איז גאט באנקראט????

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

איז גאט באנקראט????

שליחה דורך big joe »

8:30, די אלארם זייגער צוקלינגט זיך מיט א היליכדיגן קול שוין צום פיפטע מאהל, ער עקשנט זיך נישט צו פארשטיין די רמז פון די ׳סנאאז׳ קנעפל. איך ווער גאר בייז איך הייב אויף די גאנצע זייגער און איך ווארף עס אראפ, אבער איך ווייס אז ס׳נישט קיין תכלית אויב גיי איך נישט יעצט ארויס פון בעט וועל איך האבן צו הערן פון די ב״ב און פון די ראה״כ, איז בלית ברירה זאג איך מודה אני איך גיס נעגל וואסער און איך גיי מיך אנטוען. זיצענ׳דיג אזוי מיט איין זאק אין דער האנט פאר׳חלום איך זיך, און עס פאלט ארויפ אויף מיר א שטיקעל מרה שחורה טראכטען׳דיג אויף אפאר פון מיינע ידידים וואס האבן געטוען לעצטענס בלאנדזשען אויף א דרך עקש ופתלתל און טייל פון זיי זענען שוין אנגעקומען צום שפל המצב ר״ל, איך שפיר אז ס׳שוין כלו כל הקיצין, די קינדער הערן זיך שוין נישט צו אז אל תלך בדרך אתם, און די OTD movement הייבט אהן רייסען גאנצע שטיקער פון אינזערע ברידער און שוועסטער, אזוי לאזט זיך ארויס א קרעכץ פון די טיפעניש פון מיין הארץ ״אוי טאטע וואס וועט דא זיין? וועט נאך עפעס איבערבלייבן אין אפאר הונדרעט יאר פון די דרך וואס אינזערע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען צו האלטן?״ אזוי אין א אנגעזעצטע גוסטע און אין א פארכמארעטע געשפירעניש האב איך אנגעטוען די צווייטע זאק און גענדיגט אלע מיינע באדערפענישן און געגאנגען דאווענען וויסענדיג אז אין כוחנו אלא בפה.

פארטראכט און טיף פאר׳מוח׳ט שפאציר איך אריין אין ביהמ״ד און עס באפאלט מיר א איבעראשונג, ס׳זיצען צענדליגע קליינע בחורים׳לעך און יונגאלעך מיט א מוראדיגען היימישע חן און זיי טוען דאווענען און לערנען מיט א גרויס התלהבות, די נחת רוח וואס קודשא בריך הוא שעפט פון דעם טוט שרייען אויפן העכסעטע טענער. די תשב״ר טוען יעצט מקריב זיין קרבנות פארן בורא כל עולמים. און איך בין זיכער אז די גאנצע פמליא של מעלה זיצט דא און די מלך מלכי המלכים זאגט זיי חזי חזי בני חביביה וכו׳, די נחת רוח, די אשה ריח לד׳ איז דאך אין לשער. אזוי צוקוקענדיג שפיר איך פלוצלינג א קלאפ אויפן אקסעל, מיינע א ידיד פרעגט מיר ״ר׳ דזשאו הגדול מה נשתנה היום הזה פארוואס שמייכעל׳סטו אזוי?״ דריי איך זיך צו אים און איך זאג אים אז היינט צופרי האב איך געהאט שלעכטע מחשבות אז אידישקייט גייט אינטער ר״ל, אבער אריין קומענדיג דא אין ביהמ״ד צווישען קעמפ און חדר איז ביי מיר געווארן ברור כחמה אז אידישקייט האט נאכנישט געטוען שפראצען און בליען אין אינזער גאנצע היסטוריה מימות אברהם אבינו אזוי ווי עס טוט וואקסן אין די לעצטע 15 יאר!!! צענדליגע טויזענטע בחורים און יונגעלייט זיצען על התורה ועל העבודה און טויזענטער מענטשען לערנען זיך הוראה אדער פארהערן זיך ש״ס, און אינז האלטן שוין כמעט אז מיר וועלן קענען זאגען אז אינז האמיר הונדרעט טויזענט היימישע יונגאלעך אין אינזערע חדר׳ס וואס ווערן אויפגעצויגען על דרך ישראל סבא. עס איז שוין געווען אסאך ערגערע תקופת אין כלל ישראל ווי אסאך מער אידן זענען געפאלן ל״ע די שומרונים, צדוקים, שבתי צבי, די פרענקיסטן, השכלה, רעפארם, און נאכען ביטערע קריג און נאך אסאך אזעלעכע תקופות וואס עס איז געריסען געווארן גאנצע שטיקער פלייש פון כלל ישראל און אייביג איז געווען די זעלבע response אינז האבן געטוען נאך מער וואקסען און שטייגען.

ממילא טייערע ברידער די תירוץ איז קלאר און שארף, ניין!!! די אייבישטער איז נישט באנקראט!!!!!! נאר אז מ׳שטייט לעבען א אפענע sewer טוט עס סרח׳נן און מ׳ווינדערט זיך ווי אזוי קענען מענטשען לעבען אין אזא שטאט אבער ווען מ׳דערווייטערט זיך אביסעל פון די צואה זעהט מען אז ס׳שטינקט נאר לעבען די שמוץ אקעגן איבער איז ריין שיין און איידעל. אז מ׳דרייט זיך לעבען די אפגעפארענע מיינט מען אז די מצב איז ביטער אבער אז מ׳קוקט אויפן גאנצע בילד ווייסט מען אז עס איז נאך קיינמאהל נישט געווען אזוי גוט.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר