ישיבה תל-תלפיות
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
וואס האבן מיר געזעין אויפן שיף
וואס האבן מיר געזעין אויפן שיף.
אויבן אויף האט עס אויסגעזעין ווי א געזעמל פון גרופע'ס אינגעלייט וואס זענען געוועין אויסען צו א נאכט פון מוזיק מיט עסן, און אז עס איז געוועין ציגעשטעלט מכל טוב איז דאך א שאד צו פארפאסען אזא נאכט, עס איז דאך דא ברבירים ושליו ודגים, וכל מיני מטעמים, נו מיז מען דאך זיין א חלק, אבער פון מיין קיק ווינקעל האב איך באמערקט עפעס אינגאנצען אנדערש.
עס האבען זיך איין געזאמעלט עטליכע הינדערט אידן, פון אלע סארטן, און האבען זיך מיט געפרייט און געשטיפט א געוויסע מאוומענט, אויב תלפיות איז ווי אזוי זיי זאגען, אדער יא אדער ניין, עס בלייבט איבער פאר פארשער מחליט צו זיין, און איך בין קיין פארשער, וואס יא איז, תלפיות איז א מאוומענט, א רעוועלאציא, תלפיות גיט א אויבערהאנט פאר עלטערן, תלפיות איז נישט מסכים מיט וואס מען טוט טעיגליך מיט אינזערע בחורי חמד, דאס האבען מיר מחזק געוועין, עס איז געוועין א שיף געטריבן אויף א וויי געשריי, מיר האבען געשריגען געניג איז געניג, אויב א בחור איז נישט א מציון ווען ער איז פערצען, דאן ארבייט אים אויף, נישט שיקן חלילה צי שמד מיט דו אייגענע האנט, און דו פארם פון א לא נתקבל קארטל, א שיף וואס האט געפאדערט פון אינז מיר זאלן נישט אקצעפיטן ווען א בחור טרעינקט זיך, חלילה אים זאגען טרעינק זיך מיין קינד, לעיבן איז נישט פאר דיר, א שאד דאס פלאגען חס ושלום, א שיף וואס קען נישט ציקיקען די צער פון עלטערען, ווען זייער בחור'ל איז און גאס דריי וואכען ווייל ער איז קיל ביים דאווענען, אדער ווייל ער לערנט נישט געניג טיף, אדער ווייל ער האט געלאכט פון זיין מגיד שיעור, אדער ווייל ער האט חלילה מחשבות זרות, אז ווען ער גייט זיין גרויס וועט ער האבען דו נייסטע קאר, אדער זיין א פליס.
א שיף וואס האט מקדש געוועין דעים אייבישטנ'ס נאמען, דורך נישט צילאזען די היינטיגע ווינטען וואס בלאזען, אז אויב איינער קען נישט אויסוואקסען א גאון, מעיג ער שוין מעכשיו ולמפריע זיין א גארנישט, זיין אמן איז שוין גארנישט ווערט, זיין לייגען תפילין איז בחינם, עס גייט דאך נישט גארנישט אויסוואקסען פין אים, א שאד דו מי און פלאג, מען קען דאך און דו זעלבע צייט ארבייטן אויף א אנדערע מציון.
עס דערמאנט זיך א ווארט וואס איך האב געהערט בשם דעים רבי'ן פון סאטמער, אז מען איז אריין צינעם, אז א בחור מאכט פראבלעימען און אלע אנדערע ניין און דרייסיג בחורים ליידען געפערליכע זאכען און מען קען מער נישט אזוי אנגיין, האט דער רבי געזאגט נישט קיין פראבלעים, זאלען א ניינין דרייסיג גיין, און מען זאל קענען געהעריג זיך אפגעיבן מיטן פראבלעמאטישן בחור, א גיטע בחור בלייבט א איד ווי אימער מען וועט אים לייגען, ווידעראים א בחור מיט פראבלעימען אויף אים ברויך מען הארווען.
דאס איז דו סיבה וואס מיר ברויכען מחזק זיין אזעלכע ישיבות, וועלכע בראש גלו דערקלערן מיר ארבייטען אויף עוורידש בחורים צו דו מאקסימום וואס עס איז זיי באשערט פון שמים, מיר נעמען ארויס יעדען זיין מאקסימום, מיר בויען א בחור, מיר מאכען א בחור פריילעך ווען ער שטייגט, מיר זאגען אים מער מער ביטע, נאך א פסוק, נאך א רש"י, נאך א משנה, און אויך און גשמיות שטייגען און זיין ציזאמען גענימען, זויבער, ערליך, באנעימען, ווי הערן מיר אזעלכע ווערטער, היינט אויב א בחור איניש קדוש מרחם, איז א גוי, אויב איינער איז מודה אז די שנעלקע האט געווירקט און ער האט ווירקלעך פארגעסען ס'לערנען, קען און זאל שוין גיין אויף קעי דאבעליו, און דרייווען פאר פלינק וכדומה.
אלע האבען געשריגען אז דו שיף פון רשעות האט אפגערייזט, עס איז שוין נישט מען אינטערעסאנט ווען א בחור פאכעט מיטן פינגער אויף אלע זייטען, אבער האט נישט קיין שמחת החיים, לערנט יומם ולילה, אבער פארשטייט נישט פארוואס ווארטן מיר אויף משיח, וואס מיינט אהבת השם וואס איז טייטש ביטחון, אמונה פשוטה, וואס איז פשט מען פארלאט זיך אויפן בורא עולם, דו דרייצען אני מאמין'ס, דו בעיסיקס וואס עס פאדערט צו זיין א יוד, וואס עס מיינט גנב'ען וואס מיינט בעוול'ן א צווייטען, וואס מיינט רודף'ן א צווייטען.
הינדערטער האבען זיך ציזאמענגענימען זיך צי פאראייניגען, זיך צי שטארקען, מיר ווילען אינזערע קינדער זאלען געבויט ווערן אויף פעסטע יסודות, דאס האבעו מיר געזעין דו דאזיגע ראש חודש אלול אויפן שיף.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]פרישער[/tag], זייער גוט ארויסגעברענגט, בעסער וואלט איך נישט געקענט זאגן.
אין די לעצטע מינוט האב איך מחליט געווען אפצושטופן א וויכטיגע ביזנעס געלעגנהייט וואס איז געווען געפלאנט אויף די נאכט און איך האב מיך מיטגעכאפט מיט דער געוואלדיגע קידוש השם.
וואס האב איך געזעהן? איך האב געזעהן א שיף וואס איז אנגעפילט מיט "קאווע שטיבל" אידן. כ'האב דא און דארט געשמועסט מיט אידן און כ'האב געזעהן אז איך זיץ מיט אן עולם וואס איז אפען-מיינדעד, טראכטערס, מענטשן וואס זענען גרייט פאר טשעינדזש. די "יש תקווה" האט פיין אפגעהילכט דארט. כ'האב געקענט שווערן אז איך זעה יאיר, לעיקוואד, שמעקעדיג וכו' זיצן און פארברענגן צוזאמען טראץ דעם וואס זיי האבן זיך נישט געקענט ביי די ניקס נאר ביי די ריכטיגע נעמען. ווען ראביי דזשעיקאבסאן האט גערעדט פון עווילושאן און דארוויניזם האט די עולם אויסגעזעהן עפעס צו באקוועם דערמיט.
אפילו [tag]בדחן[/tag] האב איך דאכצעך געזעהן דארט זיך מיט שאקלן האלבוועגס צו יודא גרין'ס ובנה ירושלים. (די איינציגסטע איד מיט א פארמאכטע רעקל און א ברייטע פלאכע ביבער היט אויפן קאפ
.)
עס זענען דא מענטשן וואס פארברענגן זייער ר"ח אלול מיט תשובה און קבלות צו אנהייבן צו טון די ריכטיגע זאך, אז זיי גייען אנהייבן צו דינען די אייבישטער בשמחה. דערנאך זענען דא (פיר הונדערט) אידן וואס פארברענגן ר"ח אלול מיטן טאקע טון צום זאך, מיטן זינגען און לויבען דעם אייבישטער בשמחה של מצוה פון שטיצן אזא געוואלדיגע ענין, מיטן אריינבלאזן א רוח חיים אין די בחורים. א גרויסע טייל פון די באטייליגטע זענען נישט געקומען פאר תלפיות, זיי האבן ניטאמאל געוויסט וואס איז דאס תלפיות, זיי זענען נאר געקומען ווייל זייער ביזנעס האט געקויפט א טיש און זייער בעל הבית האט זיי געהייסן קומען. אבער אלע וואס זענען דארט געווען זענען אהיים קענענדיג תלפיות. אלע זענען היינט חסידים פונעם קאנצעפט.
ווארטענדיג ארויף צו שטייגן אויפן שיף האב איך געכאפט א שמועס מיט א טאטע און זיין בחור'ל - וואס האט נארוואס גראדואירט די ישיבה נאך דריי יאר. די מעשיות וואס דער בחור האט מיר פארציילט איז אוממעגליך איבער צו געבן בקצרה, אבער איך בין ממש ארויס פון התפעלות ווי דער בחור רעדט מיט אזא התרגשות, מיט אזא קאנפידענס און קלארקייט איבער זיך, זיין לעבן און תלפיות. שפעטער האב איך געשמועסט מיטן טאטע איבער זיין ביזנעס און זיינע אינוועסטמענטס. זאגט מיר די טאטע, מיין זון האט מיר אפגעקאסט 75 אלפים אין די לעצטע דריי יאר (שכ"ל, אשל, נסיעות צו און פון ישיבה א יעדע וואך, קליידער און נאך, הכל בכל), די ריוח וואס איך האב ארויסגענומען פון דער 75 טויזנט דאלער וואלט איך אין די בעסטע אינוועסטמענט נישט געקענט מאכן. דורכאויס די נאכט האב איך געזעהן די טאטע רעדן מיט אימפעט צו צענדליגע אידן איבער זיין זון'ס הצלחה. (שם טוב וועט יעצט זאגן אז דער טאטע איז אויך פון די אונטערגעשטעלטע אגענטן פון די ישיבה און ער שארט מיליאנען דערפון.)
איך וועל נאר מיטיילן איין עובדה'לע וואס ראביי דזשעיקאבסאן האט פארציילט וואס קען שיינען א ליכט אויף א קאנטרעווערסיאלע נושא דא אין ק"ש. ([tag]לעיקוואד[/tag], די וועסט הנאה האבן פון דער מעשה.) עס איז געווען א ישיבה וואס איז געווען תחת חסותו פונעם חזון איש, מען האט דארט געכאפט א בחור רייכערען אום שבת האט אים די ראש ישיבה פארשוקט. ס'הייסט, א בחור א מחלל שבת בפרהסיא טאר מען דאך נישט סובל זיין. האט די חזון איש אריינגערופן די ראש ישיבה און ער האט אים פארגעהאלטן היתכן, די משנה זאגט דאך דיני נפשות בעשרים ושלשה, און דארט רעדט מען פון די גשמיות'דיגע נפשות, ועאכו"כ ביי די רוחניות'דיגע נפשות. האסטו צוזאמגעזעצט א בי"ד של כ"ג דן צו זיין אויב מען מעג ארויסווארפן דער בחור און אים אפ'שחט'ן אויפן גאנצע לעבן? האט די ראש ישיבה געענטפערט אז ס'נישט מעגליך צוזאם צו זעצן א בי"ד של כ"ג. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי נעם שוין צוריק דער בחור אין ישיבה. האט די ראש ישיבה געזאגט אז ער קען בשו"א נישט האלטן א מחלל שבת אין ישיבה. האט די חזון איש געזאגט, אויב אזוי קענט איר זיך זוכן א צווייטע דזשאב. האט די ראש ישיבה גע'טענה'ט, ווי אזוי האט איר א רעכט אזוי גרינגערהייט מקפח זיין מיין פרנסה. האט די חזון איש געענטפערט אז דיני ממונות איז בשלשה או ביחיד מומחה, איך בין א מומחה און איך קען פסק'נען דיני ממונות ביחיד.
