לייוו פון "סיטי פיעלד" - כינוס כלל ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו',

איר מישט אויס וואקסמאן מיט'ן דזשיבויער, דאס וואס דו בענגסט דא אראפ האט דער דזשיבער געזאגט נישט וואקסמאן. און ווי כא פריער געשריבען האט דער דזשיבויער לדעתי פיין אריינגעסאקט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעמאקראטיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך דעמאקראטיע »

דולה ומשקה האט געשריבן:פארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:

וואס האט דאס א שייכות מיט די גאנצע תגובה דיינע???
חוץ אז דו ביזט א חסיד פון איינער פון די 3 אין דו ווילסט נישט אז זייער דורכפאל זאל זיין גרויס, האסטו באשלאסן צו נעמען דעם געהויבענען כינוס אין דעס מאכן פאר א דורכפאל
אנדערש האט דיין תגובה נישט קיין פשט

קאם אן די כינוס איז געווען א זעלטענע סוקסעסס
ווען האסטו לעצטע מאל געהערט רעדן סקולענע רבי. ר' לייבוש. אין רב וואזנער ביי 1 מסיבה???
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דולה ומשקה האט געשריבן:פארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:

במשך די לעצטע פאר חדשים איז ארויס אזוי פיל פראפאגאנדע שאין כדוגמתו ולא היה כמותו עד הלום, פרישע צעטליך, אעס האט געארבעט א 'עסקנים' וואס ווייסען גאר גוט ווי אזוי אן צו הייצען דעם עולם, און מאכען פון זיי עולם גולם, קודם האט מען זיך אויס געלאכט דערנאך האט מען זיך אנגעווארימט, מ'איז געווארען הייץ, מ'האט געקויפט טיקעטס און ויסעו צו סיטי פילד סטעדיום.

יעדען טאג איז ארויס א פרישע נייעס, מטעם דער עסקנים, רבנים, אדמורי"ם, פארשידינע אפדעיטס, מ'האט אלס געמאכט זיכער אז דער עולם רעט פון דעם און נאר פין דעם, רעד לטובת הענין אפילו התנגדות, אבער רעדן זאלסטו פון דעם.

ביז ס'איז געקומען בו ביום פון מעמד הגדול ונורא מאז מתן תורה, איז דער פראפאגאנדע אנגעקומען צום מאקסימום דערגרייכונג וואס העכער פון דעם קען עס נישט גיין עפ"י דרך הטבע. אלע טיקעטס אויס געצאלט, געדינגען א צווייטע סטעדיום, צוביסלעך הערט מען אז דער גרויסע רבי קומט צופליען, דער ראש ישיבה, הרבנים הגאונים פון אנטווערפן און לאנדאן, אפילו רבי לייביש האבען זיי געברענגט. מ'האט זיכער אויף הונדרעט פראצענט זיכער געמיינט אז אט וועט דא קומען עפעס אזוי באמבאסטיש וואס דער גאנצע עולם החרדית ווערט זיך איבערקערען, הפוך קערה על פי'. פונקטליך וואס ווייסט אבער קיינער נישט, פארוואס ווייסט קיינער נישט, ווייל קיין איינע פון די הודרעטע פלאקאטן האבען גארנישט געמאלדן וואס דער פראגראם וועט זיין. ס'איז א סוד, שא, שא, מ'טאר נישט אנטפלעקען די סודות פון חדר, דאס אלעס וועט ארויס קומען במשך די פיר שעה זיצענדיק אין דער סטעדיום.

ענדליך, מקומט אן יעדער ווערט אליינס נתפעל פון די מראה נפלא, אז יא, ס'איז געלוינגען ארויס צו שלעפען דעם עולם, דער סטעדיום איז פיל, געפאקט, ס'אמת מ'האט פארטיילט פערציג טויזענט זיצען. מ'גוט א קוק אויף דעם אויבן-אן מ'דארף געבען קרעדיט מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל די סאמע גרעסטע האבען זיך צו זאם גענומען אעין געפונען זיך יעצט דא צוזאמען מיט אונז אין די איירינא, חסידישע, ליטווישע, מתנגדישע, ועוד ועוד. א פשוטע רחמנות אויף די קומץ קטן פון רבנים וואס האבן זיך אויס געשלאסען פון זיך באטיילונגען צום היינטיגע כינוס, ווען זיי וועלען זיך כאפען וועט שוין זיין צו שפעט, זיי ווערן בעל כרחם א חוזק.

שטייט מען יעצט ביי דעם פונקט פון דער גרעסטע צוזאם קום פון אידען, פון אלע קרייזען, צוזאמען מיט דער גרעסטע השתתפות פון גדולי ישראל.

דער פראגראם הייבט זיך אן, הרב וואקסמאן מיט זיין פתיחה האלב אידיש האלב ענגליש, כ'מיין הער מיך אויס נישט יעדער קען אידיש, ווי ער איז מרמז גלייך אנהייב זיינע ווערטער ווי ער רעד צו "כת לצים" וואס לאכען אויס דעם אסיפה וכו', ווען ער ענדיקט זיינע ווערטער, שטעלט זיך אויף דער רויטע ליטוואק מיטן קנייטש הוט, און רופט אויס דעם דזיבוי רב פון מאנטריאל, ער האט געדארפט רעדן בעיקר צום חסידישע עולם, ער רעט און רעט עפעס דער עולם כאפט נישט דעם טאלאנט וואס דער פה מפיק מרגליות האט אין באזיץ, מווערט עפעס נישט עלעקטרעזירט, נאך זיין דרשה פון א האלבע שעה פרעגט מען זיך "וואס האט ער מחדש געוועהן? דער תירוץ גארנישט און נאך אמאהל גארנישט, נו, אויף גארנישט מחדש זיין האב איך געדארט אהער קומען קיין קווינס?

מיט יעדער דורך גייענדיגער מינוט איז מען געווארען מער און מער לאנג וויילונג, קיינער האט נישט געכאפט די סודות הדברים, דער פראגראם פון יעצטיגען נאכט איז זייער שוואך שיין געזאגט, ווען איינער זאגט מיר אז עס איז געוועהן "מורא'דיג", פרעג איך איהם גלייך "חוץ די מספר העולם און מספר הרבנים", וואס איז געוועהן מורא'דיג, וועלכע בעל דרשן האט דיך אזוי באצויבערט? מיט וואס גייסטו היינט נאכט אהיים? וואס איז בא דיר נתחדש געווארען? איז געוועהן איין פראצענט פון דער עולם וואס האט תיכף ומיד מחליט געוועהן אוועק צו ווארפען זייער כלי משחיתים?

עס איז א טאלאנט פון מענטשען צו קענען מאכען אזא פראפאגאנדע, אהער צו שלעפן אזא ריזיגע עולם, מיט אזא ריזיגע מספר פון רבנים, אין מיט דעם אלעם אזוי ביטערליך אדורך פאלען. די אלע דרשות נאך אלעם איז געוועהן לופט, ווערטער וואס זענען אריין אין איין אויער ארויס פון דער אנדערע אויער, מ'האט געהאלטן אין איין קוקען ארום און ארום אויף די סקרינס, אבער דער עולם זיך זייער שוואך קאנעקטעד מיטן בעל דרשן.

בדברים כגון דא זאגט מען "וואס קלענער דער עולם גרעסער דער שמחה", דהיינו יעדער רב אדער רבי וואלט געדארפט רעדן פאר זיין קהילה, אויב פארמאגט ער א גרעסערע עולם, זאל ער דאס איינטיילען אויף קלענערע קבוצות, און זאגען אדער פרעגט "האסטו אינטערנעט? איז עס געפילטערט?", דער רב אדער רבי קען דאס נישט? וואס הייסט די האסט נישט קיין צייט, מ'רעד דאך פון הצלת הדורות?

אבער ניין להגדיל הטראסק, האט מען טאקע געמאכט א טראסק, און דער טראסק איז גלונגען, אבער וואס מ'האט געוואלט אויפטוהן איז ליידער נישט געלונגען, קיינער פון די בעלי דרשנים האבען גערעט זאכטליך, אנשטאט דער סקולענע רבי וואלט מען געברויכט נעמען א יונגע עסקן א בעל דרשן, וואס ער זאל מודיע יא די דארפסט אינטער איז דא ה"אינטערנעט בהלכה" ווי אזוי מ'זאל דאס נוצען. מ'האט דאס נישט געטוהן. וואס האט מען יא געטוהן מ'האט איינגעשלעפט דעם מידע עולם מיט רבי דן סגל'ס דרשה וואס ער שרייט אז מחלוקות איז ערגער ווי אינטערנעט, און אינטערנעט בכלל איז אסור. אויף דעם האט מען געדארפט אהער קומען?

דארף מען זיך באטייליגען אין א כינוס וואס דער תוצאה דערפון ווייסט קיינער נישט, האט טאקע אויס געפעלט א כינוס וואס האט גארנישט משנה געוועהן אפילו זיז כל שהוא?

אין אנדערע ווערטער זאגסטע אז זיין פראבלעם איז געווען אז ס'גייט נישט זיין צו אינטערעסאנט ? נישט דאס איז געווען מהר"אס פראבלעם מיטן כינוס!!!!..... דריי נישט דעם דאשיק. וואס זיין פראבלעם איז געווען האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש! אין נישט נאר דאס נאר גאר די אפפאזיט! מיר האט זיך געקענט דאכטן אז איך בין געווען ביי א כ"א כסליו דיננער, לויט וויפיל מאל מאט דערמאנט דארט דעם רבי'ן ז"ל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

איך האב גערעדט צו א יונגערמאן וואס פלאנט אוועקצוווארפן זיין בלעקבערי וועגן די נעכטיגע אסיפה, ער האט שוין אויסגעמעקט זיין פעיסבוק אקאונט. ס'איז זיכער אז א געוויסע פראצענט האט עס אויפגעטאן, די שאלה איז נאר וויפיל?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

טעלעפאן האט געשריבן:איך האב גערעדט צו א יונגערמאן וואס פלאנט אוועקצוווארפן זיין בלעקבערי וועגן די נעכטיגע אסיפה, ער האט שוין אויסגעמעקט זיין פעיסבוק אקאונט. ס'איז זיכער אז א געוויסע פראצענט האט עס אויפגעטאן, די שאלה איז נאר וויפיל?

וויאזוי מעקט מען אויס א טוויטער אדער פעיסבוק אקאונט?
אדרבה זאל איינער געבן אנווייזונגען ווילאנג דער ציבור איז נאך ווארעם דערצו.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

די דרשה'ס זענען געוועהן ענגליש, איי עס איז דאך געוועהן דזיבוי רב, פשעווארסק רבי, סקולען רבי, רבי דן סגל, איז אויב אזוי איז דאך געוועהן נאר איין ענגלישע בעל דרשן הרב וואקסמאן, וואס הייסט די דרשות זענען געוועהן ענגליש. איז על כן וויל איך דא עפעס מסביר זיין, לאמיר זיך נישט נער'ן, די דרשות פון פשעווארסקע רבי סקולען רבי און הרב סגל, גייען נישט אריין אין די ראם פון א דרשה, זיי זענען נישט קיין בעלי דרשנים, זיי זענען ערליכע אידן מגדולי דורינו, וואס האבן זיי שוין געזאגט, הרב סגל מענטשען מיינען אז ער האט גערעט ענגליש, איי ער קאן דאך נישט קיין ענגליש, אבער לויט זיין רעדען אזוי פיל וויפיל מ'האט פארשטאנען האט עס געסאונד אין ענגליש. הרב וואקסמאן האט זיך אויף געשטעלט דריי מאהל רעדען, אלע דריי זיינע דרשות איז געוועהן ענגליש, איינס פין זיי געמישט אין אידיש. דער דזיבוי'ס דרשה איז געוועהן זייער בורינג, פון די אלע דרשות בלייבט איבער און קאפ נאר די דרשות פון הרב וואקסמאן, גייט מען טאקע אוועק מיט דעם טעם ענגליש אין מויל, כאילו "אלע" דרשות זענען געוועהן אין ענגליש, במקום לתקן אתה מקלקל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אקעי! וואסערע ווייטע אויגן דיין רעבע האט !!!!!

אגב איין דרשה פון וואקסמאן איז געווען בלויז אידיש דאכצעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

זר זהב האט געשריבן:דער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...

ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.

און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יואליש האט געשריבן:

אקעי דו מאכסט עס אביסל ערגער. רב וואקסמאן האט אויך דערמאנט דעם רבי'ן, און ס'געווען מער פון 5 סאטמארע דארט, איך בין דארט געווען מיט 5 חבירים און צוזאמען מיט מיר איז דאס גאנצע 6.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

יואליש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...

ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.

און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...

טויש דיר ניק, חוץ אויב דו רופסט דיר יואלי'ש נאכן ב"ח אדער נאך א צווייטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זר זהב האט געשריבן:

יואליש מיינט צו זאגען 5 טויזענט

דאו! פינעף מיינט פינעף טויזענט.

מ'האט דערמאנט סאטמאר רב (ביינדל) אזוי ווי מ'האט דערמיינט דעם סטייפלער. דער זשיבוער האט געהאט א ארדער צו זאגן "די רבי". אראגאנץ? יא. פאליטיש (אינערליך) גיט, יא. אויך איז געשטאנען אויף זיין ליסט צו דערמיינען ציונות (פון איירופע...) און אונגארן, און חת"ס, און טיילונג. איך פארשטיי פארוואס ס'האט פאליטיש אויסגעפעלט, אבער די דרשה איז ארויסגעקומען ווי א מצה נפוחה וכפולה. איז דאס די בעסטע בעל דרשן וואס די חסידישע וועלט פארמאגט? האמיר נישט קיין חסידישע וואקסמאן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמואל הלוי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...

ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.

און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...

טויש דיר ניק, חוץ אויב דו רופסט דיר יואלי'ש נאכן ב"ח אדער נאך א צווייטן.

ווייל זיין טאטע האט אים געגעבן דעי נאמען בלייבט ער געקידנעפט ביי דעם??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

זר זהב האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דער דזשיבויער פון קאנאדע איז געווען א פלאפ, סאררי

כ'האלט ער איז געווען א פלאפ ווייל ער האט נישט געקענט געבן די דרשה וואס "ער" וואלט ווען געוואלט געבן. פון זיין דרשה האט אויסגעקוקט אז מ'האט אים געהייערט צו סקארן פאליטישע פאוינטס און געבן פאליטישע קאווער פאר איינעם. ער האט אויסגעשריגן פאר א עולם פון 40,000 מענטשן, וואס אפשר 5 דערפון זענען געווען סאטמאר: די רבי ז"ל! (ווער?) אלס צו ווייסן אז ס'איז א געהעריגע סאטמארע עווענט...

ער האט דעליווערט וואס מ'האט אים געבעטן, אבער ארויסגעקומען אינגאצען נישט אין פלאץ, זיין גאנצע דרשה איז געווען תוכן-לאז. אין קורצן, א סאטמארע דרשה.

און דאס האט געגעבן א זויערע טעם פאר די איבעריגע, די געדולד האט שוין געפלאצט סיי פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש, און זיכער פאר די וואס האבן יא פארשטיינען...

אקעי דו מאכסט עס אביסל ערגער. רב וואקסמאן האט אויך דערמאנט דעם רבי'ן, און ס'געווען מער פון 5 סאטמארע דארט, איך בין דארט געווען מיט 5 חבירים און צוזאמען מיט מיר איז דאס גאנצע 6.

די ווייסט וואס ער מיינט צו זאגען
פון פערציג טויזענט באטייליגע וויפיל פראצענט האבן טאקע געדארפט געבען דער סארט שפראך?
פון די סקווירא וויזניץ בעלזא גור באבוב (45) סקאליע
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וואקסמאן האט אויך דערמאנט ציונות ווען ער האט גערעט פון אידישע היסטארי. איז ער אויך געווען געצווינגען ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעמאקראטיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך דעמאקראטיע »

יא מען האט ביי די אלע דרשות אנגעזעהן אז דא איז געווען גרויס פרעשור מצד סאטמאר
צום ביישפיל האט מיר איינער געזאגט אז ביי תהילים האט מען נישט דערמאנט רב אלישיב טראץ וואס ער איז געפונט זיך יעצט אין א קריטישן מצב
אין ער איז היינט די מערסט רעספקעטירט אין די ליטווישע וועלט
איך גלייב אז זיי האבן געקרומט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דעמאקראטיע האט געשריבן:יא מען האט ביי די אלע דרשות אנגעזעהן אז דא איז געווען גרויס פרעשור מצד סאטמאר
צום ביישפיל האט מיר איינער געזאגט אז ביי תהילים האט מען נישט דערמאנט רב אלישיב טראץ וואס ער איז געפונט זיך יעצט אין א קריטישן מצב
אין ער איז היינט די מערסט רעספקעטירט אין די ליטווישע וועלט
איך גלייב אז זיי האבן געקרומט

תורת רבינו יואל לעבט און לייכט! מ'וועט נישט זאגן תהילים פאר אלישב! פארשטיינען!!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

"דער איד" האט נישט קיים פראבלעם צו באריכטן איבער אלישיב, פארשטיי איך נישט די הוהא דא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אנשטאט הכתרה פאר סקולען רבי האבן די ליטווישע געקרוינט הרב סאלאמאן, וועט מען האט איהם אויס גערופן האבן זיי אנגעהויבען צו זינגען "ימים על ימי מלך תוסיף", וואס דאס האט בכלל נישט געשמעקט פאר רבי מלכיאל קאטלער.

רבי חיים דוד כ"ץ לויט ווי איך האב איהם אבזערווירט איז ער געזעצן ווי א יון אין דער סוכה. ער האט בכלל נישט געליכענט זיין זיץ וואס איז געוועהן אויף דער בליטשערס אונטערן ריכטיגע אויבן-אן, זיין זיץ איז געוועהן לעבען אפאר אינגערלייט.

ר' אשר לאנדא מגי"ש ישיבת כרם שלמה באבוב (48) דער וואס פירט אן דער די"ת פון יענע זייט האט זיך באטייליגט, אזוי אויך דער באבוב (48) שמש ר' אפרים בארנשטיין, ובראשם דער דיין רבי חיים יעקב טויבער (איהם האט מען נישט געזעהן אויפן סקרין אפילו פעם אחת לרגע קט).

קיינער האט נישט דערמאנט די נושא פון דער עירוב.

הרב וואקסמאן'ס רעדען איבער די נגע הציונות איז אזוי ווי סאטמאר רבי רעדען אנטקעגען נגע המחלוקות וערכאות עכו"ם

טו בי קאנטיניוד
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

א שאד ארימציטענהען
כאטשיג אוך האב נושט געגלייבט אז מוועט אמאל קענען צזאמברענגען אזויפיל אידען בין איך געווען שאקד מיטהאלטענדיג לייוו אף א סקרין די גאנצע כינוס = == סאיז געווען פיל!
סוקסעספיל!
100 % היימיש ארטעדאקסישע יודען!
דע רבי זי"ע האט מען דערמאנט 7 מאל!
געווען געשטאפט ביז שפעט ביינאכט
אלעס האט געקלאפט!
וויפיל דרשות אין אידיש ענגליש איז בעלאני פליז קאט דע קרעפ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

התחברות רח"ל...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איינער שרייבט דא אז זי האט זיך פארשטעלט ווי א מאנסביל און געווען ביים כינוס

http://betabeat.com/2012/05/21/ultra-or ... en-and-me/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

דעמאקראטיע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:פארוואס איך שרייב אז די דריי סאטמאר (מהר"א) באבוב (45) און מונקאטש זענען געווינערס, איז גאנץ פשוט, דאס האט גארנישט מיט פאליטיק, מציאות הדברים, טעם הדבר איז אזוי:

וואס האט דאס א שייכות מיט די גאנצע תגובה דיינע???
חוץ אז דו ביזט א חסיד פון איינער פון די 3 אין דו ווילסט נישט אז זייער דורכפאל זאל זיין גרויס, האסטו באשלאסן צו נעמען דעם געהויבענען כינוס אין דעס מאכן פאר א דורכפאל
אנדערש האט דיין תגובה נישט קיין פשט

קאם אן די כינוס איז געווען א זעלטענע סוקסעסס
ווען האסטו לעצטע מאל געהערט רעדן סקולענע רבי. ר' לייבוש. אין רב וואזנער ביי 1 מסיבה???

הייסט די סוקסעס פונעם כינוס אז סקולענער רבי מיט ר' לייבוש און הרב וואזנער האבן גערעדט ביי איין מסיבה?

הער מיך אויס, ווען דו לאסט ארויס סאטמאר קענסטו צושטעלן אויף הרב קנייבסקי מיט שטיינמאן מיט קלז"ב ס'וועט זיין סאך מער סוקסעס, אבער וואס רבונע דעלמא האט דאס מיט אינטערנעט?
פארשפארט