גאלד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אסאך געדענקן דאס, אבער איך געדענק גוט שמחות תורה אין וומ"ב פלעגן אומפארשעמטע סאטמארע יונגע בחור'לעך גיין קיין פאפא צי די הקפות זיך געשטעלט אין די הייעך אויף די פארענטשעס און פרעכערהייט אפגעלאכט פון דער רבי און די חסידים,
פעך!! קיין טראפ שאנדע!!
מה עשה הקב"ה? עטליכע יאר שפעטער איז פון ראדני, בליל שמח"ת, ארויסגעקומען די גרעסטע חילול השם אין היסטוריה (excluding ה' אייר)
איך דערמאן זיך יעצט אז כ'האב אמאל געעפענט אן אשכול איבער דעם, אבער אן קיין נאמען. מיין נקודה דארט איז געווען אז כולל / קולל זיין א גאנצע קהילה און זיי באטיטלן אלץ any חסרון / מעלה, איז נישט אויסגעהאלטן.
איך ווארט אויפן טאג וואס עפעס א פראפעסער וועט ארויסנפחן נאך א בוך אין די ענדלאזע סעריע פון ביכער איבער די האסידים ,ער וועט דאך אודאי נעמען חומר פון שטיבלינו און ספעציעל צימעס. פ.ג. לגיונות ווען זיין א שפאציר אין די פארק אקעגן יענע בזיונות.
ווער עס קען די פאפאנער משפחה ווייסט אז יש דברים באיד ווען עס קומט צו חכמה און פלאטשיגקייט. אבער עס איז נישט קיין סתירה צו איידלקייט און פיינקייט. חוץ פון דעם וואס אונגערישע קהלות ווי פיין און וואויל זיי זענען האבן גארנישט מיט חסידות ודרך הבעל שם טוב איינגעלייגט.