מעלות - א ברכה אין שטוב אדער א קללה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אודה ולא אבוש, מעלות איז נישט מיין פעיוואריט אויסגאבע. און אויב איז עס געווען מיין באליבסטע צייטשריפט אלץ בחור'ל האט זיין בא'חנ'שאפט שוין לאנג אויסגעוועפט ווען כ'האב אויף דער עלטער איינגעזען אז חוץ די עקסטרעם אויסגעהאלטענע אידיש און די עקסטרעם אומאויסגעהאלטענע פעמעניזם, פארקויפט עס נישט באמת ווער-ווייס-איך-וואס. אבער אין יידל מקפח שכר כל בריה, און אז מעלות טוט צו דער זאך דארף מען זיי אויסרופן לשבח און עס ווארעם באגריסן משום על תמנע טוב. כלפי מה דברי אמורים? איינער פון די נענסטע זאכן צו מיין הארץ איז סייענס, אדער ווי קאווע שטיבל רופט עס, וויסנשאפט. סיי פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט ("שאו מרום עיניכם, וראו מי ברא אלה", "מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית") און סיי פון א סעקולארן וויסנשאפטליכן שטאנדפונקט טוט די שטודיע פון חכמה ערפילן גאר א וויכטיגן תפקיד. למעשה אבער, צוליב פארשידענע סיבות, באקומט דער דורכשניטליכער חסידישער אינגעל גאר א שוואכן ערציאונג אין געביט פון סייענס. דערפאר בין איך גאר ווארעם צו סיי ווער עס טוט בענין זה. איך געדענקט ווי אלץ קינד האב איך געקויפט יעדן איינציגסטן יפה בעתו, און ווי כ'האב אויספראבירט אלע זיינע עקספערימענטן ווי מאכן אייגענע פאפיר און אן אייגענע פלאשלייט. אזוי אויך געדענק איך ווי די ערשטע קאלום אינעם צייטשריפט (ז"ל) און שפעטער אינעם שטערן וואס איך פלעג ליינען יעדעם חודש איז געווען חייקל אלצווייסער. ווען חייקל איז פארשוואונדען געווארן האט עס מיר זייער וויי געטון. דערפאר בין איך געווארן איבערראשט ווען כ'האב געזען אינעם נייעם מעלות פון חודש תשרי אז זיי האבן אריינגעלייגט אינעם קינדער אפטיילונג א נייע קאלום, "נחום דער חכם", וואו קינדער קענען אריינשיקן זייערע שאלות בעניני "נפלאות הבורא און אלגעמיינע ידיעות", און נחום דער חכם וועט ענטפערן. די חודש האט נחום דער חכם מסביר געווען פאר זיינע קינדער דאס ענין פון bouyancy, וויאזוי זאכן האלטן זיך אויף די וואסער און זינקען נישט איין. דער ארטיקל איז הערליך אראפגעלייגט מיט א קלארקייט אזוי אז א פילע א קלענערער קינד זאל דאס פארשטיין, באגלייט מיט א זיסע און פשוטע עקספערימענט וואס נחום דער חכם ווייזט פאר זיינע קינדער צו ערקלערן זיינע ווערטער. קודאס, מעלות!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
איך האב פונקט די וואך באגעגענט דעם ״נחום דער חכם״, און איך האב געטראכט אז עס איז ראוי לברכה. איך קען קוים ווארטן אז איינער זאל טרעפן דארטן סתירות צו אפענע מאמרי חז״ל, און עס זאל דארט ווערן א דעבאטע ארום דעם.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- נאה דורש
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
- האט שוין געלייקט: 33 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל
איבער די מעלות פון די חודש וואו הרב י הלוי באשרייבט יוסיפון.
viewtopic.php?f=8&t=6886&p=214784&hilit=מעלות#p214784
viewtopic.php?f=8&t=6886&p=214784&hilit=מעלות#p214784
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
חקרן האט געשריבן:לדעתי איז י. הלוי צי אויפגעקלערט פאר די מעלות... אינטערעסאנט אז זיי לאזן עס אריין.
[tag]חקרן[/tag], איך האב שוין לאנג נישט געליינט די מעלות, אבער לויט ווי איך געדענק איז י. הלוי אלעמאל געווען די פרומסטע ארטיקל אינעם מעלות (וואס איז די פרומסטע אידישע אויסגאבע). איך קען נישט זעהן וואס איז שייך צו זיין אויפגעקלערט אין זיינע ארטיקלן. אפשר ביסטו מער מרחיב און ערקלער וואס דו מיינסט ווען דו זאגסט אז ס'אויפגעקלערט. דו מיינסט אז א פופציג יעריגע יוד איז פלוצלינג געווארן אויפגעקלערט?
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
חקרן האט געשריבן:איך מיין אז דו רעדסט פון ב. הלוי, בשעת איך רעד פון י. הלוי.
קען זיין. כ'האב פריער געזאגט אז כ'האב שוין לאנג נישט געליינט. איז אפשר קענסטו מסביר זיין וואו שטעקט די אויפגעקלערטקייט פון י הלוי. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די מעלות זאל אדורך לאזן עפעס וואס איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
באשרייבונג אויף יוסיפון, צווישן זיי זאכן וואס איך וואלט זיך נישט געראכטן צו ליינען אין מעלות - איך געדענק נישט פונקטליך וואס, אבער ליינענדיג האט עס מיר געמאכט אזא רושם.
באשרייבונג איבער די דענמע סעקעטע - איבערבלייבענישן פון די שבתאים. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מעלות איך זעה אין מעלות א באשרייבונג אויף א גוי'אישע סעקטע, ווער רעדט נאך פון א שמוציגע פאלק וואס טוען אפ די ערגסטע וד"ל.
אן ארטיקל מיטן נאמען 'מילתא דבדוחתא אין די תורה' לכבוד חודש אדר. ברענגט ארויס אז די תורה רעדט טייל מאל הומעריסטיש און וואו מען זעט עס...
נישט אז די זאכן שטערן מיר. לגמרי נישט, אבער אז אין מעלות זאל עס שטיין איז עס מיר א חידוש.
...
ווייט פיש האקט - ברוך שכוונתי.

- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 262 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל
אלס א שטענדיגער און געשוואוירענער ליינער פון מעלות נאך פון תשנ''ז און מיין נאמען האט שוין פיגורירט דארט מער ווי איינמאל, וועל איך צולייגן מיינע פאר פארזשאווערטע צענט צום אלטן שמועס.
לדעתי איז מעלות א וואונדערפולע און לויבנסווירדיגע אויסגאבע בעיקר מיט דאס וואס פילע האבן שוין ארויסגעברענגט, נעמליך ''מחשבה''. מעלות לערנט אויס הונדערטער קינדער און ערוואקסענע - אין א סאסייעטי וואו טראכטן איז שטארק אונטערדרוקט - צו טראכטן זעלבסטשטענדיג און אדורכטון נושאים פון אלע צדדים. דאס זעלבע איז בנוגע די פרומקייט וואס ווערט נישט געפיטערט אויף א ווילדן אופן ווי ''אזוי האט דער רביזכרונלברכה געזאגט'' נאר מיט טיפע געדאנקען און חומר למחשבה וואס האט שוין בעבר געפירט צו דיסקוסיעס אין ספרי מחשבה ווי רמח''ל כוזרי און מורה וואס איז כידוע - סם החיים.
