הרב נפתלי הירץ וויזל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
הרב נפתלי הירץ וויזל
[justify]בס"ד
הרב נפתלי הירץ וויזל וועלכער איז געבוירן ה' טבת תפ"ו, דעם ניינטן דעצעמבער 1725 (געלעבט ביז 1805 ) איז געווען א לינגוויסטיקער און פאעט אינעם לשה"ק שפראך. פון די וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פונעם השכלה באוועגונג. זיין חיבור דברי שלום ואמת, וואס פאדערט א דראסטישע טויש אינעם אידישע חינוך האט ערוועקט א שטורמישע קאנטראווערסיע צווישן די ערשטע משכילים און די רבנים פון די אייראפעישע געמיינדעס. דער חיבור פון שירים וואס ער האט מחבר געווען אויף ר' משה מנדלסון "שירי תפארת" האט שטארק באיינפלוסט די קומענדיגע דורות פון פאעטער און מחברי שירים. און א טייל פון די היסטאריקער זעהן אין אים די אנהויב פון די העברעאישע שפראך באנייאונג.
זיין יוגנט
די פאמיליע פון נפתלי הירץ, א משפחה פון אידישע סוחרים מיטן נאמען רייז, פון פוילישן אפשטאם, האבן נאכפאלגענדיג די ת"ח ות"ט אומרוהען און שלעכטע צייטן פאר אידן, זיך אריבערגעצויגן צו קרקוב, דערנאך צו אמסטערדאם. נאכוואס די פאמיליע האט שיין מרוויח געווען אין געשעפטן האט זי זיך געצויגן צום שטאט וויזל (Wesel) אין דויטשלאנד. טוישענדיג די נאמען פון רייז צו ווייזל. נאכוואס די עסקים האבן זיך פארצווייגט און זיי האבן אנגעקניפט מסחרישע קשרים מיטן דענישער קעניג האבן זיי געצויגן זיך צו האמבורג, וואו דארט איז אין דעם ניינטן דעצעמבער 1725 נפתלי הירץ געבוירן געווארן צו זיין פאטער יששכר. אין זיין קינדהייט האט זיך די ממשפחה געצויגן צו קאפענהאגן, און זיין טאטע האט סופלייט סחורה און פראדוקטן צום קעניג, און דארט האט נפתלי הירץ אנגעהויבן באקומען א מסורה'דיגע אידישע חינוך: תנ"ך און גמ'. אין 1735 איז געקומען קיין קופנהאגן דער מלמד שלמה זלמן הענע (הינא, הנאו) און יששכר ווייזל ה אט אים געדינגען ער זאל לערנען זיין דער פריוואטער מלמד פון זיין זוהן. פון דעם מלמד האט נפתלי הערץ באקומען דעם חשק ארויסצוקוקן אביסל פון די טראדיציאנאלע אידישע לערנונגען און זיך אינטרעסירן אין היסטאריע, געאגראפיע, נאטור און מאטעמאטיק. ער האט אנגעהויבן לערנען וויסנשאפטליכע אידישע ביכער פון די מיטלאלטער יארן, און אויך געלערנט זיך פרעמדע שפראכן, אריינגערעכנט דויטש און פראנצויזיש. ווי אויך האט ער געלערנט אין די ישיבות פון די תורה ריזן אין יענע דור, צווישן זיי רבי יהונתן אייבשיץ זצ"ל און איינגעקויפט א אויסטערלישע בקיאות אין תלמוד, הלכה און אגדה.
זייענדיג זיבעצן יאר אלט אין 1742 האט ער זיך איינגהאנדלט א תנ"ך איבערגעטייטשט אין דויטש דורך מארטין לוטער, און דארט געלערנט די 'ספרים החיצונים' (דעטערוקונוניקל) דאס זענען ביכער וואס די מערהייט פון זיי זענען געשריבן געווארן דורך אידן אין די תקופה פון בית שני אבער זענען נישט אנגענומען געווארן דורך די אידישע חכמים און פירער ווי א טייל פון די פארהייליגעטע כתבי ידות ווען מ'האט געשלאסן דעם תנ"ך.
ער האט אנגעהויבן מיטן איבערטייטשן דעם ספר חיצוני "חכמת שלמה" אין לשה"ק, און אפילו צוגעלייגט זיינס א קליינעם פירוש וואס ער האט שפעטער פארברייטערט פאר א חיבור מיט'ן נאמען "רוח חן" די תרגום האט ער מדייק געווען צו שרייבן אויפ'ן ריינעם לשון המקרא פון תנ"ך. די נארמע (וואס ער האט נאך גע'ירשנט פון זיין רעבין האנאו, וועלכער האט מתקן געווען די לשון פון סידור לויט דיזע כללים) האט נאך באגלייט פאר יארן שפעטער די כללי עברית וואס די תנועת השכלה האט באנוצט אין זייערע ווערק
מיט די הילף פון זיינע עלטערן און פעטער'ס האט ער אנגעהויבן האנדלען, און נאך עטליכע יאר אנגעהויבן ארבעטן פאר'ן אידישן אמסטערדאמער באנקיר היינריך פייטל אפרים, וועלכער איז אליין געווען א מיטגליד פון א קליין גרופע משכילים אין אמסטערדאם, צווישן זיי דוד פרנקו-מאנדעז און אנדערע, ווען צו דער זעלבער צייט טוט ער זיך פארטיפן אין דקדוק פון לשון המקרא.
צווישן די יארן פון תקכ"ה – תקכ"ו האט ער מוציא לאור געווען אין צוויי טיילן דעם ספר "גן נעול" - א חקירה אינעם אפטייטש און באדייט פונעם שורש "חכם". שפעטער איז עס געווארן א חלק פון די סעריע ספרי דקדוק זיינע מיטן נאמען "לבנון". נפתלי הירץ האט אפגעלערנט דעם דקדוק פון לשה"ק. דאס היות לשה"ק איז דעם אויבערשטן'ס שפראך, פאסט זיך נישט קיין מילים נרדפות – ווערטער און סינאנימען וואס ווערן גענוצט פאר עטליכע אפטייטשן. דעריבער האט ער זיך אנגעשטרענגט מבחין צו זיין צווישן ווערטער און פאראלעלע מושגים. א ארבעט וואס טוט שטארק פארפלאנטערן זיינע פירושים און מאכט שווער פאר'ן לייענער ארויסצוקומען מיט א קלארקייט.
בערלין
אין אמסטערדאם איז נפתלי הערץ פינאנציעליש געשטאנען גוט, און ער האט געעפנט זיין אייגענע ביזנעס. און 1796 האט ער זיך אומגעקערט קיין קאפענהאגן, און געהייראט מיט זיין פרוי שרה, דארט האט זיין פינאנציעלע לאגע אנגעהויבן גיין קאפ אראפ, און אין 1774 איז ער אריבער קיין בערלין אנצופירן דעם ביזנעס פון יוסף פייטל אפרים. ( א זוהן פונעם אויבן דערמאנטן היינריך)
נאך איידער ער איז געקומען קיין בערלין האט ער שוין געפירט בריוו קאראספאנדענץ מיט משה מענדעלזאן, און גאר שטארק אויסגעלויבט זיין ספר 'פיידאן', און אפילו אנגעטראגן זיך עס איבערצוטייטשן אין לשה"ק. פון ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין איז זייער פריינדשאפט שטארקער געווארן, טראץ וואס נפתלי הערץ איז געווען פיהל מער אפגעהיטן און פארמאכט מיט זיינע דעות און אויפגעקלערטקייט – פון מענדעלזאן. אין 1775 האט ער פארשרפייט זיין צווייטע ספר "יין לבנון", א לינגוויסטישע פירוש אויף מסכת אבות, אויף וועלכן ער האט באקומען אסאך הסכמות, צווישן זיי פון דער נודע ביהודה, און רבי דוד טבל פון ליסה, וועלכע זענען שפעטער געווארן זיינע בלוט שונאים און אים פארביטערט דאס לעבן.
דער ברייטער פירוש "רוח חן" אויף "חכמת שלמה" האט ער אריסגעגעבן אין 1780 און אויף דעם האבן שוין מער נישט ערשיינט קיינע הסכמות פון רבנים (ווארשיינליך צוליב די התנגדות קעגן ספרים חיצונים וואס האט געהערשט יענץ צייט). אין 1778 איז ארויס לאור דער באנד פון אידיש טייטש אויף ספר שמות, מיט'ן ביאור פון מענדעלזאן, און נפתלי הערץ האט עס תיכף באגריסט מיט א שיר "מהלל רֵע" לכבוד דעם. דארט האט ער אויסגעלויבט מענדעלזאן, און קריטיקירט די דעמאלטדיגע אידישע חינוך, אפרעדנדיג זיך אז די מלמדים לערנען נישט מיט די קינדער נ"ך און דקדוק, און פירוש המילות פון לשה"ק.
יענע יארן האט נפתלי הערץ פארלוירן אין זיינע פארמעגנס, און ער איז אפגעזאגט געווארן פון זיין ארבעט, דערגרייכענדיג א פינאנציעלע נויט. ער איז געצווינגען געווען אנצוהויבן זיך פארדינגען אלס מלמד, אבער דער מזל האט אים דא אויך נישט געשפיהלט, און ער האט נישט געטראפן קיין ארבעט, צוליב וואס די פרומע עלטערן האבן אים נישט געוואלט, ווייל ער איז געווען צו 'אויפגעקלערט' פאר זיי, און די משכילים האבן אים אויך נישט געוואלט דינגען, וויבאלד ער איז געווען צו פאנאטיש פאר זיי, אויך א דאנק דעם וואס ער האט זיך געגנגעשטעלט דאס לערנען נאטור פארשונגען מיט די קינדער, וויבאלד זיי טוען נישט גענוג אריינהארעווען אין די פסוקים פון ספר בראשית. ער האט שפעטער געזאגט אויף זיך "הישנים יחשדוני לחדש, והחדשים יחשדוני לישן". יענע יארן האט ער גענהויבן ארבעטן אויף א גרינדיעזע לשה"ק ווערטערבוך, וועלכע האט למעשה קיינמאל נישט געזען דעם דרוק. אויך האט ער דאן פארפאסט דעם פירוש זיינעם אויף ספר ויקרא צוזאמען מיט מענדלזאנ'ס טייטש חומש און ביאור; גאר א טיפע פירוש, אבער לויט קריטיקירער האט ער זיך צופיהל פארלייגט אויף לינגוויסטישע שאלות, און וויבאלד זיין ארגינעלע רצון איז געווען אויסצוגלייך די פסוקים מיט די ווערטער פון חז"ל, איז עס למעשה געווארן זייער לאנג און פארפלאנטערט. אלענפאלס, אדאנק דאס ארויסגעבן דעם פירוש, האט זיך נפתלי הערצ'נס פינאנציעלע לאגע היפש פארבעסערט, און זיין מזל האט אים אויפגעשיינט.
דברי שלום ואמת.
אינעם דרייצנטן פון אקטובער 1781 האט יוזעף קיסר דער צווייטער ארויסגעגעבן דעם באקאנטן טאלאראנצדיקט דעקרעט. זיין ציהל איז געווען צו מאדערנעזירן דעם אידישן פאלק, און צו דעם צוועק איז געשאנקן געווארן פאר'ן איד, אסאך פריוועליגיעס, און פארשידענע פארבאטן זענען אראפגענומען געווארן. אבער אין די זעלבע צייט, האט מען אויך ארויפגעלייגט אנדערע חיובים אויף זיי, ספעציעל אין די געביטן פון חינוך. דער טאלאראנץ דעקרעט האט זיי באפרייט א טייל פון די שטייערען וואס איז געלעגן אויף זיי ביז דאן, עס איז ערלויבט געווארן פאר אידן צו לערנען פאכן וואס איז ביז היינט פארבאטן געווען, אנפירן מיט ביזנעסער, און פטור געווארן פון דארפן גיין געקליידעט מיט ספעציעלע קליידער; דאקעגן מצד שני, איז געקומען א לאנגע ליסטע פון פרישע באגרעניצונגען און נייע גזירות, אריינגערעכנט, די פארבאט פון זיך באזעצן אין געויסע אנגעצייכנטע זאנעס אין אויסטריה, נייע שטיייערן, און א איסור צו שרייבן אין די פנקסי הקהלה אין אידיש אדער לשה"ק. בלויז דויטש! און אזוי נאך. די טאלעראנץ דעקרעט האט אויך באהאנדלט די אידישע עדיוקעישן. מ'האט ערלויבט אידן צו גיין לערנען אין די מאדערנע שקאלן פונעם לאנד, און אזוי אויך זיך אליין עפענען מאדערנע שקאלעס, אוואו מ'וועט לערנען דויטש דארט.
פארזעצונג קומט.[/justify]

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
צווייטער טייל
[justify]דאס מערהייט אידישע ציבור און רבנישע פירערשאפט האט מיט צווייפלהאפטיקייט אנגענומען די פרישע גזירות, און געהאלטן אז דער קיסר מיינט דערמיט זיך מער, ווי דאס פרידן און וואוילזיין פון זיינע אידישע אינטערטאנען. אפילו הרב מענדעלזאן איז עס נישט צום הארצן געווען, און ער האט אויך אין אנהויב פארדעכטיגט אין דאס וואס האט - אין בעסטן פאל דאס מערסטע שכל געמאכט – אז דעם קיסר'ס כוונה איז צו-אסימילירן דעם אידישן פאלק און זיי טויפן צו קריסטנום.
נפתלי הירץ אבער האט געזען אינעם 'טאלערירונג' א געוואלדיקע געלעגנהייט, וואס דארום האט ער מפרסם געווען דעם קונטרס 'דברי שלום ואמת' אין וועלכן ער טוט רופן זיינע אידישע ברודער, זיי זאלן שטיצן די נייע געזעצן רעגולאציעס. לויט ווי ער שרייבט דארט ברויך מען מחזק זיין די "לעהרע פון מענטש", נעמליך די וויסענשאפטליכע סאציאלע לימודים וואס איז כולל אין זיך 'נאטור און קולטור' כדי אז די "תורת השם" דהיינו, די תורה און מצות זאלן האבן אויף וואס זיך אנצוהאלטן און באזירן אויף. ער האט געהאלטן, אז צוליב די צרות און רדיפות וואס די אידן זענען אויסגעשטאנען דורך די גלות יארן האט מען איבערגעלאזט דאס לערנען נישט בלויז די חכמות החיצוניות וואס מיר פלעגן לערנען, נאר אפילו דקדוק און תנ"ך, און יעצט ווען עס איז געקומען אזא גוטע געלעגנהייט אדורצופירן אזעלכע דראסטישע רעפארמען צו בעסערונג – אין די אידישע חינוך סיסטעם, און צוריקשטעלן די אזוי וויכטיגע לימודים אין פלאץ איז א עולה זיך מעלים צו זיין דערפון.
ווי ער שרייבט: והנה לחנך נערי בני ישראל על הסדר הנכון יחלק לשתי מחלקות; המחלקת האחת היא ללמדו תורת האדם, והן הדברים שבעבורן בעליהן ראויין להקרא בשם אדם, כי הנעדר מהן כמעט שלא יאות לו התאר הזה, וכמו שיתבאר. והמחלקות השנייה היא ללמדו תורת ה', שהן חקי האלהים ותורותיו. [...]
ובכלל תורת האדם הן הידיעות הנימוסיות, דרכי המוסר והמידות הטובות [...] וכן לדעת קורות הדורות (היסטאריע) וצורת הארצות והימים (גיאוגרפיא) ומנהגי המדינות ומשפטי המלכים וכיוצא באלה, וכן כוללת החכמות הלימודיות, כמו חכמת המספר (אריטמעטיק) וחכמת המדידה (גיאומעטריא) וחכמת תכונת השמים (אסטראנאמיא) וכיוצא בהן. [...]
והנה תורת האדם קודמת בזמן לחקי האלהים העליונים [...] והשני אף על פי שחקי האלהים ותורותיו נעלים מאוד מתורת האדם, הם קשורים ודבוקים בה, ובמקום שתכלה תורת האדם תתחיל התורה האלהית ותגד לנו דברים שאין בכח שום אדם להשיגם, ולכן המסכל חקי האלהים ויודע תורת האדם, אף על פי שלא יהנו מאורו חכמי ישראל בחכמת התורה, יהנו ממנו שאר בני האדם שבכל העמים; והמסכל תורת האדם, אף על פי שיודע חקי האלהים, אינו משמח לא את חכמי עמו ולא את שאר בני האדם. וכן אמרו חכמים: כל תלמיד חכם (שהוא היודע חקי האלהים ותורותיו) שאין בו דעה (נמוסיות ודרך ארץ) נבלה טובה הימנו.
כדי צו לערנען "תורת האדם" (מענטשליכקייט) ברויכן די אידן אויך לערנען דויטש, אזוי אז מ'זאל קענען לערנען די וויסענשאפט ווי עס באדארף צוזיין. די סדר הלימודים דארף זיין שטאפלווייז, און די לימודי המקרא, דארפן זיין א יסוד אין די לימודים פון יעדן קינד. מצד שני, איז אבער נישט יעדע אינגל מחויב צו לערנען גמרא. ווער עס קען נישט, איז גענוג ער זאל לערנען מקרא, משנה, און כלליות'דיגע ידיעות און דערנאך ווערן א ביזנעסמאן אדער ארבעטסמאן. נפתלי הערץ איז נישט ארויס מיט זיין חיבור קעגן די רבנים אדער קעגן דעם תלמוד חלילה; אבער וויבאלד רוב רבנים אין אייראפע יענע צייטן האבן נישט געהאט דאס מינדסטע וועלטליכע וויסענשאפט, האבן זיינע ווערטער אויסגערופן גרויס צארן אין די רבנישע ספערע. נאכדערצו נאכוואס ער האט ציטירט דעם מדרש רבה "כל תלמיד חכם שאין בו דעת – נבילה טובה הימנו".
תיכף ווען די חיבור האט ערשיינט, זענען אסאך רבנים שארף ארויסגעקומען קעגן אים. הרב יחזקאל לאנדא, דער בעל נודע ביהודה, האט אנגערופן הרב נפתלי הערץ "איש רשע", און האט לחלוטין אוועקגעמאכט זיינע שיטות אינעם קונטרס. הרב דוד טעבלי פון שטאט ליסה, האט אויפגעטרעטן אין זיין שטאט שבת, מיט א שארפע דרשה וואס איז שפעטער ארומגעשיקט געווארן בכתב אין אלע קהילות אויף די לענג און די ברייט פון אייראפע. אין זיינע ווערטער: "רע עלי המעשה אשר ראיתם מאיש חנף ומרע, איש עני בדעת, הדיוט שבהדיוטים... זד היהיר הלזה, צורר היהודים... ניאץ קודש עליון ומקדשיו" . און נאך אזעלכע ענליכע לשונות. ער האט גערופן מחרים צו זיין און אויסשפייען דעם נפתלי הערץ מתוך העדה.
די מחלוקת האט דערגרייכט ביז ווילנע, דארט האט מען פארברענט דעם באנד אין שוהל הויף; עס איז א מחלוקת צווישן היסטאריע פארשער, ביז ווי ווייט, און אויב בכלל דער גאון איז פארמישט געווען אין די פעולות קעגן הרב נפתלי הערץ. בעיקר זענען זייערע טענות געווען אז נפתלי הערץ טוט מאכן די תורה א טפל צו וועלטליכע וויסענשאפט און חכמות, און טוט דערמיט מקפח זיין די פרנסה פון די אידישע מלמדי תינוקות; אבער די עכטע שטופ צו נעמען שריט קעגן דעם ספר האט געשטאמט פון זייער פאלשע אפלערנונג אז נפתלי הערץ רופט למעשה פאר א נייע באוועגונג פון א געלערנטע מאדערנע פרייע עליטע וואס האבן א אייניגע כח, זייט ביי זייט מיט די רבנישע הלכה'דיגע מאכט, וואס איז ביז דאן געווען דער אויסשליסליכער אויטאריטעט אין דער גייסטישער וועלט פון די דייטשע, פוילישע און מזרח אייראפעאישע אידן.
נישט אין אלע מדינות איז זיין חיבור אויפגענומען געווארן מיט א שלעכט קריטיקירנדע אויג. אין די טריאסטע קהילה וואס אין איטאליע האט מען אים שטארק מחזק געווען, און אפילו געפענט א שולע אין זיין גייסט. ער האט זיי געשיקט א בריוו, וואס ער האט שפעטער מפרסם געווען מיט'ן נאמען "רב טוב לבית ישראל", און דארט האט ער אביסל פונקטליכער ערקלערט וואס זיין כוונה איז געווען. אז ער האט נישט געמיינט, די תורה זאל זיין א טפל צו די גויאישע חכמות. ער האט באקומען בריוו פון די איטאליענישע רבנים, מיט חיזוק צו זיינע שיטות, טראץ וואס ס'זענען געווען עטליכע אין איטאליע וואס האבן זיך אפגעשאקלט פון זיין שיטה א דוגמה ווי ר' ישמעאל הכהן פון מודינא.
דער בערלינער שטאט'ס רב, צבי הירש לעווין איז געגאנגען א טריט ווייטער, און אנגעהויבן אנווענדען מיטלען צו פארטרייבן נפתלי הערץ פון שטאט, אבער מענדעלזאן האט זיך געקערט צו די שטאטישע באהערדע וואס האבן פארזיכערט זייער שיצונג. עס זענען געווען צווישן די משכילים אזעלכע ווי דוד פרידלענדער און נאך ואס האבן געפירט פראוועקאציעס מיט די ארטיגע רבנים וועלכע האבן געשטיצט דעם מערכה קעגן נפתלי הערץ און די פאשקעווילן געגן אים. אבער כנראה נישט לפי דעם רצון פון נפתלי הערץ; פרידלענדער האט זאגאר איבערגעדרוקט דעם "דברי שלום ואמת" אין דייטש. שאול בערלין, א זוהן פון רב לעווין וועלכער איז אליין א רב פון א קהילה געווען, אבער אין דער זעלבער צייט א פארבארגענער משכיל געוועזן, האט ארויסגעגעבן אנאנימלעך א חוזק פאשקעוויל אויף די רבנישע וועלט, "כתב יושר", געשריבן זיך אנצונעמען אויף "דברי שלום ואמת", אבער דאס איז נאר געדרוקט געווארן הערשט, נאך בערלינער'ס פטירה אין 1794.
נפתלי הערץ אליין, האט געשריבן נאך צוויי בריוון שפעטער, "עין משפט" און "רחובות" אפצוענטפערן די טענות פון ר' דוד טעבלה, אבער אין די לעצטע בריוו, אנערקענט ער שוין, אז די גאנצע עסק האט זיך אויסגעלאזט ווייט נישט וואו ער האט געהאפט. ווי עס זעהט זיך ארויס פון די ווערטער "סוף דבר, תחת חיטה יצא חוח, ותחת שעורה באשה; תמו דברי נפתלי". דא האט ער איבערגעלאזט די געפעכט צווישן די רבנים און די משכילים און זיך געקערט צו שרייבעריי.
שירי תפארת
אין 1785 האט הרב נפתלי הערץ ארויסגעגעבן זיין "ספר המדות" וואס איז עוסק אין מאראל און חכמת הנפש, דארט דערקענט זיך אהן אביסל די דעמאלטיגע נייע מאראלישע ווינטן וואס האבן געבלאזן אין אייראפע יענע צייט. ארבעטנדיג אויף דעם ספר אין יארע 1783 איז זיין פרוי געשטארבן, און פון דאן ביז זיין ענדע לעבן האט ער געארבעט אויף זיין גרעסטע פראיעקט "שירי תפארת" .
"שירי תפארת" איז א חיבור פון שירים (ווי פאלקס געזאנגען אפצומאלן אמאליגע העלדן און קולטלערע פערזענליכקייטן) אויף די תקופת המקרא, און רעדט איבער משה רבינו'ס כאראקטער. עס אנטהאלט זעקס חלקים און אכצן שירים. די ערשטע טייל איז ארויסגעקומען 1789. די פיהר קומענדיגע אין – 1802, און די לעצטע ערשט נאך זיין טויט אין 1829. ווי עס שיינט איז ער אינספירירט געווארן דאס ארויסצוגעבן נאכדעם וואס ער האט עוסק געווען אין ספר שמות, נאך א פאקטאר איז געווען דאס וואס די דויטשע פאעטיקער האבן ארויסגעגעבן די תנ"כישע ווערק יענע צייטן. ווי פרידריך גוטליב קלופשטאק, וואס האט מחבר געווען דעם משיח-שיר איבער ישו הנוצרי. האט נפתלי הערץ קעגן דעם, ארויסגעגעבן דעם "שירי תפארת"
מצד זייער אינהאלט, טוען די שירים רעפלעקטירן שטארק די גרויסקייט פון משה, און טוט אויך וואונדעליך אראפמאלן זיין מענשטליכקייט, און פארשטאנד צו די מאסן. זיי רעדן ארום איבער די פאסירונגען פון משה און דער אידישע פאלק, פון משה'ס געבורט ביז'ן מעמד הר סיני. עס ליגט אין זיי אויך פסיכילאגישע רעיונות, אקטועלע רמזים, און א געבעהט פאר א גייסטישע און אויך פאלקלארישע גאולה, און גלייכצייטיג א לאנד פאר דאס פאלק ישראל. נפלי הערץ אליין שרייבט אז זיין ציהל מיט'ן שרייבן די שירים איז נישט געווען צו באשאפן א נייע פאעטישע געשטאלט, נאר ליבערשט צו ערקלערן די פסוקים, און מקרב זיין מענטשן צו תורה מיט די זיסע געזאנגען. ער איז ווייטער ממשיך דערין זיין אפגעהיטנקייט פון א ערליכן שטאנדפונקט, און כמעט וואס עס געפינען זיך נישט אין די פאעטן ענינים וואס ווערן נישט דערמאנט אין מדרשי חז"ל אדער ביי די פרשנים לאורך השנים. "שירי תפארת" האט געמאכט א שטארקע איינדרוק תיכף ווען עס איז ערשינען לאור, און עס איז פארטייטשט געווארן צו פראנצויזיש און דויטש.
נפתלי הערץ איז זיין גאנצע לעבן פארבליבן אויפ'ן גרעניץ ליניע צווישן השכלה און מסורה, מיט זיין אויסערליכע אויסזעה האט ער אויסגעקוקט פונקט ווי יעדע אנדערע אייראפעאישע משכיל אין יענער צייט, אבער מצד שני האט ער פארגעזעצט היטן תורה ומצות, און ווען די רעדאקטארן פונעם משכילישע צייטונג 'המאסף' האבן אים געבעטן צו שרייבן פאר זיי, האט ער איינגעשטימט בלויז מיט'ן תנאי זיי זאלן נישט מפרסם זיין אין זייער צייטונג "שירי עגבים" (רייצנדע ניגונים, איראטיק אדער ליבע), זיי זאלן זיך נישט באפאסן מיט די יוונישע מיטילאגיע און נישט אפשפעטן און אפלאכן פון די אידישע מסורה. אויף דער עלטער האט מען אים אנגעטראגן א רבנישע פאסטן אין א פארטיגעזישע קהילה אין לאנדאן, (נפתלי הערץ האט פון זייין וויילן אין אמסטערדאם, געשפירט א נויגונג צו די ספרדישע אידישע קולטור, און אפ' בעפארצוגט די ספרדישע הברה פון לשה"ק) אבער ער האט צוריקגעוויזן דעם אנבאט.
אין בערלין האט ער געשריבן נאך א צאל פאעטן, צווישן זיי שירים לכבוד די גרויסארטיגע געשעהענישן ביי די אייראפעישע פרינצן און קיסרים פון יענע צייט. ער האט אסאך ווערק מפרסם געווען אינעם "המאסף" און איבערגעלאזט נאך א צאל ספרים אין כתב יד. אין 1804 האט ער זיך געצויגן קיין האמבורג, דארט האט ער נאך פיהל געשריבן, און געדרשנ'ט בציבור. אינעם 28'סטן פעברואר 1805 איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים באערדיגט אינעם ספרדישן בית הקברות אין אלטונה.
צווישן היסטאריקער הערשט עטליכע צוגאנגען איבערן עפעקט און משמעות וואס דער "דברי שלום ואמת" סאמאטוכע האט אנגעמאכט זיינער צייט. פאלגנד איז לויט ווי משה סאמעט האט עס מסכם געווען:
עס הערשט א שטרייט צווישן היסטאריע פארשער, ווי א טיפער פגיעה, און ווי שטארקע קלאפ אין די אלטע מסורה, די צוויי משכילים [מענדעלזאן און וויזל] האבן מצליח געווען אנצומאכן. די לעצטיגערע נויגן צו זעהן מענדעלזאן און וויזל ווי שטארקע טראדיציאנאלע בעלי מסורה, און לויט זיי זענען די רבנים געווען גארדי עקסטרימע קנאים. די ארטאדאקסישע מחברים אבער, טוען דן זיין מענדעלזאן און וויזל לכף חובה, זעהענדיג אין זיי אזעלכע וואס איז זיך זיי, גאנץ וואויל געקומען - צו ליידן פון די גדולי דורם. און די נייע-ארטאדאקסן זעהן אין זיי 'צדיקים' וואס די רבנים אין יענער צייט האבן זיך אפגעשאקלט פון זיי וויבאלד זיי האבן געהאט תלמידים וואס האבן הקדיח תבשילם געווען.
סאמעט אליין מאכט אוועק, די שטארקייט פון די שערעוריה, אנווייזענדיג אז נאך אפאר יאר האבן די רבנים צוריק אנגענומען וויזל פאר א אדם כשר, גענוי ווי אין די גוטע צייטן; און האבן אפילו מחשיב געווען אים, און זיינע ספרים. למעשה הערשט ביז היינט, אין די ארטאדאקסישע וועלט צוויי קעגנגעזעצטע דעות איבער וויזל'ס פערזענליכקייט. אסאך באציעהן זיך צו אים ווי אן אדם רשע, און אסרן אריינצוקוקן אין זיינע ספרים אפ' אין די גוטע. אין די ניינציגער, איז מפורסם געווארן אין א חסידישע צייטונג "קובץ בית אהרן וישראל" א סעריע ארטיקלען בגנותו. די ברסלב'ער חסידים פארמאגן אין זייער מסורה, א אנדערע גירסה פונעם ספר יין לבנון, פיהל מיט אפענע כפירה, און אנגעבליך האט ר' נחמן עס פארברענט אין פייער. מצד אחר, האבן אסאך רבנים און מחברים דורכאויס די יארן פיהל ציטירט און נאכגעברענגט פון נפתלי הערץ, אריינגערעכנט די מלבי"ם למשל, אויף אסאך פלעצער אין זיין פירוש. רבי ישראל ליפשיץ דער בעל תפארת ישראל, און ר' שמשון רפאל הירש. אויך הרב קוק און זיין זוהן טועהן דערמאנען נפתלי הערץ'ן לטובה. ווי אויך, טוהען די ישיבות וואס זעהן זיך אלץ תלמידי רב קוק – לערנען זיינע כתבים.
ביי די משכילים אינעם ניינצטן יאר הונדערט איז וויזל פאררעכנט געווארן ווי איינער פון די אבות פונעם השכלה באוועגונג, צוזאמען מיט מענדעלזאן. 'שירי תפארת' איז פארשפרייט געווארן אין אייראפע, אין לויף פון די קומענדיגע צענדליגע יארן, צווישן אנדערע צוליב די השכלישע מושגים וואס ליגן דערין. אסאך שבחים און הערצה איז געשריבן געווארן דערויף, ווי אויך קריטיק פון פארשידענע, אויף די אריכות דערפון. נחמן ביאליק שרייבט א קורצע אפשאצונג אויף זיינע שירים.
על שטח מרובה של ששה חלקים שלמים הוא הולך וחורז בלי הפסק בזה אחר זה חרוזים שקולים, מונוטוניים וקלושי תוכן על-דבר המסופר כבר בחומש: על יציאת מצרים וחיי משה. ויותר משיש שם ספור יש שם דרוש מליצי, שבאורי מקראות מובלעים בו דרך-אגב. להרגשה עמוקה אין סימן ולכח-הציור אין זכר... מספרים, כי הרבה מן המשכילים ידעו פרקים רבים מן הספר ההוא בעל-פה ובשעת מקרא חרוזיו היו מורידים דמעות מתוך שפע התפעלות ודבקות. בימינו, כשנשתנו הטעמים, קשה לנו להעשות שותפים להתפעלותם, אבל אפשר לנו להסבירה. חרוזיו הקלים והשוטפים של ויזל, הכתובים בשפת הנביאים המחודשת וכוללים דברי השתפכות שיש בהם מן ההגיון ומרוח ההומניות ועם זה אינם גבוהים ועמוקים הרבה מהשגת קוראיהם – הם הם שהיו כטל ללבות יבשים של חובשי-בית-המדרש, מאלה ש'הציצו ונפגעו', לעורר בהם געגועים סתומים על איזו 'השכלה בת השמים', שלא ידעו מה היא ושבעיקר נגלתה להם בדמות סלסול 'השפה השרידה היחידה', שפת כתבי-הקדש בטהרתה, וצרוף הדת מאמונה תפלה. מצד זה הייתה השפעתו הספרותית של ויזל המשורר באמת מרובה מאוד גם בדורו ובארצו וגם על המשכילים הראשונים בדור הבא אחריו, בגליציה וברוסיא, מקום אֵחרה ההשכלה לבוא.
צווישן די חוקרים אויף העברעאישע ליטעראטור הערשט אויך חילוקי דעות אויף די שאלה ווער און ווען האט זיך די ערשטע אנגעהויבן דער תקופה, פון דאס באנייאונג אויף העברעאישע דקדוק, און ליטעראטור. א טייל זעהן אין רבי משה חיים לוצאטו'ס ווערק דער אנהויב פונקט, בשעת א אנדערע טייל זעהן דאס אין משה מענדלזאן; כאטש מענדלזאנ'ס רוב ווערק זענען געווען אין דויטש, און זיינע העברעאישע ווערק האבן נישט געצויגן נאך זיך שפעטער, א גרויסע לעגעסי. דאקעגן מיט נפתלי הערצ'ן זענען אלע מודה אז זיין שירי תפארת האט אסאך משפיע געווען אויף העברעאישע ליטעראטור יארן נאך זיין טויט. אזעלכע וווי קלוזנר און קורצווייל האבן באשטימט אז נפתלי הערץ איז דער וואס האט מיט זיין חיבור "דברי שלום ואמת", געעפנט א פרישע תקופה פון דאס העברעאישע שפראך באנייאונג.[/justify]

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א גרויסן דאנק, ר' טאמבל, פאר'ן מיטטיילן פאר'ן עולם דער שטורמישער לעבנס געשיכטע פון וועזעל. דאס איז א גוטער דוגמא פון זאת התורה לא תהא מוחלפת. ווי מען זעט אז דעמאלט האט מען אטאקירט, בא'חרמ'ט און בא'שגץ'ט וועזעל פאר'ן בלויזן חטא פון וועלן לערנען מיט אידישע קינדער היסטאריע און מאטעמאטיק. און לויט'ן פסק פון די דעמאלטדיגע גדולי התורה דארף מען באטיטלען יעדן היינטיגן ארטאדאקסישער איד וואס איז נישט חרדיש אלס א רשע ומוחרם.
וועגן די דערנידרנדע לשונות וואס ביאליק נוצט אויף וועזעל'ס שירי תפארת, איז לבי אומר לי אז ווען דער שיר וואלט געווען צו חוזק מאכן פון אלע ביבליקעל פיגורן וואלט ער עס אויסגערימט. ודו"ק. און צו אייך אידן וואס האקן זיך אויס די ציין ביי די פאעזיעס פון אץ קוצץ און אנסיכה מלכי, זייט טועם אביסל פון אן ערליכן איד'ס דביקות אין גאט'ס תורה אין א ריינער, הארציגער שפראך.

כשמים המספרים כבודך
וכרקיע מגיד מעשי ידיך
כן פיו חכמה שפתותיו חן הודיעו
מנקי כפים מבר לב כמוהו
נודע כי לא נברא אדם לתוהו
עד מרום עד עליון מעשיו הגיעו
(שירי תפארת)
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
יאיר האט געשריבן:א גרויסן דאנק, ר' טאמבל, פאר'ן מיטטיילן פאר'ן עולם דער שטורמישער לעבנס געשיכטע פון וועזעל. דאס איז א גוטער דוגמא פון זאת התורה לא תהא מוחלפת. ווי מען זעט אז דעמאלט האט מען אטאקירט, בא'חרמ'ט און בא'שגץ'ט וועזעל פאר'ן בלויזן חטא פון וועלן לערנען מיט אידישע קינדער היסטאריע און מאטעמאטיק. און לויט'ן פסק פון די דעמאלטדיגע גדולי התורה דארף מען באטיטלען יעדן היינטיגן ארטאדאקסישער איד וואס איז נישט חרדיש אלס א רשע ומוחרם.
דאס איז אדער א טעות אדער א סילוף. קיינער פון די לוחמים קעגן וויזל האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט לימודי חול, אוודאי נישט מיט חשבון און שפראך, אדרבה ואדרבה. זייער פראבלעם איז געווען אויסשליסליך מיט וויזל׳ס אויפפאסונג אז די וועלטליכע לימודים קומען בעפאר די תורה. כידוע, דער נודע ביהודה אין די באקאנטע דרשה קעגן וויזל זאגט עס ארויס קלאר בלי להשאיר ספק, אז אוודאי זענען די לימודי חול אן אינטעגראלער טייל פונעם קוריקואלאם.
(און אוודאי איז זייער פראבלעם נישט געווען צוליב די זשאב פון די מלמדי תינוקות - פשוט ווייל פון די אנדערע זייט וואלט צוגעקומען זשאבס פון טיטשערס, אזוי אז די עקאנאמיע וואלט נישט געווארן אפעקטירט... והדברים פשוטים).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
ווי סיי ווער וואס בליקט אריין אין 'מקורות לתולדות החנוך בישראל' קען זעהן, האט כמעט יעדער גדול פון כמעט יעדער דור געשריבן איבערן נחיצות פון לערנען חשבון און אנדערע אזעלכע דברים הכרחיים. און מ'זעהט אז מ'האט טאקע געלערנט אין גרויסן, די גדולי ישראל שרייבן פארשידענע תקנות איבער די לעהרער, וויפיל געלט זיי מעגן נעמען, וויאזוי זיי דארפן זיך פירן, אא"וו, ולא דיברו אלא בהווה.
מ'קען זיך אפשר דינגען ווי סיסטעמאטיש ס'איז געווען, צו מ'האט געלייגט גענוג דגוש דערויף, (און פארשטייט זיך אז לאחר המחלוקת זענען ביידע זייטן געווארן עקסטרעמער), אבער צו זאגן אז דאס איז געווען די מחלוקה איז א משכיל'יש בלבול וואס האט נישט קיין ארט אין די היינטיגע וועלט מיט אפענע אינפארמאציע. נעמט אייך לדוגמא דער גר"א, וואס האט געבעטן ר' ברוך משקלוב איבערצוטייטשן אוקלידוס און אנדערע אזעלכע ביכער, אליין געשריבן איל משולש, און געזאגט אז וויפיל ס'פעלט א מענטש אין וויסנשאפט פעלט אים פיל מער אין תורה, ער האט אויך געהייסן פארברענען וויזל'ס דברי שו"א. די גדולי ישראל האבן בא'חרמ'ט און בא'שגץ'ט איינעם וואס האט (לדעתם) מסית ומדיח געווען אז גמרא איז נישט וויכטיג, קודם דארף מען די קינדער יארן אוועקגעבן אויף צו לערנען די אנדערע זאכן, נאר ווען איינער האלט שוין דארט און ער וויל לערנען גמרא, נו, מהיכי-תיתי, די וואס פלאנען צו ווערן רבנים מעגן. און יא, זאת התורה לא תהא מוחלפת, דער פסק פון די גדולי ישראל אז אזא צוגאנג איז סם המות איז גילטיג היינט אויך.
צו דעם אלעם, טאר מען נישט פארגעסן אז וויזל איז ארויסגעקומען מיט זיין קונטרס צוליבן קיסר'ס גזירה. דער קיסר האט קלאר געוואלט אסימילאציע, אין דעם איז קיינער מחולק דוכט זיך. אידן זענען געווען דערביטערט און פרובירט אפצושרייען די גזירה, פלוצלינג קומט זיך ארויס א איד מיט א גאנצע אויפקלערונג ווי גוט דער באפעל איז! ס'וואלט געווען א וואונדער ווען מ'וואלט אים נישט בא'שגץ'ט.
אגב, דוכט זיך אז דער איינפאל אז די מלחמה איז געווען צוליב די מלמדים'ס פרנסה שטאמט פון ר' שאול ברלין'ס סאטירע, און ער האט עס אויך נישט געמיינט ערנסט.
און [tag]יאיר[/tag], אפשר קענט איר מיר אויפקלערן וואס איר זעהט אין די נאכגעברענגטע חרוזים? כ'טרעף נישט דארט עפעס וואס א ישיבה בחור'ל קען נישט, (און ר' אלעזר הקליר וואלט דאס אויך געקענט, ווען ער וואלט געוואלט). די "מאסף" קינדערלעך האבן טאקע געשריבן אויף אים אז פונעם חורבן ביהמ"ק, "עם ה' בשבי הגלה ואין חזון נפרץ, כו' עד שקמת נפתלי", ווי גלייך ר' יהודה הלוי וואלט זיך געקענט קומען ביי אים לערנען וואס א שיר מיינט, אבער מענדלסאן האט טאקע קיינמאל נישט געשריבן 'משורר' אויף וויזל צווישן אלע טיטלען מיט וואס ער פלעגט אים באקרוינען, און וויזל האט זיך קיינמאל נישט דערוואגט צו שיקן קיין שיר צו מענדלסאן וועמען ער האט מעריץ געווען, כאטש ער האט געטיילט שירים רעכטס און לינקס. מענדלסאן איז נאך אלעם קלוגער געווען, און וויזל האט דאס ווייזט אויס געוואוסט.
אפגעזעהן פון די מלחמה מיט די רבנים, האט וויזל אסאך שאדן געמאכט פאר די השכלה-באוועגונג. ער האט געהאט אסאך גוטע געדאנקען, אבער איז געווען פארמאכט אין זיין תמימות (וואס האט אים אויך געלאזט זיך פארנארן פון די לצים דוד פריעדלאנדער וחבריו, ועי' זכרון יעקב ליפשיץ וואס מאלט הערליך אראפ וויזל'ס טיפ און איינרעדענישן). ער האט באמת געמיינט אז מיט זיינע וואסערדיגע חרוזים וועט ער טוישן די וועלט, און זיך (און אנדערע) איינגערעדט אז דורכן שרייבן גראמען אויף לשה"ק ווערט מען מיט עפעס קלוגער. מיט דעם האט ער אנגעהויבן די 'השכלה בת שמים' קולטור פון ראשית ימי ההשכלה, ווי אזויגערופענע פאעטן זענען פארנומען געווען אפצושרייבן מליצות שדופות קדים און ציילן די יתידות מיטן פינגער, גארנישט ברענגנדיג פאר די מענטשהייט. אז מ'קריגט זיך שוין יא מיט די רבנים, אז מ'לערנט סייווי נישט כל היום, אז מ'זוכט סייווי אויפגעקלערטקייט, איז דען נישט בעסער צו ווידמען די צייט אויף עפעס פראדוקטיוו? האט דען נישט 'ספר הברית' מער קלוגשאפט געברענגט פאר זיין דור ווי 'שירי תפארת'? זענען דען נישט געווען בעפאר אים אזעלכע אידן ווי ר' שלמה מחעלמא און בעל טוב הלבנון וואס זענען אנגעקומען ווייטער? און זיי האבן געלערנט אויך (נאך ווי!), און געשריבן שיינע שירים אויך.
שפעטער אין השכלה זענען געווען אמת'דיג געלערנטע מענטשן, ווי חיים זעליג סלאנימסקי, אדער אפי' אמת'ע משוררים, ווי יל"ג, אבער דאס האט נישט וויזל געברענגט.

ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
[tag]שליח[/tag] יוכיח, א בעל חשבון פון די אין סוף סארט, און א געטרייע קנעכט פאר זיין גאט.
[tag]דעת תורה[/tag], מאשין מצות האט מען אויך געאסרט כדי די אלמנות זאלן נישט פארלירען פרנסה, כאטש דאס קען ברענגען פרנסה פאר די טעקנישען'ס.
אני הצעיר גיי אייביג מיטן דעה אז ס'כמעט אומעגליך צו וויסען וואס האט זיך אפגעשפילט אמאל, ווען די איינציגסטע זאכן אויף וואס מיר בויען זענען אויף די פאר פארבליבענע כתבים. פון דורכלערנען בת עין וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס חסידים זענען אין חרם. וכהנה רבות, עס זענען זיכער געווען נאך זאכן וואס חסידים האבן געזאגט און געטוען וואס האט צו געברענגט דאס התנגדות. די זעלבע איז כלפי משכילים.

Under influence
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]שליח[/tag] יוכיח, א בעל חשבון פון די אין סוף סארט,
יישר כח...
קאווע טרינקער האט געשריבן: און א געטרייע קנעכט פאר זיין גאט.
אמן, כן יהי רצון.
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]דעת תורה[/tag], מאשין מצות האט מען אויך געאסרט כדי די אלמנות זאלן נישט פארלירען פרנסה, כאטש דאס קען ברענגען פרנסה פאר די טעקנישען'ס.
דער חילוק איז, אז דארט וואלט איין מאשין (מיט זיין טעקנישען) ערזעצט כאטש הונדערט אלמנות, דא פעלט אויס פונקט אזויפיל לעהרער ווי מלמדים.
קאווע טרינקער האט געשריבן:אני הצעיר גיי אייביג מיטן דעה אז ס'כמעט אומעגליך צו וויסען וואס האט זיך אפגעשפילט אמאל, ווען די איינציגסטע זאכן אויף וואס מיר בויען זענען אויף די פאר פארבליבענע כתבים. פון דורכלערנען בת עין וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין פארוואס חסידים זענען אין חרם. וכהנה רבות, עס זענען זיכער געווען נאך זאכן וואס חסידים האבן געזאגט און געטוען וואס האט צו געברענגט דאס התנגדות. די זעלבע איז כלפי משכילים.
א ריכטיגע אויפפאסונג, און מ'קען טאקע נישט וויסן יעדן דעטאל מיט אלע ניואנסן, אבער א שטיקל פערספעקטיוו קען מען האבן. אז דער נודע ביהודה אין זיין דרשה (דרושי הצל"ח דרוש לט) שמועסט אויס באריכות ווי וויכטיג ס'איז צו קענען שפראכן און חשבון, ווייסן מיר קלאר אז נישט דאס איז געווען די מלחמה. וואס מ'זאל נאר זאגן אויפן נודע ביהודה, וועט יעדער מודה זיין אז ער איז געווען א בראווער מאן אשר לבו כלב הארי ולא יחות מפני כל. ווען ער זאל ווען האלטן אז ס'איז אסור צו לערנען די זאכן וואלט ער דאס געזאגט קליפ און קלאר, אדער כאטש מבליע געווען בין השורות, זיכער נישט מאריך געווען להיפך. און אזוי אויך די אנדערע גדולים, ווער ס'האט געזעהן אביסל פונעם בערלינער רב רצ"ה לעווין ווייסט אז ער איז געווען גאר קלוג און א ברייטער מח, און אויך א שיינער מליץ (מער ווי רנה"ו), ער וואלט נישט פרובירט צו פארטרייבן א מענטש פון שטאט צוליב נארישקייטן.
און פון די אנדערע זייט, זעהט מען ווי וויזל וחביריו האבן זיך געלעבט אין זייער אייגן וועלטל פון פאנטאזיעס און שקרים, למשל דאס וואס זיי האבן געשריבן אז מימות חורבן הבית איז נישט געווען אזא משורר ווי אים (אראפגעברענגט אויבן, און ס'איז נאר איין דוגמא). צו ממחיש זיין אביסל דאס געלעכטער, שטעלט אייך פאר אז איינער שרייבט היינט אין א קובץ תורני אז מימות הרמב"ם איז נאכנישט געווען אזא גאון ווי ר' זלמן לייב פילאף (בלויז א משל, כ'מיין נישט קיינעם צו טשעפען), וועט איר דאך פארשטיין אז עפעס א זב-חוטם'דיג אינגעלע האט דאס געשריבן, און אז דער דיין אליינס שעמט זיך דערמיט, און פון דעמאלט אן וועט איר נישט קוקן אויף יענעמ'ס זייט, און גלייך מישן ווייטער דאס בלעטל ווען איר באגעגנט זיך מיט יענעמ'ס מאמרים. אבער וויזל האט זיך גאנץ פיין געפונען אינעם מאסף נאכדעם, ס'זעט נישט אויס ווי ס'האט אים עפעס געשטערט. די מאסף חברה מיט וויזל בראשם זענען געווען פארבליפט פון זיך אליינס, וויפיל זיי גייען אלס אויפטון, ווי יענער גוט זאגער וואס שיסט אויס אין געלעכטער פון זיין האום-מעיד אויסגעוועפטע שוויגער וויץ בעפאר ער האט עס בכלל ארויסגעברענגט פון מויל.
און וויפיל זיי האבן למעשה אויפגעטון האבן מיר שוין געשריבן, און צו די רבנים זענען געווען גערעכט מיט זייערע טענות זאגט היסטאריע זייער קלאר.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ענדליך האב איך שוין ווער ס'זאל זיך קריגן מיט מיר... דאס מיינט אבער אודאי נישט אז איך וועל זיך נישט צוריקקריגן.
שליח און דעת תורה זענען גערעכט אז דער נודע ביהודה איז נישט מחרים וועזל דירעקט פאר'ן וועלן לערנען חכמות חיצוניות מיט קינדער, א דאנק פאר'ן אויפמערקן און פארריכטן. אבער למעשה אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון וועזל און פון נודע ביהודה איז עס נישט קיין סאך ווייטער. וואס וועזעל טענה'ט איז אזוי: חכמת האדם (נימוסין, מוסר, מדע וכדו') קומען קודם בזמן פאר חכמת אלקים. (ער שרייבט ארויס די ווערטער). דאס הייסט, כדי צו זיין בקי בחכמת אלקים, מוז מען קודם זיין א מענטש, וואס פארלאנגט מען זאל לערנען נימוסין און וועלטליכע ידיעות. נאך שרייבט ער, אז א תלמיד חכם וואס איז מסכל חכמת אדם, דהיינו ער האט נישט קיין "נימוסין ודרך ארץ" (כלשונו), אויף אים שטייט אין מדרש אז כל תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה טובה הימנו.
אלזא דאס זענען די ווערטער פון וועזעל. און ווי מען קען קלאר זען שרייבט ער נישט אז חכמת אדם שטייט העכער ווי חכמת אלקים, נאר אז ס'איז דער וויכטיגסטער יסוד איידער מען טרעט צו צו חכמת אלקים, דהיינו, אז אלגעמיינע ידיעות דארפן זיין אן אינטעגראלער חלק פון דעם קאריקולום נאך פון די יונגע יארן צוליב איר וויכטיגקייט. אזוי ווי יעדער פארשטייט אז עסן איז וויכטיגע ווי לערנען תורה, דאס מיינט אבער נישט אז עסן שטייט העכער ווי לימוד התורה. דוכט זיך אז יעדער מאדערן ארטאדאקסישער רב היינטיגע צייטן וואלט דאס געקענט זאגן אין א דרשה. און לויט דעם נודע ביהודה דארף מען די אלע רבנים באצייכענען אלס אפיקורסים און מוחרמים.
נאך איין זאך וואס וועזעל האט געשריבן וואס האט ארויסגעברענגט די כעס פון די גדולים, איז אז אויב די מלמדים זעען אז א קינד איז נישט געאייגנט צו לערנען גמרא און ער האט נישט די כשרונות דערצו, זאל מען אים אויסלערנען א פאך אנשטאט דעם. און איז ער נישט גערעכט? וויפיל בחורים היינטיגע צייט מוטשען זיך אין ישיבה און ווערן צוקלאפט און צוזעצט פשוט ווייל זיי האבן נישט די כשרונות, ווען מען וואלט זיי אויסגעלערנט אביסל עקסעל און קוויקבוקס אין די צייט וואלטן זיי כאטש געקענט טרעפן א דזשאב נאך די חתונה.
בקיצור, מצד הלכה וסברא זע איך נישט באמת קיין שום סיבה וואס בארעכטיגט צו אנרופן וועזעל אן אפיקורס ומוחרם. מען קען אפשר זיין מחולק מיט אים אין דעם גענויעם אפטייטש פון תלמיד חכם שאין בו דעת, אבער צו זאגן אז אין דעם איז תלוי די אמונה איז פשוט א ליצנות. ווי מען זעט טאקע האבן די שפעטערדיגע ברייטקעפיגע גדולים נישט אנגענומען דעם פסק, און האבן ברייט ציטירט זיינע ספרים, א שטייגער ווי דער מלבי"ם, בעל הכתב והקבלה, און זאגאר דער מהר"ם שיק וועלכער ברענגט אים!
נאר וואס דען, דאס אליין אז וועזעל האט זיך ערלויבט צו מאכן די חכמות חיצוניות ונימוסין אלס אן אינטעגראלער חלק פון דעם חינוך פון א קינד, דאס האט זיי געשטערט. ביז דעמאלט איז דאס געווען אדער יא אדער נישט, ס'איז א פיינע זאך צו קענען מאטעמאטיק, און איינער וואס איז שוין מילא כריסו בש"ס ופוסקים איז דאס אפילו אן ענין פון כי הוא חכמתכם ובינתכם, אבער עס איז נישט באצייכנט געווארן אלס א קריטיש וויכטיגע זאך. וועזעל איז געקומען און געמאכט דערפון א תורה שלימה, און ער האט עס אפילו געשטעלט אלס דער יסוד פון דעם חינוך, זייט ביי זייט מיט לימודי קודש. בקיצור, ער איז געווען דער ערשטער צו פארשטעלן תורה ומדע. ועל זה יצא החרי אף הגדול הזה.
