מיינע נאטיצן פון כינוס כלל ישראל להצלת הדורות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

מיינע נאטיצן פון כינוס כלל ישראל להצלת הדורות

שליחה דורך עס עפעס »

ערשיינט אין "לוח הציבור" היינטיגן אינדערפרי

[center]קבלת עול מלכות שמים דורך צענדליגער טויזנטער הילכט אפ: ערנסטע תשובה און קבלות טובות ביים מעמד כינוס כלל ישראל[/center]

"מי שלא ראה מעמד זה, לא ראה מעמד בימיו", "אשרי עין ראתה כל אלה", דאס זענען די ווערטער וואס מען הערט אצינד אין די אידישע גאסן, דורך די פילע צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע האבן געהאט די גאלדענע און הייליגע זכיה אנטיילצונעמען ביים גרויסארטיגן מעמד כינוס כלל ישראל להצלת הדורות, דער כינוס קדוש, וואו אידן האבן זיך צוזאמגענומען תחת קורת גג אחד, צו נעמען אויף זיך קבלות טובות קעגן דעם שרעקליכן געפאר פונעם אינטערנעט.

יעדער איד וואס איז נאר געווען אינעם גיגאנטישן זאל און מיטגעהאלטן די פייערדיגע דרשות און דאס תהילים זאגן, האט געשפירט ממש ווי פריש נאכאמאל ביים בארג סיני, אלס דער ריכטיגער הכנה, שטייענדיג אינעם געהויבענעם טאג פון ערב ראש חודש סיון, געציילטע טעג בעפאר'ן יום טוב שבועות פון קבלת התורה. די אטמאספערע ביי די פארזאמלטע איז געווען עפעס אומבאשרייבליך און וועט געדענקט ווערן לדורי דורות אלס דער מאמענט ווען כלל ישראל האט גענומען דעם ערשטן ערנסטן שריט אפצושטעלן דעם געפאר פונעם אינטערנעט.

דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די זכיה אנטיילצונעמען ביים געהויבענעם מעמד, און אצינד זונטאג נאכט, זייענדיג אונטערן שטארקן רושם פונעם מעמד, איז שווער זיך צו קאנצעטרירן און צוזאמנעמען די מחשבות צו שרייבן א גענויע באריכט, וואס דעריבער וועלן מיר בלויז ברענגען פאר די חשובע ליינער די נאטיצן וואס מיר האבן אפגעשריבן בשעת'ן מעמד, פון זונטאג נאכמיטאג ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן.

[center]3:30 נאכמיטאג- מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג[/center]

שוין פון אינדערפרי מאכט מען די נויטיגע הכנות צו דעם געהויבענעם מעמד. מען מאכט זיכער מיטצונעמען סיי וואס עס וועט זיך נאר אויספעלן, און גענצליך מרוגש און איבערגענומען פון די רוישיגע געפילן, זעצט מען זיך אריין אינעם קאר, אינאיינעם מיט א גרופע יונגעלייט המבקשים לשמוע את דבר ה', ויסעו לסיטי-פיעלד, האפנדיג אז מען וועט עפעס קענען אויפטאן.

אויפ'ן וועג רעדט מען פונעם מעמד, דער גאנצער מצב ארום און ספעציפיש דער שרעקליכער געפאר פונעם אינטערנעט און יעדער ברענגט אויף פארשידענע עצות און וועגן וויאזוי לוחם צו זיין קעגן דעם שרעקליכן יצר הרע שבדורינו.

[center]5:05 - מען קומט אן צום כינוס[/center]

ענדליך נאכ'ן פארן א היפש לאנגע וועג, טרעפנדיג אויפן וועג פילע אויטאס איבערגעפילט מיט אידישע קינדער, כולם פניהם פונים למזרח, אלע קומען צו פארן צו סיטי-פיעלד פאר חיזוק און דברי הדרכה, קומט מען אן צום סטאדיום. גלייך ביים אנקומען אינעם פארקינג לאט, זעהט מען שוין דאס גרויס געווירבל, טויזנטער און טויזנטער אידן ביי אלע אריינגענג.

ביים אריינקומען אינעם סטאדיום, נאכ'ן אריבערגיין אלע זיכערהייטס פראצעדורן, קריגט יעדער א זעקל, וואס אין דעם זעקל האבן מיר געפינען א ספעציעלע תפילת השל"ה, עפעס איבערבייס און א ספעציעל-צוגעשטעלטע "קוקער", כדי צו קענען בעסער און קלארער מיטהאלטן אלע דרשות.

[center]6:55 -מען באגריסט דעם עולם[/center]

צעביסלעך הייבט זיך אן דער זאל אנצופילן. כסדר קומען צו פרישע שטראמען מיט מענטשן און מען זעהט דעם ערנסטקייט אויף יעדנס געזיכט, קומענדיג טאקע מיט'ן ערנסטן ציהל להצלת הדורות הבאים פון אינטערנעט מגיפה.

עטליכע סעקיוריטי מעלדונגען מצד די סטאדיום אויטאריטעטן ווערט געמאכט דורכ'ן מיקראפאון, און דאן באגריסט מען דעם ציבור פארזאמלטע, און דער פראגראם ווערט געלאזט אין גאנג.

[center]הגה"צ ראש ישיבה דמאנסי שליט"א - מזמורי תהילים[/center]

מיט עהרע ווערט באגריסט דער גאון רבי משה גרין שליט"א, ר"י דמאנסי, וועלכע זאגט פאר עטליכע מזמורי תהילים, קאפיטלעך נ"א- מ"א-ק"ב-ק"ל-קל"ג, און דער גאנצער פארזאמלטער ציבור זאגט נאך אינאיינעם, און די לעצטע צוויי קאפיטלען פסוק ביי פסוק.

אה! די התעוררות איז גרויס און יעדער שפירט אז מען טוט טאקע אויף פאר'ן ציהל וואס מען איז געקומען. די קאפיטלעך תהילים האבן געהאלפן אריינברענגען די פארזאמלטע אינעם גייסט פון רוחניות און פון א געבעט, אז דער באשעפער זאל העלפן כלל ישראל אז מ'זאל קענען בייקומען דעם אינטערנעט יצר הרע.

ספעציעלע קאפיטלען זאגט מען פאר אלע חולי ישראל און פאר אידן אין סיי וועלכע צרה. הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פאר די תפילה פון "אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה", און דא און דארטן זעהט מען אידן ווישן זיך די טרערן פון התעוררות און התרגשות, הערנדיג אזויפיל אלפים ורבבות אידישע קינדער זיך בעטן לאבינו שבשמים.

[center]7:10 -תפילת מנחה[/center]

דער ריזן-פארזאמלטע ציבור, געשאצט לויט די פאליציי אלס זעכציג טויזנט אידישע קינדער אינאיינעם מיט די שכינות'דיגע ארטור-עש סטאדיום, דאווענען אינאיינעם מנחה מיט א ברען און התלהבות. דער קדיש און די אמן יהא שמיה רבא הילכט אפ ווייטע מיילן עד לב השמים.

[center]7:27 -דברי פתיחה דורך הגה"צ ראש ישיבה מאור יצחק שליט"א[/center]

מיט זיין שטארקע אראטארישע קראפט און הערליכע רייכע שפראך הייבט דער ראש ישיבה אן זיינע ווערטער, אריינברענגענדיג דעם ציבור אין די ריכטיגע געפילן פונעם מעמד. מיט די ווערטער וואס מען זאגט ביי די תפילה "רבונו של עולם גלוי וידוע לפניך שרצונינו לעשות רצוניך ומי מעכב שאור שבעיסה, דער שאור שבעיסה פון היינט דאס איז דער אינטערנעט"- דונערט דעם ר"י'ס קול איבער'ן גאנצן סטאדיום, וועלכע איז שוין אצינד פול געפאקט מקצה אל הקצה.

דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ארום פון דאס וואס חז"ל זאגן הבא לטהר מסייעין אותו, און דאס אז אידישע קינדער זענען זיך צוזאמגעקומען מיט'ן ציהל צו זוכן טהרה, דאס וועט ברענגען בעז"ה א רוח טהרה אז דער באשעפער וועט צוהעלפן.

[center]7:43 כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א[/center]

דאן האט דער ר"י מאור יצחק שליט"א באגריסט דעם חשוב'ן גאסן כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אנטווערפן צו מחזק זיין דעם חשוב'ן מעמד רבבות אלפי ישראל.

פשעווארסקער רבי שליט"א וואונטש א גאר ווארימע ברכה, באגריסנדיג דעם פשוט'ן פאקט אז אזויפיל טויזנטער זענען זיך צוזאמגעקומען מיט א הייליגן ציהל, און ער וואונטשט אז אין דעם זכות וואס יעדער וועט זיך אונטערנעמען צו האלטן די אידישע הייזער טהור און ריין, וועט מקויים ווערן דאס וואס עס שטייט כי לא תשכח מפי זרעו.

[center]7:48 - הגה"צ מדזשיבוי מאנטרעאל שליט"א[/center]

דער עולם איז נאך אונטערן רושם הערנדיג די ווארימע דברי ברכה ועידוד פונעם חשובן געהויבענעם גאסט, ווען עס ווערט ארויפגערופן הגה"צ מדזשיבוי מאנטרעאל שליט"א, צו געבן א פייערליכע רעדע, דעם דבר ה' ברמה איבער'ן געפאר פון אינטערנעט און די מלחמה קעגן יצר הרע על פי דרך רבותינו הקדושים.

דער רב רעדט ארום פון דעם אז שבכל דור ודור קומען אויף פרישע יצרי הרע, מיט נייע שלייערן און צודעקן, און וויאזוי מען האט דורכאויס אלע יארן באקעמפט דעם יצר הרע, און דאס בעסטע איז עס נאר געלונגען ווען אלע חרדים לדבר ה' האבן זיך צוזאמגענומען מיט א פאראייניגטן שטארקן כוח.

"דער יצר הרע פון אינטערנעט, קען מען זאגן איז נאך ערגער ווי בעפאר דעם טיילונג אין אונגארן"- דונערט דער רב שליט"א, ארויסברענגענדיג אז דער טיילונג האט יעדער ערליכער איד געוואוסט אז דער ציהל פון די פריי משכילים איז קלאר געווען רשעות נגד השם ותורתו, אבער אנדערש דא ביי אינטערנעט וואו עס איז געלונגען פאר'ן יצר זיך צו פארשלייערן אונטער א צודעק אז מען מוז עס האבן פאר ביזנעס.

דאן האט דער דזשיבויער רב ארומגערעדט פון דעם וואס פילע זאגן אז די רבנים ווייסן ניטאמאל וואספארא נסיון דער אינטערנעט איז, און דעריבער קענען זיי נישט רעדן דערפון. "אפשר ווייסן מיר טאקע נישט גענוי וויאזוי דאס ארבעט, אבער צו די רבנים קומען אן די אלע פראבלעמען און צרות וועלכע זענען א דירעקטע תוצאה פונעם אינטערנעט".

[center]8:17 - פייערליכע דרשה פון ר"י מאור יצחק שליט"א[/center]

מען האט געקענט טאפן די לופט פון די געפילן וועלכע האבן גערוישט ביים ציבור, וואוסנדיג אז מען האלט דא מיט א זעלטענעם מעמד, וואו מען וועט בעז"ה ארויסקומען מיט פעסטע קבלות און פרישע תקנות. דאן איז געקומען דער מאמענט און הרה"ג דער ראש ישיבה מאור יצחק שליט"א האט ווידעראמאל אויפגעטראטן מיט א רעדע, וועלכע האט ביי יעדן בארירט די סטרונעס און דא און דארטן האט מען געזען אידן ווישן זיך די טרערן פון די הארציגע רייד.

דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין טיפער איבער דאס וואס דער אינטערנעט מאכט חרוב דעם מענטש און מאכט דעם מענטש פאר א גענצליך נייער בריאה, נישט צום דערקענען. "שובו בנים שובבים חוץ מאחר! מען קען אייביג תשובה טאן, אבער אויב איז דאס שוין 'אחר' אז מען איז שוין גענצליך געטוישט געווארן, מ'איז א נייע אפגעטריקנטע בריה, פיל מיט ליצנות און קאלטקייט צו יעדע דבר שבקדושה, דאן איז תשובה זייער ביטער און שווער!".

דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין טיפער און מסביר געווען אז דער געפאר פונעם אינטערנעט איז דאס וואס עס מאכט איבער דעם מענטש צעביסלעך, אז מען כאפט זיך נישט, גענוי ווי פרעה וועלכער איז קודם געקומען בפה-רך, און ערשט נאכדעם בפרך. "דאס איז אזוי ווי א שפין געוועב, וואס צעביסלעך זעהט זיך דער מענטש פארכאפט דערין!"- האט די פייערליכע רייד אריינגעדרינגען ביי אלעמען אין הארץ. "דאס וואס דוד המלך זאגט אין פסוק 'תבואהו שואה לא ידע', אז דער יצר הרע ברענגט אויפן מענטש צושטייטלעך א חורבן, לא ידע וואס מען האט זיך נישט געכאפט בעפאר."

די עמאציאנעלע סטרונעס איז ביי יעדן גערירט געווארן ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעשריגן "פאר די אלע וועלכע זענען שוין נעבעך פארכאפט, נעבעך אין א קייט פון שטענדיגע צינישקייט, אפצולאכן און אפצופרירן פון יעדע אידישקייט זאך, צו אייך זאגן מיר: דער באשעפער וויינט צו אייך! ער בעט זיך ביי ענק, קומט צוריק צו מיר מיינע טייערע קינדערלעך!"

[center]8:48 - ברכת קודש כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א[/center]

די גערירטע שטימונג וואס האט געהערשט אין זאל נאך די פייערדיגע רעדע, האט מען נאך געקענט שפירן אין דער לופט, ווען כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע קורצע דיבורים, איבער דעם געפאר פון אינטערנעט און די אחריות צו שטעלן א פילטער.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז א בהמה גייט בכפיפת ראש ווייל סקוקט כסדר אראפ אויף דער ערד צו די שמוץ, אבער א מענטש גייט בזקיפת ראש, ווייל א מענטש דארף געדענקען אייביג צו קוקן צו קדושה און צום באשעפער אין הימל. דער רבי שליט'א האט מרעיש געווען אז אלע צרות צרורות אויף כלל ישראל, זענען א דירעקטע תוצאה פון דעם אינטערנעט, זאגנדיג אז "מען דארף זעהן צו מאכן א סוף פון די כלים טמאים, אז נישט מאכן די כלים א סוף פונעם מענטש".

[center]9:14 - פסק הלכה מבעל שבט הלוי שליט"א[/center]

א שטילקייט האט געהערשט אינעם זאל ווען הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א האט איבערגעגעבן די אפיציעלע פסק הלכה דורך א ספעציעלע טעלעפאנירטע מעסעדזש, וואו ער האט ארויסגעלייגט די הלכה'דיגע פראבלעמען פונעם אינטערנעט.

דער רב שליט"א האט געפסקנט מיט'ן כוח פון א דיין אז מען טאר זיך בשום אופן נישט משדך זיין מיט א פאמיליע וועלכע פארמאגט א קאמפיוטער אנע אינטערנעט, סיי אינדערהיים, סיי אין די ארבעט אדער גאר אין טאש.

[center]9:35 - הגאון המשגיח רבי דן סג"ל שליט"א[/center]

מיט א לענגערע רעדע, ארויסברענגענדיג דעם וויי געשריי קעגן די געפארן פונעם אינטערנעט, האט אויפגעטרעטן דער גרויסער גאסט פון ארץ ישראל, וועלכער האט ממש נישט געקענט קומען צו זיך און אנגעהויבן מיט בכיות זיינע ווערטער, שפירנדיג דעם ווייטאג פון כלל ישראל, די רוחניותדיגע ווייטאג פונעם שרעקליכן פראבלעם צו וועלכע מען האט ביז היינט נאכנישט געהאט א גוטע לעזונג.

[center]10:20 - המשגיח רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א[/center]

דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים, איבערחזרנדיג די וויכטיגקייט פון די ווערטער וואס רבי דן שליט"א האט געהאט ארויסגעברענגט, און וואספארא חוב עס ליגט אויף יעדן צו שטעלן א פילטער.

[center]10:30 - מעמד קבלת עול מלכות שמים[/center]

א פארכטיגע שטימונג האט איבערגענומען דעם זאל ווען הגאון ר"י מאור יצחק שליט"א האט ווידעראמאל איבערגענומען דעם מיקראפאון און מען האט אנגעהויבן דעם מעמד קבלת עול מלכות שמים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אצינד איז א גוטע צייט צו מאכן א פרישע קבלה צו באגרעניצן דעם אינטערנעט מיט סיי וואס, און איבער'ן גאנצן זאל האט מען געזען אידן שטייען און מאכן זיך א חשבון הנפש בינם לבין אביהם שבשמים.

די תפילת השל"ה איז פארגעזאגט געווארן מיט מתינות, און דאן האט כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פארגעזאגט "שמע ישראל" און דער משגיח רבי דן שליט"א פארגעזאגט די פסוקי קבלת עול מלכות שמים, וועלכע האט אפגעדונערט און זיך געהערט מסוף העולם ועד סופו, וויאזוי צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער האבן פונדאסניי מקבל געווען אויף זיך דעם עול מלכות שמים!

*

מען איז זיך צוגאנגען פון דעם כינוס מיט א געהויבענע און ערנסטע געמיט, מיט פרישע קבלות אויף א נייע התחלה איבער דעם טריפה'נעם אינטערנעט און וויאזוי צו באקעמפן דעם מלאך המשיעת מלבוא אל המחנה, און דער באשעפער זאל העלפן אז פון די אלע קבלות טובות און הייליגע פעולות, און פון דעם מעמד זאל קומען השפעות אויף כלל ישראל, אז מען זאל שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות אמעריקע מיט אלע אירע כלומר'שטע גליקן, און גיין קיין ירושלים מיט משיח אינאיינעם בב"א.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר