פראטעסטירט נישט אייער שמוץ וועש אינדרויסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
[NAMELESS]

פראטעסטירט נישט אייער שמוץ וועש אינדרויסן

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהאט א דיעל מיט א געוויסע קאמפאני מיט עטליכע שותפים, איבער גראבן א שטח און בויען דארטן א גרויסע דעוואלאפמענטס. נאך א שטיק צייט האט דער פרעזידענט און דער סי-אי-או פון די קאמפאני זיך צעקריגט איבער די דיעל וואס איך האב געהאט מיט זיי, נאכדעם וואס דער סי-אי-או האט אפגעמאכט אז די דיעל איז נישט אויסגעהאלטן עטיש און רעליגיעז, ווייל אויף יענע שטח האדעוועט זיך א געוויסע סארט פייגל וואס וועט פארלירן איר מקום מנוחה, און דעריבער ווילן זיי ברעכן די דיעל. דער פרעזידענט האט אבער געהאלטן אז די דיעל איז יא גוט. מען האט גערופן א באורד מיטינג, אבער די מאורי הגולה האבן זיך נישט געקענט אייניגן, עס זענען דא אויף די באורד ליבעראלן און קאנסערוואטיוון, און האבן נישט געקענט קומען צו א פאראייניגטע החלטה.

דער שעף עקזעקוטיוו אפיסער האט געבלאזן אויפן פרעזידענט פארוואס ער זעהט נישט די זאך אזוי ווי אים. דער סי-אי-או האט געהאט אסאך פרעשור פון ראדיקאלע ליבעראלע גרופעס אז ער מוז ברעכן די דיעל, אבער די פירמע שטיצט עס נישט און דער פרעזידענט שטעלט זיך עפענטליך ארויס מיט זיין זעלבשטענדיגע דעה אז מען זאל ווייטער גראבן.

דער סי אי או איז געווארן זייער פרוסטרירט, און אנשטאט משכנע זיין דעם פרעזידענט אז מען מוז דראפן די דיעל, האט ער נישט גערעדט צום פרעזידענט, און אנשטאט אנגעהויבן מיר, דעם דעוועלאפער, שאנטאזשירן אז איך זאל נישט פאלגן דעם פרעזידענט פון זיין אייגענע פירמע, איך זאל ברעכן א קאנטראקט פון וואס איך וועל ווערן זייער רייך, טראץ ואס איך האב די בעקינג פון זיין פרעזידענט און עטליכע פון זיין באורד.

דער סי אי או איז געווארן זייער פארווייטאגט אז ער געט זיך נישט אן עצה, מיט זיין אייגענעם פרעזידענט און טייל פון די באורד רעדט ער אליין נישט, אין קאורט קען ער נישט גיין סיי ווייל זיין קאמפאני איז נישט לעגאל און סיי ווייל ער קען זייער מעגליך פארלירן היות אז זיין פרעזידענט איז זיך חולק מיט אים, האט ער אין א לעצטע ברירה איינגעשפאנט אפאר פון זיינע ארבעטער, ווילדע חברה, און געמאכט א פראטעסט אין פראנט פון מיין אפיס מיט שילדן "גראבט נישט אויס די מנוחה פון די פייגל" . אנדערע ארבעטער זענען געגאנגען צו די קאנסטרוקציע סייט און זיך ארויפגעווארפן מיט א ווילדע פאנאטיזם אויף די טראקטארן מיט זייערע שמונה בגדים, שטערנדיג פיזיש די גראבונגען. די ווילדע האבן אנגעהויבן האקן שויבן און פארפירן, איך האב גערופן פאליציי, און די פאליציי האט זיי פארשיקט, זיי זענען געווארן ברוגז אויף די פאליציי און אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פאליציי.

אז אפאר ארבעטערס זענען געווארן ארעסטירט, האבן די איבעריגע קאלעגע ארבעטערס אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די פאליציי אז מען זאל אראפנעמען די בלוטיגע נאצישע הענט פון זייערע חברים, און די סומאטאכע האט אנגעהויבן גיין כאדאראם, א פיליאלע פון די פירמע אין די ווייטע האנג-קאנג האט אנגעהויבן פראטעסטירן אין פארנט פון די אמעריקאנער קאנסולאט אין האנג קאנג אז מען זאל ארויסלאזן זייערע חברים, ויהיה כל הגולה כמדורת אש.

זעענדיג אז די זאך גייט ארויס פון די גבולים, עס איז שוין ממש גלאבאנציש, האב איך זיך אוועקגעזעצט מיטן שעף עקזעקיוטיוו אפיסער און אים געזאגט דברים כהוויתן: טייערער רבי יצחק טובי', די האסט א פראבלעם מיט דיין אייגענע פרעזידענט און דיין אייגענע באורד, איך וויל די דיעל ווייטער, אבער אויב דיין קאמפאני וואלט געווען דערגעגן וואלט איך געהאט אן ערנסטן פראבלעם, אבער למעשה, זעכציג פראצענט פון דיין אייגנע פירמע שטיצט מיר, טא וואס קומסטו צו מיר מיט טענות? און נאכמער, צו וואס לויפט מען צו די פאליציי, וואס זענען זיי שולדיג, נעם אפיר דיין אייגענעם פרעזידענט, טענה זיך גוט אויס מיט אים און נאכדעם ווען די ביסטו פאראייניגט מיט דיינע חברה קום צוריק צו מיר און טריי צו שתדלן ביי מיר, אבער ווי לאנג ביי דיר איז ממש תוהו ובוהו קום נישט הענגען דיין שמוץ וועש נעבן מיין אפיס.

דער סי אי או, א פארמאטערטער פון די קאפ ווייטאג און פארצויגענע מערכה האט מיט צארן מיר געענטפערט "דער פרעזידענט איז פון יוהאנעסבורג דרום אפריקע, ער פארשטייט נישט די מענטאליטעט און ער האט נישט קיין שום פאטריאטישע געפילן, ער איז דא ממש ביי עקסידענט און ער וואלט פונקט אזוי געקענט זיין א מזרחיסטישער ראש ישיבה", איך האב רחמנות געהאט אויף דעם אלטן, האלב דעזערטירן סי אי או, און אים גארנישט געענטפערט, אבער איך האב אים געוואלט זאגן "טייערער גאב"ד, איר זענט פון אנטווערפן בעלגיע, און איר וואלט געקענט זיין א גערער דיין און א חבר וועד הרבנים לעניני עתון המודיע",

אבער, למעשה, וואס זאל איך יעצט טון? אויפהערן גראבן? און וואס זאלן די פאליציי טון, אויפהערן באשיצן, אדער מוז דער פרעזידענט, סי אי או און די באורד זיך צוערשט אייניגן?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

עס איז זייער זייער ווייטאגליך די גאנצע געשיכטע דארט, עס איז ממש נישט צו פארשטיין ווי אזוי אזא גרויסע פירמע גייט אינטער און שפארט זיך אפ על לא דבר,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אין הנידון דומה לראיה.
עפל סדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 12:09 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך עפל סדר »

די חיליק איז נאר אז די גאנצע עדה שטייט מיטן גאב"ד אנטקעגען די ראב"ד
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איין זאך האט קאווע שטיבל הנאה פון די גאנצע זאך אז [tag]נאר,,פרייליך[/tag] מיט [tag]זלמן זאפיר[/tag] זענען ביזי און צימעס און דרייען נישט א קאפ פאר יעדעם
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

לעמיל האט געשריבן:איין זאך האט קאווע שטיבל הנאה פון די גאנצע זאך אז [tag]נאר,,פרייליך[/tag] מיט [tag]זלמן זאפיר[/tag] זענען ביזי און צימעס און דרייען נישט א קאפ פאר יעדעם

דר'עולם דא אינדרויסען איז נישט אזוי באהאווענט אין די מציאות בכלל קוק אהער אזא קופערניקוס קוקט אהן כאילו ס'אט זיך היצט אנגעהויבען דער גאנצער סומאטוכע פינעם פרעזידענט מיטען סי אוו או דער פרעזידענט איז שוין יאר'ן לאנג אן שטער אינערהאלב די קאמפעני ס'היצט געקומען די צייט פין עמען פטור צו ווערן מער פרטים קיקט נאך אין צימעס
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:פאר מער פרטים קיקט נאך אין צימעס

סימיר גוט. צימעס איז שוין געווארן א ארט פון וואו נאכצוברענגען רעפערנצן. האהא. עולם ה-פוךּ ראיתי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

זייער שיין קופערניקוס. אבער אז מען רעדט שוין בין איך נתפעל פינעם גאב"ד אז ער בייט נישט זיין מיינונג צוליב דעם וואס עס איז נוגע פארן וואוילזיין פון זיין געמיינדע. אנדערש ווי רוב עולם דארט וואס איז אויפן זייט פונעם ראב"ד, ווען עס איז נוגע א מולטי מיליאן דאלערדיגע שפיטאל, לייגט מען זיך אונטער די טרעקטאר און הרב אלישב ווערט א קל און און רב מטעם ווען ער איז מתיר, אבער ווען עס איז נוגע אפאר דירות פאר ירושלימע אידאלעך ווערט אלעס מותר לכתחלה און דער ראב"ד ווערט אן עקסטערמיסט ווען ער האלט אז עס איז אסור.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בן תמליון האט געשריבן:לייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?

נא?
וואס זענען די פשוטע פאקטען? אויך שנוי במחלוקת?
Under influence
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:לייקתי חכם קופער פאר זיין גאלדענעם פעדער אבער האב קנאפ ידיעה וואס גייט פאר. קען איינער מגולל זיין די פרשה מתחלתה? וואס איז דער גאנצער גלובאניץ סומאטוכע?

נא?
וואס זענען די פשוטע פאקטען? אויך שנוי במחלוקת?

דערווייל גראבט מען אין גרויסען ביים שטח גולובענציץ דער גאב''ד מיט די חברי בד''ץ האלט'ן לאיסור הראב''ד מתיר ומעודד החפירות היינט מאנטיג ווען די הנהלת העדה האט פרובירט זיך דורכציקמען מיט'ן ראב''ד האט ער געזאגט אז ער האט נאר מתיר געווען פאר די ליטאים וואס זיכען נישט מחמיר צו זיין כשי' א''ק אבער ביי די סלונים לאט זאל מען נישט גראבען
פין די אנדערע זייט איז סלונים און שישא אנטלאפען פין אר''י אויס מורא פאר דרוק אז ער זאל מונע זיין די חילולי הקברים, אין דער זעלבער צייט האט אב''ד דמשק אליעזר הרב לייזער קאסטענבוים ארויסגעגעבען א מכתב ווי ער איז מברר די נושא
ווי ס'קוקט אויס העט'ס נאך קאסטען אסאך בלוט און קריגעריי ביז ס'העט זיך עפעס אויסלאזען דא..
בנוגע דעת הגר''ח קאניעווסקי איז פאראן חילוקי דעות יש אומרים ער האט בלויז מחזק געווען גולובענציץ צו אנגיין מיט זיינע מעשים און יש אומרים אז ס'געווען אן אסיפת הרבנים ביי אים אין שטוב ווי ער האט דערנאך געלייגט לחץ אויף דגל התורה נישט מיטצושטיין מיט די גראבונגען ביים שטח.
ס'העט נאך אסאך טינט און בלוט פארגאסען ווערן איבער די פרשה לאמיר מתפלל זיין ס'זאל שוין קומען צו א פרייליכער ענדע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נאר,,פרייליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

עפל סדר האט געשריבן:די חיליק איז נאר אז די גאנצע עדה שטייט מיטן גאב"ד אנטקעגען די ראב"ד


טאקע אזוי די גאנצע עדה?
פשיהא !!!
אלע סד"ד אויך? מוראדיג!!!
און וואס איז מיט די הנהלה ? אויך מיט דעם גייוועד?
וואס וועט זיין? עס איז דאך ממש די גאנצע וועלט??!!!

איין זאך וואס מען האט פארדינט אז די בילדער ווי מען שלעפט אועק די צימערמאן'ס און חעשין'ס פון אונטער די טראקטארן טראגן שוין גאר אן אנדערש פנים.

איין שורה וואס קופערניקס האט פארזעהן אויס צולאזן דעם ארטיקל
"עס גייט קיינעם באמת נישט אן אלע פראקציעס רייבן זיך דעם בייכל, "
יראו עינינו וישמח לבינו ותגל נפשינו
און האטס מיר א גוטן טאג

פאקטן גלייב איך במילא נאר פון "נארפרייליך" ווייל ער זאגט דאך נאר פאקטן, און שוין.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

ס'היינט געקומען א שטיקעל שינוי אינעם מצב ווען די הפגנות פין די חעשין'ס וכו' ווי אויס מענטש בא'טיטולט עס האט ב''ה נושא פירות געווען און דערווייל לאזען די רבני הגר''ח קאניעווסקי נישט ממשיך זיין די ניי געגרינדעטער ארגענעזאציע ארץ החיים מיט אירע חפירות אויפען שטח היינט דינסטיג העט אויסגעשטעלט ווערן אן הרכב בית דין ווי ס'העט אויסגעהערט ווערן אלע צדדי הפרשה און ס'איז צום האפען אויף א פרייליכער ענדע
דערווייל זיכען די רבני ארץ החיים פרישע אנשי תקשורת זיך מצטרף צו זיין צו זייער ועד צו קענען ממשיך זיין מיט זייערע הייליגע פעולות להצלת הקברים
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

יעצט איז ר' חיים מותר?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

טעפל האט געשריבן:יעצט איז ר' חיים מותר?

קיינער ניצט נישט דא הגר''ח אויף צו אסר'ן די קברים גראבעריי דיינו הגאב''ד ובית דינו ומומחי את''ק ובראשם הגאון הגדול רבי דוד
בסך הכל צו זיכען איינעם פאר די רבני ארץ החיים איז פינקט צוגעפאסט די רבני הגר''ח וואס האבען ענדגילטיג אויך מסדר געווען דעם אגודת למניעת חילול קברים
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

פרישע פאקטען:
אויף די מאמענט ווילען זיך די גרעבער נישט מחייב זיין צו די רבני הוועד פון הגר''ח זיי אויסצופאלגען זייערע הוראות
אויס מורא פין צופיל קולות וואס זיי העלן מקיל זיין מער ווי די ביז היצטיגע הוראת ארץ החיים
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[tag]קופערניקוס[/tag] זעה איך שוין אז ארץ ישראל'דיגע אידן ליינען קאווער שטיבל... רעדנדיג פריער מיט א איד פון דארט זאגט ער מיר ממש כלשונך הזהב.

ער לייגט נאר צו, אז דער סי אי או ווארפט אויך עפעס צומישטע סטעיטמענטס, קוקט אויס מ'דארף זיך גאר ווענדן צו זיין טשיף אוו סטעף
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די פאקטען קומען אריין נישט קלאר.

איך וועל פראבירן דאס צו שרייבן אין מיינע ווערטער, פאריכט מיר ווען איך גיי שלעכט.
פאקט 1) אין ירושלים זענען דא א ציבור אידן (א מיעוטא דמיעוטא פון תושבי ירושלים בכללית) וואס זענען דוגל אונטער א בית דין מיט די נאמען "העדה החרדית". גוט באקאנט מיט זייער הכשר אויף א גרויס פראצענט פון די מדינת ישראל'דיגע פראדוקטען. דער בית דין האט א גאב"ד, א ראב"ד, חברי בית דין, מנהלים, שוחטים, רואי חשבון, א.א.וו. פון צייט צו צייט (ד.ה. יעדע פערטעל שעה) קומען זיי ארויס מיט קול קורא'ס וואס זענען געוואנדען פאר די ציבור וואס זענען סרים למשמעותם.

פאקט 2) עס איז דא א שטח אין שטאט בית שמש (ברייט באקאנט דורך די מוסדות אורות בנות) געפינט זיך עטליכע ק"מ ווייט פון ירושלים, און עס האט זיך געמאכט א שאלה צו מ'מעג גראבן דארט. דער צד אז נישט, איז צוליב דעם וואס ס'איז מעגליך דא קברים (וואו איז נישט דא קיין קברים?) נאך פון בית שלישי. אקיצור, יש פוסקים מתירים ויש פוסקים אוסרים.

פאקט 3) אינערהאלב די פריערדערמאנטע בית דין, פון ירושלים, זענען פארהאנען חילוקי דעות.

יעצט די פאקטען וואס איך ווייס נישט

4) פארוועם געהערט די שטח?
5) ווער איז דער פוסק וועם די בעלי השטח גייען לפי דעת תורתו?
Under influence
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

נהורא נפישא האט געשריבן:די איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.

אין אני מכניס ראשי אין די ריזן מחלוקת אבער אויב ליגן דארט יודן איז נישט קיין חילוק וואסערע סארט דארף מען נאכאלץ היטן אויף זייער געביין
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

למדן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די איראני איז אז אויב רעדט מען שוין יא פון יודען זענען זיי בלי ספק אזעלכע וואס ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן די קנאים ווען געטראפן ענדלאזע סיבות צו באגיין מיט זיי געוואלדטאטן אבער יעצט זענען זיי זיך מוסר נפש פאר די צויי טויזענט יעריגע געביינער.

אין אני מכניס ראשי אין די ריזן מחלוקת אבער אויב ליגן דארט יודן איז נישט קיין חילוק וואסערע סארט דארף מען נאכאלץ היטן אויף זייער געביין

הכי קרא שמך למדן: איך האב נישט ארויסגעשריבן קיין שום שטעלונג אין דעם נושא איך האב ס"ה ארויסגעברענגט אן איראני וואס שטעקט אינטער דעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

קאווע טרינקער האט געשריבן:די פאקטען קומען אריין נישט קלאר

יעצט די פאקטען וואס איך ווייס נישט

4) פארוועם געהערט די שטח?
5) ווער איז דער פוסק וועם די בעלי השטח גייען לפי דעת תורתו?

די שטח כהיום געהער פאר טויזענטער יודען וואס זענען היצט איינגעמיירעט צוליב וואס מ'האט נישט מודיע געווען בעפאר במה דברים אמורים אז מ'אינוועסט אין א בית הקברות און יעדער קונה האט ביי זיך עטליכע מתים פון טויזענטער יאר צוריק וואס איז יענס עסק
דערווייל פרובירען די וואס האבען איינגעמיירעט דעם ציבור אופנים וויאזוי אויסצוקרויסען די מתים פראבלעם דערפאר איז נולד געווארען דער שווערער סומאטוכע
און בנוסף צום פראבלעם זענען פאראן עטליכע בעלי מסחר וואס ערווארטען צו פארדינען גרויס געלד פון די מקום מנוחת המתים וואס העלן פארוואנדעלט ווערן אין געשעפטן וואס דאס פארשטערקערט די סיבות און אינטערעס אינעם אויסקראסען דעם מתים פראבלעם
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טויזענטער איז מן הסתם א גוזמא, אינאלענפאלס, זאלן די וואס נעמען אן דעת האוסרים פארקויפען זייערע דירות פאר צד המתירים ושלום על ישראל.
Under influence
פארשפארט