דער פראבלעם איז אז טייל פון די רבנים, ווי רבי דוד טעבילס רימען אויס דעם קייזער ירום הודו כאילו ער מיינט דא "באמת" די טובה פון כלל ישראל און ער וויל פשוט זיי זאלן קענען אביסל לימודי חול, בעת רנ"וו איז דער שייגעץ און אפיקורס. מעגליך אז זיי האבן דאס געמוזט שרייבן צוליב דעם קייזער, אבער דעמאלט איז שוין מסתבר אז זיי זענען געווען קעגן לימודי חול בכלליות נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין ברירה.

שליח האט געשריבן:צו דעם אלעם, טאר מען נישט פארגעסן אז וויזל איז ארויסגעקומען מיט זיין קונטרס צוליבן קיסר'ס גזירה. דער קיסר האט קלאר געוואלט אסימילאציע, אין דעם איז קיינער מחולק דוכט זיך. אידן זענען געווען דערביטערט און פרובירט אפצושרייען די גזירה, פלוצלינג קומט זיך ארויס א איד מיט א גאנצע אויפקלערונג ווי גוט דער באפעל איז! ס'וואלט געווען א וואונדער ווען מ'וואלט אים נישט בא'שגץ'ט.
דער פראבלעם איז אז טייל פון די רבנים, ווי רבי דוד טעבילס רימען אויס דעם קייזער ירום הודו כאילו ער מיינט דא "באמת" די טובה פון כלל ישראל און ער וויל פשוט זיי זאלן קענען אביסל לימודי חול, בעת רנ"וו איז דער שייגעץ און אפיקורס. מעגליך אז זיי האבן דאס געמוזט שרייבן צוליב דעם קייזער, אבער דעמאלט איז שוין מסתבר אז זיי זענען געווען קעגן לימודי חול בכלליות נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין ברירה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שליח האט געשריבן:און פון די אנדערע זייט, זעהט מען ווי וויזל וחביריו האבן זיך געלעבט אין זייער אייגן וועלטל פון פאנטאזיעס און שקרים, למשל דאס וואס זיי האבן געשריבן אז מימות חורבן הבית איז נישט געווען אזא משורר ווי אים (אראפגעברענגט אויבן, און ס'איז נאר איין דוגמא). צו ממחיש זיין אביסל דאס געלעכטער, שטעלט אייך פאר אז איינער שרייבט היינט אין א קובץ תורני אז מימות הרמב"ם איז נאכנישט געווען אזא גאון ווי ר' זלמן לייב פילאף (בלויז א משל, כ'מיין נישט קיינעם צו טשעפען),
לאמיר אבער קלאר מאכן אז דאס איז געווען אין די צייט ווען די משכילים האבן קוים אנגעהויבן ארויסקומען פון די לעכער, און זיי זענען ממש נתפעל געווארן פון יעדעס ביסל השכלה. להבהרת הענין, נעם למשל מענדלסאן, וועסטו אויך קענען זאגן אז זיין ווערק איז בכלל נישט עפעס מורא'דיג, כבר היה לעולמים, מיר האבן שוין געהאט פרומערע פילאזאפן וואס האבן אים איינגעפאקט הונדערט מאל. נאר וואס דען, בימים ההם איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש, א שומר תורה ומצוות וואס איז אויך א רעספעקטירטער פילאזאף, ממילא האבן אלע שטאלצירט מיט אים. ווען מענדלסאן וואלט געלעבט היינט וואלט מסתמא כמעט קיינער נישט געוואוסט פון אים צו זאגן.
לענינינו, שירי תפארת איז טאקע נישט דער גרויסארטיגער ליטערארישער ווערק, און בכלל נישט קיין דמיון צו שירי יל"ג. וואס מיר האט געכאפט פון דעם (און איך שטעל זיך פאר אז אזוי אויך פאר די דעמאלטדיגע געווארענע משכילים) איז בלויז די ריינע שפראך, און די פשוט'ע הארציגע ווערטער. מיר נעמט דאס אסאך מער איבער ווי די גאוני'שע שירים פון יל"ג, וועלכע זענען פיל מיט ליצנות און שטעכערייען. און פאר איינעם וואס איז נתחנך געווארן צו אומפארשטענדליכע פיוטים פון גיבוב מליצות על גבי מליצות און מפולפל'דיגע מדרשי חז"ל אויף די תורה איז דאס כמים קרים על נפש עייפה.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]שליח[/tag] יוכיח, א בעל חשבון פון די אין סוף סארט, און א געטרייע קנעכט פאר זיין גאט.
א בעל חשבון? דערווייל האב איך שוין געטראפן אין אים א מאטעמאטיקער, א פילוסוף אלקי, א תלמיד חכם, און א בקי בקורות הדורות. ולבי אומר לי אז דאס איז נאר דער שפיץ פונעם אייזבארג. געבענטשט זאל זיין דער וואס האט דיר אהערגעשיקט!
האדם לא נברא אלא להתענג
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
ר' [tag]יאיר[/tag], קיינער האט דא נישט געשריבן אז וויזל'ס ווערטער זענען געווען אז נמוסיות שטייט העכער ווי תורה. אבער לאמיר נעמען טאקע אייער משל, מ'דארף האבן עסן און בריאות הגוף אויף צו קענען לערנען, וועט איינער קומען מיט א פלאן צו לערנען מיט די קליינע קינדער געזונטהייט, וויאזוי צו מאכן געזונטע עסן, איבונגען און ספארטס. ווען די קינדער וועלן שוין זיין 15 יעריגע בויטשיקלעך מיט פעסטגעבויטע גופים, ווי ס'פאסט זיך פאר גאט'ס סאלדאטן, וועלן די וואס האבן באקומען ספארטס מעדאלן האבן די רעכט זיך צו זעצן לערנען א פסוק חומש. איז דאס נארמאל? מער מסתבר איז אז לויט יענעם איז די תורה ניטאמאל א afterthought.
וויזל שרייבט אז קודם כל זאל מען לערנען שפראכן, ביז די קינדערלעך קענען דאס גאר גוט, "ושלא יצא התינוק מחדרו שלומד בו קריאת הלשונות ודקדוקיהן, אל החדר שבו ילמדו עמו התורה והאמונה וקצת המוסרים, עד שיבדקוהו הראשים וישפטו עליו אם השלים חקו בחדר הראשון אם לא". ווילאנג דאס קינד קען נישט קיין געשליפענעם דויטש, טאר ער נישט לערנען קיין פסוק חומש, אמונה וקצת המוסרים! און די זעלבע ווייטער, ער דארף אויסשטיין בחינות אויף צו מעגן לערנען משניות און גמרא. וויזל אליינס איז מודה אז צו גמרא וועלן אנקומען נאר מתי מספר (און לאמיר צולייגן, זיי וועלן אויך נישט אנקומען דערצו בעפאר די פופצן, און פון די וואס וועלן אנקומען וועט כמעט קיינער נישט האלטן דערביי), ער טענה'ט נאר אז נישט יעדער דארף זיין א רב (בעת וואס יעדער דארף קענען דויטש ווי אן אפיציעלער מתורגמן, כנראה). און אזא דראסטישע פלאן האט ער געפרעדיגט פאר גאנץ כלל ישראל בעפארן זיך דורכרעדן מיט א רב (די רבנים האבן במציאות געפירט כלל ישראל), און אראפגעלייגט כאילו דער קיסר וויל דאס אלעס. לויטן נוב"י האט דאס געוויזן וויפיל וויזל האלט באמת פון די תורה, און אז זיין פלאן איז אז מ'זאל לבסוף באמת נישט לערנען קיין גמרא בכלל, און די איינציגסטע לימוד זכות וואס מיר האבן אויף וויזל איז אז ער איז טאקע געווען א תמים און האט נישט געכאפט וואס ער אליינס שרייבט.
טענה'ט איר אז יעדער מאדערן-ארטאדאקס רב וואלט דאס געקענט זאגן ביי זיין דרשה, זענען זיי טאקע אזוי פארקרומט? און אויב יא, טענה'ט איר, וואלט מען לויטן נוב"י די אלע רבנים געדארפט באצייכענען אלס אפיקורסים און מוחרמים. דאס איז בלויז אן עמאציאנאלע ארגומענט, די גדולי דור דעה ווערן נישט אומגערעכט צוליב דעם, פונקט ווי די תורה ווערט נישט אומגערעכט צוליב דעם וואס לויט איר זענען מיליאנען גויים חייב מיתה. אבער באמת איז א טעות אנצוקוקן יענע תקופה מיט אונזער היינטיגן בליק, מ'ווערט נישט קיין אפיקורס דורכן גיין אן א קאפל אבער איינער וואס טוט עס אויס איז געווענליך יא. אין יענע תקופה ווען יעדער איד האט געלעבט מיט דעם אז לערנען תורה איז דאס העכסטע, אויב האט איינער געקענט ארויסקומען מיט אזא פלאן און נאך מפרסם זיין בדפוס האט דאס געוויזן מיט וועמען מ'האנדלט. ובפרט אז מ'האט שוין סתם אזוי געוואוסט אז אין בערלין פארעמט זיך א קשר של רשעים, און דער נוב"י האט שוין פון פריער געהאט חשדות איבער וויזל, ווי מ'זעהט אין זיין מכתב וואס וויזל האט געדריקט אין יין לבנון און ווי ר' דוד מליסא זאגט אין זיין דרשה, און וויזל איז פארנומען אויסצולויבען מענדעלסאן (אינאיינעם מיט דוד פריעדלאנדער און מארקוס הירץ, שר"י) מיט וועמען מ'האט שוין געהאט אלטע חשבונות, איז דער חשד מער ווי באשטעטיגט געווארן. חוץ מזה איז בכלל נישט קיין צושטעל וואס א רב זאגט ביי א דרשה אין זיין ביהמ"ד צו איינער וואס איז מסית ומדיח און שטופט למעשה פאר גאנץ כלל ישראל (אין די צייט וואס כלל ישראל האט נאך געהאט מנהיגים און זענען נישט געווען צעשפליטערט), דער גאנצער קונטרס איז אזוי אויסגעשטעלט צו געפעלן דעם קיסר ער זאל טאקע ארויפצווינגען זיין פלאן, און נאך אלעם זענען די שארפע דרשות געווען די איינציגסטע וועג צו באקעמפן זיינע פלענער. מ'קען אויסשמועסן נאך אסאך חילוקים, אבער אפילו אויב פארשטייט איר נישט, מעגט איר העכסטענס געבן the benefit of the doubt פאר אזעלכע ריזן (וואס זענען לכל הדעות גרעסער געווען ווי וויזל, by all measures), און אננעמען ווי [tag]קאווע טרינקער[/tag] האט געשריבן, אז נישט אלעס קענען מיר היינט וויסן.
דער נוב"י האט קענטיג אפגעלערנט אז וויזל איז א געריבענער חברה-מאן, א שטייגער ווי מענדלסאן, וואס פארשטייט פונקטליך וואס ער זאגט און האט ארויס די קאנסקאווענצן וואס זיינע פלענער וועלן ברענגען. דערמיט איז אויך גאר גוט פארשטענדליך די רבנים'ס אויפברויז אויף דעם וואס ער האט אראפגעברענגט די מאמר ת"ח שאין בו דעת נבילה טובה הימנו. טראץ וואס וויזל איז פארנומען ווי ווייט אידן זענען הונטערשטעליג אין נמוסיות און חכמות קעגן די גויים, האט דאס בלויז עקזיסטירט אין זיין דמיון. (דאס גייט קומען ווי א גרויסע שאק פאר די אלע וואס האבן זיך אנגעליינט מיט די משכיל'ישע ליטעראטור, אבער עפנט אייך די אויגן און לערנט אייך אויס, זיי זענען געווען בעלי דמיון און מגזימים אין בעסטן פאל און גלאטע שקרנים און לצים אין ערגסטן). די אלגעמיינע גוי'שע מאסן זענען געווען פיל מער פארגרעבט און אומגעלערנט אין יענע צייטן (הונדערט יאר שפעטער זענען געווען פראנצויזישע אפיצירן וואס האבן נישט געקענט אונטערשרייבן זייער נאמען, למשל), די ענלייטמענט האט נאכנישט אנגעהויבן אנצוקומען צום המון עם אין יענע געגענטער, הגם פון וויזל'ס ווערטער קען מען ארויסנעמען אז די קלוגע און מענטשליכע גויים האבן אויסגעפירט פאגראמען אויף די אידן בלויז צוליב דעם ווייל זיי זענען נישט געווען אזוי קלוג, מענטשליך און ערליך ווי זיי (ואין לך חוסר נימוס מזה, צו שרייבן אזוי אויף כלל ישראל, אפילו ווען ס'וואלט געווען קרוב אל האמת במקצת). אויב האט וויזל געשריבן ת"ח שאי"ב דעת נבילה טובה הימנו, האבן די רבנים פארשטאנען אז דאס האט נאר געקענט מיינען אז ער וויל חוזק מאכן פון די רבנים אז זיי זענען ערגער ווי א נבילה, אן אומדערהערטע חוצפה אין יענע צייטן. און דאס איז א קלארע הלכה אז מנדין על כבוד הרב, און אז אן אפיקורס הייסט איינער וואס שפעט פון תלמידי חכמים.
איר הייבט אן מיט קינדער און ענדיגט מיט בחורים, און כ'האב מורא אז כ'ווייס פארוואס . ווי איר ווייסט אוודאי, איז דער פראבלעם בכלל נישט שייך געווען מיט בחורים בזמנם, ווייל אין ישיבה איז געגאנגען נאר דער וואס האט געהאלטן ביים לערנען, און געווענליך אויך געהאט אין פלאן צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. דער חילוק צווישן קינדער און בחורים איז גאר גרויס, אסאך גוטע כשרונות אנטוויקלען זיך שפעט, א שיינע פאר פון די גדולי ישראל וואלטן נישט געווען אויף די מאפע ווען מ'וואלט אויסגעפירט סעלעקציעס אלס קינד. חוץ מזה, וויזל רעדט נישט פון איינער וואס "איז נישט געאייגנט צו לערנען גמרא און ער האט נישט די כשרונות דערצו", דהיינו א שוואך קינד, א אויסנאם. פארקערט, ער שרייבט אז כדי צו קענען לערנען גמרא דארף מען דורכגיין גאנצע פארהערן, און ער שרייבט קלאר אז נאר מתי מספר וועלן אנקומען צו גמרא, נאר די וואס וועלן אויסוואקסן רבנים. הימל און ערד. נאכמער, והוא העיקר, ער הייסט אויסלערנען אלע שבע חכמות פאר אלע קינדער, אן קיין אויסנאם, בעפאר מ'עפנט דעם חומש. נאר פונקט ווען ס'קומט צו תורה שבע"פ זארגט ער זיך פאר זייערע כשרונות. מיר דוכט זיך אז אפצולערנען א פרק משניות איז גרינגער ווי ארויסצוהאבן אלגעברא. ס'שמעקט נישט גוט.
ס'איז נישט קיין ראי' פון די גדולים וואס האבן אים נאכגעברענגט, פארשידענע גדולים האבן זיך געהאט פארשידענע שיטות אין מילי מעלייתא דאית בהו דרשינן, אין הכתב והקבלה ווערן אראפגעברענגט אזעלכע וואס ער האט געהאלטן פאר אפיקורסים בלי ספק. אנדערע גדולים (אפילו אזא בקי נפלא ווי ר' יוסף זכרי' שטערן!) האבן בכלל נישט געוואוסט אז דער נוב"י און ר' דוד מליסא האבן גע'פסל'ט אויך זיינע פריערדיגע ספרים, ממילא האבן זיי אנגענומען השתא הוא דאיתרע. אבער ס'איז אמת אז ס'זענען אויך געווען גדולים וואס האבן נישט געהאלטן אז ער איז געווען אן אפיקורס, כאטש זיין שיטה איז דורכאויס פארקרומט (ווי דער ערוך לנר צום ביישפיל שרייבט ארויס אין זיין הסכמה צו עוללות נפתלי), נאר ער האט זיך טועה געווען. וויאזוי און פארוואס ער האט זיך טועה געווען, דאס האבן מיר מסביר געווען.
זייט מיר מוחל, דאס איז אלעס וואס די משכילים פרובירן אייך צו פארקויפן, און מיר האבן שוין געזעהן וויפיל מ'קען זיי גלייבן. אז מ'זעהט אז די "מורדי האור ומתנגדי הנאורות" האבן יא געהאלטן אז מ'דארף לערנען וויסנשאפט, וועט מען מוזן מאכן א חילוק של הבל צווישן קריטיש און נישט קריטיש. אבער מ'קען טרעפן גענוג און נאך לשונות פון די גדולי ישראל אז זיי האבן עס יא געהאלטן פאר קריטיש (זענען דען די אויבנדערמאנטע ווערטער פונעם גר"א נישט גענוג שטארק? וואלט ער געווען אזא ארכן ווי וויזל וואלט ער עס אויך אפגעשריבן אין א באזונדער קונטרס. אין כאטש די משכילים האבן פרובירט צו פארלייקענען אז דער גר"א איז געווען קעגן וויזל'ס דברי שו"א, האט מען אבער געטראפן א בריוו פון ר' טעבלי שיף וואו ער שרייבט אז דער גר"א האט דאס געהייסן פארברענען), נאר זיי האבן געהאלטן אז תורה איז נאכמער קריטיש, אלעס דארף מען נעמען אין די ריכטיגע פערספעקטיוו.
און ער איז ניטאמאל געווען דער ערשטער פארצושטעלן תורה ומדע, אין איטאליע איז דאס שוין געווען יארן, אונטערן אויפזיכט פון גדולי עולם (הגם חלילה נישט אויף וויזל'ס מהלך), דער נוב"י וואלט די אידן אין איטאליע נישט אנגערופן אפיקורסים. נאך אפילו ר' אלי' מזרחי האט געלערנט מיט זיינע תלמידים תכונה תשבורת און מספר. וויזל וחבריו האבן גארנישט זאכליך מחדש געווען. (אגב, וויזל ברענגט אראפ בריוון פון רבנים אין איטאליע אין עין משפט, אבער מתחת לקו פארדרייט ער ס'זאל שטימען מיט זיין אגענדא. און די ווערטער פונעם גרעסטן גדול אין איטאליע בימיו, ר' ישמעאל הכהן, ברענגט ער בכלל נישט, פארשטייט זיך. למעשה א דור שפעטער שרייבט שוין ר' ישראל משה חזן אין קנאת ציון אז די רבנים אין איטאליע האבן נישט ארויסגעהאט וויזל'ס פלענער, און אז וויזל האט פארדרייט זייערע ווערטער, הגם לדעתו בשגגה).
איר פארשטייט געוויס דער חילוק צווישן דארפן רימען דעם קיסר און אויסשמועסן באריכות ווי וויכטיג ס'איז צו לערנען שפראכן. איבער רד"ט ווייס איך נישט, אבער דער נוב"י וואלט דאס אוודאי נישט געזאגט ווען ער האלט ווען נישט אזוי, במקום פקוח נפש וואלט ער געזאגט אז וויבאלד דער קיסר הייסט אזוי און ער מיינט אוודאי אונזער טובה דארפן מיר אים פאלגן. דערווייל קוקט וואס ער זאגט, "ואמנם גוף הדבר לשבח הנימוסים ולדעת דקדוק הלשון של העמים גם אני משבח מאד וכו' ומצינו שגם בכתבי קודש גנו אותנו בעת שלא ידענו לדבר בלשון עם ועם, ואל יעלה בדעתכם שאתם יודעים לדבר בלשון אשכנז, כי אין זה נקרא יודע רק מי שיודע לאמרו בדקדוק של אותו לשון", איר מיינט אז איר קענט שוין? נע, קענען דארף מען ריכטיג! דאס זאגט איינער וואס איז געצווינגען? און אויב איז עס געווען געצווינגען, צו וואס האט אויסגעפעלט דאס מעתיק צו זיין און דרוקן שפעטער?
דאס איז דאך דער בראך! וואס האט גראמען צו השכלה? מ'דארף נישט זיין אזא בלשן ווי וויזל צו וויסן אז השכלה קומט משורש שכל, איר טרעפט עפעס שכל אין אן אבערגלויבן אז שרייבן שירים תפלים ברענגט שכל?
דער בעל ספר הברית וואס איז געווען פיל מער געלערנט און אסאך מער אויפגעטון למעשה איז באשריגן געווארן אלס "אויב הנאורות" (מהפכת הנאורות: תנועת ההשכלה היהודית במאה ה18 עמ' 386), אבער פון וויזל'ס גראמען גייט מען ארויס פון די גלייזן, "ענדליך אביסעלע השכלה!", איר זעהט נישט דעם אבסורד? און אזעלכע היפאקריטן זאל איך גלייבן?
אויך אויב ווערט איר נתפעל דוקא פון פשוט'ע הארציגע ווערטער אפילו אהן א ריח שירה (הגם ס'איז נישט משמע אזוי פונעם בעל יאיר למילון, וועמען איך רעספעקטיר זייער), איז דאס אויך בכלל נישט וויזל'ס חידוש. אביסל בעפאר אים איז געווען דער רמח"ל, וועמענ'ס הערליכע גאונישע שירים אין קלארע ווערטער צושפילען יעדן'ס הארץ סטרונעס. שפעטער, בזמן וויזל איז געווען אפרים לוצאטו. און במקומו ושעתו זענען אויך געווען, זאגאר צווישן די רבנים (וואס האבן געזאלט צו שרייבן אין בוקה ומבולקה שפראך), ווי למשל רצ"ה בערלין. נאר וואס, זיי זענען געווען פארגלייבט אין זיך למטה מטעם ודעת. ס'דערמאנט יענער וואס האט זיך גע'שמד'ט כדי זיך צו קענען באדן יעדן טאג. חכם איינער, קענסט דאך יעצט פונקט אזוי! זיי האבן זיך געפרייט מיט דאס ביסעלע פילאזאפיע פון מענדלסאן, דאס פינטעלע שירה פון וויזל (מ'שטיינס געזאגט), אלס "ניצני אביב", אנדייטונגען פון די גלאררייכע אויפטוען וואס זיי גייען ברענגען. אבער ס'זענען דאך געווען פילע פילאזאפן, געלערנטע און משוררים אהן השכלה (נאר צו דערמאנען דריי, ר' יהושע צייטלין, ר' ברוך משקלוב, און ר' מנשה איליער, כולם תלמידי ומקורבי הגר"א)! הכלל, זיי האבן זיך גע'דמיונ'ט דער פראבלעם און די לעזונג.
למעשה האבן וויזל וחבריו בלויז שאדן געמאכט אפילו לשיטתו. איבער מענדלסאן איז א שערורי', אבער וויזל האט כמעט זיכער געוואלט ערליכע אידן יראי שמים ומדקדקים בקלה ובחמורה וואס זענען געלערנט און קענען זיך אויס אין שירה. וואס איז געבליבן פון די וואס זענען זיי נאכגעגאנגען ווייסט מען דאך (און וויזל אליינס האט דאס באדויערט, און אפילו אזעלכע ווי גרעץ האבן דאס מודה געווען), אבער אפילו ביי די מתנגדים להם האבן זיי ערגער געמאכט. פארוואס איז מען שטרענגער געווארן קעגן לשונות העכו"ם, חשבון, און אפילו תנ"ך? פארוואס טרעפן מיר מער נישט (כמעט) קיינע רבנים משוררים און מאטעמאטיקער? אין א ווארט, פארוואס זענען די אלע שווארצע דמיונות וואס זיי האבן פאנטאזירט טיילווייז פארווירקליכט געווארן שפעטער ביי די פרומע צד? צוליב זיי.

יאיר האט געשריבן:נאך איין זאך וואס וועזעל האט געשריבן וואס האט ארויסגעברענגט די כעס פון די גדולים, איז אז אויב די מלמדים זעען אז א קינד איז נישט געאייגנט צו לערנען גמרא און ער האט נישט די כשרונות דערצו, זאל מען אים אויסלערנען א פאך אנשטאט דעם. און איז ער נישט גערעכט? וויפיל בחורים היינטיגע צייט מוטשען זיך אין ישיבה און ווערן צוקלאפט און צוזעצט פשוט ווייל זיי האבן נישט די כשרונות, ווען מען וואלט זיי אויסגעלערנט אביסל עקסעל און קוויקבוקס אין די צייט וואלטן זיי כאטש געקענט טרעפן א דזשאב נאך די חתונה.
איר הייבט אן מיט קינדער און ענדיגט מיט בחורים, און כ'האב מורא אז כ'ווייס פארוואס . ווי איר ווייסט אוודאי, איז דער פראבלעם בכלל נישט שייך געווען מיט בחורים בזמנם, ווייל אין ישיבה איז געגאנגען נאר דער וואס האט געהאלטן ביים לערנען, און געווענליך אויך געהאט אין פלאן צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. דער חילוק צווישן קינדער און בחורים איז גאר גרויס, אסאך גוטע כשרונות אנטוויקלען זיך שפעט, א שיינע פאר פון די גדולי ישראל וואלטן נישט געווען אויף די מאפע ווען מ'וואלט אויסגעפירט סעלעקציעס אלס קינד. חוץ מזה, וויזל רעדט נישט פון איינער וואס "איז נישט געאייגנט צו לערנען גמרא און ער האט נישט די כשרונות דערצו", דהיינו א שוואך קינד, א אויסנאם. פארקערט, ער שרייבט אז כדי צו קענען לערנען גמרא דארף מען דורכגיין גאנצע פארהערן, און ער שרייבט קלאר אז נאר מתי מספר וועלן אנקומען צו גמרא, נאר די וואס וועלן אויסוואקסן רבנים. הימל און ערד. נאכמער, והוא העיקר, ער הייסט אויסלערנען אלע שבע חכמות פאר אלע קינדער, אן קיין אויסנאם, בעפאר מ'עפנט דעם חומש. נאר פונקט ווען ס'קומט צו תורה שבע"פ זארגט ער זיך פאר זייערע כשרונות. מיר דוכט זיך אז אפצולערנען א פרק משניות איז גרינגער ווי ארויסצוהאבן אלגעברא. ס'שמעקט נישט גוט.
ס'איז נישט קיין ראי' פון די גדולים וואס האבן אים נאכגעברענגט, פארשידענע גדולים האבן זיך געהאט פארשידענע שיטות אין מילי מעלייתא דאית בהו דרשינן, אין הכתב והקבלה ווערן אראפגעברענגט אזעלכע וואס ער האט געהאלטן פאר אפיקורסים בלי ספק. אנדערע גדולים (אפילו אזא בקי נפלא ווי ר' יוסף זכרי' שטערן!) האבן בכלל נישט געוואוסט אז דער נוב"י און ר' דוד מליסא האבן גע'פסל'ט אויך זיינע פריערדיגע ספרים, ממילא האבן זיי אנגענומען השתא הוא דאיתרע. אבער ס'איז אמת אז ס'זענען אויך געווען גדולים וואס האבן נישט געהאלטן אז ער איז געווען אן אפיקורס, כאטש זיין שיטה איז דורכאויס פארקרומט (ווי דער ערוך לנר צום ביישפיל שרייבט ארויס אין זיין הסכמה צו עוללות נפתלי), נאר ער האט זיך טועה געווען. וויאזוי און פארוואס ער האט זיך טועה געווען, דאס האבן מיר מסביר געווען.
