דיסקרימענאציע קעגן פאפא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך וויל וויסן.

קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?
ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?
ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?
פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?
נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

שת.אדמזאהן האט געשריבן:איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.
.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך וויל וויסן.
קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?

פאפא באשטייט פון צווישען 1000 און 2000 משפחות. איך קען נישט פארטרעטען יענעםס געפילן.
אויב איר פרעגט איבער מיינע געפילן?
סתם אזוי, איינער וואס מאכט חוזק פון א צווייטען איז ביי מיר אראפגעקוקט. בפרט ווען יענער זאגט סתם "ביסט דאך אזא פאפאנער", זאגט ער דאך גארנישט..
בדרך כלל, א מיטגעליד פון א קהילה אדער א חסיד, א וויזניצער, א בעלזער און א סקווירער, וועלן נישט חוזק מאכן פון פאפא, עס איז געווענדליך נאר א סאטמארער, אויף דעם זאגן שוין חז"ל הכל לפי המבייש.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?

עס וועט זיכער ווייטוהן פאר געוויסע חסידים.
זייער ריאקציע וועט זיין לכאורה איינע פון די פאלגענדע:
"שוין, די אינטערנעט ליידיגייערס"
"וואס איז יעצט געשעהן, ס'שטיל געווארן אין קאורט?"
"נעבעך, זיי זענען מקנא אונזער באשיידענקייט"

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?

איך ווייס נישט. לאמיר ערשט זעהן קעגען וועם דו ווילסט דאס מעסטען? וועם מיינסטו מיט "אנדערע"?

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?

דאס קומט פון וואוינען בשכינות פון א קהילה וואס איז געבויט מיט א שיטה "אונז זענען העכער פון יעדעם".

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

יא. איך בין נישט קיין חסיד. איך געהער צו די קהילה, איך בין מחשיב דעם רבי'ן פאר זיין געטריי שאפט צו זיינע חסידים, און צו זיין מוסדות. און בעיקר פאר זיין זיך פראבירן צו האלטן נארמאל און אזא משוגענע שטאט.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.

וואס מיינט "א פאפא בליק"?
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

I'm back האט געשריבן:
שת.אדמזאהן האט געשריבן:איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.


עס איז שווער צו מעסעטן פאפא ת"ת, מיט דריי פאראלעל קלאסען קעגען אנדערע ריזיגע חדרים.
אין פאל אז עס איז אמת וואס איר זאגט, איז די תירוץ אז די הנהלה געט זיך אפ מיט דעם. זיי זענען נישט פארנומען מיט פאליטיק.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.

א בליק אויף וואס?
פרעג מער פרטיתדיג

(איך קען נישט רעדן פאר גאנץ פאפא, איך רעד פאר מיר)
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

וויפיל פראצענט פון די קהילה זענען חסידים און וויפיל באלאנגען סתם צו די קהילה (אזוי ווי דיר)?

צווישן די בחורים אין ישיבה, איז דא א חסידות מצב? - מען רעדט אמאל מופתים פונעם רבי'ן?

מאכט זיך אמאל א מענטש וואס ווערט א פאפענער, צוליב דעם וואס ער ווערט איבערגענומען פונעם רבי'ן אדער פון די חסידות?
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:וויפיל פראצענט פון די קהילה זענען חסידים און וויפיל באלאנגען סתם צו די קהילה (אזוי ווי דיר)?

איך ווייס נישט

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:צווישן די בחורים אין ישיבה, איז דא א חסידות מצב?

ווי א זמן, ווי א תקופה.
אפילו ווען חסידות איז בתקפו איז דאס נישט עקסטרים.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מען רעדט אמאל מופתים פונעם רבי'ן?

ווער יונגע בחורים? שיחת נערים? קען זיין.
ערוואקסענע, קיינמאל נישט.
אפילו אויף די רבי ז"ל (בעל ויחי יוסף) פארציילט מען נישט קיין מופתים. נישט דאס איז געווען זיין גדלות.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מאכט זיך אמאל א מענטש וואס ווערט א פאפענער, צוליב דעם וואס ער ווערט איבערגענומען פונעם רבי'ן אדער פון די חסידות?

ניין.
עס מאכט זיך אז א נישט פאפא מיטגעליד שיקט זיינע קינדער צו פאפא מוסד, און מיט די צייט ווערן זיי כאחד מהם.
אדער אז אן איידעם ביי א פאפא מיטגעליד דאווענט ביי זיי שווער, און מיט די צייט ווערט ער א מעמבער כאחד מהם.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

דו שטעלסט אוועק זייער א קאלטע מצב ארום פאפא און איר רבי. מיין שאלה איז אויב אין די צייטן פון רבי'ן ז"ל, בעל ויחי יוסף, איז אויך געווען אזא קאלטקייט אדער דעמאלס האט מען מער געהאלטן פונעם רבין?

איך וויל נישט חלילה קריטיקירן, אבער לויט דיינע ווערטער מיינט עס אז פאפא שטייט גאנץ שוואך אין פארגלייך צו אנדערע חסידות'ן און עס פארמאגט בכלל נישט דער דמות פון א חסידי'שע הויף.

א נארמאל פלאץ איז דער רבי דער בריח התיכון, וואס צוליב זיינע טאלאנטן, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, ווערן מענטשן איבערגענומען פון אים און גייען אים נאך. אין רוב פלעצער וועסטו געפינען סתם בחורים אדער אפילו סתם אידן וועלכע זעען עפעס איין אין א פרעמדע רבי, און זענען מחליט אים נאכצוגיין אדער שטיצן, ווייל זיי ווערן פארקויפט פאר זיין מהות.

אין פאפא איז עס נישטא.

דאס מיינט אז דער רבי איז א געהעריגע פורים רב (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק) וואס בעצם פארקויפט ער גארנישט. עס נעמט נישט אוועק פון די עולה פון די וואס מאכן חוזק פון פאפא, וואס איז אן עולה פאר זיך, אבער פאפא כשלעצמו איז א שוואכע זאך לויט דיינע ווערטער. קען זיין אז איך האב עס נישט ארויס. ביטע זיי עס מסביר קלארער.

בכלל, איז די רבי נאנט מיט די בחורים? - האט ער א ווארט אין די מוסדות? - ער מישט זיך אמאל?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

בקיצור איך האב גאנץ א גוטע שמעק.... לכבוד קיעפ איט אפ...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

ווען איז די לעצטע מאהל וואס א פרעמדער האט איינגעזעהן די מעלות און געווארן א מעמבער אין סאטמאר?
אויב עפעס פאלן נאר ארויס מעמבערס יערליך.
דער פאפא רב הייסט א גרויסער ת"ח און האלט צוזאם זיינע חסידים (רוף עס קהילה אז דו ווילסט), טוט אויף פאר זיינע יודן אין אלע ענינים און איז די גרעסטע קהילה נאך סאטמאר אין וויליאמסבורג (דאס אז סאטמאר איז אסאך גרעסער פון זיי מאכט זיי נאך נישט קלענער)
און איך דיעל מיט אסאך פאפא'ער חסידים און זיי זענען קלוגע פיינע נארמאלע און געשמאקע מענטשן צו פארברענגן און דיעלן מיט.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה קריטיקירן

לא הביישן למד. אדרבה, פרעגט.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אבער אויב אזוי מיינט עס אז פאפא שטייט גאנץ שוואך אין פארגלייך צו אנדערע חסידות'ן און עס פארמאגט בכלל נישט דער דמות פון א חסידי'שע הויף.

פארוואס הייסט דאס "שוואך"? איך זעה דאס אלץ "שטארק", אלץ א מעלה.
וואס ווילסטו? עס זאל נאר זיין איין מנין קידוש לבנה?
ווער עס קומט נישט אויף שבת נחמו אין שטעטל זאל מען ארויסווארפן פון מוסד?
אין פאפא פילט זיך יעדער באקוועם, א קליין גרופע עולם שפירט זיך ווי אין א "חסידישע הויף", זיי ווייסען אלץ ווי דער רבי געפינט זיך, און וויפיל אייניקלעך דער רבי האט, די דאטום פון די קומענדיגע חתונה וכדומה, און דער גרעסערע עולם, איז זיך משתתף ווען זיי שפירן פאר וויכטיג אדער פאסיג. קיין לחץ.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:א נארמאל פלאץ איז דער רבי דער בריח התיכון, וואס צוליב זיינע טאלאנטן, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, ווערן מענטשן איבערגענומען פון אים און גייען אים נאך. אין רוב פלעצער וועסטו געפינען סתם בחורים אדער אפילו סתם אידן וועלכע זעען עפעס איין אין א פרעמדע רבי, און זענען מחליט אים נאכצוגיין אדער שטיצן, ווייל זיי ווערן פארקויפט פאר זיין מהות.
אין פאפא איז עס נישטא.

אין די לעצטע 150 יאר זענען די רבי'ס נישט געווארן אויפגענומען צוליב זייערע "טאלאנטען, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע".
אין פאפא זענען פארהאנען אסאך מענטשען וואס גייען צו אנדערע רבי'ס און צדיקים, נאנטע און ווייטע, פאר הדרכה אדער א ברכה. יעדער שפירט זיך באקוועם.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דאס מיינט אז דער רבי איז א געהעריגע פורים רב (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק) וואס בעצם פארקויפט ער גארנישט.
קען זיין אז איך האב עס נישט ארויס. ביטע זיי עס מסביר קלארער.

ער איז דער מנהיג פון די קהילה און מוסדות, דבר גדול ודבר קטן, אלעס גייט דורך זיין הסכמה. ער איז א שטארקע (אביסעל איבער די מאס) פרומער, און פראבירט זיך צו האלטן פארצייטיש.
די וואס האבן ליב שיינע דרשות, זענען זייער באקוועם צו גיין אויף וויען צו שלש-סעודות. קיינער האלט נישט חשבון.

פורים רב איז מימים ימימה, ר' לייבוש רובינשטיין.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נישט יוסף הערש שווארץ? אה ער לויפט אפשר צו ר' ארענען?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

הרב שת.

קודם כל שכוח פארן ענטפערן קלאר, דבר דיבור על אופניו, אנע דעם וואס דו זאלסט ווערן באליידיגט.

קוק אריין, וועסטו זען אז איך האב געאפגרעיט מיין תגובה, ביטע אפדעיט דיינס אויך.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

איר זענט מוסיף צו אייער שאלה, נאך וואס איך ענטפער. פראבירט דאס נישט צו טוהן (און פאל איר האט נאך וואס צו פרעגן)
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דו שטעלסט אוועק זייער א קאלטע מצב ארום פאפא און איר רבי. מיין שאלה איז אויב אין די צייטן פון רבי'ן ז"ל, בעל ויחי יוסף, איז אויך געווען אזא קאלטקייט אדער דעמאלס האט מען מער געהאלטן פונעם רבין?

די רבי ז"ל איז געווען א שטיק יראת-אלוקים, תורה און עבודה. גארנישט מער. אביסל חסידות, אביסל מעשיות. ער איז נישט געווען קיין מנהיג פאר די וועלט. הרבצת תורה און הוראה פאר משכימי לפתחו איז געווען זיין עולם הזה. ער האט נישט געמאכט קיין ווערטלעך אויף אנדערע גדולי ישראל, און אוודאי נישט פארברענגט מיט מקורבים טאג און נאכט.
עס איז נישט געווען שייך נישט צו האלטן פון אים. אבער, למען האמת, יא, אסאך האבן געהאט קריטיק בנוגע זיין זיך נישט אזוי גוט צושטעלן בכל הנוגע צו "בויען די זאך..."

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בכלל, איז די רבי נאנט מיט די בחורים?

פאר די וואס זוכען דאס נישט, ניין.
פאר די וואס זוכען דאס יא, ווייסען אז דער רבי וועט נישט ווערן זייער חבר, אפשר וועט דער רבי זיך שפירען אביסעל באקוועמער צו רעדן מיט זיי.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

סא, דו זאגסט בעיסיקלי, אז דער פריעדיגע רבי איז געווען גרויס, דערפאר איז מען געווען חסידים, און דער היינטיגע רבי איז קליין, דערפאר איז מען נישט חסידים.

דאס איז וואס דו זאגסט?
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:סא, דו זאגסט בעיסיקלי, אז דער פריעדיגע רבי איז געווען גרויס, דערפאר איז מען געווען חסידים, און דער היינטיגע רבי איז קליין, דערפאר איז מען נישט חסידים.
דאס איז וואס דו זאגסט?

געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.
עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

שת.אדמזאהן האט געשריבן:געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.


נישט ממש אזוי...
געווענליך האלטן אזוי די עלטערע חסידים. די יונגע ווערן שוין עכטע חסידים פונעם נייעם רבי'ן, פאר זיי גייט שוין נישט אזוי שטארק אן וואס דער אלטער איז געווען, זיי זענען שוין מקושר צום נייעם. אין געוויסע פלעצער גייט דאס מער עקסטרעם, אז צווישן די יונגווארג זענען פאראן אויך אזעלכע וואס שישקען זיך אז יפה כח הבן מכח האב... אבער אפילו אין די נארמאלע פלעצער, וועלן די יונגווארג זיך מקשר זיין מיטן נייעם רבי'ן און אפילו מען וועט מחשיב זיין דעם אלטן, און אפשר אפילו האלטן אז ער איז חשוב'ער, אבער מען ווערט פארבינדן מיטן נייעם רבי'ן און דאס איז זייער רבי אויף שטענדיג, און נישט דער אלטער רבי.

משא"כ אין פאפא איז עס אנדערש - א זאך וואס ווייזט לכאורה אויף א שטיקל חסרון, אדער אויפן רבי'ן זעלבסט, אדער אויף די חינוך פון די חסידים, אז זיי ווערן עפעס נישט מקושר מיטן נייעם רבי'ן, און ער ווערט נישט אנגעקוקט אלס זייער רבי.

און דערויף איז מיין שאלה - פארוואס?

שת.אדמזאהן האט געשריבן:עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".


פארוואס טאקע איז נישט אזוי ביים היינטיגן רבי? - פארוואס לערנט ער נישט פאר, פארוואס פארהערט ער נישט? - אין אנדערע ווערטער: פארוואס איז ער נישט משפיע פאר זיין עולם?

עס קוקט אויס ווי עפעס א דיסקאמיוניקאציע צווישן דער רבי מיט די חסידים. דער עולם איז נישט געבינדן מיט אים, מען קוקט אים נישט אן אלס זייער רבי, נאר ענדערש אלס סימבאל פאר די חסידות, א זכר צו אן אמאליגע רבי (אויב דאס יא).
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איך בין נישט קיין פאפא'נער כ'האב אבער מיר דארט געדרייט א תקופה אין מיינע אויגן איז דער עוועריזש פאפא אינגערמאן נאך אזוי קלוג ווי עני סאטמארער צו אנדערע חסידות'ן. זיי זענען זיכער מער מענטשליך און באזעסן. עס איז יא דא עפעס נאריש אין די וועג ווי די צעטליך און מודעות ווערן געשריבן און פובליצירט דורך די פירערשאפט. די האלב העברעאישע וועדים המארגנים אנשטאט נארמאל פשוט אידיש מאכט עפעס א אומ'באחנטן איינדרוק.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
שת.אדמזאהן האט געשריבן:געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.

נישט ממש אזוי...
געווענליך האלטן אזוי די עלטערע חסידים. די יונגע ווערן שוין עכטע חסידים פונעם נייעם רבי'ן, פאר זיי גייט שוין נישט אזוי שטארק אן וואס דער אלטער איז געווען, זיי זענען שוין מקושר צום נייעם. אין געוויסע פלעצער גייט דאס מער עקסטרעם, אז צווישן די יונגווארג זענען פאראן אויך אזעלכע וואס שישקען זיך אז יפה כח הבן מכח האב... אבער אפילו אין די נארמאלע פלעצער, וועלן די יונגווארג זיך מקשר זיין מיטן נייעם רבי'ן און אפילו מען וועט מחשיב זיין דעם אלטן, און אפשר אפילו האלטן אז ער איז חשוב'ער, אבער מען ווערט פארבינדן מיטן נייעם רבי'ן און דאס איז זייער רבי אויף שטענדיג, און נישט דער אלטער רבי.
משא"כ אין פאפא איז עס אנדערש - א זאך וואס ווייזט לכאורה אויף א שטיקל חסרון, אדער אויפן רבי'ן זעלבסט, אדער אויף די חינוך פון די חסידים, אז זיי ווערן עפעס נישט מקושר מיטן נייעם רבי'ן, און ער ווערט נישט אנגעקוקט אלס זייער רבי.
און דערויף איז מיין שאלה - פארוואס?

מען האט קיינמאל נישט געפרעדיגט אויף דעם.
ווי שוין געזאגט, איך רעד וואס איך שפיר און טראכט, אבער אוודאי געוויס, עס זענען דא חסידים, צווישען זיי אויך נארמאלע קלוגע מענטשן, וואס זעהן אינעם רבין א מנהיג, א טאטע, א צדיק, וכו'.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
שת.אדמזאהן האט געשריבן:עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".

פארוואס טאקע איז נישט אזוי ביים היינטיגן רבי? - פארוואס לערנט ער נישט פאר, פארוואס פארהערט ער נישט?

איך ווייס נישט.
אוודאי איז דא א גרעסערע נאנטשאפט און הערצה ווען חסידים זענען אויך תלמידים.
איך שטעל זיך פאר אז תלמידים פון ישיבת סאטמאר אין קרית יואל וואס זיצען ביים שיעור פון סאטמאר רבי'ן שפירען אן פערסענאל הערצה פאר אים.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: פארוואס איז ער נישט משפיע פאר זיין עולם?

ער איז יא משפיע, פאר די וואס זענען מקבל.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי עפעס א דיסקאמיוניקאציע צווישן דער רבי מיט די חסידים. דער עולם איז נישט געבינדן מיט אים, מען קוקט אים נישט אן אלס זייער רבי, נאר ענדערש אלס סימבאל פאר די חסידות, א זכר צו אן אמאליגע רבי (אויב דאס יא).

ווי שוין געזאגט. יש ויש.
בנוגע "דיסקאמיוניקאציע", שוין אויך געזאגט. די וואס זוכען א נאנטשאפט, טרעפן דאס.
שת.אדמזאהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך שת.אדמזאהן »

בן תמליון האט געשריבן:איך בין נישט קיין פאפא'נער כ'האב אבער מיר דארט געדרייט א תקופה אין מיינע אויגן איז דער עוועריזש פאפא אינגערמאן נאך אזוי קלוג ווי עני סאטמארער צו אנדערע חסידות'ן. זיי זענען זיכער מער מענטשליך און באזעסן. עס איז יא דא עפעס נאריש אין די וועג ווי די צעטליך און מודעות ווערן געשריבן און פובליצירט דורך די פירערשאפט. די האלב העברעאישע וועדים המארגנים אנשטאט נארמאל פשוט אידיש מאכט עפעס א אומ'באחנטן איינדרוק.

מיר געפעלט דוקא מודעות געשריבן אין לשון הקודש, נישט אין אידיש. בפרט ווען זיי זענען אדרעסירט צו מענער.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

וואס איז דיין מיינונג בנוגע די האנדלונג פון די ראשי-הקהילה, וואס טייל האבן דא ערווענט אז זיי האבן כסדר פראבירט נאכצומאכן סאטמאר, און זיך אריינלייגן אין גרויסע הויזן וואס איז גרעסער פון זייער מאס.

וואס האלסטו איבער דעם? - יש דברים בגו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מורינו הרב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שת.אדמזאהן
איך ווייס נישט.
אוודאי איז דא א גרעסערע נאנטשאפט און הערצה ווען חסידים זענען אויך תלמידים.
איך שטעל זיך פאר אז תלמידים פון ישיבת סאטמאר אין קרית יואל וואס זיצען ביים שיעור פון סאטמאר רבי'ן שפירען אן פערסענאל הערצה פאר אים.


אין וואס שטעלט איר זיך פאר וועגן די תלמידים אין קווינס וואס זיצן ביי סאטמער רבי'ס שיעור?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט