עס האט שוין געפלאצט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

עס האט שוין געפלאצט

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

האט איהר שוין אמאל געהערט פונעם באקאנטן אויסדרוק דאס גלעזל האט זיך שוין איבערגעפילט!!! . די מעשה גייט אזוי פאר א שיינע פאר יאר צירוק האבן זיך אהער געצויגן צויי ארץ ישראל׳דיגע אידן שנארערס און אפשר אויך בעלי חובות און אנזעצערס ווי מען רופט עס היינט צוטאגס קיין וויליאמסבורג פונקטליך זייער היסטוריה בין איך נישט אזוי באקאנט און איך וועל עס איבער לאזן פאר אנדערע אבער וואס איך בין יא באקאנט איז אז זיי האבן זיך אריינגעלאזט און מסחר און אנגעהויבן צו דעוועלאפן פרוייקט נאך פרוייקט און מיטאמאל איז עס געווארן אזא גאנצע גדולה צו קויפן ביי זיי און געווארן אזא ברענד נעים . און די חברה האבן אנגעהויבן קויפן רעכטס און לינקס לאטס און ווי נאר זיי האבן עס אפגעקויפט איז געשעהן א איטערעסאנטע זאך אז עס איז געווארן ריזאונט און די חברה האבן אנגעהויבן ארויפשראפן די פרייזן פון די וויליאמסבורגע דירות און פשטות א גרויס חלק פון די הויכע פרייזן איז זיי צו פארדאנקען . . פאר א צווי וואכן צירוק בערך האבן די צוויי חברה גענימען א משפחה מיט קינדער און ארויס געשטעלט פון זייער דירה מיט די מארשעלס איז דאס שוין אמאל געהערט געווארן אזא זאך אז איין יוד זאל ארויס ווארפן א צווייטע יוד פון א דירה פארן נישט צאלן פאר א שטיק צייט און געהערט האב איך גראדע אז דע משפחה האט פונקט א האלבע יאר פארדעים פארלארן סעקשין אכט און נאכמער א וואך שפעטער גייען זיי און כשרן זיך זייער חזיר פיסלעך מיטן מנדב זיין א מקווה און די מאנטעינס ווער ברויכט עס
איז יעצט מיין פראגע מעג מען מסרן אזאכע חברה נישט אז עס איז נישטא מיט וואס איך מיין מען קען זיי אפשטעלן יעדן פרוייקט נישט אומזיסט ארבעט מען דארט זונטאגס .איך ווייס אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קומען און זאגן נע דער רעדט פון קנאה דער פארגינט נישט אבער למעשה דאס טוישט נישט די פאקטן
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וויפיל האסטו מנדב פאר די משפחה?
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

גארנישט קודם כל איך קאן זיי נישט ועוד איך מאך נישט קיין מיליאנען פון ארויסגעפרעסטע געלט פון יודן
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

סתם אזוי מסר׳ן מאכט דיך פונקט אזוי ביליג ווי זיי, און די העלפסט נישט קיינעם. ענדערש לאזט זיי וויסן אז מען קען זיי מסר׳ן אויב וועלן זיי רשעותדיג צי זייערע ברודער.
אמור מעט ועשה הרבה.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ענדרעש נעם דער גאנצער אשכול אריין אין צימעס.

קיינער שרויפט נישט ארויף פרייזען, עס ארבעט מיט א מארקעט, געפעלט דיך נישט, פאר קיין רוסלאנד און כינע, דארט זענען פרייזען סטאביל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

גערעכט, א מורדיגע עוולה ארוסטראסקענען א משפחה פאר שבת,קום האט ער עם געלאזט ארוס נעמען די בגדי שבת, אום קלאסישע מאנטשן
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איחוד פעלד האט געשריבן:קיינער שרויפט נישט ארויף פרייזען, עס ארבעט מיט א מארקעט

גערעכט, עס ארבעט ווייל די סיסטעם הייסט וואוינען אין די ד' אמות פון די עלטערען.
אז דו ביסט גרייט צו צאלן אזא גרויסע פרייז, פארוואס זאל די בויער דאס נישט נעמען?
Under influence
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

אבער ארוסווארפן א משפחה מיט די מארשאלס? צאלט ער נישט קיין רענט פאר פאן? ווען עס איז זיין רביס אייניקיל\ חסיד, אפילו ווען יענער האט ווען יא געלט וואלט ער דאס קיינמאל נישט געטון
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'ווייס נישט די דיטעילס פין די מעשה ממילא איז שווער צי דן זיין, אבער בדרך כלל ארויסווארפען אינמיטען די גאס א משפחה איז א עוולה, די שאלה איז נאר וואס פינקטליך איז געווען פארדעם, יעדע דיטעיל קען טוישען די מעשה, אזא מעשה דארף געשריבען ווערען מיט אלע דיטעילס,

אין @איחוד פעלד ביסט לכאורה נישט גערעכט, אפילו ווי ס'דא א מארקעט איז דא אזא מציאות ווי ארויפשרויפען פרייזען, די שאלה איז נאר וואס די מציאות איז דא געווען, אבער סתם שרייען אז דא ארבעט אלעס מיט א מארקעט, אין וועם ס'געפעלט נישט זאל פארען קיין כינע..... נע סתם ווילדע רעטאריק,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

נבלה נעשתה בווילאמסבורג!!
בושה תכסה פנינו אז אזא זאך האט געקענט פאסירן און אזא 'עיר החסד', און דו צייט וואס פאר יעדע נארישקייט איז מען מוחה, האט מען דא שופך געווען דם משפחה חשובה בישראל, ואין פוצה פה ומצפצף, פארקערט, מען געט זיי נאך כבוד און אלע צייטונגען.

בו בזמן וואס ווען 'גור' טוט זי זעלבע זאך אין 'בתי ווארשא' דרייט מען איבער די ווילאמסבורגע גאסען, ווען מען טוט עס דא אין ווילאמסבורג שווייגט מען.

זיי געבען צדקה מיט די אלע 'גרינע' וואס זיי באקומען פון אונז צוויי יאר פארן אנהויבען בויען, און אז איינער איז שולדיג אפאר אלפים ווארפט מען ארויס, ממש אזוי ווי די פארצייטישע פריצים האבען געטוהן (דער עולם ווייסט דאך אודאי אז רוב פריצים פלעגען נאר ארויסווארפען אויב מען האט נישט באצאלט פאר א יאר צייט, מיט דעם אלעם איז פיל די אידישע אגדה מיט לעגענדרע מעשיות וואס צדיקים האבען געטון צו ראטעווען די ארויסגעווארפנע אידען וואס זענען געבליבען אהן א דאך אויפן קאפ).

אלט'ס ווען מען מערקט אהן פאר אונזרע שטאטישע טאטעס אז זיי טוהן נישט גענוג פאר די קאמיונטי, ווייזען זיי צוריק אז זיי האבען 'ריזאנט' גאנצטע בלאקס פאר דירות, די עצם זאך פאר זיך איז דאך אויך הימל שרייענד, מען ריזאנט דאס מיט כוח הציבור אז וואס אז אפאר יחידים זאלען קענען ארויפרוקען די פרייזען און רייטען אויפ'ן ציבור?, אבל בזה ליידער החרשנו, אבער יעצט קומען די זעלבע חברה פאר וועם מען האט ריזאנט און זיי פילען זיך די טאשען מיט מליאנען (און באשרייבען זיך אין ישראלישע זייטלעך פון די פינף גרעסטע טייקונים) בעיקר א דאנק דעם ציבור און נאכדעם ווארפען זיי נאך ארויס איינעם אויפ'ן גאס ווייל ער איז זיי שולדיג אפאר אלפים.

ועוד, האבען זיי געהאט א 'היתר בית דין' צו גיין בערכאות תובע זיין יענע משפחה? אויב נישט, איז דינם כמוסרים כמבואר דינם בשו"ע ? (נא געטס אהער די אלע פאשקיוולען פון די לעצטע יארען פון די קהילה וואס גייט יעצט בויען א מקוה מיט די געלט פון די אזוי גערופנע 'נדיבים')

ובזה יצאתי ידי חובתי חובת המחאה, שלא יאמרו: "מדשתקי תושבי ווילאמסבורג שמע מינה דניחא להו". והשם הטוב יכפר עלינו.

חזור בכם חזור בכם טוט'ס תשובת המשקל לפני יום הדין

[דיסקלעימער: אלעס נאר געשריבען לפי ידיעת הפרטים וואס דרייען זיך אויפן גאס און וואס מען האט דא פריער געשריבען, מעגליך עס איז דא עפעס אונטער די גאנצע עסק ביש].
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איז יעצט מיין פראגע מעג מען מסרן אזאכע חברה?


ניין מען טאר נישט. ראשית, ווען מען נעמט זיך צו איינעם פארשטייט זיך אז עס שלעפט מיט אנדערע אומשולדיגע. והשנית, אפילו זיי אליינס טאר מען עפ"י הלכה אויך נישט.

נאר וואס דען אפאר צעטליך אויף די גאסען קען עס לכאורה מסדר זיין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איינער האט ערשט האנטיגע אינפערמאציע? סתם פלאפלען לשון הרע איז דא אנדערע סייטס גענוג.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

איחוד פעלד האט געשריבן:ענדרעש נעם דער גאנצער אשכול אריין אין צימעס.

קיינער שרויפט נישט ארויף פרייזען, עס ארבעט מיט א מארקעט, געפעלט דיך נישט, פאר קיין רוסלאנד און כינע, דארט זענען פרייזען סטאביל.


דו רעדטס פון די ״מארקעט״ כאילו מ׳רעדט פון עפעס א קדוש מרחם אמו וואס קען קיין שלעכטס נישט טוהן.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פרייע מארקעט מיינט אז יעדער קען רעכענען וואס ער וויל פאר רענט אדער צו פארקויפען, די אלע זאכען וואס מאנכע האבען ליב צו זאגען ארויף שרויפען און באשולדיגען אפאר יחידים פארדעם, ווייזט אויף א קורצזיניקייט און נישט פולקאם דעוועלעפט מוח.

איך ווייס נישט קיין פרטים פין דער מעשה, אבער וווען איינער קויפט א הויז פאר כך וכך, און האלט עס פאר א זמן און דער פרייז גייט ארויף און פארקויפט עס פאר מער, שרויפט ער גארנישט, און דער וואס באשולדיגט אים פאר ארויף שרויפען איז ליידער צושרויפט.

קיינער קען נישט רעכענען פאר א הויז מער ווי מען וויל באצאלען, קאט דער נאנסענס.

נאר וואס דען?

עפעס טוהן די חברה וואס רעגט אויף מענטשען און פארדעם זוכט מען חטאים אויף זיי, ארויס ווארפען מענטשען וואס באצאלען נישט קיין רענט, און מותר על פי שו"ע, און נישט באצאלען רענט איז אן עבירה פין ביומו תתן שכרו. צו מען מעג גיין אין געריכט תומ"י איז נישט קיין דבר ברור אז נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איחוד, אפילו אויב דו ביסט גערעכט, איז דאס דער אפטייטש פון 'לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה'.

ליידער האב איך אסאך וואס אריינצורעדן אין דעם ענין, אבער איך גיי בלייבן שטיל.
אזויפיל קען איך יא זאגן, אויב מיינען די דעוועלאפערס - וועלכע שטערן מיט אלע כוחות אנדערע פון צו בויען מער עפפארדעבל דירות - אז מיט די אויסגעהארעוועטע אידיש בלוטיגע געלט וואס זיי גיבן פאר צדקה און יענע לעקן אים און מען חנפ'עט זיך צו די געלט גייט אים צוניץ קומען בעולם העליון, האבן זיי א ביטערן טעות.
(און יעצט פרעג מיך נישט ביטע פון וואו איך ווייס, איך האב קראנטע אינפארמאציע פון בי"ד של מעלה)
וירח ה' את ריח הניחוח
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

איחוד פעלד האט געשריבן:פרייע מארקעט מיינט אז יעדער קען רעכענען וואס ער וויל פאר רענט אדער צו פארקויפען, די אלע זאכען וואס מאנכע האבען ליב צו זאגען ארויף שרויפען און באשולדיגען אפאר יחידים פארדעם, ווייזט אויף א קורצזיניקייט און נישט פולקאם דעוועלעפט מוח.

איך ווייס נישט קיין פרטים פין דער מעשה, אבער וווען איינער קויפט א הויז פאר כך וכך, און האלט עס פאר א זמן און דער פרייז גייט ארויף און פארקויפט עס פאר מער, שרויפט ער גארנישט, און דער וואס באשולדיגט אים פאר ארויף שרויפען איז ליידער צושרויפט.

קיינער קען נישט רעכענען פאר א הויז מער ווי מען וויל באצאלען, קאט דער נאנסענס.

נאר וואס דען?

עפעס טוהן די חברה וואס רעגט אויף מענטשען און פארדעם זוכט מען חטאים אויף זיי, ארויס ווארפען מענטשען וואס באצאלען נישט קיין רענט, און מותר על פי שו"ע, און נישט באצאלען רענט איז אן עבירה פין ביומו תתן שכרו. צו מען מעג גיין אין געריכט תומ"י איז נישט קיין דבר ברור אז נישט.