יאיר האט געשריבן:נאר וואס דען, דאס אליין אז וועזעל האט זיך ערלויבט צו מאכן די חכמות חיצוניות ונימוסין אלס אן אינטעגראלער חלק פון דעם חינוך פון א קינד, דאס האט זיי געשטערט. ביז דעמאלט איז דאס געווען אדער יא אדער נישט, ס'איז א פיינע זאך צו קענען מאטעמאטיק, און איינער וואס איז שוין מילא כריסו בש"ס ופוסקים איז דאס אפילו אן ענין פון כי הוא חכמתכם ובינתכם, אבער עס איז נישט באצייכנט געווארן אלס א קריטיש וויכטיגע זאך. וועזעל איז געקומען און געמאכט דערפון א תורה שלימה, און ער האט עס אפילו געשטעלט אלס דער יסוד פון דעם חינוך, זייט ביי זייט מיט לימודי קודש. בקיצור, ער איז געווען דער ערשטער צו פארשטעלן תורה ומדע. ועל זה יצא החרי אף הגדול הזה.
זייט מיר מוחל, דאס איז אלעס וואס די משכילים פרובירן אייך צו פארקויפן, און מיר האבן שוין געזעהן וויפיל מ'קען זיי גלייבן. אז מ'זעהט אז די "מורדי האור ומתנגדי הנאורות" האבן יא געהאלטן אז מ'דארף לערנען וויסנשאפט, וועט מען מוזן מאכן א חילוק של הבל צווישן קריטיש און נישט קריטיש. אבער מ'קען טרעפן גענוג און נאך לשונות פון די גדולי ישראל אז זיי האבן עס יא געהאלטן פאר קריטיש (זענען דען די אויבנדערמאנטע ווערטער פונעם גר"א נישט גענוג שטארק? וואלט ער געווען אזא ארכן ווי וויזל וואלט ער עס אויך אפגעשריבן אין א באזונדער קונטרס. אין כאטש די משכילים האבן פרובירט צו פארלייקענען אז דער גר"א איז געווען קעגן וויזל'ס דברי שו"א, האט מען אבער געטראפן א בריוו פון ר' טעבלי שיף וואו ער שרייבט אז דער גר"א האט דאס געהייסן פארברענען), נאר זיי האבן געהאלטן אז תורה איז נאכמער קריטיש, אלעס דארף מען נעמען אין די ריכטיגע פערספעקטיוו.
און ער איז ניטאמאל געווען דער ערשטער פארצושטעלן תורה ומדע, אין איטאליע איז דאס שוין געווען יארן, אונטערן אויפזיכט פון גדולי עולם (הגם חלילה נישט אויף וויזל'ס מהלך), דער נוב"י וואלט די אידן אין איטאליע נישט אנגערופן אפיקורסים. נאך אפילו ר' אלי' מזרחי האט געלערנט מיט זיינע תלמידים תכונה תשבורת און מספר. וויזל וחבריו האבן גארנישט זאכליך מחדש געווען. (אגב, וויזל ברענגט אראפ בריוון פון רבנים אין איטאליע אין עין משפט, אבער מתחת לקו פארדרייט ער ס'זאל שטימען מיט זיין אגענדא. און די ווערטער פונעם גרעסטן גדול אין איטאליע בימיו, ר' ישמעאל הכהן, ברענגט ער בכלל נישט, פארשטייט זיך. למעשה א דור שפעטער שרייבט שוין ר' ישראל משה חזן אין קנאת ציון אז די רבנים אין איטאליע האבן נישט ארויסגעהאט וויזל'ס פלענער, און אז וויזל האט פארדרייט זייערע ווערטער, הגם לדעתו בשגגה).
יאיר האט געשריבן:שליח האט געשריבן:צו דעם אלעם, טאר מען נישט פארגעסן אז וויזל איז ארויסגעקומען מיט זיין קונטרס צוליבן קיסר'ס גזירה. דער קיסר האט קלאר געוואלט אסימילאציע, אין דעם איז קיינער מחולק דוכט זיך. אידן זענען געווען דערביטערט און פרובירט אפצושרייען די גזירה, פלוצלינג קומט זיך ארויס א איד מיט א גאנצע אויפקלערונג ווי גוט דער באפעל איז! ס'וואלט געווען א וואונדער ווען מ'וואלט אים נישט בא'שגץ'ט.
דער פראבלעם איז אז טייל פון די רבנים, ווי רבי דוד טעבילס רימען אויס דעם קייזער ירום הודו כאילו ער מיינט דא "באמת" די טובה פון כלל ישראל און ער וויל פשוט זיי זאלן קענען אביסל לימודי חול, בעת רנ"וו איז דער שייגעץ און אפיקורס. מעגליך אז זיי האבן דאס געמוזט שרייבן צוליב דעם קייזער, אבער דעמאלט איז שוין מסתבר אז זיי זענען געווען קעגן לימודי חול בכלליות נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין ברירה.
איר פארשטייט געוויס דער חילוק צווישן דארפן רימען דעם קיסר און אויסשמועסן באריכות ווי וויכטיג ס'איז צו לערנען שפראכן. איבער רד"ט ווייס איך נישט, אבער דער נוב"י וואלט דאס אוודאי נישט געזאגט ווען ער האלט ווען נישט אזוי, במקום פקוח נפש וואלט ער געזאגט אז וויבאלד דער קיסר הייסט אזוי און ער מיינט אוודאי אונזער טובה דארפן מיר אים פאלגן. דערווייל קוקט וואס ער זאגט, "ואמנם גוף הדבר לשבח הנימוסים ולדעת דקדוק הלשון של העמים גם אני משבח מאד וכו' ומצינו שגם בכתבי קודש גנו אותנו בעת שלא ידענו לדבר בלשון עם ועם, ואל יעלה בדעתכם שאתם יודעים לדבר בלשון אשכנז, כי אין זה נקרא יודע רק מי שיודע לאמרו בדקדוק של אותו לשון", איר מיינט אז איר קענט שוין? נע, קענען דארף מען ריכטיג! דאס זאגט איינער וואס איז געצווינגען? און אויב איז עס געווען געצווינגען, צו וואס האט אויסגעפעלט דאס מעתיק צו זיין און דרוקן שפעטער?
יאיר האט געשריבן:לאמיר אבער קלאר מאכן אז דאס איז געווען אין די צייט ווען די משכילים האבן קוים אנגעהויבן ארויסקומען פון די לעכער, און זיי זענען ממש נתפעל געווארן פון יעדעס ביסל השכלה. להבהרת הענין, נעם למשל מענדלסאן, וועסטו אויך קענען זאגן אז זיין ווערק איז בכלל נישט עפעס מורא'דיג, כבר היה לעולמים, מיר האבן שוין געהאט פרומערע פילאזאפן וואס האבן אים איינגעפאקט הונדערט מאל. נאר וואס דען, בימים ההם איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש, א שומר תורה ומצוות וואס איז אויך א רעספעקטירטער פילאזאף, ממילא האבן אלע שטאלצירט מיט אים. ווען מענדלסאן וואלט געלעבט היינט וואלט מסתמא כמעט קיינער נישט געוואוסט פון אים צו זאגן.
לענינינו, שירי תפארת איז טאקע נישט דער גרויסארטיגער ליטערארישער ווערק, און בכלל נישט קיין דמיון צו שירי יל"ג. וואס מיר האט געכאפט פון דעם (און איך שטעל זיך פאר אז אזוי אויך פאר די דעמאלטדיגע געווארענע משכילים) איז בלויז די ריינע שפראך, און די פשוט'ע הארציגע ווערטער. מיר נעמט דאס אסאך מער איבער ווי די גאוני'שע שירים פון יל"ג, וועלכע זענען פיל מיט ליצנות און שטעכערייען. און פאר איינעם וואס איז נתחנך געווארן צו אומפארשטענדליכע פיוטים פון גיבוב מליצות על גבי מליצות און מפולפל'דיגע מדרשי חז"ל אויף די תורה איז דאס כמים קרים על נפש עייפה.
דאס איז דאך דער בראך! וואס האט גראמען צו השכלה? מ'דארף נישט זיין אזא בלשן ווי וויזל צו וויסן אז השכלה קומט משורש שכל, איר טרעפט עפעס שכל אין אן אבערגלויבן אז שרייבן שירים תפלים ברענגט שכל?
דער בעל ספר הברית וואס איז געווען פיל מער געלערנט און אסאך מער אויפגעטון למעשה איז באשריגן געווארן אלס "אויב הנאורות" (מהפכת הנאורות: תנועת ההשכלה היהודית במאה ה18 עמ' 386), אבער פון וויזל'ס גראמען גייט מען ארויס פון די גלייזן, "ענדליך אביסעלע השכלה!", איר זעהט נישט דעם אבסורד? און אזעלכע היפאקריטן זאל איך גלייבן?
אויך אויב ווערט איר נתפעל דוקא פון פשוט'ע הארציגע ווערטער אפילו אהן א ריח שירה (הגם ס'איז נישט משמע אזוי פונעם בעל יאיר למילון, וועמען איך רעספעקטיר זייער), איז דאס אויך בכלל נישט וויזל'ס חידוש. אביסל בעפאר אים איז געווען דער רמח"ל, וועמענ'ס הערליכע גאונישע שירים אין קלארע ווערטער צושפילען יעדן'ס הארץ סטרונעס. שפעטער, בזמן וויזל איז געווען אפרים לוצאטו. און במקומו ושעתו זענען אויך געווען, זאגאר צווישן די רבנים (וואס האבן געזאלט צו שרייבן אין בוקה ומבולקה שפראך), ווי למשל רצ"ה בערלין. נאר וואס, זיי זענען געווען פארגלייבט אין זיך למטה מטעם ודעת. ס'דערמאנט יענער וואס האט זיך גע'שמד'ט כדי זיך צו קענען באדן יעדן טאג. חכם איינער, קענסט דאך יעצט פונקט אזוי! זיי האבן זיך געפרייט מיט דאס ביסעלע פילאזאפיע פון מענדלסאן, דאס פינטעלע שירה פון וויזל (מ'שטיינס געזאגט), אלס "ניצני אביב", אנדייטונגען פון די גלאררייכע אויפטוען וואס זיי גייען ברענגען. אבער ס'זענען דאך געווען פילע פילאזאפן, געלערנטע און משוררים אהן השכלה (נאר צו דערמאנען דריי, ר' יהושע צייטלין, ר' ברוך משקלוב, און ר' מנשה איליער, כולם תלמידי ומקורבי הגר"א)! הכלל, זיי האבן זיך גע'דמיונ'ט דער פראבלעם און די לעזונג.
למעשה האבן וויזל וחבריו בלויז שאדן געמאכט אפילו לשיטתו. איבער מענדלסאן איז א שערורי', אבער וויזל האט כמעט זיכער געוואלט ערליכע אידן יראי שמים ומדקדקים בקלה ובחמורה וואס זענען געלערנט און קענען זיך אויס אין שירה. וואס איז געבליבן פון די וואס זענען זיי נאכגעגאנגען ווייסט מען דאך (און וויזל אליינס האט דאס באדויערט, און אפילו אזעלכע ווי גרעץ האבן דאס מודה געווען), אבער אפילו ביי די מתנגדים להם האבן זיי ערגער געמאכט. פארוואס איז מען שטרענגער געווארן קעגן לשונות העכו"ם, חשבון, און אפילו תנ"ך? פארוואס טרעפן מיר מער נישט (כמעט) קיינע רבנים משוררים און מאטעמאטיקער? אין א ווארט, פארוואס זענען די אלע שווארצע דמיונות וואס זיי האבן פאנטאזירט טיילווייז פארווירקליכט געווארן שפעטער ביי די פרומע צד? צוליב זיי.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אוי ביסטו פאני, אויב איז דער איטאליענישער מאדעל ריכטיג בעיניך, וואס האסטו טענות אויף רנה"ו אז ער האט עס פראבירט אריינצוברענגען אין מזרח אייראפע? וויאזוי איז דאס וואס אין איין פלאץ איז אמאל געווען איינגעפירט אזוי א טענה כלפי א צווייטע פלאץ ווי עס איז געווען איינגעפירט פארקערט אז דער וואס רעדט וועגן די פראלבעם דמיונ'ט?? מ'קען נישט טאנצען אויף אלע חתונות, זיך בארימען מיט געציילטע גדולים וואס זענען געווען געלערנט און דערנאך שרייען קעגן דער וואס וויל א משהו אריינברענגען לימודי חול ביי אזעלכע וואס פירען זיך אנדערש? אדער גאר זיך בארימען מיט עטליכע נעמען וואס זענען טאקע נשפע געווארען אביסל פון די השכלה און האבען געליינט עטליכע פריסקאל לעוועל ביכער (ווי למשל ספר הברית) פון חכמות חיצוניות?
און וואסארא מין פאני מהלך איז דאס צו באשולדיגען משכילים אין דעם וואס זייער פראגראם איז לפי דעתך נישט געלונגען? אז די מתנגדים זייערע זענען געגאנגען בקיצוניות צו דער צווייטער צד זענען זיי אויך שולדיג? אזוי דארף מען פארדרייען נאר מצדיק צו זיין דער חרדי'שער הנחה אז משכילים=טרייף, אפילו ווען אויפ'ן וועג דרייסטו אלץ אויס פונקט קאפויער?

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- שליח
- ידיד השטיבל
- הודעות: 167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
- געפינט זיך: th dimension'∞
- האט שוין געלייקט: 459 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
אנטשולדיגט מיר זייער, איר האט געליינט מיין תגובה?
לאמיר איבערגיין שטאטעלעך:
מיין פונקט איז אז רנ"ו האט דאס נישט פרובירט אריינצוברענגען, נאר עפעס אנדערש, ווי די איטאליענישע גדולים שרייבן אליינס. ליינט ביטע איבער.
מיין פונקט איז אז רנ"ו האט נישט פרובירט אריינצוברענגען א משהו לימודי חול. ליינט ביטע איבער.
אויב מעגן די משכילים פארגעטערן וויזל, וואס האט גארנישט געטון למעשה, מעג איך ארויסברענגען אז זיי האבן פיינט געהאט בעל ספר הברית, וואס האט כאטש דאס געטון. און ס'איז סייווי בלויז איין דוגמא.
(און בעל ספר הברית איז נישט נשפע געווארן פון השכלה, חוץ אויב קוקט מען מיט א נאאיווע בליק, למעשה האקט ער קעגן זיי. און בזמנו איז זיין ספר געווען היי סקול לעוועל).
טאקע פאני, און כ'האב עס געמיינט האלב אלס ווערטל. אבער האלב אויך אמת, ווען וויזל וואלט קלוגער געווען, וואלט ער נישט געמאכט אזא טראסק, און עפ"י דרך הטבע וואלט כלל ישראל אויסגעזעהן ביז עטליכע צענדליג יאר אזויווי זיין אידעאל.
(און כ'בין בכלל נישט מצדיק דער חרדי'שער הנחה אז וויזל איז טרייף. ליינט ביטע איבער).
לאמיר איבערגיין שטאטעלעך:
לעיקוואד האט געשריבן:אויב איז דער איטאליענישער מאדעל ריכטיג בעיניך, וואס האסטו טענות אויף רנה"ו אז ער האט עס פראבירט אריינצוברענגען אין מזרח אייראפע?
מיין פונקט איז אז רנ"ו האט דאס נישט פרובירט אריינצוברענגען, נאר עפעס אנדערש, ווי די איטאליענישע גדולים שרייבן אליינס. ליינט ביטע איבער.
לעיקוואד האט געשריבן:מ'קען נישט טאנצען אויף אלע חתונות, זיך בארימען מיט געציילטע גדולים וואס זענען געווען געלערנט און דערנאך שרייען קעגן דער וואס וויל א משהו אריינברענגען לימודי חול ביי אזעלכע וואס פירען זיך אנדערש?
מיין פונקט איז אז רנ"ו האט נישט פרובירט אריינצוברענגען א משהו לימודי חול. ליינט ביטע איבער.
לעיקוואד האט געשריבן:אדער גאר זיך בארימען מיט עטליכע נעמען וואס זענען טאקע נשפע געווארען אביסל פון די השכלה און האבען געליינט עטליכע פריסקאל לעוועל ביכער (ווי למשל ספר הברית) פון חכמות חיצוניות?
אויב מעגן די משכילים פארגעטערן וויזל, וואס האט גארנישט געטון למעשה, מעג איך ארויסברענגען אז זיי האבן פיינט געהאט בעל ספר הברית, וואס האט כאטש דאס געטון. און ס'איז סייווי בלויז איין דוגמא.
(און בעל ספר הברית איז נישט נשפע געווארן פון השכלה, חוץ אויב קוקט מען מיט א נאאיווע בליק, למעשה האקט ער קעגן זיי. און בזמנו איז זיין ספר געווען היי סקול לעוועל).
לעיקוואד האט געשריבן:און וואסארא מין פאני מהלך איז דאס צו באשולדיגען משכילים אין דעם וואס זייער פראגראם איז לפי דעתך נישט געלונגען? אז די מתנגדים זייערע זענען געגאנגען בקיצוניות צו דער צווייטער צד זענען זיי אויך שולדיג? אזוי דארף מען פארדרייען נאר מצדיק צו זיין דער חרדי'שער הנחה אז משכילים=טרייף, אפילו ווען אויפ'ן וועג דרייסטו אלץ אויס פונקט קאפויער?
טאקע פאני, און כ'האב עס געמיינט האלב אלס ווערטל. אבער האלב אויך אמת, ווען וויזל וואלט קלוגער געווען, וואלט ער נישט געמאכט אזא טראסק, און עפ"י דרך הטבע וואלט כלל ישראל אויסגעזעהן ביז עטליכע צענדליג יאר אזויווי זיין אידעאל.
(און כ'בין בכלל נישט מצדיק דער חרדי'שער הנחה אז וויזל איז טרייף. ליינט ביטע איבער).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליח! געבענטש זאל זיין דיין משלח וואס האט אייך אהער געשיקט.
איך וואלט הנאה געהאט אויב איר קענט מאריך זיין אינעם ענין, וואס איר זענט מודה אז דאס איז שאקאינג, אז דער המון איד איז גארנישט געווען אזא צוריקגעשטאנענע און אומוויסענדע ווי די ביכער לייגען אים אראפ. בעת וואס די אלע משלים וואס זיי געבן קען מען נאך טרעפן לעבעדיגע משלים בדורנו אלה, וואס ווען נישט די טונקעלע הויט קאליר וואלטן זיי נישט געוואוסט ווער איז פרעזידענט, און א גאר גרויסע פראצענט וואלט נישט געוואוסט נאך אסאך אנדערע לאנד און וועלטליכע ענינים ווען נישט זיי ליינען דאס אין אידישע געשריבענע צייטונגען, א זאך וואס איז אמאל נישט געווען.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קודם כל וויל איך באדאנקן [tag]טאמבל סאס[/tag] פארן אזוי שיין אראפשרייבן די היסטאריע פון אזא אינטערעסאנטע פיגור, און אויך פאר אלע מגיבים כל אחד בשמו הטוב יבורך. כ'האב דא געלערנט אסאך חידושים אדאנק אייך. איך בין נישט גענוג באהאווענט צו קענען שרייבען א דעה אינעם עצם נושא, איך וועל מיך באגינען מיטן זיך מחיה זיין מיט אייערס. איך וויל נאר מגיב זיין אויף איין קליינע נקודה.
[tag]לעיקוואד[/tag] טענה'ט:
[tag]שליח[/tag] ענטפערט:
איך פארשטיי גוט שליח'ס אנטווארט, אמאל דארף מען זיין קלוגער, נישט גערעכט.
מען קען עס פארשטיין דורכן זיך מתבונן זיין אביסל אין די היינטיגע געשעענישן. נפתלי בנט און יאיר לפיד האבן מער געהאלפן די חרדי'שע עקסטרימיסטן, מער ווי עמרם בלוי, מנשה פיליפ און רומפלער אין איינעם. זיי זענען גערעכט מיט זייער טענות און זייער פלענער אבער קלוג זענען זיי נישט. די חרדי'שע געמיינדע וואלט זיך גערוקט פארויס אסאך שנעלער און בעסער ווען נישט בנט און לפיד, און מעגליך אז צוליב זיי האט מען זיך אפילו גערוקט אויף צוריק וועגס.
לויט ווי איך פארשטיי טענה'ט דאס שליח. אויב איז דער הנחה גערעכט איז דאס א שטארקע טענה אויף וויזל וחבריו. עס מיינט נישט אז זיי זענען נישט געווען גערעכט, און עס מיינט נישט אז די וואס האבן געצויגן מער רעכטס זענען יא גערעכט, אבער מען דארף דאס אלעס נעמען into account.
[tag]לעיקוואד[/tag] טענה'ט:
לעיקוואד האט געשריבן: וואסארא מין פאני מהלך איז דאס צו באשולדיגען משכילים אין דעם וואס זייער פראגראם איז לפי דעתך נישט געלונגען? אז די מתנגדים זייערע זענען געגאנגען בקיצוניות צו דער צווייטער צד זענען זיי אויך שולדיג? אזוי דארף מען פארדרייען נאר מצדיק צו זיין דער חרדי'שער הנחה אז משכילים=טרייף, אפילו ווען אויפ'ן וועג דרייסטו אלץ אויס פונקט קאפויער?
[tag]שליח[/tag] ענטפערט:
שליח האט געשריבן:ווען וויזל וואלט קלוגער געווען, וואלט ער נישט געמאכט אזא טראסק, און עפ"י דרך הטבע וואלט כלל ישראל אויסגעזעהן ביז עטליכע צענדליג יאר אזויווי זיין אידעאל.
איך פארשטיי גוט שליח'ס אנטווארט, אמאל דארף מען זיין קלוגער, נישט גערעכט.
מען קען עס פארשטיין דורכן זיך מתבונן זיין אביסל אין די היינטיגע געשעענישן. נפתלי בנט און יאיר לפיד האבן מער געהאלפן די חרדי'שע עקסטרימיסטן, מער ווי עמרם בלוי, מנשה פיליפ און רומפלער אין איינעם. זיי זענען גערעכט מיט זייער טענות און זייער פלענער אבער קלוג זענען זיי נישט. די חרדי'שע געמיינדע וואלט זיך גערוקט פארויס אסאך שנעלער און בעסער ווען נישט בנט און לפיד, און מעגליך אז צוליב זיי האט מען זיך אפילו גערוקט אויף צוריק וועגס.
לויט ווי איך פארשטיי טענה'ט דאס שליח. אויב איז דער הנחה גערעכט איז דאס א שטארקע טענה אויף וויזל וחבריו. עס מיינט נישט אז זיי זענען נישט געווען גערעכט, און עס מיינט נישט אז די וואס האבן געצויגן מער רעכטס זענען יא גערעכט, אבער מען דארף דאס אלעס נעמען into account.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז אבער זייער שווער זיך צו טענה'ן אויף די היסטאריע פון "וואס וואלט געווען אויב", און ממילא איז שווער זיך צו דינגען אויף אזא נושא.
מ'קען דאך פונקט אזוי טענה'ן אויפ'ן נודע ביהודה אז ער וואלט געדארפט זיין קלוג און נישט גערעכט און אנשטאטס מחרים זיין און שרייען און למעשה פארלירען מער ווייניגער די גאנצע קאמף כולל זיין גאנצע משפחה זיך פירען מער במתינות און אפשר וואלט נישט געווען די חורבן וואס איז געווען.
יעדער איינער אז לוחם פארוואס עס זעהט עם אויס ריכטיג און אויף וואס עס טוהט עם וויי, אויך יאיר לפיד צב"ש, הגם איך בינישט קיין גרויסער חסיד זיינער, ברענגט ער למעשה בסך הכל ארויס ווייטאגען וואס א גרויסער עולם האט, עס איז די מציאות וואס רעדט ארויס פון עם, נישט ער איז ממציא עפעס, אז מ'פארשטייט אז אלעס וואס מענטשען שרייען איז א חלק פון די מציאות איז שווער צו קומען מיט טענות וואס וואלט געווען אז מ'איז קלוגער. דאס איז אלץ א חלק פון די מציאות און עס איז כמעט אוממעגליך פארויסצוזעהן וואס וועט זיין און אויספירען סוציאלע מהפכות מיט אזוינע חשבונות.
מ'קען דאך פונקט אזוי טענה'ן אויפ'ן נודע ביהודה אז ער וואלט געדארפט זיין קלוג און נישט גערעכט און אנשטאטס מחרים זיין און שרייען און למעשה פארלירען מער ווייניגער די גאנצע קאמף כולל זיין גאנצע משפחה זיך פירען מער במתינות און אפשר וואלט נישט געווען די חורבן וואס איז געווען.
יעדער איינער אז לוחם פארוואס עס זעהט עם אויס ריכטיג און אויף וואס עס טוהט עם וויי, אויך יאיר לפיד צב"ש, הגם איך בינישט קיין גרויסער חסיד זיינער, ברענגט ער למעשה בסך הכל ארויס ווייטאגען וואס א גרויסער עולם האט, עס איז די מציאות וואס רעדט ארויס פון עם, נישט ער איז ממציא עפעס, אז מ'פארשטייט אז אלעס וואס מענטשען שרייען איז א חלק פון די מציאות איז שווער צו קומען מיט טענות וואס וואלט געווען אז מ'איז קלוגער. דאס איז אלץ א חלק פון די מציאות און עס איז כמעט אוממעגליך פארויסצוזעהן וואס וועט זיין און אויספירען סוציאלע מהפכות מיט אזוינע חשבונות.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ביזט גערעכט אז ס'נישט מעגליך צוריק צו גיין אין היסטאריע און זאגן וואס וואלט געווען אויב... איך בין אויך מסכים אז אויב האט מען די טענה אויף וויזל אז ער וואלט געדארפט זיין קלוג דארף מען האבן די זעלבע טענה אויף זיינע קעגנער. מיר זענען אבער נישט דא צו פארענטפערן אדער אפפרעגן די סיסטעם, מיר זענען דא דן אויב און ווי אזוי וואלט מען געקענט פארבעסרן די סיסטעם, און אויף דעם ארויף איז דא א מעגליכע טענה אויף וויזל אז זיינע מעשים האבן געשטערט.
טאקע צוליב דעם וואס איר זאגט אז ס'שווער צו דן זיין אויף היסטאריע, לאמיר טאקע ענדערש רעדן פון היינט. דו קענסט פארענטפערן לפיד וויפיל דו ווילסט, אבער עס וועט נאך אלץ נישט אוועק נעמען מיין טענה און ווייטאג אויף אים. ער האט צוריק געשטעלט אונזער פראגראם פון התקדמות מיט הונדערט יאר. די גאנצע חרדקים עפאכע איז צו פארדאנקען אים און זיינע חברים. יא, א מענטש אין זיין פאזיציע וואלט געדארפט קענען באהערשן זיינע געפילן לטובת the bigger good.
קוק אין די היסטאריע פון געלונגענע סאציאלע מהפכות וועסטו זעהן אז מען האט אלעמאל דאס גענומען אין באטראכט.