'אסר' בשביל שתתעשר
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
'אסר' בשביל שתתעשר
[justify]כ'בין געווען ביי א חבר מיינע, האב איך געזעהן ביי אים די נייע ספר/בוך פון רבי בן ציון מ'באבוב. פארציילט ער מיר אן אינטערעסאנטע עובדה פון דער בוך. (כ'פארצייל עס אזוי ווי איך האב עס געהערט.)
איין יאר פאר פסח האט איינער אימפארטירט קיין גאליציע בלוט מאראנצן. היות די בלוט מאראנצן זענען מער אפעטיטלעך ווי די געהעריגע מאראנצן פונעם מארק, בנוסף צום פאקט אז ס'געווען א נייע ערשיינונג, האט זיך דער עולם שטארק צוגעפאכעט דערצו. די לאקאלע מאראנצן סוחרים - וואס האבן געזעהן אז זיי שטייען פאר א גרויסע פארלוסט - האבן מעלה געווען א חשש אז די בלוט מאראנצן האבן ערהאלטן זייער שטארקע רויטע קאליר, דורכן אינדזשעקטען א רויטע פוד-קאלערינג וואס קען האבן א חשש חמץ אדער קטניות וכדומה.
מען איז געקומען צום קדושת ציון בעטן אז ער זאל אונטער חתמ'נען אויף א קול קורא אז די עולם זאל חושש זיין נישט צו נוצן די בלוט מאראנצן, עכ"פ אום פסח. נאך א לענגערע שמועס הלוך ושוב האט ער געזאגט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם מיט די בלוט מאראנצן, מען דארף נישט חושש זיין אז מען האט אינדזשעקטעד קאלארינג אין הונדערטער טויזענטער מאראנצן. דערנאך האט ער מוסיף געווען אז אסאך מאל זענען מענטשן מקיים עשר בשביל שתתעשר, זיי אסר'ן עפעס נאר כדי זיי זאלן ווערן רייך. (באציענדיג זיך דערביי צו זיין סברא אז די לאקאלע מאראנצן סוחרים זענען אויפגעקומען מיט די חשש רחוק, כדי צו ראטעווען זייער פארמעגן און זייער אייגענע אוצר פון פשוט'ע מאראנצן.) עד כאן המעשה.
א שיינע מעשה, נישט שלעכט. אבער דאס האט מיך געמאכט טראכטן (און ווען הוגה טראכט איז נישט גוט....). וויפיל מאל האבן מיר געזעהן אז עס איז ארויס געקומען אן איסור, א תיקון אדער א קול קורא, און נישט צו לאנג דערנאך זעהט מען אז איינער איז מרויח (נתעשר) דורך דער איסור ותיקון. סטראבעריס זענען מלא תולעים, א טאג שפעטער פארקויפט א קאמפאני "כשר'ע" סטראבעריס. ווערים אין וואסער, א קאמפאני פון פילטערס מיט א הכשר פון א רב. קברי ישראל, מיט אפאר (אסאך) דאלער וועלן מיר עס מאכן מתים-פריי. סעלפאונס זענען די חורבן הדור, וועט מאכן אלע אונזערע קינדער otd, מארגן איז דא (פלוצלינג) כשר'ע סעלפאונס. באלד נאך די געוואלדיגע מעמד הצלת הדורות כינוס כלל ישראל זענען געווען פילטערס, משגיחים, טעג, וועד ה'פישער ד'מאנסי וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אלעס קאסט געלט!
איך וויל נישט מאריך זיין, כ'וועל לאזן אנדערע ברענגן נאך דוגמאות (אדער מיך אפפרעגן). אבער איך ווינדער מיך. איז דאס א coincidence? אדער זענען די געוואלדיגע ארגעניזאציעס און מאני-מעיקינג ביזנעסעס געווען די סיבה ומטרת האיסור והמכשול? איך ווינדער מיך אויב דא אויך איז געווען 'אסר' בשביל שתתעשר. Who knows?
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אן אלטער טענה, אין פארשידענע פעלער האט מען טאקע גע'טענה'ט אז דאס איז ממש אזוי, כאטש עס איז פארשטייט זיך נישטא קיין קראנטע באווייזען דערצו, איז רגליים לדבר מיהא איכא.
קארל מארקס האט געטענה'ט אז די סיבה פאר יעדער באוועגונג וואס איז דא איז געלט, הגם ער איז נישט אינגאנצען גערעכט, איז ער טיילוויזי זיכער גערעכט. און ביי יעדער פרישער איסור חרם שבועה וקונם ברויך מען חושד זיין ווער האט דא א מאטיוו צו מאכען געלט.
פאלט מיר יעצט איין בדרך דרוש אז דאס איז טאקע דער נעוץ סופם בתחילתם וואס אין יום כיפור דער הייליגסטער טאג פון יאר פאנגט מען אן 'כל נדרי.. ואיסורי וחרמי וקונמי וכינויי'.. און מ'ענדיגט צו 'למען נחדל מעושק ידינו'.
צומאל איז אויך פארקערט, פארשידענע עניינים הייבען זיך אן פאר ריין ביזנעס צוועקן לכל הדעות, ווי למשל 'מצווה קינדער' ודומיו, און ענדיגן זיך ביי א פרומקייט נישט צו שפילען מיט גויי'שע זאכען. ויש להאריך בכל זה.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1432
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:!wow יו היט די נעיל אן די העד. איך קען דיר זאגן אז די האסט א אמת'ע פוינט, איך קען די מארקיטינג וועלט זייער גוט פון די נאנט. נאך אפאר דוגמאות: די שבת פעמפערס, שבת'דיגע wipes, שבת'דיגע קראקפאט ועוד
[tag]הוגה[/tag] האט געעפענט די אשכול מיט א שיינע מעשה׳לע, אבער דאס וואס די זאגסט איז אומריכטיג, ווייל איבער ווייפס אין פעמעפערס איז מען שוין דן פון ווען די אייטעם׳ס זענענן ארויס אויפן מארק, אין שבת׳דיגע דערפון איז גאר א נייע זאך.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מיין פיהלינג האט מיר קיינמאל דאס נישט געזאגט. מיר קומט פאר ווי רבנים האבן אפראוטשט ביזנעס לייט און מומחים וואס זאלן צושטעלן כשר'ע סחורה ווייל אויב נישט איז דאך נישט שייך צו אסר'ן כלים וואס מ'מוז האבן. איך בין גראדע זייער א גרויסער ציניק. אבער דא קומט מיר עס נישט פאר. אפשר ביניך גאר נאיוו ?
און אפשר איז מאראנצן זאפט טאקע געקומען צו לויפן ווען ער האט געהערט רעדן פון א מעגליכן קאנקורענץ?..![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
און אפשר איז מאראנצן זאפט טאקע געקומען צו לויפן ווען ער האט געהערט רעדן פון א מעגליכן קאנקורענץ?..
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ווער עס געדענקט, ביי די חלב פרשה ווען קאשויער רב ז"ל האט גע'אסר'ט האבן די סאטמוירים גע'טענה'ט היתכן דו אסר'סט אין די וועלט אריין און טויזנטער אידן בלייבן פלוצלינג פליישלאז? ווען דו ווילסט ווען עכט אויפטוהן וואלסטו ווען געעפנט א מהודר'דיגע יאטקע וואס זאל נאכקומען דיינע חומרות און חששות.
קאשויער רב האט אויף דעם געענטפערט, אז ווען ער שאל ווען אזוי טאן וואלט יעדער איינער געשריגן אז די סיבה פארוואס ער אסר'ט די אלגעמיינע פלייש איז כדי צו ברענגען ביזנעס פאר זיין יאטקע.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
הוגה,
א שיינע מעשה. און עס איז זיכער אז עס זענען פאראן אזעלכע פעלער. אבער איך מיין עס איז אביסל קאנספיראטאריש דאס צו מאכן אלס א כלל.
נאך אלעם ווייסן מיר דאך גוט ווי ערליך און פרום מענטשן זענען, סאו פארוואס זאל זיין שווער אנצונעמען אז זיי הערן פון א מעגליכע פראבלעם און זיי נעמען זיך דערצו בכל התוקף און מאכן זיכער אז מענטשן ווייסן און היטן זיך דערפון. למשל די פראבלעם פון סטראבעריס וואס דו האסט אנגעכאפט, איז דאך לעכערליך צו זאגן אז מען איז געגאנגען זוכן ווערים, כדי צו קענען ארויסקומען מיט א בעסערע. ווייל אינדעפענדענט מומחים פון איבעראל נעמען זיך באקוקן פעקלעך סטראבעריס און אויב וואלטן קיינער נישט געפונען, וואלט מען דאך אפגעשלאגן די טענה.
נאר אויב עפעס, איז ענדערש די פראבלעם טאקע דאס אז "מען זוכט פראבלעמען". מען מיינט אז ס'איז א מצוה צו קענען טרעפן ווי מער איסורים און חומרות. און אפילו ווען מען הערט פון א שטיקל חשש, טאנצט מען קודם ארויף מיט'ן גאנצן הארבקייט, כאילו ווי מער איסורים אלץ בעסער. און טאקע ביי סטראבעריס למשל איז אויך אזוי געווען, בשעת אנדערע האבן געטראפן וועגן וויאזוי מ'זאל עס יא קענען באקוקן און עסן, האבן די "מחמירים" דערקלערט א פולקאמען "בען". און פארשטענדליך איז דעמאלט די צייט רייף פאר ביזנעסלייט צו פרובירן מאכן געלט דערויף.
בקיצור, ביי אונזער "טשיקן-און-איי" פראגע, איז געווענליך קודם די איסור, דערנאך קומען שנעל צו לויפן די אפארטוניסטן. נישט די מייזן מאכן דעם לאך, נאר געווענליך איז דא א לאך, און די מייז קומען דארט צו לויפן.

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[tag]לעיקוואד[/tag], זייער א שיינע כל נדרי פשט'ל. ודפח"ח.
די אמת איז אז איך האלט נישט באמת אז א יעדע איסור קומט מיט א ביזנעס חשבון. אמאל קומט עס פון over compensating פרומענישן, אמאל קומט עס פון די רצון צו געוועלטיגן איבער אנדערע, אמאל קומט עס פון א ריכטיגע יראת שמים און אמאל קומט עס מיט א ביזנעס חשבון. וויפיל איז די פונקטליכע פראצענטן ווייס איך נישט. ווי עס זעהט אויס ווערט די דריטע קאטעגאריע קלענער בשעת די אנדערע ווערן גרעסער.
ווען כ'האב געהערט דער מעשה האט מיר עס געמאכט טראכטן. וואס ליגט אונטער אלע אונזער איסורים, תקנות, און חומרות. נישט אז איך האלט אז אלעס איז נאר כדי שתתעשר, נאר עס איז שווער נישט צו האבן כאטש א חשד, ספעציעל ווען מען זעהט טאקע די פאקטן ווערן שפעטער אזוי נתברר.
ווער עס געדענקט איז פארן כינוס כלל ישראל געווען א געפעכט צווישן ש. א. מייזעלס און נחמי' גאטליעב. מייזעלס האט אראפ געלייגט זיין פוס אז גאטליעב טאר נישט פראמאוטען קיין שום סערוויס אדער כלים אין סיטי פיעלד. אבער א טאג נאך די כינוס האט גאטליעב אנגעהויבן זיין ביזנעס מיט טעג אפיסעס אין אלע געגנטער און יעצט מיט זיין וועד האישור. די זעלבע איז מיט זיין קאונטערפארט פון בני ברק, מאטקע בלוי הידוע לשמצה.
די אמת איז אז איך האלט נישט באמת אז א יעדע איסור קומט מיט א ביזנעס חשבון. אמאל קומט עס פון over compensating פרומענישן, אמאל קומט עס פון די רצון צו געוועלטיגן איבער אנדערע, אמאל קומט עס פון א ריכטיגע יראת שמים און אמאל קומט עס מיט א ביזנעס חשבון. וויפיל איז די פונקטליכע פראצענטן ווייס איך נישט. ווי עס זעהט אויס ווערט די דריטע קאטעגאריע קלענער בשעת די אנדערע ווערן גרעסער.
ווען כ'האב געהערט דער מעשה האט מיר עס געמאכט טראכטן. וואס ליגט אונטער אלע אונזער איסורים, תקנות, און חומרות. נישט אז איך האלט אז אלעס איז נאר כדי שתתעשר, נאר עס איז שווער נישט צו האבן כאטש א חשד, ספעציעל ווען מען זעהט טאקע די פאקטן ווערן שפעטער אזוי נתברר.
ווער עס געדענקט איז פארן כינוס כלל ישראל געווען א געפעכט צווישן ש. א. מייזעלס און נחמי' גאטליעב. מייזעלס האט אראפ געלייגט זיין פוס אז גאטליעב טאר נישט פראמאוטען קיין שום סערוויס אדער כלים אין סיטי פיעלד. אבער א טאג נאך די כינוס האט גאטליעב אנגעהויבן זיין ביזנעס מיט טעג אפיסעס אין אלע געגנטער און יעצט מיט זיין וועד האישור. די זעלבע איז מיט זיין קאונטערפארט פון בני ברק, מאטקע בלוי הידוע לשמצה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב נישט געוואלט מרחיב זיין מיט דוגמאות פון לשון הרע מיט צימעס, אבער איך קען אויסרעכענען צענדליגע פעלער פון אזעלכע "conflicts of interest" צווישען הלכות מחאות איסורים און ביזנעס מיט געלט וואס די גאס האט געשמועסט דערפון אזוי. א חלק מסתמא מער אמת ווי אנדערע. און אסאך מאל טאקע איז די איסור די גורם צו די ביזנעס און נישט פארקערט. פארשטייט זיך דאס איז נישט די איינציגסטע סיבה, עס איז אבער זיכער א מעגליכע סיבה.
נאך א זאך, אפילו איינער וואס ער זיכט נישט די ביזנעס וואס איז א פועל יוצא פון דעם, איז דאך פארהאן אזעלכע וואס זייער ביזנעס איז קנאות מיט מחאות, דא איז די ביזנעס נישט קיין אינטערעסט וואס שטויסט זיך אן מיט די בירור לאמיתה של תורה, נאר איז ממש היינו הך. ער מוז ארויסגעבן אן איסור יעדער פאר חדשים ער זאל בכלל בלייבען רעלעווענט און אנהאלטען זיין מעמד געלט כבוד וכו'. איך שטעל נישט צו קיין דוגמאות והדברים ידועים.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
א שיינער אשכול.
אפשר איז אין פלאץ צו דערמאנען דעם פאלגענדן אשכול פון באליבטן קופערניקוס, איבער די פילע איסורים פון רבני דורינו..
וישמעו רחוקים ויבואו, אלע נייע ניקס/ליינערס זאלן אים לייקן, בדין הוא שיטול שכרו...

וירח ה' את ריח הניחוח
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
בדחן האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:!wow יו היט די נעיל אן די העד. איך קען דיר זאגן אז די האסט א אמת'ע פוינט, איך קען די מארקיטינג וועלט זייער גוט פון די נאנט. נאך אפאר דוגמאות: די שבת פעמפערס, שבת'דיגע wipes, שבת'דיגע קראקפאט ועוד
[tag]הוגה[/tag] האט געעפענט די אשכול מיט א שיינע מעשה׳לע, אבער דאס וואס די זאגסט איז אומריכטיג, ווייל איבער ווייפס אין פעמעפערס איז מען שוין דן פון ווען די אייטעם׳ס זענענן ארויס אויפן מארק, אין שבת׳דיגע דערפון איז גאר א נייע זאך.
ביסט גערעכט, אבער מיין פוינט איז א ברייטערע אז אסאך קאמפאניעס ניצן די תורה צו מאכן געלט וואס איז בעצם נישט א געפערליכע עולה אויב ס'איז טאקע אן איסור חמור.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.