ארויפשראפן מיינט אזוי ווען איינער האט א לאט צו פארקויפן פאר מארקעט פרייז און עס קומען אפאר חברה און שלאגן פאר א פרייז פון סאך מער און אזוי גייען זיי צו אלע לאטס דאס טייטשט ביי מיר ארויפשראפן למשל לאמיר זאגן אז גאלדן פלאו גייט מארגן ארויף צו צעהן דאללער א מילך וועסטו אוי זאגן אז איינער וואס זאגט אז זיי שרויפן ארויף די פרייז פון מילך איז קורצזינוג אדער דארט וועסטו יא פאר שטיין און נישט זאגן פרייע מארקעט
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

רב איחוד פעלד עס זעהט אויס ווי די פארשטייסט אינגאנצן נישט צו קיין מארקעט .. אזאך אויף וואס עס איז דא א דימענד און עס איז נישטא אסאך און מען שיסט ארויף די פרייז דאס הייסט ארויפגעשראפט פרייזן און אויב די פארשטייסט נישט אזא פשוטע נקודה האב איך ניטאמאל וואס צו טענהנען מיט דיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מיין מיינוג; איך קען נישט די פרטים, איך שרייב נאר לקיים אני את נפשי הצלתי: ר' ישראל וואלט נישט צוגעלאזט אזא אשכול.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

בדחן האט געשריבן:מיין מיינוג; איך קען נישט די פרטים, איך שרייב נאר לקיים אני את נפשי הצלתי: ר' ישראל וואלט נישט צוגעלאזט אזא אשכול.


אדרבה, עס איז אסאך מער ווי א דבר שנאמר באפי תלתא, פילע מענטשען האבען געזען פאריגע וואך פרייטאג אינדערפרי ווי עס קומען אהן צוויי מאווינג טראוקס מיט מארשאל'ס און ווארפען ארויס א אידישע משפחה אויפ'ן גאס, איך מיין ר' ישראל וואלט דאס נישט צוגעלאזט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גוטע פינטעלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אויף וועלכע גאס?
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

ר' ישראל האט דערציילט:

"אמאל האב איך געזען אן עושר, וואס אן אלמנה האט געוואוינט אין זיין דירה אבער זי האט נישט געהאט אים צו באצאלן די ראטע. נאכן סטראשען עטליכע מאל, און די פרוי האט געוויינט אז זי האט נישט וואו צו וואוינען, האט דער עושר גערופן א בעל-מלאכה, ער זאל אראפנעמען די דאך פון די דירה, אזוי אז די אלמנה זאל מער נישט קענען פארבלייבן דארט וואוינען."

דערציילט ר' ישראל ווייטער:
"אלע מיינע יארן האב איך זיך געוואונדערט און געווארט צו זען, וואס וועט זיין דער סוף מיט אזא מענטש. איך האב טאקע דערווארט, ווייל יארן שפעטער האב איך מיטגעהאלטן ווי אזוי דער מענטש איז געביסן געווארן פון א ווילדע הונט, דער מענטש איז ל"ע משוגע געווארן דערפון און פארלוירן זיין גאנצע פארמעגן".

עד כאן דברי ר' ישראל.

איך דערמאן זיך די מעשה, זעענדיג די שמועס דא.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

בדחן האט געשריבן:מיין מיינוג; איך קען נישט די פרטים, איך שרייב נאר לקיים אני את נפשי הצלתי: ר' ישראל וואלט נישט צוגעלאזט אזא אשכול.


אהא, ארויס ווארפען א משפחה אויף די גאס דאס מעג מען, אבער חלילה אז איינער זאל וויסען דערפין.....
ווייל טאמער איינער וועט וויסען וועלען זיי דאך נעקסטע מאל טראכטען צוויי מאל פאר זיי טוען עס, אין דאס איז נישט גוט, מען דארף דאך ארויס ווארפען ווי מער אידען פין די הייזער, אבער פארציילען.... חלילה.....

איך וואלט געטענה'ט אז מען דארף ארויס שרייבען די נעמען אויך דא ברבים, מה נפשך האבען זיי עס געמעגט טוהן נו קענען זיי קומען אין אראפ לייגען זייער זייט פין די מעשה, טאמער האבען זיי טענות וואס בארעכטיגט זייערע שריט וועט דער עולם עס פארשטיין,

אין טאמער האבען זיי עס נישט געמעגט טוהן, זאלען זיי טאקע פארשעמט ווערען, וכל העם ישמעו ויראו, א צווייטער וועט שוין טראכטען צוויי מאל, ווייל ער וויל נישט אז די גאנצע שטאט זאל רעדען פין זיינע מעשים טובים,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

סאשי פיש האט געשריבן:אויף וועלכע גאס?


'וואלטען' לעבען מארסי
פארשפארט