שפאצירט זיך דער בן יחיד צווישען ווילדע גראזען, קוקענדיג אויפען האריזאנט זעהט מען נאר א בלויע הימל אין בערג אין טאלען,
דער בן יחיד'ל שפאצירט זיך, מיט פארוויינטע אויגען, זיינע גאלדענע פאות שאקלען זיך מיטען ווינט, א טרערעלע גליטשט זיך אראפ איבער זיין באק אין גליטשט זיך אריין אין זיין מויל,
שוין א לאנגע צייט וואס ער האט פארלוירען זיין טאטען, ער איז אוועק ווייט ווייט, די בענקשאפט נאנט אין הארץ, ער וואלט אלעס אוועק געגעבען זיך צי נאכאמאל זעהן מיט זיין אזוי געליבטען טאטען,
שפאצירט ער אזוי איבער גראז אין דערנער, דא אין דארט לויפט פארביי א בעל חי מיט דערשראקענע אויגען אין ווערט פארשווינדען צווישען די ביימער,
די זון האלט שוין ביים אינטערגיין, עס ברענט מיט א רויטען קאליר ביים ענדע פינעם האריזאנט, דער בן יחיד'ל זעצט זיך אוועק אויף א שטיין ביי א קליינעם טייכעל וואס פליסט פארביי, ער לייגט אריין זיין פנים אין זיינע הענט אין פלאצט אויס אין א שטילע געוויין, טאטע.... טאטע..... ווען וועל איך שוין קענען ווידער זעהן דיין ליבן צורה, אין ווידער שפירען דיין ווארעמע האנט,
**********
זיצט זיך דער טאטע ביים טישעל אין ספרים שטוב, דער כתבי אר"י ליגט ברייט ציעפענט אויפען טיש, אבער די הרחבת הדעת איז עפעס נישט דא,
ער שטעלט זיך אויף אין גייט צי צים גרויסען פענסטער, ער קוקט ארויס, ער קוקט אין די ווייטקייט אריין, שראליקעל ווי ביסטע, כ'האב דאך נישט קיין מנוחה, כ'בענק נאך דיר אזוי שטארק, אוי שראליקעל זיסער, שרליקעל טייערער, ווי ביסטע מיר פארגאנגען געווארען, דאס הארץ בענקט דאך אזוי שטארק, ישראל'יקעל מיין טייער קינד, כ'וויל די זאלסט צי מיר נאנט זיין, כ'האלט עס דאך נישט אויס, אין דער טאטע ברעכט אויס אין א יאמערליכען געוויין, ער פאלט אנידער אויפען רעקליינער אין פארגיסט טאכען טרערען אויף זיין ישראל'יקעל, ווי ביסטע מיין טייער קינד, ווי ווי ווי ביסטע אהין געקומען, ווי גוט איז געווען ווען מיר זענען געווען נאנט,
ווי גוט איז געווען ווען כ'האב דיר געקענט געבען א קוש פארען גיין שלאפען, ווי גוט איז געווען ווען אונז האב מיר געקענט לערנען ציזאמען א שווערען תוס', ווי גוט איז געווען ווען מיר האבען געקענט שפאצירען ציזאמען צווישען די בערג, שראליקעל טייערע כ'בעט דיר קום צירוק ווייל כ'האלט עס שוין נישט אויס,
***********************
אני לדודי ודודי לי, דער בן יחיד'ל איז כנסת ישראל, אין די טאטע איז דער מלך מלכי המלכים, שוין אזוי לאנג וואס מיר זענען אזוי ווייט איינער פין צווייטען, די זינד טיילען אפ צווישען דעם בן יחיד'ל אין זיין טאטע'ן דער בורא כל העולמים, דער באשעפער בענקט גאר שטארק נאך אידישע קינדער, די טאטע וויינט אוי לבנים שגלו מעל שלחן אביהם, אין דער בן יחיד'ל וויינט מיט, די הימלען וויינען די ערד וויינט, די מלאכים וויינען, די נשמות וויינען, אין דער געוויין גייט ארויף אין שפאלט הימלען, אין דער באשעפער זאגט, וואס קען איך טוהן, אידען דארפען תשובה טוהן, אין נאכדעם וועט זיך צירוק צאמקומען די טאטע מיטען בן יחיד'ל, בדרך פרט יעדער לויט זיין תשובה וועט האבען השראת השכינה אפילו אין גלות, אין בדרך כלל ביי די גאולה שלימה,
אלול איז ר"ת אני לדודי ודודי לי, אין עס סימבאליזירט די בענקשאפט פין דעם בן יחיד'ל צי זיין טאטען אין פין דעם טאטע צי זיין געליבטען בן יחיד'ל, אין דער חודש איז מסוגל אז מען זאל קענען ווערען נענטער איינער צים צווייטען, איז לאמיר אויסניצען דעם חודש צי ווערען נענטער מיט אונזער באליבטע טאטע, לאמיר זיך אביסעל אויסוואשען די הערצעלעך, כדי צי קענען מער שפירען די ליבשאפט פין אונזער טאטע, לאמיר זיך גרייטען אז ווען מען וועט שרייען המלך זאלען מיר שפירען דעם מלך, אין אזוי וועט זיך אויסגיסען אויף אונז די רחמנות פין דעם מלך רחמים, אין ער וועט אונז אלע אנשרייבען א גוט געבענטשט יאר מיט בני חיי אין מזוני רוויחי, אמן
דער פארלוירענער בן יחיד,
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל