רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
רחמנות אויף צושלאגענע מוחים?
זעהנדיג אויפגעשפילט די קלעפ וואס די (קול מבשר גערופענע:) "פרידליכע מוחים" אנטקעגען די וואס זענען זוכה לבנות חרבות ירושלים, האב איך זיך געטראפען אין דילאמע.
פון איין זייט, די מכות און באקסעס טוהן דאך אזוי וויי, אז כמעט וואס כ'קען נישט צוקוקען. איך הייב אן צו שוויצען ווען כ'זעה וויאזוי זיי, די משטרה וכדו', דרייען אויס די פיס פון די מוחים, אדזש כ'הער די קולות ביז אהער, ממש א פחד.
פון די אנדערע זייט, יעדע מוחה גייט דאך אהין אדעתא דהכי. די וואס שטייען דארט ווי מ'מעג שטיין, און שרייען סתם גיוואאאלד 40 מאל אין א מינוט, זיי כאפן דאך נישט קיין פעטש.
קומט אויס, אז די פעטש כאפער זענען שוטים גמורים, ווייל אפילו מ'וועט אננעמען אז די גראבער זענען עובר אויף די ל"ת פון חפירה במקום קבר תהום, איז דאך אוודאי נישט קיין חיוב מוחה צו זיין עד כדי הכאה, בפרט אז דורך גיין אין תפיסה ביסטו עובר און מבטל אסאך אנדערע מצוות, ווי למשל ביטול תורה און תפילה, מצות עונה, און נאך. נו, אויף א שוטה גמור זאגן דאך חז"ל "אסור לרחם".
איז יעצט מיין שאלה, צו מעג איך רחמנות האבן אויף זיי?
וואס איז אייער מיינונג?

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די פראפאגאנדע שרייבערס פונ'ם איד און בלאט און קול מבשר (וואס כ'האב נישט געהערט.) שרייבן דאך "פרידליכע מוחים". זיי מוזן אזוי שרייבן. אבער דער מציאות איז אז די מוחים וועלכע שטייען אונטער די באריקאדן פון די פאליציי ווערן נישט געטשעפעט. ס'איז אפילו דא א בילד אין בלאט (געברענגט פאר צוויי יאר צוריק) פון א חרדי'שן יונגערמאן (מ'זעהט זיינע פיאות און בארד.) וועלכער האטצעך געספראוועט מיט די צולאזטע מוחים. איהם קענמעון זיכער נישט חושד זיין אין פיינט האבן ערליכע אידן. נאר ס'איז פארשטענדליך אז א סאך פון די מפגינים גייען אדעתא דהכי צו מאכן טראבל.
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
לכאורה זענען זיי נישט עובר אויף עונה ווייל די ווייבער זענען מוותר, אולי
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:שונאי ישראל קיפ אן מיט אייער מלחמת קודש און אנטיסעמיטיזעם,
און באגנוגט אייך ניש מיט שרייבען אינטער באהאלטענע ניקים נאר גייט'ס בפועל ארויס אין די הייליגע אלול טעג און העלפט צו אייער ברידערליך די משטרת הציוני צו קנאקען און טיילען מכות אכזריות פאר די מוחים.
הייבט'ס אייך ברידערליך זייט'ס עולה קיין ישראל און קויפט אייך איין זכותים פאר'ן יום הדין.
ותשובה ותפלה וצדקה.....
אויב דאס איז די בעסטע תירוץ אוועיליבעל דאן שטייסטו זייער שמאל, מוח דחוק וואס דו ביסט.
Under influence
- פידלער
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 372 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
נאך די דניאל פערל (http://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Pearl) מעשה, האבן זיך די גאווערנמענטס פון דעמאקראטישע לענדער געבעטן ביי אלע דזשורנאליסטען אהיים צו קומען. ס'איז אבער געווען אפאר "העלדן" וואס האבן איגנארירט די בקשות. האב איך דעמאלס געלייענט א לייט-ארטיקל וואס האט ארויסגעברענגט די אינטערעסאנטע טעזיס אז די דזשורנאליסטען זענען selfish. אויב זיי ווערן געכאפט און מ'טיילט זיי אויס געפערליכע צרות אדער מ'הרג'עט זיי, קאסט עס אונז, די empathetic המון עם, ווייטאג. פארוואס זאל אונזער שלאף צושטערט ווערן און אונזער הארץ וויי טאן צוליב זייער "העלדישקייט"? ווי selfish זיי זענען!
איך מיין אז די אקציעס פון די מוחים וואס קאסטן הארץ ווייטאג פאר אנדערע קען אריין גיין אין די זעלבע קאַטעגאָריע פון selfishness.
איך מיין אז די אקציעס פון די מוחים וואס קאסטן הארץ ווייטאג פאר אנדערע קען אריין גיין אין די זעלבע קאַטעגאָריע פון selfishness.
די שאלה איז נישט באגרעניצט צו די צאלמערס מוחים, נאר צו אלע איינגערעדטע אקטעוויסטן וואס ליידן פאר א איינגערעדטע אדער אמתע צוועקן.
האבן מיר רחמנות אויף מתנחלים וואס זענען מפקיר זייער לעבן פאר שלימות הארץ?
האבן מיר רחמנות אויף א ברעסלעווער וואס הונגערט אגאנץ יאר צו קענען גיין קיין אומאן?
האבן מיר רחמנות אויף א וויליאמסבורגער הרבני הנגיד קבצן וואס פארחובות'ט זיך צו קענען מאכן א פענסי חתונה?
האבן מיר רחמנות אויף מאדנע צער בעלי חיים אקטיוויסטן אדער אזוינע האלב קוריאזע אקופיי וואל סטריט אקטיוויסטן?
די ריכטיגע שאלה איז ווי שטארק האבן מיר פיינט די רשעות'דיגע צינישע אנדרייערס וואס שיקן זיי? דעם פאליטיקאנט וואס דרייט דעם רעדל אין די עדה מיט אגענדעס, דעם ברסלעווער מפשיע וואס מאכט דעם ארימען קבצן פארן מיט מסירות נפש און דעם טיי פארטי מאכט זוכער וואס העצט אן תמימי לב צו פראטעסטירן פאר זיינע אגענדעס.
זיי האב איך פיינט מיטן גאנצן היץ פון א מצה אויווען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דער לייק האב איך אייך געגעבן ווייל איר האט מיר געמאכט שמייכלן. יעצט זע איך פארוואס איר הייסט פרייליך ווייל איר מאכט פרייליך אידן , קיפ אפ דע עמעזינג זשאב.
בנימין ידיד ה'. ס'איז גוט אז דו ביסט דיך מסביר. ווייל כ'האב אויף א רגע קט געמיינט אז דו ביסט בשיטה אחת מיט'ן גאר פרייליכן איד. ס'איז דאך א דבר ידוע אז די "פרידליכע מוחים" ביי די הפגנות טוען גארנישט אויסער שטיין רואיג אויף זייער פלאטץ. דאן ווער צוברעכט די טרעפיק לייטס, צינדט אונטער די "צפרדעים", די גרויסע גארביטש קאנטעינער'ס. און ווער רוקט זיי ארויס אינמיטן וועג ווען אן אגד באס פארט אדורך? מוז זיין די פארשאלטענע ציונים וועלכע זוכן א תירוץ פארוואס צו קומען אנברעכן די ביינער פאר די ערליכע אידן.
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
מיט האלטענדיג כמה פעמים די הפגנות פון די "פרידליכע מוחים" ("מוחים דחוקים" איז בעסער געזאגט) קען מען גוט פארשטיין די "רשעותדיגע" פאליציי, נישט אז זיי זענען נישט קיין רשעים, ווער עס קען די יס"מניקערס ווייסט אז זיי זוכען פשוט עקשען און בלוט, אבער ווען מ'רופט זיי אז מ'טשערט בויען, פארמאכט גאסען וכדו' זענען זיי טאקע דא צו מאכען סדר..
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
קרעקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך
סך הכל רעד מען פין געדינגענע סעדינגענע סיקיארעטיס שלעגער, פארוואס קענען נישט די חרדים צוריקשלאגן?
זיי לויפען אוועק און לאזען זיך שלאגען און באקסען, געב צוריק מקל צוריק
ווייל אויב זיי ווייזען אז אז טויגען יא, וואלט מען זיי תיכף גענומען אין מיליטער אריין.
Under influence
- נאר,,פרייליך
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1615
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
כ'מיין אז די עס עס לייט וואלטען זיך געקענט קומען לערנען פון די געשוואלענע קעפ דא און אפנארמאלע אויבער חכמים שרייבערלעך דא אין ק''ש וויאזוי צו האסען און פיינט האבען דעם שמוציגער דזשיד
ס'עפעס להפליא די געוואלדיגע אהבת ישראל מיט וואס די וואס זענען דוגל מיט די שיטת אנטי-קנאות טיען זיך אויסצייכענען מיט א זעלטן אהבת ישראל וואס דאכט זיך אין די לעצטערע טויזענטער יארען איז זעלטן ווי געזען געווארען אזא ליבשאפט צו א צווייטען יוד
אבער ביטע ניש פארגעסן די סאקמירע פערד די זענען די וואס האבען האס און שנאה צו א צווייטען
זכרהו מאחר שבא להשכיחו