדער פונקט פארקערט, איר ווייסט וואס איך וואלט אויסגעוועלט.

יעדע פון די צוות האט א פערזענליכע שייכות מיטן בחור וואס האלט זיך אן לאנג לאנג נאך די בחור פארלאזט די ישיבה. פון מיינע זיבן ישיבה יארן האב איך ס"ה געהאט איין אזא שייכות מיט א מגי"ש, כ'האב געלעכצט נאך דעם, אבער זיי זענען נישט געווען אינטערעסירט.

בויען אן אחריות און זעלבסט - זיכערקייט ביים בחור. א בחור וואס גראדואירט פונעם ישיבה ווייסט אז there is no such thing as a free meal. ווילסט געלט? ארבייט דערפאר. ווילסט עסן? ארבייט דערפאר. ווילסט א ריינע שטוב? עס נעמט ארבייט. ווילסט פארשטיין א תוספות? וועסט מוזן ארבייטן דערויף. אויסארבייטן א מידה פארלאנגט עבודה וכו'. אזוי ווען ער האט חתונה דארף מען אים נישט אויסלערנען צו זיין א מענטש און א בעל אחריות. ער מיינט נישט אז געלט וועט שוין אנקומען מיט בטחון (אדער אז די ווייב וועט ארבייטן ווי א פערד, נאכן האבן 4 קינדער אין 5 יאר - בשעת ער זיצט זיך על סיר הקאווע אין כולל). ער וועט עס ניטאמאל ריזענטען ווייל ער ווייסט אז דאס איז די רעאליטעט פונעם וועלט, און אז די גרעסטע סיפוק וואס עס איז דא איז ווען מען עסט די פירות פון די שווערע הארעוואניע. די זעלבע איז מיט שלום בית, חינוך, רילעישאנשיפ מיט שווער, שוויגער, קאלעגן וכו'.

די בחורים זוצן נישט א גאנצע טאג פארקוועטשט (און שמועסן) איבער די גמרא, נאר ווען אימער עס איז דא פרייע צייט פילט מען עס אן מיט אינטערעסאנטע באלערענדע און געזונטע אקטיוויטעטן. למשל שפילן באל, זינגען, שפילן מוזיק, לערנען בויען וכדו', לערנען אנדערע פאכן, לערנען קאכן, לערנען ווי אזוי צו כשר'ן, ועוד ועוד. וועט די בחור דארפן קענען די אלע זאכן שפעטער אין לעבן? מן הסתם נישט. אבער ס'אלץ בעסער ווי ער זאל אנפילן זיין קאפ מיט די קוקן בילדער פון רביס ורבנים אדער רעדן חסידישע פאליטיק.

די נקודה איז אזוי. מען קען נישט ערווארטן אז אלע ישיבות זאלן יעצט אדאפטירן אלעס וואס תלפיות טוט. סאסייעטי פארלאנגט אז change זאל געשען שטייטליך. מען קען אויך נישט עקספעקטן אז מיר אלע זאלן שוקן אונזערע קינדער צו תלפיות ווייל כהיום איז די ישיבה אויסגעשטעלט נאר פאר א געוויסע סארט בחור. אבער לאמיר (אונז די קאמפלעינערס) כאטש מכיר זיין אז הרב סעמפ איז א נחשון בן עמינדב, ער טוט צום זאך, ער גיבט אונז האפענונג. כ'ווייס פון אפאר ישיבות וואס האבן אנגעהויבן שטייטלעך איינצופירן געוויסע פון זיינע עצות למחצה לשליש ולרביע, עס איז אים צו פארדאנקען. יא, כ'בין זיכער אז די ישיבה האט אפאר חסרונות'לעך, אבער אויב דאס איז אויך נישט גוט וואס איז יא? ספעציעל אז די פאקט איז אז די בחורים פון תלפיות וואלטן נישט געהאט קיין ישיבה ווען נישט זיי (אנדערש וואלטן עלטערן נישט געצאלט אזא הויכע שכר לימוד).

[tag]Shem-tov[/tag], לא שם טוב יקרא עוד שמך כי אם שעים טוב. דו האסט געווידמעט א גאנצע אשכל צו פארענטפערן אז די א. ג. געהעריגע ישיבות זענען גארנישט שולדיג איבער די הונדערטער בחורים וואס מוטשען זיך צו טרעפן ישיבות א יעדע בין הזמנים. נו, ביזט ענטייטעלד צו אן אפיניאן. (טראץ דעם וואס דו רייסט אראפ אזעלכע וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס ווי עזר לישיבות ודומיהן.) אבער אין די זעלבע צייט אראפ צו רייסן אזעלכע ישיבות ווי תלפיות? ס'הייסט אז מאור יצחק, וואס האט א מענגעלע'סק סעלעקציע פראצעס, ובחסותו פונעם הייליגע ראש ישיבה מעג מען פייניגן און רודפ'ן א שוואכערע בחור (אין לערנען) וואס האט איבערגעקלוגט די סעלעקציע פראצעס, כדי ער זאל אליינס וועלן ארויסגיין פון די ישיבה, ער איז בעסער ווי גוט, זיין ישיבה איז אקעי. אבער תלפיות און הרב סעמפ, זיי זענען די פראבלעם? What a shame!



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]הוגה[/tag]
:like :like :like
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

@הוגה שיין צילייגט
נהנתי מאוד
לי יהו כדבריך
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

דאס איז עס
ר שמעון סעמפ
בייגעלייגטע פיילס
0805131149-725x543.jpg
0805131149-725x543.jpg (155.21 KiB) געזען געווארן 2307 מאל
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

אפאר וויכטיגע באקאנטע כללים אין חינוך איך האף מען קען מיט אייך רעדן אפען

1) סעלף קאנפידענס באקומט א בחור געווענדליך אין שטוב
2) תורה באקומט א בחור געווענדליך אין א ישיבה
3) עבודה באקומט ער פון ביידע אדער פון די חסידות זיינע
4) זיין מיינונג וויאזוי ער שעיפט זיך זיין לעבן קומט פון זיינע חברים
5) אויב די שטוב איז צופארן ברויך ער אן אנדערער טאטע-פיגור
6) קדושה ענינים איז בלויז סייעתא דשמיא און זיינע הארמאנס

דריי ארגאניאציעס שטעלן זיך אהער אין העלפן בחורים

1) עזר לישיבות - העלפט די גאר גוטע זיך צוריק מסדר צו זיין אין זייערע ישיבות ווי זיי באלאנגן
2) עזר לבחורים - העלפט שוואכערע בחורים צו טרעפן ישיבות אבער ס'קומט מיט א פרייז סיי פאר עזר און סיי פאר די גאר גרויסע שכ"ל ווי ער שטעלט דיך אריין, לדוגמא איז עזר לבחורים אן אגענט פאר תלפיות ס'איז נישט קיין שום סוד אז ס'איז דא דארטן געשעפטן
3) עזר לתלמיד - העלפט די גאר שוואכע בחורים וואס זייערע טאטעס האבן נישט קיין פרוטה אחת און פלאצירט זיי אין קלענערע ישיבות

יעצט ווען ס'קומט אפצושאצן די הצלחה פון א ישיבה און פונעם בחור איז כמעט נישט דא קיין פארגלייך ביי יעדע פאל איז אן אנדערע מעשה. למשל
דער בחור איז צופרידן
דער טאטע איז צופרידן
די שכ"ל איז נארמאל
ער קומט אהיים פירט ער זיך אויף נארמאל
ער איז נישט ערגער געווארן
ער איז אנגעקומען אין א געהעריגע ישיבה גדולה
ער האט זיך פארהערט סוף זמן א גויסע מסכתא
ער איז געבליבן א יוד
ער וועט זיך אלץ דערמאנען מיט ליבשאפט צו יענע צייטן

אויב איז ער גענצליך נארמאל באלאנגט ער צו זיצן און לערנען אין א נארמאלע ישיבה מיט נארמאלע חברים און חתונה האבן אויב אבער האט ער בעגעדש. וועט ער מיזן טרעפן עפעס אן אריותדיגער מענטש וואס ווועט אים אויפהייבן און אויסלערנען מיט א ליבליכען וועג דעם סור מרע ועשה טוב. און די אלע ביזנעס ישיבות וואס האקן סתם אין קאפ אריין מיט זייערע סיסטעמס מיטן סמך ארויסצונעמן שווערע טויזענטער פון א טאטע. איז נישט מער ווי א פשוטער ביזנעס נו וואס זענט איר ברוגז אויף מיר.

אנטשולדיגט רב הוגה כ'ווייס נישט פארוואס האסט מיך אזוי אנגעשריגן. למעשה זענען רובא דרובא ישיבות דא בלויז צו מאכן געלט. תלפיות בעט שווערע צענדליגער טויזענטער א זמן פון די עלטערן. אן צושטעלן אש"ל וואס כידוע פעלט דאס אויס אויפצובויען א בחור. גראדע איז דער סיסטעם וואס תלפיות שטעלט אהער גאר א געלונגענער סיסטעם. הגם ס'איז נישט די ערשטע וואס האט דאס אנגעהויבן, למשל המספיק ברודערהיים און שוועסטערהיים ארבעט גענוי מיט די זעלבע סיסטעם אז די קאנסומערס מיזן זיך משתתף זיין. און למשל אין יעדע נארמאלע שטוב לערנען די עלטערן אויס די קינדער אז מ'מיז אויך צוהעלפן. ווי איז דא דער דורכבראך. וואס זאל א טאטע טאן וואס ער פארמאגט נישט די שווערע טויזענטער א חודש.

געלט געלט און נאכאמאל געלט העוו עי נייס דעי - און דער שיפאלא אויף די האדסאן מיינט נאכאמאל געלט - לאמיר נישט רעדן פון דעם הערליכער דירה וואס מ'האט זיך לעצטענס איבערגעבויט

הצלחה וברכה מיט אלע אייערע געשעפטן. געדענקט מעשר און טיילט צדקה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

shem-tov האט געשריבן:אפאר וויכטיגע באקאנטע כללים אין חינוך איך האף מען קען מיט אייך רעדן אפען

1) סעלף קאנפידענס באקומט א בחור געווענדליך אין שטוב.

תלפיות בעט שווערע צענדליגער טויזענטער א זמן פון די עלטערן. אן צושטעלן אש"ל וואס כידוע פעלט דאס אויס אויפצובויען א בחור.

זענען נישט די צוויי סענטענס א סתירה? וואס בויעט ער זיך אויף אין דארמיטארי?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ר' שם דו סאונדסט זייער שטארק ווי א אגענט פאר איינע פון די עזר'ס. גארנישט ראנג אבער אלס נקי כפיים מיין איך זאלסט קומען ריין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אליבא דאמת האט געשריבן:מ'מעסט סאקסעס לויט וויפיהל האבן געקענט אנקומען צו "נארמאלע" ישיבות?!


You got the picture. מען רעדט דא פון אזאלכע סארט בחורים, און דערפאר זענען די אלע טאקטיקן און שינויים נישט קיין שום אנזאג אויף טשעינזש אדער בכלל עפעס א דורכברוך אינעם עולם הישיבות. פונקט ווי חינוך מיוחד וועלכע - עקזיסטירט אין די פרומסטע תלמוד תורה'ס און - באנוצט זיך מיט די מאדערנסטע חינוך מיטלען, איז נישט קיין געים טשעינזשער כלפי די געווענליכע סדרי הלימוד אין די - מער פרומערע, עכ"פ - חדרים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

א שיף מיט פיר הינדערט חסידים אויפן וואסער דא איך בין זייער ציריסען ווייל פין איין זייט ברויך תלפיות געלט אבער פון די אנדערע זייט איז דאך היינט ראש חודש אלול, און דער עולם איז נאך העפי,
איך בליק מיר דא אריין און טייך איך זיך פיש וואס ציטערן, אבער איך זעי גארנישט, קען זיין אז דו שיפס קאפיטאן האט גענימען אלע פישן פאר א אויספלוג.

דער עולם עסט און טרינקט און לאזט זיך וואוילגיין פאר א וויכטיגע צוועק, זאלען זיי אלעמען זיין באוויליגט און אויספוילן דא א גיט געבענטשט יאר
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלא מאי, האט דער עוילעם נאכנישט מפנים געוועין (אינטערנאלייזד, בלע"ז) דעים פסוק אז "אום אלול ציטערן די פיש אין ים." דאס דערמאנט מיך. מיט א פאר יאר צוריק בינעך איינמאל אדורכגעגאנגען א געוויס בית המדרש אויפ'ן וועיג צו סליחעס. פלוצלינג העריך א קול פון געוויין. א יוד האט זייער ערליך געזאגט סליחות מיט בכיות. האבעך געוואלט צו גיין צו עים און פרעיגן. "ר' איד. יעצט וויינסטו. וואס האסטו אנגעשטעלט א גאנצן זומער?!" :roll: :oops:
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

פרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אה ביזט אויך פון די עובדי עבודה זרה? געמיינט ביזט קלוגער. קעלי קלארקסאן פאקט אים איין
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בן תמליון האט געשריבן:פרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.

וואו?
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:פרישער דודי קאליש מיט די גאנצע קרו זינגען דא אזוי הארציק שמע ישראל. עס ווילט זיך ממש אויסגיין אויף קידוש השם יעצט.

וואו?


קרוז. ער האט זיך אפגערעדט עס איז נישט ערנסט.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

עפעס א חזן דא האט געזינגען דא ער הייסט עפעס בלומעןפעלד מיין איך אדער עינלעך
מורה'דיג, איינגענימין דא דו נאכט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

זר זהב האט געשריבן:אה ביזט אויך פון די עובדי עבודה זרה? געמיינט ביזט קלוגער. קעלי קלארקסאן פאקט אים איין


פונקט קלארקסאן כאפסטו אן? קאם אן. עס זענען דא בעסערע ווי איר...
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

לויט ווי עס זעט אויס אויף טוויטער, איז עס גאנץ א פיינע פראגראם דארטן...
.
פארשפארט