אין איי וועלט טענה'ן געוויסע אז מעלות דירעקטירט צו לינקס, דאס איז מעגליך, אבער עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט די הערליכע ארטיקלען וואס זענען שוין געלאפן פאר עטליכע יאר צוריק, ווי דער הפלא'דיגן ארטיקל איבער די גריכישע אימפעריע און די רוימישע אימפעריע (וואס האט געצויגן קריטיק פון די יושבי חשך), ראסיזם, און נאך פילע, (די וואונדערליכע עשרת השבטים סעריע איז אויך ווייט נישט ארטאדאקסיש כידוע). דער פרומער מהלך וואס די ארטיקלען נעמען אן איז אומפארמיידליך פאר אזא אנערקענטע אויסגאבע ווי זיי (אין זייערע סאמע ערשטע אויפלאגעס זעט מען נאך גאר אן אנדער שפראך ווען זייער קונדשאפט איז נאך נישט געווען אויסגעקלארט), און עס איז מערקווירדיג וויאזוי די ארטיקלען זענען געשריבן אויף א וועג וואס טוט נישט פארדרייען קיין פאקטן נאר ענדערש זיי פארהוילן אבער אויף א וועג וואס איז משתמע לתרי אנפין פאר די וואס ווייסן, (א קליינע דוגמא ביי נחום דער חכם'ס ארטיקל ווען ער האט געשריבן איבער די זון און די וועלט ווי ער האט זיך הערליך ארויסגעדרייט פון בארירן די שרעקליכע פראגע פון ווער דרייט זיך ארום וועם.
אין אונזער סאסייעטי איז אוממעגליך צו אנגיין אויף א ליבעראלערן פארנעם, ופוק חזי מה נעשה בצייטשריפט און שטערן ועוד. דער קלוגער מהלך וואס מעלות האט געפירט זיך זעלבסט צו דערקלערן אלס רבנישע אויטאריטעט אזש שיינע אידן האבן נישט קיין פראבלעם דאס צו ציטירן און רעקאמענדירן איז גאר באגריסנד.
איך אליין ליין דאס ווייניגער און ווייניגער אבער איך האלט אז דאס איז א וויכטיגע זאך אין אזא פארמאכטן קולטור צו ליינען אביסל העכערע קוואליטעט שרייבעריי און בעיקר, נוצן דעם מח.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אויב איז דער אפשאצונג ריכטיג, וואלטן זיי ביי געוויסע ענינים געדארפט אננעמען דעם מיטל פון סייג לחכמה שתיקה, נישט טאנצן מיט די רעכטע עקסטרעמיסטן. ווי צב"ש פארציילן מעשיות ווי אזוי איינע איז געהאלפן געווארן ווייל זי האט מער נישט געקוקט קיין קליפס אויף איר קעמערע. ווער רעדט נאך פון די נארישע מערכה אקעגן קאמפיוטער'ס, אנשטאט נעמען די מענטשליכע מיטל וועג און אינקארעדזשן פילטערס, שרייבט מען כסדר מיט די בת היענה מענטאליטעט אז מען ווערט געהאלפן שלא כדרך הטבע מיט אלע מיני ישועות אויב ווארפט מען אוועק דעם קאמפיוטער מיטן סמארטפאון מיטן קעמערע וואס קען רח"ל כאפן קליפס, מען זאל ליבערשט לעבן ווי אין דער מיטל אלטער. דאס איז גענצליך איבריג, די עקסטרעמיסטן וואלטן צופרידן געווען אן די מערכה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
מעלות, פונקט ווי אלע אנדערע אויסגאבעס, קעיטערט צום קליענטעל. זיי שרייבן וואס די ליינער ווילן הערן נישט וואס זיי האלטן (אינגאנצן) באמת. צוליב דעם האבן זיי פאר א גאר לאנגע תקופה געלאזט זייערע ליינער אריינשוקן זייערע פריוואטע הבטחתי ונושעתי פורים מופתים, טראץ דעם וואס זיי אליינס זענען לכאורה נישט קיין שטארקע גלייבער דערין. די זעלבע איז מיט די ישועות צוליב'ן ארויסווארפן די מייקראוועיוו, אדער דאס וואס איר זעהט דא.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל