דער חניאק מיטן באלעבאס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

דער חניאק מיטן באלעבאס

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

ס'איז היינט א וועלט, א גרויסער וועלט, פאראן אלע סארט מענטשן פון אלע מינים און געדאנקען. פארט, אז מען וועט איינטיילן די וועלט וועט זיך ארויסזען צוויי סארט מענטשן בעיקר. דאס איז דער באלעבאס מיטן חניוק.

ביידע פון זיי האבן זיך פיינט שנאת מוות און קענען זיך נישט סובל זיין איינע דעם צווייטן. ביידע שפירן אז דער אנדערע איז פשוט משוגע און ברענגט אפ זיין צייט מיט שטותים. דער באלעבאס זאגט אז דער חניוק שטינקט אוועק, טוישט זיך נישט דאס העמעד משבת לשבת, גייט אריין שמוציגערהייט אין מקוה, נאכן נישט זיין לכה"פ א וואך אין שאויער און פארעקלט אלע מענטשן, שפריצט ארום ביים זיך טובל'ען און מיינט אז ער האט זיך מוחל געווען די עבירות. דער חניוק זאגט אז דער באלעבאס איז א פורץ גדר, אים גייט נישט אן ווען מיין יונגל קומט אין שוהל דאווענען און זעט אים פירן קופקעס אין פאליש, ער ליגט אין נארישע שטותים ווי קארן און קעדילעקס און כאפט נישט אז עס איז דא א גאנצע וועלט ארום אים אויך.

איך האב זיך אביסל מתבונן געווען אין די צוויי טיפוסים, איך פארשטיי ביידע סארט מענטשן, און איך וויל עס מיטטיילן מיט אייך קאווע שטיבל מיטגלידער:

דער באלעבאס פילט: דער חניוק איז משוגע. ער לייגט א דגש וואס ברענגט אים גארנישט אויף די וועלט, זיך שאקלען ביים דאווענען, זינגען און זיך פארמאכן די אויגן ליל-שישי, קלאפן מיט די פויסטן און מאכן משונה'דיגע קולות, מיינענדיג אז ער כאפט דעם רבונו-של-עולם ביים בארד. ער איז דאך סתם א לא-לנו, ער קריכט מיטן קאפ אין ארון-קודש אריין און רייסט דעכער... כ'מיין, סתם, ער קאלעצט אפ א טאג און טוט גארנישט. אין די זעלבע צייט מאך איך באלעבאס א לעבן, איך פארשטיי צו א קאר, א פיצא, איך האק א לעבן טאג און נאכט, גיי וועקעישנס און איך ווייס וואס גוט הייסט (איך וויל נישט אריינגיין אין מאחורי'דיגע ענינים, אבל גם שם יש מקום לעיין בזה). וואס פארשטייט דער חניוק דערצו?

דער חניוק פילט: דער באלעבאס איז משוגע. ער לייגט א דגש אויף שיינע פיאות, שטיצן דעם בארד און שיינע מאחורי וויזוי הייסט עס נאר... ער לעבט אין א גוט שטיקל סטעיק און זיין שיינעם קעדילעק. ווער דארף עס? - איך חניוק פארשטיי נישט דערצו און איך וויל נישט פארשטיין דערצו, אזעלכע חיצוניות'דיגע נארישע זאכן. וואס האט ער דערפון? - ברענגט דאס אים עפעס? אין דער זעלבע צייט גיב איך זיך אפ מיט פנימיות'דיגע זאכן וואס איז א קנין אויף שטענדיג און עס ערפילט דעם נפש מיט אן אמת'ע פנימיות'דיגע שמחה. איך בין קונה נאך א בלאט גמרא, נאך א ראיון אין עיון תפילה, נאך א דרך אין עבודת השם. דאס איז א קנין וואס בלייבט אויף שטענדיג און דער סיפוק הנפש איז אין לשאר. בכלל, וואס פארשטייט דער באלעבאס אין זיך ברעכן א תאוה? - קען ער דען שפירן דער געשמאק און סיפוק דערפון? - אין די זעלבע צייט וואס ער פארברענגט אויפן אינטערנעט מיט אלע שטותים, ברעך איך זיך פארן אויבערשטן און עס פילט מיר אן מיט סיפוק. אין די צייט וואס ער מאכט זיכער אז יעדע האר פון די פיאה קלאפט גוט, האב איך שוין אפגעלערנט נאך א בלאט גמרא, וואס וועט ערמעגליכן צו מאכן א סיום מסיכתא בקרוב, א זאך וואס ברענגט מורא'דיגע סיפוק. שוין אפגערעדט פון דער קנין פון אט דער בלאט. און לאמיר שוין נישט אריינגיין אין סתם רוחניות'דיגע מושגים פון עולם הבא מיט עולם הזה, ווייל דאס קען מען ניטאמאל מסביר זיין פארן באלעבאס, דער עם-הארץ, ער קען ניטאמאל דערהערן אז איך הארעווע פארן עתיד פון יענע וועלט.

דאס זעלבע שפילט זיך אפ, ווען עס קומט צו אחריות כלפי דעם ציבור:

דער באלעבאס פילט: דער חניוק איז אן אוממענטש. פאר'חזר'ט און שמוציג, גרעפסט הויך און ווישט זיך די נאז ברבים איבערלאזנדיג שמוץ אויף זיין נאז. כ'מיין, ווילסט זיין ערליך און דאווענען. פיין, איך האב שוין דערהערט די פריעדיגע נקודה וואס מען האט דא ארויסגעברענגט. אבער עס איז דא נאך מענטשן אויף די וועלט... פארוואס פארעקלסטו דעם ציבור? - פארוואס גייסטו נישט אפטער אין שאויער? - פארוואס פוצטו נישט דיינע ציין אז מענטשן זאלן קענען רעדן מיט דיר? - ביסט דאך א פשוט'ע חזיר.

דער חניוק פילט: דער באלעבאס איז אן אוממענטש, קערט נאר פון זיך און קוקט נישט אויפן ארום, קומט אן אין שוהל בשעת אידן זיצן שבועות ביינאכט און זאגן תיקון ליל שבועות מיט אן ערנסטקייט, און ער נעמט זיך האקן לצנות פון זיי, מאכט קאלט זייערע ארומיגע, מאכט אוועק אלע רבי'ס און שלאגט זיך אין קארט אריינפייפנדיג אין אלע רבנים. ווילסט זיין א באלעבאס? - פיין. ווילסט זיך אפגעבן דוקא מיט חיצוניות? - כ'בין מסכים. אבער פארוואס דארפסטו פירן קוקפקעס אין שוהל און יעדן קאלט מאכן אינמיטן דאווענען? - פארוואס מוז מיין זוהן צוקוקן ווי אזוי דו פראוועסט אפ א ברוינפן קידוש ביים ליינען, לאכנדיג און שמועסנדיג אלע לשון-הרע'ס פון די וועלט? - דו הרג'עסט מיינע קינדער, דו הרג'עסט אלע אידן אין שוהל וואס ווילן אן ערנסטן דאווענען, דו הרג'עסט מיר, דו לאזט מיר נישט דאווענען און לערנען. דו ביסט א מכשול פארן ציבור.

דער אמת איז אז ביידע זענען גערעכט: עס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט אויף די וועלט. עס ווענדט זיך מיט וואספארא קוק וואונקל מען נעמט אן די וועלט. בשעת פאר איינעם איז איין זאך אן עיקר און די צווייטע זאך א טפל, איז עס ביי דעם צווייטן פארקערט.

אין דעם פאל איז נישט שייך צו זאגן "רעכן דיר מיט יענעמ'ס געפילן" אדער אז "דער חניוק זאל זיך רעכענען מיטן באלעבאס און דער באלעבאס זאל זיך רעכנען מיטן חניוק" - עס איז א סתירה. דו קענסט נישט זאגן פארן חניוק אז פון היינט און ווייטער זאל ער לייגן א דגש אויף ריינקייט. ער קערט נישט דערפון און וויל נישט וויסן דערפון... ביי אים איז די וועלט עפעס אנדערש און ער קען זיך נישט אפגעבן דערמיט, פשוט ער קען נישט. דאס זעלבע קענסטו נישט זאגן פארן באלעבאס אז ער זאל זיך נעמען שאקלען ביים דאווענען מיט א ברען... ער האלט נישט דערביי, ס'גייט אים נישט אן, ביי אים איז דאס א נארישקייט... קענסט עפעס טוישן מהות'ן?

נאר וואס דען: די איינציגסטע זאך וואס מען קען טון איז פשוט... פארשטיין. דער חניוק זאל זיך אביסל אריינלייגן און פארשטיין דער באלעבאס. ער זאל דערהערן אז פאר אים מיינט דאס לעבן אנדערש ווי פאר זיך אליין, ער זאל נישט ווערן אזוי אויפגעברויזט ווען ער טוט זאכן וואס ער וואלט נישט געטאן. דו קוקסט עס אן קליינקעפיג? - נו נו, פאר אים איז עס דברים של מה בכך... דאס זעלבע דער באלעבאס, זאל פארשטיין דער חניוק. ער איז פאר'חזר'ט? - ער קען זיך נישט טוישן אפילו אויב ער וויל. דאס איז זיין לעבן און דאס וועט ער בלייבן. ער טוט אין אנדערע זאכן.

אויב מען זאל זיך אויסלערנען צו פארשטיין איינער דעם אנדערן, וועט עס זיין א נייער וועלט, א פרידליכע וועלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך הא נאר איין שאאלעה וואס זאגט דעם חניוק'ס ווייב צו די אלע פון-פריער -אויסגערעכנטע זאכן?! ווייל איך קען עמיצן אין ריעל לייף וואס שטעלצעך אהער אזוי. און איך וואונדער מיך. :oops: :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין!
אבער די אמת איז אז מ'דארף טוהן ערגעץ אינצווישען. צו גאט און צו לייט
פארשפארט