דולה ומשקה האט געשריבן:פארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:
במשך די לעצטע פאר חדשים איז ארויס אזוי פיל פראפאגאנדע שאין כדוגמתו ולא היה כמותו עד הלום, פרישע צעטליך, אעס האט געארבעט א 'עסקנים' וואס ווייסען גאר גוט ווי אזוי אן צו הייצען דעם עולם, און מאכען פון זיי עולם גולם, קודם האט מען זיך אויס געלאכט דערנאך האט מען זיך אנגעווארימט, מ'איז געווארען הייץ, מ'האט געקויפט טיקעטס און ויסעו צו סיטי פילד סטעדיום.
יעדען טאג איז ארויס א פרישע נייעס, מטעם דער עסקנים, רבנים, אדמורי"ם, פארשידינע אפדעיטס, מ'האט אלס געמאכט זיכער אז דער עולם רעט פון דעם און נאר פין דעם, רעד לטובת הענין אפילו התנגדות, אבער רעדן זאלסטו פון דעם.
ביז ס'איז געקומען בו ביום פון מעמד הגדול ונורא מאז מתן תורה, איז דער פראפאגאנדע אנגעקומען צום מאקסימום דערגרייכונג וואס העכער פון דעם קען עס נישט גיין עפ"י דרך הטבע. אלע טיקעטס אויס געצאלט, געדינגען א צווייטע סטעדיום, צוביסלעך הערט מען אז דער גרויסע רבי קומט צופליען, דער ראש ישיבה, הרבנים הגאונים פון אנטווערפן און לאנדאן, אפילו רבי לייביש האבען זיי געברענגט. מ'האט זיכער אויף הונדרעט פראצענט זיכער געמיינט אז אט וועט דא קומען עפעס אזוי באמבאסטיש וואס דער גאנצע עולם החרדית ווערט זיך איבערקערען, הפוך קערה על פי'. פונקטליך וואס ווייסט אבער קיינער נישט, פארוואס ווייסט קיינער נישט, ווייל קיין איינע פון די הודרעטע פלאקאטן האבען גארנישט געמאלדן וואס דער פראגראם וועט זיין. ס'איז א סוד, שא, שא, מ'טאר נישט אנטפלעקען די סודות פון חדר, דאס אלעס וועט ארויס קומען במשך די פיר שעה זיצענדיק אין דער סטעדיום.
ענדליך, מקומט אן יעדער ווערט אליינס נתפעל פון די מראה נפלא, אז יא, ס'איז געלוינגען ארויס צו שלעפען דעם עולם, דער סטעדיום איז פיל, געפאקט, ס'אמת מ'האט פארטיילט פערציג טויזענט זיצען. מ'גוט א קוק אויף דעם אויבן-אן מ'דארף געבען קרעדיט מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל די סאמע גרעסטע האבען זיך צו זאם גענומען אעין געפונען זיך יעצט דא צוזאמען מיט אונז אין די איירינא, חסידישע, ליטווישע, מתנגדישע, ועוד ועוד. א פשוטע רחמנות אויף די קומץ קטן פון רבנים וואס האבן זיך אויס געשלאסען פון זיך באטיילונגען צום היינטיגע כינוס, ווען זיי וועלען זיך כאפען וועט שוין זיין צו שפעט, זיי ווערן בעל כרחם א חוזק.
שטייט מען יעצט ביי דעם פונקט פון דער גרעסטע צוזאם קום פון אידען, פון אלע קרייזען, צוזאמען מיט דער גרעסטע השתתפות פון גדולי ישראל.
דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו', ווען ער ענדיקט זיינע ווערטער, שטעלט זיך אויף דער רויטע ליטוואק מיטן קנייטש הוט, און רופט אויס דעם דזיבוי רב פון מאנטריאל, ער האט געדארפט רעדן בעיקר צום חסידישע עולם, ער רעט און רעט עפעס דער עולם כאפט נישט דעם טאלאנט וואס דער פה מפיק מרגליות האט אין באזיץ, מווערט עפעס נישט עלעקטרעזירט, נאך זיין דרשה פון א האלבע שעה פרעגט מען זיך "וואס האט ער מחדש געוועהן? דער תירוץ גארנישט און נאך אמאהל גארנישט, נו, אויף גארנישט מחדש זיין האב איך געדארט אהער קומען קיין קווינס?
מיט יעדער דורך גייענדיגער מינוט איז מען געווארען מער און מער לאנג וויילונג, קיינער האט נישט געכאפט די סודות הדברים, דער פראגראם פון יעצטיגען נאכט איז זייער שוואך שיין געזאגט, ווען איינער זאגט מיר אז עס איז געוועהן "מורא'דיג", פרעג איך איהם גלייך "חוץ די מספר העולם און מספר הרבנים", וואס איז געוועהן מורא'דיג, וועלכע בעל דרשן האט דיך אזוי באצויבערט? מיט וואס גייסטו היינט נאכט אהיים? וואס איז בא דיר נתחדש געווארען? איז געוועהן איין פראצענט פון דער עולם וואס האט תיכף ומיד מחליט געוועהן אוועק צו ווארפען זייער כלי משחיתים?
עס איז א טאלאנט פון מענטשען צו קענען מאכען אזא פראפאגאנדע, אהער צו שלעפן אזא ריזיגע עולם, מיט אזא ריזיגע מספר פון רבנים, אין מיט דעם אלעם אזוי ביטערליך אדורך פאלען. די אלע דרשות נאך אלעם איז געוועהן לופט, ווערטער וואס זענען אריין אין איין אויער ארויס פון דער אנדערע אויער, מ'האט געהאלטן אין איין קוקען ארום און ארום אויף די סקרינס, אבער דער עולם זיך זייער שוואך קאנעקטעד מיטן בעל דרשן.
בדברים כגון דא זאגט מען "וואס קלענער דער עולם גרעסער דער שמחה", דהיינו יעדער רב אדער רבי וואלט געדארפט רעדן פאר זיין קהילה, אויב פארמאגט ער א גרעסערע עולם, זאל ער דאס איינטיילען אויף קלענערע קבוצות, און זאגען אדער פרעגט "האסטו אינטערנעט? איז עס געפילטערט?", דער רב אדער רבי קען דאס נישט? וואס הייסט די האסט נישט קיין צייט, מ'רעד דאך פון הצלת הדורות?
אבער ניין להגדיל הטראסק, האט מען טאקע געמאכט א טראסק, און דער טראסק איז גלונגען, אבער וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן איז ליידער נישט געלונגען, קיינער פון די בעלי דרשנים האבען גערעט זאכטליך, אנשטאט דער סקולענע רבי וואלט מען געברויכט נעמען א יונגע עסקן א בעל דרשן, וואס ער זאל מודיע יא די דארפסט אינטער איז דא ה"אינטערנעט בהלכה" ווי אזוי מ'זאל דאס נוצען. מ'האט דאס נישט געטוהן. וואס האט מען יא געטוהן מ'האט איינגעשלעפט דעם מידע עולם מיט רבי דן סגל'ס דרשה וואס ער שרייט אז מחלוקות איז ערגער ווי אינטערנעט, און אינטערנעט בכלל איז אסור. אויף דעם האט מען געדארפט אהער קומען?
דארף מען זיך באטייליגען אין א כינוס וואס דער תוצאה דערפון ווייסט קיינער נישט, האט טאקע אויס געפעלט א כינוס וואס האט גארנישט משנה געוועהן אפילו זיז כל שהוא?
וואס זיין פראבלעם איז געווען האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש! אין נישט נאר דאס נאר גאר די אפפאזיט! מיר האט זיך געקענט דאכטן אז איך בין געווען ביי א כ"א כסליו דיננער, לויט וויפיל מאל מאט דערמאנט דארט דעם רבי'ן ז"ל.