א דערציילונג פון א אידישע טראק דרייווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

א דערציילונג פון א אידישע טראק דרייווער

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אין א קאלטע ווינטער נאכט, ווען דער דרייווער פון דער טראק האט געפארקט אין א רואיג ווינקל. די מיטווייזענדע האבן צום ערשט נישט געוואוסט וואס האט געפירט דעם דרייווער צו פארקען זיין טראק דווקא אין דעם ווינקעל, אבער עטליכע שעה שפעטער איז דער סיבה אנדעקט געווארן. - צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט דארפען מיר צוריקגיין צו זעהן וואס האט פאסירט א שבת פארדעם אין א געוויסע, היפש באקאנטע, בית המדרש, וואו ס'האט זיך אפגעשפילט א מאדענע געשעהניש ביי שלש-סעודות. די באזוכער אינעם ווינקעל האבן געהערט שמועות פורחות איבער וואס איז דארט פארגעגאנגען, און דער דרייווער, וואס איז געווען דארט בשעת מעשה, איז געקומען דערציילען "גופא דעובדא". ווי נאר די פארברענגער אינעם ווינקעל האבן געטאפט דעם דרייווער אין געזעהן אז ער קומט יענעם בית המדרש, און וואוסענדיג אז דארט גייט פאר א העפטיגע ראבעריי, האבן זיי אים - פון נייגער אויס - אויסגעפרעגט אלעס ארום דעם היציגע קאמף. און אזוי איז דורך א לאנגע תקופה, 39 שיעורים האט דער דרייווער געגעבן אין דעם נושא.
מיט די צייט איז דער דרייווער געווארן באליבט ביים עולם, ווען אין יעדע נושא וואס די שמועסערס האבן ארויפגעברעגנט, האט דער דרייווער געהאט א קלארע מיינונג. צו אין געזעלשאפט, תורה, אידישקייט, קונסט, חסידות און שלום בית. ס'איז געגאנגען אזוי ווייט, אז די פארברענגערס ביים ווינקעל האבן זיך אנגעהויבן אדורך צו רעדן מיט אים צווישען פיר אויגן, אזוי אז דער דרייווער איז געווארן זייער פארנומען און מער נישט געקענט אנהאלטן זיינע רייכע שיעורים.

המשך יבוא? דער עולם ווארט.
Under influence
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אפילו איך קארטשינער ווארט אז זאלסט קומען דא פארברענגען און אריינשמייסען אין מיר..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר'האט געוואלט תשובה טאן (חודש אלול) און זאגן ך'טו תשובה ....ך'קום צוריק, און זיך אריינסיינען מיטן נאמען I'm back, אבער דער זונבאר איז אים פארלאפן דעם וועג און אויסגעכאפט, און דערווייל זיצט דער קאפיטאן פארטראכט און פרובירט בכובד ראש אויפצוקומען מיט א פאסיגן ניק נעים. האט ער פרובירט קראנקער זכר, איז אים אויך נישט געלונגען, מחמת ער איז דאך באמת א געזונטער זכר. וואס נאך קען מען טון?
וירח ה' את ריח הניחוח
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

שמעק, ביהעיוו.
.
פארשפארט