[tag]shem-tov[/tag], אויף דיין לעצטע תגובה וועל איך מקיים זיין די אל תען כסיל כאיוולתו, איך בין דיר דן לכף זכות אז אדער ביסטו פשוט אומוויסנד, אדער האט דיר איינער זייער שטארק וויי געטון אמאל. לאמיר דיר נאר זאגן. דא אויפן שיף האב איך געזעהן צענדליגע בעלי בתים און אפילו מולטי מיליאנערן, וואס געווענטליך ביי ביזנעס האבן זיי די קאפ אויפן פלייצע און זיי ווייסן פונקטלעך וואו צו לייגן זייער געלט און וואו נישט. אבער דא זענען זיי עפעס פאר'נער'ט געווארן צו געבן גרויסע געלטער פאר אזא לעכערליכע פאנזי סקים, און דורך עפעס א נער'ישע ראביי סעמפ, אינטערעסאנט! אויך איז געווען אינטערעסאנט צו זעהן די פארווייטאגטע טאטעס פון וועם מען באראבעוועט אזויפיל געלט מיט שקרים וכזבים, ווי זיי דרייען זיך ארום אויפן שיף מיט א קענטיגע שמייכל אויפן פנים. ווי אזוי קענען זיי אזוי גוט באהאלטן זייער אויפברויז? אויך האב איך ארום געזוכט מיט לעכט די באהאלטענע אגענטן און טעראריסטן פון עזר לישיבות און עזר לבחורים, וואס האבן א יד אחת מיט תלפיות צו פאקעטען די מיליאנען וואס תלפיות שארט, אינטערעסאנט, כ'האב זיי נישט געטראפן! איינער האט מיר געשוקט אין אישי אז די ישיבה לאזט עניבאדי קומען ווען אימער זעהן די ישיבה, מען קען אריינוואקן און בעטן א מגי"ש פאר א tour. איך פלאן עס צו טון אין אפאר וואכן ארום (נאך די זמן הייבט זיך אן). איך וואלט דיר מייעץ געווען צו טון די זעלבע. You might be surprised.
[tag]נולד מאוחר[/tag], איך קען נישט רעדן פאר אנדערע, אבער איך וואלט נישט געגאנגן פאר קיין שום אנדערע צוועק אויסער מיינע קינדער'ס מוסדות.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
[tag]הוגה[/tag] גאר גוט אראפגעשריבען. אגב, גילו איז זייער הארב דא.... נעקסט טיים וואטש-אוט.
און ווי שוין געשריבען אויפן צווייטען בלאט פינעם אשכול, די ישיבה איז א מאסט, און איך זע באמת נישט דיין אויפטו פון זיך טענה׳ן מיט ניקים וואס זענענן דא מיט א אגענדע יענעם צו שטויסען, אדער סיי וועלכע אנדערע פוסטע סיבה, אל תען כסיל כעיוולתו האט נאך שלמה המלך געזאגט, און ווען עס קימט א ניק און נעמט אזא דבר טוב וואס מען קען זאגען אז גאנצטע עולמות שטייען דערויף, הינדערטער בחורים ווערן ״מענטשן״ און ״אידן״ א דאנק די ישיבה, קען מען זאגן אז אל תען איז חל אויף זיינע תגובות.
ביקורת, דעבאטירען, קאנסטראקטיוו קריטיק, איז גאר א גיטע זאך, אבער יעדע זאך האט זיך זיין גרעניץ, מען דארף זיך אויך רעכענענן מיט די בחורים, די עלטערן, די מנהלים, און די מסי״נ הנהלה... און איך האלט אז די הנהלה און טייל עלטערן ליינען טעגליך די אשכול וועלענדיג וויסען וואס די גאס זאגט צו זייער ארבייט.

מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
פאנדרעיזינג קאמפיין לייוו יעצט:
https://www.charidy.com/yeshivatalpios
https://www.charidy.com/yeshivatalpios
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: ישיבה תל-תלפיות
הערליכע אשכול. כ'מיין כ'האב נישט וואס צוצולייגן כ'האב זייער הנאה געהאט. ספעציעל פון פשוט קאמפליצירט וואס איז סתם אזוי א געשמאק צו לייענען יעדעס מאל ער איז מגיב.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.