אויסשליסליך: א גריס פון חברינו היקר "מאראנצןזאפט"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

אויסשליסליך: א גריס פון חברינו היקר "מאראנצןזאפט"

שליחה דורך יואב »

כ'האב זיך אנגעשטויסן אין א תגובה מאראנץזאפט האט געשריבן דא.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און ער איז אפילו נישטא אפצונעמען זיין מזל טוב.
ממש א מגיפה, יואב, קופערניקעס, טאמבל סוס קומט זיך אויך נאר אריין טוב'לן און ארויס, משה געציל שלאפט אויך אונטער, יאיר קומט זיך לולב שאקלען , און איך רעד שוין אפילו נישט פון ממי שאמרו און לעמאן.
שמעקעדיג, העסט נישט פארגעסן צוצומאכן די לייטס.


עה העם. מיסטער [tag]מאראנצןזאפט[/tag] הער אויס. יואב לעבט א מחיה, קיין אהנונג פון וועלעכע מגיפה דו רעדטס. איך געדענק נישט איך זאל האבן געשריבן דא פאריגן גולגול.

[tag]קופערניקוס[/tag] לעבט אויף אלע באקן, ער איז שוין זאגאר מיט כמעט 25 יאר פאראויס, און קוקט צוריק אויף אונז אלע און לאכט. וכמאמרו: 'לאכן לאכט דער וואס לאכט'.

[tag]טאמבל סאס[/tag] איז שוין כמעט א רוזינקע נאכן זיך ווייקן אזוי לאנג אין מקווה, (א ווינדער ער האט אזויפיל מאחורי מעשיות). 'א טובל און ארויס' לאז [tag]מורינו הרב[/tag] שרייען אויף אים. און ווער אויב נישט [tag]משה געציל[/tag] ווייסט אז 'שלאפן וועט מען אין קבר'. דאס לעצטע זאך איך וואלט געקענט טראכטן אויף משה געציל'ן איז אז ער שלאפט.

מיט[tag]יאיר[/tag]'ס לולב שאקלען קען איך דיר צוזאגן אזעלעכע לאנגע נענועים, האבן אפילו צדיקים נישט געקענט. זאל ער נאר ווייטער שאקלן.
[tag]שמעקעדיג[/tag] לעשט דערווייל נישט קיין לעקטער דא, להוציא מליבך אינסטאלירט ער נייע לייטס טעגליך.
און אז דו רעדטס נישט פון ממי שאמרו און לעמאן, וועל איך אויך נישט רעדן פון זיי.
דער איינציגסטער וואס געפינט זיך נישט דא "ביזטו". און ווער רעדט פון פול טיים. ניטאמאל פאר א טובל און ארויס, נישט פאר קיין לולב שאקל, און שלאפן שלאפט ער שוין איינמאל, אבער מיט א 'פ'.

מאראנץזאפט אייכה? געפענט דעם שקיעה אשכול, און אונטערגאנגן צוזאמען מיט די זון?
איך האף מיר האבן דיר נישט פארלוירן. ערענסט גערעדט, מאראנץזאפט האט בייגעשטייערט א באדייטנע סכום זעלטן רייכע אשכולות/תגובות, משפיע געוועזן השפעות לרחצה, און אויב ס'איז פארהאן אפילו איינער וואס האט נישט הנאה געהאט בעהט איך זאל מיר זאפארט שיקן אן אישי. יעדער האט זיך דערקוויקט פון זיין רייכע פענע, ברייטע ידיעות, און געוואלדיגע כשרונות.

ס'איז שוין חודש אלול, ס'איז א זמן פון תשובה. קאווע שטיבל בעהט זיך, אם כבנים אם כעבדים, "קער זיך צוריק". דיין פארשווינדן ווערן שפירט יעדער איינער, און עס ציפט.

ווילט עטץ דאך אוודאי וויסן וואו איז ער טאקע, והעוד מאראנצן חי? האבן מיר דערווישט א באריכט איבער זיין פארשווינדן ווערן, נו זאגט עטץ פון וואנען. געפילטע דו ביזטא? פון אינטער די קוליסן.

ויהי היום, וירד מאראנץזאפט אל הנהר. א מענטש ברויך זיך אויסלופטערן אמאל, און מ'קען נישט שרייבן ממש ערב, בוקר, וצהרים.
הגם שווימען איז לגמרי נישט פון די זאכן מאראנצן צייכנט זיך אויס, האלט ער נישט דאס וואסער איז מסוכן פאר אים. א קליין קינד איז ער דאך נישט, 'און ער קען נאך אזוי גוט שווימען ווי זיין זיידע האט געקענט'.

"שווימען? דאס איז דאך געזונט, און די גמרא זאגט דאך חייב אדם ללמד את בנו לשוט בנהר", גיבט מאראנצן צו פארשטיין א קלעבעדיג לא עם הארץ חסיד'ניק.

ער פלאוט געמיטלעך מיטן פנים צום הימל, שפירענדיג זיין קליין נאוסקליפ איז א פאנצער פאר אלצדינג. "אהה מחיה" צוקרעכצט ער זיך אויפן קול ווי ער זאל ווען זיין אינדערהיים. דער מח איז קלאר, פשוטע מנוחת הנפש. אט דאס מיינט א רואיג ווינקל צו פארברענגען. 'זאל זיך קאווע שטיבל אפלערנען' קומט אים באלד אויפן געדאנק. קען דען זיין א בעסערן צייט ווי יעצט צו וועבן פרישע סחורה להשקות צמאי חסידיו? זעכער נישט. ס'בליצט אים אריין א געדאנק וויאזוי מסדר צו זיין דעם [tag]לעיקוואד[/tag]. ער וועט שרייבן מורינו, רבינו, גאון, ער וועט חנפה'נען, ער וועט זיך לעקן, און דאן כאפן דעם בייטש און אים צוריק דערלאנגן מנה אחת אפיים. א טאף קוקי דער לעיקוואד. ער צולאכט זיך פונעם בייפאל, און שלינגט בטעות אביסל וואסער ס'האט אריינגעשפריצט אין מויל, זיך אויסמישענדיג מיט זיין שפייאכץ. מאראנצן רוקט זיך פאמעלעך מיט א לייכטן שטראם, אזש ס'קען זיך דאכטן ער האט ליטערלי פארכאפט די מאכט איבער די וואסערן. מיטאמאל שפירט מאראנצן ס'קיצעלט אים ביים אויער. ליגענדיג באקוועם אויפן וואסער פלאך, האט ער זיך געפוילט א קראץ צו טאהן דעם אויער מיט זיין שלאפעדיג האנט. א קיצל אויפן אויער איז דאך א נארמאלע זאך טראכט ער צו זיך. קיין סאך ווארענונגען האט ער אבער נישט ערהאלטן, און מיטאמאל טאנצט א פישל אויף זיין קאפ, און קייקלט זיך אראפ ביזן צענטער פון זיין בויך. סטראקעס אויסגענייט אויפן קאפ, סנפיר פון גאלד, קשקשת פון זילבער, און א פארפעלצטן וויידל. מאראנצן האט זיך פארלוירן א וויילע, שטויסענדיג מיט זיינע פיס ווי איינער וואס ווערט געכאפט אין א ספאנטאנישער אויפשאקלונג. זייענדיג אבער בטבע א שטארק כאראכטער האט ער זיך אנגעגראטלט מיט קוראזש, און א פראסקע געטאהן דעם פישל. פעטש פארן פיש איז אבער בכלל נישט געוועזן עפעס וואס ס'זאל אים אנשרעקן, 'ער קומט דאך שוין פון דארט'. דער פיש האט זיך נישט לאנג געלאזט בעהטן, א כאפ געטאהן מאראנצן ביים קארג, והתחיל לדבר אליו קשות.

ויאמר הדג אל מאראנצן: חי קאווע שטיבל אם לא אשלח אותך חפשי, ואך את הדבר הזה אל תשב מפני, ותשמור לעשותו. ווי באוויסט ווערן צדיקים מגולגול אין פיש, ושמיעה שמעתי אז אזוי גוט צו באשרייבן משפיעים איז נאך נישט געוועזן, און וועט ווארשיינדליך נישט זיין. אלזא הער דיך איין הדבר את אשר אנכי מצווך היום. זאלסט שרייבן אן ארטיקל איבער מיר אין די לענג, און אין די ברייט, אזאנס וואס זאל ברעכן די לייק רעקארד. אן ארטיקל וואס וועט שיקן עלעקטראנישע שטראלן איבער יעדעס ווינקל. איך ווייס אז דו יכול'סט, און קיינער קען נישט אראפשטעלן אזא גוטן דזשאב ווי דיר. אם את הדבר הזה תעשה, את נפשך הצלת. ואם לא, חי צימעס כי היום אתה מת, והיתה נבלתך למאכל לכל דגי הים. ס'וועט נישט העלפן לייגן ברויט אויפן וואסער, ס'וועט נישט העלפן קיין זוך אקציעס, נישט תהלים כולל, און נישט כולל חצות.

ויען מאראנצן, ויאמר אל הדג: אל יתהלל חוגר כמפתח. ומי שם פה לדג החצוף הזה. ווער מיינסטו דו ביזט, דו שמענדריק, כ'האב נאך געקאנט דיין זיידע. המבלי אין משפיעים ביבשות, באתי אל המים לפגוע אותך? זאג נאר דו טראצאק, ביזטו אפשר פון יענע משפחת פיש 'מ'שאוועלט אין בית מדרש ביי לחיים'? קטני עבה ממתנך, ואכלה אותך כרגע. דאס וואלט געוועזן ווען וועלט איז ווען וועלט. נאר וואס דען זעצט מאראנצן פאר, היות איך האב שוין יא אריינגעכאפט אין האנט אזא גראבן פישל, לאמיר נאשן אלצדינג איבער דיר, איך וועל דורכפירן א דעטאלירטן אינטערוויא מיט דיר, און דערנאך אז כ'וועל זעהן מ'קען עפעס מאכן, וועל איך מאכן אן ארטיקל איבער דיר כפי הנאתי, ואת נפשך הצלת.

ויאמר הדג אל מאראנצן: בי אדני, אל נא תשת עלי חטאת. כי הנה ימים באים ירח האיתנים, וכל דגי הים בידכם נתנו לאכול ולשבוע. על כן אנא סלח נא את עבדך הדג הזה. וטוב הדבר אשר דברת, ואל נא תהי מריבה ביננו. כל אשר תאמר אלי אעשה, אך שמע נא אל דברי. ידעת כי אין חיים לדגים אשר על פני המים, נרדה נא במצולות ים, ושמה תדרשני. וייטב הדבר בעיני מאראנצן, ויעש מאראנצן כדבר הדג. עטליכע שעה האט מאראנצן פארברענגט מיטן פישל, און געשעפט עמערס מיט פרישע שטאף די והותר, אופצוואכן קאווע שטיבל. מיט פרישע אויסשליסליכע סחורה, מיט אן אוצר אין האנט, האט ער זיך ארויפגעלאזט צום אויבערפלאך, שמח וטוב לב.
-----
קערט זיך אום פון א לאנגן רייזע, און באשליסט ער גייט אנקערן זיין שיף. אן קיין פארוואס, און אן קיין ווען. גענוג פארבראכט אויפן וואסער פארענפערט ער זיך זיינע געוויסן, איך גיי זיך אפשטעלן. דעטס איט. אבער א שיף איז נישט קיין קאר, פארט לכל הפחות ביז צום בארטן, און אנקער דאס שיף דארטן? קען מען זיך דען אפשטעלן אינמיטן וואסער אויף אייביג?

און פון וואנען זאל ער וויסן אז פונקט שווימט מאראנצןזאפט ארויף, און אנשטאט ארויפטאנצן אויפן אויבערפלאך, קנאקט זיין קאפ אריין אינעם אונטערשטן טייל פונעם שיף?
-----
מאראנץזאפט שווימט ארויף, און פלוצלינג שפירט ער א זעץ אין קאפ. צום ערשט האט זיך אים געדאכט דאס איז א שטיין, אדער הארטע אייזן. ער פראבירט דאס אויפצוהייבן, ס'רוקט זיך אבער נישט פון פלאץ. ער קוקט רעכטס, ער קוקט לינקס, אבער ער זעהט נישט דעם ענדע. ריבונו של עולם, וויאזוי זעה איך מיר ארויס פון דא?

מיטאמאל באמערקט ער אויפן אייזן ליגט ארויפגעזיגלט רויטע גראפיטי פון איכה, בלויע קאטשקערייען פון שבעה עשר בתמוז סליחות, די ווערטער זענען אים עפעס באקאנט. דאס ביזטו? א שמחה איז זיך פארלאפן אין זיינע ביינער, א היימיש פנים באגעגנט. דו הערסט מיר? גארנישט. אין קול, ואין עונה. ער קלאפט, ער שרייט, ער ציטערט, ער בעהט, ער רעדט אבער צו א וואנט.

יצאה בת קול ואמרה. הסר ספינתך מעל ראש מאראנצן, ולמה ימותו שני עמודי השטיבל ביום אחד. שובו בנים שובבים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ויאמר העם אל יואב ברוך אתה כי ביום מעונן הזרחת שמש!

קבלה טובה לזכרם של שני הידידים היקרים, ה' ירפאם או ה' ינקום דמם:
הנני מקבל עלי על דעת כל הצדיקים והחסידים, ועל דעת רבי לייזער וואלף וכל שאר הצדיקים, לא לאכול יותר מאראנצן, ולא לנגוע בקצהו, לא בחרצנים וזג, ולא בשוקולד אשר בקרבו קליפת תפוז, עד שמאראנצן ישוב לאיתנו. וכן הנני מקבל עלי מעתה ועד ליום חזרתו, לא להפליג בספינה ולא לחבול באשתי ובני ביתי לא חבלות גדולות ולא חבלות קטנות, אף לא לשלוח חבילות, כי חבול חבלתנו מאוד.
אתה ה' ראה בענינו ותשלח בלב עבדיך מאראנצן לשוב בתשובה שלימה כי אתה ידעת את חרפתנו. ברוך אתה ה' מחזיר מאראנצן לאיתנם.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קופי התגלגל ביואב?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איך ווער צודרייט פאר זיין חוצפה.
רוב ניקס וואס גייען אוועק פאר א שטיק צייט, קומען נישט אריין אזוי אפט.
ער קומט אבער און לייקט, ווי זיך צו רייצן מיט אונז!! :roll:
.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

ווארט א מינוט און ער גייט דיך שוין לייקען... :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב, איך בין שוין אויסגעלאפן פון קאמפלימענטן פאר דיינע רייכע ארטיקלען וועלכע 'נעמען מיר אפ דאס לשון' בלע"ז,
אבער אינאיינעם מיט דיר וועל איך וויינען און קלאגן אויף אונזערע באגאבטע שרייבער וועלכע גייען פון דא אן אפילו זאגן "ביי ביי", אן א געזעגענונגס קוש, עיני עיני יורדה מים, דאס הארץ בענקט!
חבל על דאבדין, מאראנצן, מי יתן לנו תמורתך!!!!!!!!!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

:lol:
זיי נישט קיין נאר יואב, ס'איז אזא טרענד דא לעצטנס, מ'ווערט פארשוואונדן, דער עולם באוויינט און קלאגט, ס'וואקסט ארויס א שיינעם הספד זיך צו באלעקן, אונזער גענעראל דער שר צבא ה' מורינו רבי יואב הייסט אראפלאזן אלע פענער אין שטיבל אויף האלב, מ'לעקט אויס דעם טעלער, ויקץ ויחלום שנית, און מ'גייט זיך ווייטער.
יו קען גיוו איט עי טריי, ס'איז גאנץ אפעטיטלעך!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

העי, ער לעבט.. שלום עליכם ר' מאראנצןזאפט. נייס טא סי יא היר. וואס מאכט א איד?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ס'ווערט בעסער פון מינוט צו מינוט, און יעצט א קניפ אין בעקל פון לעיקוואד, נו האט זיך נישט געלוינט אפצופיצן?!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מסתבר כוותייהו.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

מאושר האט געשריבן:יישר כחכם ר' [tag]יואב[/tag]!

יוא"ב איז דאך ראשי תיבות י'ומאר ו'ויטה א'עי ב'עינג! Humor With A Bang...

יא, אבער וואו ביסטו?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מסכים.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag][/tag] די לינק ארבעט נישט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

סאשי פיש האט געשריבן:[tag][/tag] די לינק ארבעט נישט

איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דארפסט לייגן נאך 100 זאכליכע בילדער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אבער פארוואס קליקט זיך עס נישט?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זר זהב האט געשריבן:דארפסט לייגן נאך 100 זאכליכע בילדער

זרלע ביסט גוט!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

רעדסט צו מיר? זר זהב איז מיין ניק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זר זהב האט געשריבן:רעדסט צו מיר? זר זהב איז מיין ניק

נו, פארשטייט זיך דו ביסט שלעכט, דיין ניק איז גוט!!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
ויקץ ויחלום שנית,

"די וועלט זאגט אז די צווייטע שלאף איז בעסער ווי די ערשטע "
איך זע יעצט ווי עס ווערט ליידער מקוים אז [tag]מאראנצןזאפט[/tag] שלאפט אזוי זיס די צווייטע שלאף
עס איז צום האפען ער זאל זיך אויפוועקען ווי שנעלער
פארשפארט