שוין יארן וואס איך באוואונדער דעם "עם בפני עצמן". די געלונגענסטע און קלוגסטע מענטשן אויפן פלאנעט.
זיצט א קאמפאני, און פלאנירט ארויסצוגעבן א פראדוקט. מען זיצט מיט אינזשענירן, לעגאלע עקספערטן, מען פרובירט נאכצוקומען אלע סעיפטי אישוס און פעדעראלע און לאקאלע געזעצן און אויפפאדערונגען. מען לייגט אריין קאפ און מח, מען טוט יעדע סארט ריסוירטש, חדשים אדער גאר יארן פון ארבעט, מען פרובירט איינמאל און נאכאמאל צו מאכן סעמפלס, טרייעל ענד ערראר, ביז ענדליך ברוך שהחיינו וקיימנו, מען האלט שוין ביים סאמע לעצטן שטאפל, און מען דעליווערט שוין דעם פראדוקט צו די קאנסומערס, מיט קלאפעדיגע הערצער אבער פול מיט האפענונג אז עס זאל גוט אויסנעמען ביים המון עם. מען מאכט א גוטן מארקעטינג קאמפיין, מען אינוועסטירט אויף אדווערטייזינג, און טוען כל מה שביכולתם אויפצואווייזן וואספארא גוטער פראדוקט זיי האבן דא ערצייגט.
ווידעראום אויפן אנדערן עק לאנד, זיצן א באנדע ברואים, די אויסדערוועלטע קלוגסטע באשעפענישן וואס זענען נאר פארהאן. זיי מאכן פרנסה פון גאר א אינטרעסאנטע וועג: קריטיקירן. יעדע סארט אינדוסטרי האט זיך זיינע קריטיקירער; ווי נאר דער ארטיקל/פראדוקט קומט ארויס לאור עולם, נעמט מען איינס אפיר, און מען מאכט זיכער צו טרעפן אין יעדע זאך "פראס און קאנס" (ד.ה. מעלות און חסרונות), און מען לאזט עס אויסלופטערן אויף די מידיא נעצן.
דאס קומט פאר סיי ביי עלעקטראניקס, סיי ביי אפלייענסעס, סיי ביי קליידונג און שיך, און אזוי אויך ביי אויטאס, א.א.וו. די קריטיקירער דארפן גארנישט טון, חוץ אוועקמאכן יענעמ'ס שווער-אויסגעהארעוועטע פראדוקט, און שיסן מבינות.
דאונט געט מי ראנג - עס איז א גוטע זאך אז די מידיא פארשפרייט דעם אמת, און די קאנסומער זאלן נישט פאלן פאר די גלאנציגע אדווערטייזמענטס; פונדעסטוועגן, ווי געווענליך, גייט די מידיא מער ווי א שמוץ אריבער פון בלויז יושר, צו היבש ברוטאל, און קען אין דער ערד לייגן א קאמפאני אדער צוויי. אמאל איז דער פראדוקט "נישט גוט" אדער "נישט רעקאמענדירט" בלויז ווייל דער רעפארטער האט ליב א זאך אביסל אנדערש. איי ווער לאזט דיר נישט דעזיינען אזא פראדוקט אויף דיין אופן? אה, ביסט טאטאל פאררוקט? איך וועל עפעס אויפשטעלן אן אייגענע קאמפאני מיט בלוט און שווייס און אריינבאכענען מיליאנען און ביליאנען? עס איז פיל גרינגער צו זיצן ביים קאמפיוטער און אפשרייבן אטאקירענדע ארטיקלען וואס דער אויפגערייצטער המון עם האט ליב נישט ווייניגער ווי די פויערן האבן געגליכן אמאל די דעמאגאגישע דרשות פון די פארביסענע גלחים, און דער עולם-גולם וועט קויפן די צייטונגען/מאגאזינען אין די מאסן זיך צו באלעקן די פינגער, און ס'עט זיין א מחיה.
למען האמת: עס זענען גראדע פאראן געוויסע אויסגאבעס וואס מען קען אויף זיי זאגן אז זיי זוכן טאקע די טובה פונעם קאנסומער, און זענען (כמעט) נישט בייעסד כלפי געוויסע קאמפאניס. א גוטער עקזעמפל איז די (ליבעראל-גענויגטע) "קאנסומער רעפארטס", וועלכע טוט יעדע יאר טעסטן אלע נייערע קארס, און אפלייענסעס און עלעקטראניקס אויכעט, און נאך פארשידענע פראדוקטן, ווי וויטאמינען, אינשורענס, האטעלס, קיטשנס און באדרומ'ס, פעינטס, און נאך פארשידענע זאכן וועלכע מענטשן קויפן כסדר. זיי וועלן רעקאמענדירן וועלכע איז די בעסטע און מסביר זיין פארוואס, זיי נעמען נישט אן קיין אדווערטייזמענטס און קיין שום שוחד, נאר פרובירן צו זיין ווי מער אומאפהענגיג. זיי האבן זיך דעריבער קונה געווען א שטארקן נאמען מיט א בלינדן צוטרוי פון מיליאנען סובסקרייבער, וועלכע וועלן נישט קויפן א פראדוקט אן זייער אדווייס, עד כדי כך אז טייל רופן דאס "דעם קאנסומערס בייבל", ומינה לא תזוע. עס ערשיינט אדער אלס א מאנאטליכע מאגאזין אדער מיט א סובסקריבשאן אנליין.
אבער דאס איז דער אויסנאם, נישט דער כלל. גענוג אנדערע אויסגאבעס און "פאַרשטייערס" זענען פאראן, מיט גאר אנדערע ציהלן, וועלכע שינדן די הויט פון די מאנופעקטשורערס. עס קוקט ממש אויס ווי עטליכע נארישע סי.או.'ס פון גרויסע קאמפאניס פרובירן צו ערצייגן נייע פראדוקטן, פרובירן מיט אלע כוחות צופרידנצושטעלן די בלוט-דורשטיגע מידיא, אבער בשום פנים ואופן קענען זיי נישט איבערקלוגן די חכמים/קריטיקירער, וועלכע וועלן שטענדיג אפירקראצן חסרונות און אויפווייזן אז קיין שלימות איז נישט פאראן.
און דאס איז לאו דוקא ביי מאנופעקטשורערס. מען קען דאס טרעפן סיי וואו. יעדער האט דאך אן אפיניאן אויף אלעם, און יעדער ווייסט דאך בעסער פונעם צווייטן, ווייל טיף אין הארצן ווייסט "נאר ער" דעם אמת, און חוץ אים קיינער! צום ביישפיל, עס איז דא דער פרעזידענט, ווייס פרעזידענט, מיט אלע יוצר משרתים און געהילפן, חכמים ונבונים אויף אלע געביטן, פינאנציעלע ווי זיכערהייט, אינערן און אויסערן מיניסטארן, מיט יארן ערפארונג, און אסאך טרעינינג דורך קאלעדזש און דורך פאקטישע שימוש אין די פאליטישע קארידארן, אבער זיי זענען אלע א באנדע שוטים. אפאר היימישע ראצערס אין מקוה אדער קאווע שטיבל פארשטייען פיל בעסער, און ציילן זיך צווישן די קלוגע קריטיקירער. זיי וואלטן געקענט מאכן ארדענונג אויף דער וועלט אין 5 מינוט, און זיי פארשטייען נישט פארוואס די רעגירונג שמועסט זיך נישט אדורך מיט זיי אויף טריט און שריט.
און דאס איז נאר געציילטע דוגמאות, ווייל די סארט חברה טרעפט מען איבעראל. פון די קריטיקירער אויף געוויסע סיסטעמען, ביז קריטיקירער אויפן בויער וועלכער האט געבויעט דעם בנין ("אזוי נאריש! ער וואלט געדארפט מאכן דארט אנדערש"!), אדער דעם גראפיקער וואס האט זיך געפלאגט אויף א עד, אדער דעם רעדנער, אדער דעם מוסד, אדער דעם געשעפט וואו ער האט איינגעקויפט, דעם שדכן, דעם טעיפ/אלבום, דעם מוזיקאנט/זינגער, דעם עושר, דעם ראש הקהל, גבאי צדקה, אדער א אויסגאבע וואס ער האט געליינט.... יו נעים איט!
אינטרעסאנט נאר אז די אלע קלוגע דרייען זיך ארום מיט א נארישן דזשאב פאר קוים 10 דאלער א שעה אדער בכלל ארבעטסלאז, און זייער איינציגע קוואליפיקאציע איז צו פארשטיין בעסער פון אנדערע...
קריטיקירער: עם בפני עצמן
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
האט איינער געלייענט דעם שיינעם עדיטאריעל פון הרב אשר לעווין אינעם שטערן די חודש?
ער רייסט אראפ די וועלכע רייסן כסדר אראפ די עסקנים...
זיצן מענטשן אין א לעכל, און ווארטן אז עסקנים זאלן זיי אלעס ארלעדיגן אויף א גאלדענעם טאץ גענוי ווי זיי חלומ'ען, און טאמער גייט נישט עפעס פונקט ווי זיי ווילן, זענען זיי מלא טענות אויף די עסקנים, היתכן... כאילו די עסקנים זענען זיי שולדיג עפעס... האלא! ביזט מכובד, טוה עפעס אליינס!
דאס איז זייער ענליך צו מיין ארטיקל הנ"ל, פון די מענטש וועלכע קענען גארנישט טון אליינס נאר האבן אן אפיניאן און אפשאצונג אויף די איבריגע וועלט...
ער רייסט אראפ די וועלכע רייסן כסדר אראפ די עסקנים...
זיצן מענטשן אין א לעכל, און ווארטן אז עסקנים זאלן זיי אלעס ארלעדיגן אויף א גאלדענעם טאץ גענוי ווי זיי חלומ'ען, און טאמער גייט נישט עפעס פונקט ווי זיי ווילן, זענען זיי מלא טענות אויף די עסקנים, היתכן... כאילו די עסקנים זענען זיי שולדיג עפעס... האלא! ביזט מכובד, טוה עפעס אליינס!
דאס איז זייער ענליך צו מיין ארטיקל הנ"ל, פון די מענטש וועלכע קענען גארנישט טון אליינס נאר האבן אן אפיניאן און אפשאצונג אויף די איבריגע וועלט...
וירח ה' את ריח הניחוח