יידל, זייער א שיינע ליקוט, און א שקויעך פארן אנהייבן די אינטערעסאנטע טאפיק, אבער אויב מעג איך, וויל איך זיין מחולק מיט דיר אין אפאר זאכן.
אפילו אז ביי טעכנעלאגישע פרעדיקשאנס האבען שוין גרעסערע און קלוגערע פון אונז זיך גוט טועה געווען, ווי למשל פאר 10 יאר צוריק האבען אסאך עקספערטען געגלייבט אז און צען יאר פון דעמאלס (היינט) וועט שוין פליעדיגע קאר'ס זיין אין ברייט באנוץ, נא וואו זענען זיי? פון די אנדערע זייט איז דא א מימרא וואס מ'זאגט נאך פון ביל געיטס:
" "640K ought to be enough for anybody." - Bill Gates, 1981" צי ער האט דאס טאקע געזאגט צי נישט איז א קאנטערווערסיע אבער דאס איז זעכער אז אין יענע צייטען איז דאס געווען די פאפולערע בעליף, IBM האט דעמאלס געבויעט קאמפיוטערס וואס 640K איז געווען די מאקסימום מעמארי וואס זיי האבן געקענט פארנעמען.
אין די צייטען ווען מייקראסאפט האט אנגעהויבן פלאנען די נעקסטע סטעפ נאך 8 bit אפערעיטינג סיסטעם האט ער געזאגט
"we will never make a 32-bit operating system"
און אונז האלטן שוין היינט ביי 64 bit.
אבער פרעדיקשענס מעג דאך יעדער מאכן, סא הו איז גאוינג טו סטאפ מי?
ווייערד היים אינטערנעטווי שנעל ווייערלעס ספיד וואקסט, וואקסט ווייערד ספיד נאך מער, די וואס ווילען האבן 100 מעג ארויף און אראפ אויף א דעדיקעיטעד ליין קענען דאס נאר האבן מיט פייאס, ממילה האלט איך, אז עט ליעסט ביזנעסער גייען נאך אנהאלטען צום שטריק פאר דעם זעהבארען צוקונפט.
לענד-ליין טעלעפאנעןדי שאלה איז אויב מיין קארדלעס פאון אינדערהיים וואס ארבעט אויף וואיפ (VOIP) הייסט א לאנדס-ליניע.
קאמערעס און קעמקארדערסוואס הייסט היינט א ביליגע פאינט ענד שוט וואלט פאר 15 יאר צוריק געהייסען א פראפעשאנאל קאמערא, און וואלט געקאסט אין די טויזענטערס, סאו אין 10 יאר ארום וועט די 40 מעגאפיקסעל 24x zoom, HDR, וכו' וכו' וואס ראנט ענדרויד און האט א 4G קאנעקשאן קאסטען $400, און דאס וועט געמאלס זיין די קאנסומער סלעש עמעטשור לעוועל קעמרע, וואס דאס גייט נישט קומען מיט יעדע פאון.
די קאמפיוטער מויזלקאמפיוטערס (PC)אין דעם האלט איך אז דו קענסט נישט זיין מער רחוק מן האמת, די דעסקטאפ איז נאט גאוינג עניווער! ספעשעלי אין די קארפרעט ענווייערמענט, אוודאי, צו טשעקען אי-מיילס, לייענען נייעס, ביכער, סאושעל נעטווארקינג, קלעס ראם ענוויערמענט, סעילס לייט, מענטשען וואס ארבעטען אויפן פיעלד, גייען נוצן טאבלעטן, אבער קיין איין גראפיקער, נאמבער קראנטשער, געימער, העווי אפיס ארבעטער, און עני מענטש וואס נוצט זיין קאנפיוטער פאר מער ווי וועב בראוזינג און בעיסיק אפיס וועט זיך גענצליך פארלאזן אויף א טעבלעאט, זיי גייען ווייטער ניצן דעסקטאפס.
(וואס דארף מען מער ווי דעם אז די מערסטע פאפולערע אפארעיטינג סיסטעים, ווינדאוס, האט דיזיינט איר נייע ווערסיע בעיקר פאר טאבלעטס?)
אי משום הא, די ווינדאוס ARM ווערסיע גייט נישט קענען ראנען דעסקטאפ אפליקאציעס.
פאקס מאשינעןדאס גייט געשען ווען די גאווערמענט דיסייד אריינצוקומען אין די איין און צוואנגסטיגסטען יאר הונדערט.
דיסקסווערען איבערגענומען מיט בלו-רעי דיסקס, אבער מ'האלט שוין באלד ביי דעם שטאפל ווי פלעש מעמארי איז באלד אזוי ביליג ווי אפטיקעל מעמארי, ווי נאר דאס געשעט וועט אפטיקעל מידיע זיין היסטארי.
פאון נאמבערסדאס איז אזוי ווי וואלסט מיר געזאגט אז ס'גייט מער נישט זיין קיין IP אדרעסען ווייל מ'גייט נוצען DNS אדרעסען, אוודאי גייט נאך זיין טעלעפאון נאמבערס, מ'גייט זיי כנעט נישט ניצען ווייל זיי גייען זיין אסאוסיעטעד מיט דיין פרופיל, פונקט ווי דיין אדרעס בוך אויף דיין סעלערי פאון.