היסטאריע געמאכט מיטן קרוינען פון דזשיקוב'ער רבי'ן שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זעה אז ס'שטייט זוטשקא , נישט דזשיקוב.
(און וואס איז פשט פון די שאהל אינמיטען די זומער??)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

רבי אלימלך איז א איידעם ביי זוטשקא.
די חתן איז בן אדמו"ר מ'דזשיקוב (-וויזניץ)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לעמיל האט געשריבן:איז דא א אנדרע זייט פאר די מטבע? וואס זאגען די מנדיל'ס אויף דעים?

וואס זיי זאגן איז נישט אינטרעסאנט. קענסט זיין זיכער אז קיין גוטס (אויף ר' ישראל'טשע) זאגן זיי זיכער נישט. זיי זענען מקיים דעם פסוק "יגילו במלכם".
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ר' מענדל איז פיינע נייעס. ער האט אויסגערעכנט נישט צו זיין אין ארץ-ישראל אויף די חתונה פון זיין ברודער'ס אייניקל, ווי אויך נישט אויף די דזשיקובער חתונה. אויף ביידע חתונות האט ער א פראבלעם צו זיין, ווייל ביי די דזשיקובער חתונה איז זיין ברודער געווען דער גאנצער מחותן. אבער ער מאכט זיכער צוריקצוקומען אינמיטן שבע ברכות פון דזשיקוב, אזוי אז ער וועט קומען אויף א ספעציעלע שבע-ברכות וואו מען וועט מאכן שבת מיט אים.
זייער נייגעריג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך זייער נייגעריג »

הדד בן בדד האט געשריבן: ר' ישראל אליעזר אדלער איז א וויזשניצער אייניקל, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דעם אמרי חיים, זיין טאטע האט געהייסן ר' נפתלי חיים אדלער זצ"ל, ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און זייער א חשוב'ער איד און ער האט אסאך געהאלפן דעם שווער אויפבויען שיכון וויזניץ אין ב"ב. שפעטער האט דער אמרי חיים געשיקט דעם איידעם וואוינען קיין חיפה לעבן זיין ברודער דעם סערעט'ער רבי'ן, ער זאל אים העלפן אויפשטעלן דארט זיין חסידות, און ר' נפתלי חיים האט זיך טאקע אריינגעלייגט אין דעם בכל נפשו ובכל מאודו, און ער האט טאקע מצליח געווען, ער האט שיין אוועק געשטעלט דעם רמת וויזניץ געגענט אין חיפה, וואו עס געפינט זיך ביז היינט דער הויפטקווארטיר פון דעם סערעט וויזניץ'ער חסידות.

וויבאלד דער היינטיגער סערעט'ער רבי איז נישט געווען דעמאלס אין א מצב פון זיין מ"מ פון זיין טאטן, האט דער עולם פארשטאנען מיט א פשטות אז מ"מ וועט זיין ר' נפתלי חיים.
ר’ נפתלי חיים איז געווען א שטיף קינד פונעם סערעטער, דהיינו זיין מאמע האט חתונה געהאט בזוו”ש מיט’ן סערעטער און געהאט מיט אים נאך 3 קינדער: דער חכמת אליעזר, ר’ משה דער ראש ישיבה און הרבנית שטערנבוך פון אנטווערפען (מעכעלע חלוץ איז געווען מזוו”ר פונעם סערעטער).
דערפאר האט דער אמרי חיים געשיקט פונקט אים, און פארדעם איז געווען די הו”א אז ער זאל איבערנעמען סערעט.
פארשפארט