הלוואי ווען כ'וואלט געווען דאס וואס מיין ניק פרעטענטעד מיר צו זיין. וואלט איך דאן גאנץ זיכער געווען פון די יעניגע וואס קויפן יעדע 5-4 יאר א יוזד קאר/מיניווען און מיט די פראבלעמען וואס קומען אונטער וואלט איך זיך דאך אליינס געקענט אנייצה געבן פאר א פערטל די פרייז וואס ס'קאסט אפ ביי א מעקעניק צוליב די לעיבאר און פראפיט וואס זיי לייגן ארויף אויף יעדע ריר און שמיר. בין איך דאך אבער א פלעינער שמו יגער אן געלט און אן מעקעניקל לייסענס איז מיר באשערט געווען פארגאנגענעם וואך אריינצולייגן איבער א האלבן טויזענטער אין מיין אלטן קאר
געפיקסט עטליכע ליעקס און געלייגט א נייעם ראדיאטאר און נאך אפאר זייטיקייטן, נאר צו זען 4 טעג דערנאך דעם 'סערוויס ענדזשין סון' לעקטער ארויפשפרינגען פאר מיין נאז. איז אלזא שוין כמעט גענוג געהאט דערמיט. ווען כ'וועל מיר עווענטשועלי דעסיידען צו נעמען איינמאל פאר אלעמאל א נייעם אויטא ווערט מיר אבער שווער צו ליעסן און באצאלן יעדע חודש 400 דאלער פאר עפעס וואס גייט עווענטשועלי נישט זיין מיינס.
כ'וועל ביי א קומענדיגע געלענהייט אויסשמועסן ביידע צדדים. דערווייל פארציילט אייערע איידיעס און אפיניענס און אדווייז.
קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם אויטא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
קויפן אדער ליעסן? טיפס עצות אויף אלעס אין און ארום דעם אויטא
האט איר עפעס ידיעות אין דעם ענין פון קויפן/ליעסן אן אויטא? סיי וואסערע עקספיריענס, טיפס, עצות, ידיעות? זייטס אזוי גוט און שרייבטס עס אראפ אין מיין בלאט דא אין קאווע שטיבל און העלפטס מעגליך ארויס א איד/אידן.
דער אשכול פארמאגט 41 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן