עס האט שוין געפלאצט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

וואלטען אדער וואלעבאוט?
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

איך האב געהערט 'וואלטען'
אויך ווייס איך די שם המשפחה און איך גיי עס נישט מפרסם זיין למען כבודם (אזוי אויך ווערען געבעטען אלע טייערע חברים נישט מפרסם צו זיין די שם המשפחה פאר די גאנצע וועלט, די בזיונות און שפיכות דמים ביז אהער איז שוין גענוג פאר זיי).
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך בין ברור אז מ'האט זיי געגעבען צענדליגער התראה. נו פארוואס דארף די בל הבית מנדב זיין זייער רענט מער ווי עני אנדערע עושר פון שטאט?
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

ווייל אונזער גאנצע וואל כח איז נאר געגאנגען צו קענען ריזאנען אסאך שטחים פאר זייער וועגען מיט'ן אוסרייד אז זייערע פראיעקטן גייען כלומר'שט העלפען דעם ציבור. וואס האט דער ציבור הנאה געהאט פון זיי? חוץ העכערן די פרייזן פון קויפען דירות, און האלטען הויך די רענט פרייזן כדי יעדער זאל זיך מאכען חשבון אז עס לוינט זיך צו קויפען ביי זיי [ווער געדענקט נאך ווען 'דבר יום ביומו' האט אויפגעהערט אריינצולייגען פרייזען פון דירות פאר רענט, און פארוואס?]
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך וויל נישט דא אריינרעדן אינעם עצם נושא, היות איך בין בכלל נישט באהאווענט אין דער פרטיות'דיגע מעשה. איך וויל נאר אנרירען איין נקודה בכלליות

[tag]איחוד פעלד[/tag] מאכט א פשוט'ע נקודה, וואס מוטשעט זיך די עולם אזוי שטארק צו פארשטיין? איז די עולם טאקע אזוי ווייניג באהאווענט בתהליכי הביזנעס והריעל עסטעיט? לאמיך פרובירן צו ערקלערן.

לאמיר זאגן אז ס'דא א בנין פון 10 דירות פאר סעיל. אפאר אינוועסטארס בידען דערויף, איינער בידט 5 מיליאן, די נעקסטע בידט 5.4 מיליאן, א. א. וו. פלוצלינג קומט אן איין אינוועסטער און גיבט אריין א ביד פון 20 מיליאן דאלער. פארשטייט זיך אז ער געווינט די ביד און קויפט די בנין. יעצט מאכט ער זיך א חשבון, היות ער האט געצאלט 20 מיליאן פארן בנין מוז ער טשארדזשען לכה"פ 2 מיליאן פער דירה נאר צו קענען צוריק מאכן זיין קרן. ער לייגט ארויס א רעקלאמע אז ער האט שיינע 4 בעדרום דירות פאר 2 מיליאן דאלער, וויפיל מענטשן מיינסטו גייען קויפן דירות ביי אים? קיין איינער. די פארקויפער איז נישט דער וואס מאכט אפ די פרייז, די קונים שטעלן די פרייז. און די סכום וויפיל די אינוועסטאר האט באצאלט פארן לאט האט גארנישט מיטן פרייז פער דירה, it's all about supply and demand.

פארדעם וועט קיין איין געניטע אינוועסטער נישט באצאלן פאר א לאט מער ווי ער מיינט אז די קונים וועלן זיין גרייט צו באצאלן.

די איינציגסטע מאל וואס מען קען האבן טענות אויף די בילדערס און אינוועסטארס איז אויב מען ווייסט אז זיי האבן געמאכט א collusion נישט צו בויען דירות כדי צו האלטן די פרייזן ארויף, אדער אויב מען ווייסט אז זיי האבן ערהאלטן לאטס פון די שטאט אדער א נדבן פאר עפארדיבעל דירות און דערווייל מאכן זיי פראפיטס דערויף.

למעשה איז די דירות פרייז אין ברוקלין געטריבן לויט די מארקעט וועליו, און עס איז הויך צוליב די גרויסע פארלאנג. עס איז גאר לעכערליך צו באשולדיגען די בילדערס אויף עפעס וואס זיי קאנטראלן נישט.

אגב, בין איך די איינציגסטע עם הארץ וואס ווייסט נישט ווער "ר' ישראל" איז?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה האט געשריבן:אגב, בין איך די איינציגסטע עם הארץ וואס ווייסט נישט ווער "ר' ישראל" איז?


viewtopic.php?f=7&t=1179
viewtopic.php?p=69717#p69717
viewtopic.php?p=49820#p49820

ר' ישראל מאיר הכהן.
וירח ה' את ריח הניחוח
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

הוגה האט געשריבן:איך וויל נישט דא אריינרעדן אינעם עצם נושא, היות איך בין בכלל נישט באהאווענט אין דער פרטיות'דיגע מעשה. איך וויל נאר אנרירען איין נקודה בכלליות

[tag]איחוד פעלד[/tag] מאכט א פשוט'ע נקודה, וואס מוטשעט זיך די עולם אזוי שטארק צו פארשטיין? איז די עולם טאקע אזוי ווייניג באהאווענט בתהליכי הביזנעס והריעל עסטעיט? לאמיך פרובירן צו ערקלערן.

לאמיר זאגן אז ס'דא א בנין פון 10 דירות פאר סעיל. אפאר אינוועסטארס בידען דערויף, איינער בידט 5 מיליאן, די נעקסטע בידט 5.4 מיליאן, א. א. וו. פלוצלינג קומט אן איין אינוועסטער און גיבט אריין א ביד פון 20 מיליאן דאלער. פארשטייט זיך אז ער געווינט די ביד און קויפט די בנין. יעצט מאכט ער זיך א חשבון, היות ער האט געצאלט 20 מיליאן פארן בנין מוז ער טשארדזשען לכה"פ 2 מיליאן פער דירה נאר צו קענען צוריק מאכן זיין קרן. ער לייגט ארויס א רעקלאמע אז ער האט שיינע 4 בעדרום דירות פאר 2 מיליאן דאלער, וויפיל מענטשן מיינסטו גייען קויפן דירות ביי אים? קיין איינער. די פארקויפער איז נישט דער וואס מאכט אפ די פרייז, די קונים שטעלן די פרייז. און די סכום וויפיל די אינוועסטאר האט באצאלט פארן לאט האט גארנישט מיטן פרייז פער דירה, it's all about supply and demand.

פארדעם וועט קיין איין געניטע אינוועסטער נישט באצאלן פאר א לאט מער ווי ער מיינט אז די קונים וועלן זיין גרייט צו באצאלן.

די איינציגסטע מאל וואס מען קען האבן טענות אויף די בילדערס און אינוועסטארס איז אויב מען ווייסט אז זיי האבן געמאכט א collusion נישט צו בויען דירות כדי צו האלטן די פרייזן ארויף, אדער אויב מען ווייסט אז זיי האבן ערהאלטן לאטס פון די שטאט אדער א נדבן פאר עפארדיבעל דירות און דערווייל מאכן זיי פראפיטס דערויף.

למעשה איז די דירות פרייז אין ברוקלין געטריבן לויט די מארקעט וועליו, און עס איז הויך צוליב די גרויסע פארלאנג. עס איז גאר לעכערליך צו באשולדיגען די בילדערס אויף עפעס וואס זיי קאנטראלן נישט.

אגב, בין איך די איינציגסטע עם הארץ וואס ווייסט נישט ווער "ר' ישראל" איז?

יא אבער בנידן דידן רעדט מען אז זיי לויפן ארום און קויפן אפ אלע לאטס כדי צו האבן די מאנאפאלי און ווען זיי רוקן זיך ארויף מיט א צעהן צו צוואנציג דאללער פאר א סקווער פיט מוז מען קויפן ווייל עס איז נישטא עפעס אנדערשט איך וועל איבער זאגן נאכאמאל די משל מיטן מילך איך זעה אז מען האט נישט פארשטאנען אז עס וועט נאר זיין איין קאמפעני מילך וואס איין טאג וועט ער אנהייבן בעטן צעהן טאלער פאר א מילך וועסטו אויך זאגן אז אזוי גייט די מארקעט והא ראיה דער עולם קויפט נא זיכער נישט נאר וואס דען מען קויפט ווייל מען האט ניט א ברירה איז יעצט וואס איז דא אנדערשט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאולדיספריםפאקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

איך קען נישט די מעשה דא, איך רעדט בכללות. א מענטש וואס קען אזוי ארויסווארפן א שטוב מיט קינדער מיט מארשלס איז אן אכזר א שלעכטער וואס מ׳דארף לייגן אין חרם, און נישט געבן קיין עליות, און מ׳דארף עם באגראבן אונטערן פלויט פונעם בית החיים. יעדע קהילה האט וואוילע יידן וואס צאלן אויס גראסערי חשבונות, חתונה זאלן, און דירה געלט. א לענדלאר דארף זיך אראפזעצן מיט די גוטע יידן און זיך דורך קומען כדי ס׳זאל נישט צוקומען צו אזא מצב.

דער פריץ האט אריינגעשליידערט מאשקע און זיין משפחה אין קעלער אריין, ער האט אפשר אויך געטענהט ״פרי מארקעט״. פעה!
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

Starbucks האט געשריבן:איך קען נישט די מעשה דא, איך רעדט בכללות. א מענטש וואס קען אזוי ארויסווארפן א שטוב מיט קינדער מיט מארשלס איז אן אכזר א שלעכטער וואס מ׳דארף לייגן אין חרם, און נישט געבן קיין עליות, און מ׳דארף עם באגראבן אונטערן פלויט פונעם בית החיים. יעדע קהילה האט וואוילע יידן וואס צאלן אויס גראסערי חשבונות, חתונה זאלן, און דירה געלט. א לענדלאר דארף זיך אראפזעצן מיט די גוטע יידן און זיך דורך קומען כדי ס׳זאל נישט צוקומען צו אזא מצב.

דער פריץ האט אריינגעשליידערט מאשקע און זיין משפחה אין קעלער אריין, ער האט אפשר אויך געטענהט ״פרי מארקעט״. פעה!


כיהודה ועוד לקרא, נארמאל הערט קיינער נישט אויף צי צאלען דירה געלט פשוט פאר שוואוילטאג, אדער קומט עס פין א סוכסוך אין דיני ממונות וואס דאן דארפען זיי עס שליכטען ווי נארמאלע מענטשען טוען, אין אדער קומט עס פשוט ווייל לרש אין כל, ער האט נעבעך נישט, נו וואס זאל ער טוהן, אין רוב מאל פעלט פאר דעם לענדלאר נישט קיין ברויט אויפען טיש, נאר וואדען ער קוקט אן דעם טענענט ווי א קוה וואס געבט מילך, אין טאמער קומט שוין נישט קיין מילך, דאן ארויס דערמיט, איי יענער האט א שטוב מיט קינדער וואס דארפען א דאך איבערען קאפ, הו קעירס, נישט זיין דאגה, זאלען זיי וואוינען אין די סוער סיסטעם,

איטס זשאסט טובעד, מען ווארפט נישט ארויס א איד אין די גאס, טאמער האט ער נעבעך נישט צי באצאלען דאן נעם עס אראפ פין דיין מעשר געלט, אדער זיך א צווייטע וועג זיך צי א עצה געבען, אין רוב מאל אז מען זיכט טרעפט מען א וועג,

אין בכלל ניצען די מארשאל'ס איז סתם א נארישקייט, ווייל די גאס גייט שטינקען, אין א גוטע נאמען איז אויך ווערד אסאך געלט, סאו ס'געווען א שלעכטע מאוו סיי ברחניות אין סיי בגשמיות,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זיי לאזען נישט אז אנדערע דעוועלאפערס זאלען בויען ביליגע הייזער.

ווער וויל בויען פאר ביליג?

כאב נאכניש געהערט אזא זאך.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די וואס זאגען אז מען טאר נישט ארויסווארפען פארען נישט באצאלען, חוץ וואס זיי זענען נישט גערעכט הלכה'דיג, זענען זיי שלעכטע מענטשען וואס מן הסתם באצאלען זיי נישט קיין רענט אליין.....

אויב טאר מען נישט ארויסווארפען פאר נישט באצאלען, פארוואס זאל זיי ווער באצאלען? טאקע נאר צוליב יושר?

מען קען נישט ארויסווארפען אין איין מינוט, געווענליך ווען מען האלט שוין ביי דער מארשאל, איז עס שוין נאך א יאר נישט באצאלען. וועסטו מיר טאקע זאגען אז אין דער יאר האט ער נישט געקענט טרעפען א דירה פאר בחינם? ביי זיין שווער זיין טאטע, אדער סיי ווער?

מוז ער טאקע וואוינען דא?

וכו' וכו' וכו'.

און אוודאי קען איך נישט די פרטים פין דער מעשה, אבער פין דער סגנון הדברים דא זעהט אויס אז מען טענה'ט זיך אויף דער יסוד הדבר, און מאנכע ווילען מאכען א אנשטעל כאילי ארויסווארפען איינער וואס באצאלט נישט קיין רענט איז עובר אן איסור. ולא היא.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ועוד
אלע גויאשע דעוועלאפערס ארום וויליאמסבורג, סיי ביי מירטל און סיי ביי די סאוטס, בעטן אסאך מער ווי די אידישע מארקעט, און די איינציגסטע סיבה פארוואס די היימישע דארפען פארקויפן ביליגער פינעם עכטען מארקעט וועליו, איז ווייל מיר האלטן אן שלא ביושר א טעראר מיטן כח פין פאשקעווילן און מוסדות, אז מען זאל נאר פארקויפן פאר אידן.
אלזא ווי קען מען נאך האבן א חוצפה און טענהן, אז די דעוועלאפערס, וואס צאלן פאר די לאטס די עכטע וועליו, ווייל זיי בידען מיט גוים, אז זיי דארפען עס נאך פארקויפן פאר ביליגער פינעם "אידישען" מארקעט?
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'ווייס נישט וואס טיצעך אין ווילי, אבער ווי ס'הייבט זיך אן א אידישע ישוב קומען דיוועלאפערס אין טרייבען ארויף די פרייזען, אין קרית יואל וואלט געקענט זיין ביליגער הייזער, אין אזוי ווייטער, יעדער זיכט צי מאכען א דולר, אין כמעט קיינער זארגט זיך נישט פאר דעם ארימאן,

ווען דער דברי יואל האט געוואלט בויען א שטעטל איז איינע פין די זאכען וואס ער האט געוואלט געווען אז אפילו א ארימן זאל קענען האבען א דירה, א אייגענע דאך איבערען קאפ, איז למעשה קומען אן דיוועלאפערס קויפען אפ די לאטס האלטען די פרייזען הויעך, איינער דעקט פאר'ן צווייטען, אין זיי ווייסען אז אידען האבען סייווי נישט ציפיהל ברירות, צים סוף וועט מען מיזען קויפען,

למעשה למשל איז אזא פלאץ ווי קרית יואל וואלט געדארפט זיין אזא זאך ווי פרייזען קאנטראל, אז א הויז טאר נישט קאסטען מער ווי א געוויסע סכום אויף א סקווער פיס, למעשה קענען חסידישע אידען נישט גיין וואוינען ווי ס'ביליג מ'איז אנגעוויזען אויף די מוסדות אין אנדערע קהילה'שע איינריכטונגען, ממילא מיז מען ברעגען עפארדעבל דירות צי זיי, מען וואלט נישט געטארט לאזען אז א פאר געלט גייציגע אינוועסטארס זאלען זיך קענען אנפילען די טאשען אויף די חשבון פין ארימע אידען וואס זיכען פשוט א דאך איבערן קאפ, אז א קהילה בויעט א שטעטל וואטען זיי געדארפט אויסאיבען א קאנטראל אויף די אינוועסטארס אז זיי מיזען זיך צישטעלען צי פרייזען קאנטראל טאמער זיי ווילען דא אינוועסטירען, ס'וועט גארנישט געשען אז ס'וועט זיין ביליגער, אינוועסטארס וועלען נאך אלץ פארדינען, אבער ס'וועט זיין הייזער פאר אידען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ס'איז דא א ריזיגע אפארטמענט בנין אויף 48 קארנער 16עוו. די מעשה פון דעם אשכול שטימט אין איז זייער צוגעפאסט צו דער היסטוריה פון יענער בנין וואס איז דער אייגענטום פון א שיינע בנש"ק.
די לעצטע צעהן יאר אדער מער דינגט ער נישט ארויס פאר קיין שום איד, נאר בלויז גוים גמורים מעקסיקאנער וכיוצ"ב, דיין גויעשע דעליווערי בוי האט א ברירה צו צאלן רענט פאר יענעם בנש"ק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

דיסקלעימיר: איך נעם נישט קיין שטעלינג אין די מעשה

איך האב יעצט געהערט אז ער האט נישט געצאלט 2 יאר די רענט , רענט פאר א חודש איז =$3,000
פארשפארט