עס האט שוין געפלאצט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

עס האט שוין געפלאצט

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

האט איהר שוין אמאל געהערט פונעם באקאנטן אויסדרוק דאס גלעזל האט זיך שוין איבערגעפילט!!! . די מעשה גייט אזוי פאר א שיינע פאר יאר צירוק האבן זיך אהער געצויגן צויי ארץ ישראל׳דיגע אידן שנארערס און אפשר אויך בעלי חובות און אנזעצערס ווי מען רופט עס היינט צוטאגס קיין וויליאמסבורג פונקטליך זייער היסטוריה בין איך נישט אזוי באקאנט און איך וועל עס איבער לאזן פאר אנדערע אבער וואס איך בין יא באקאנט איז אז זיי האבן זיך אריינגעלאזט און מסחר און אנגעהויבן צו דעוועלאפן פרוייקט נאך פרוייקט און מיטאמאל איז עס געווארן אזא גאנצע גדולה צו קויפן ביי זיי און געווארן אזא ברענד נעים . און די חברה האבן אנגעהויבן קויפן רעכטס און לינקס לאטס און ווי נאר זיי האבן עס אפגעקויפט איז געשעהן א איטערעסאנטע זאך אז עס איז געווארן ריזאונט און די חברה האבן אנגעהויבן ארויפשראפן די פרייזן פון די וויליאמסבורגע דירות און פשטות א גרויס חלק פון די הויכע פרייזן איז זיי צו פארדאנקען . . פאר א צווי וואכן צירוק בערך האבן די צוויי חברה גענימען א משפחה מיט קינדער און ארויס געשטעלט פון זייער דירה מיט די מארשעלס איז דאס שוין אמאל געהערט געווארן אזא זאך אז איין יוד זאל ארויס ווארפן א צווייטע יוד פון א דירה פארן נישט צאלן פאר א שטיק צייט און געהערט האב איך גראדע אז דע משפחה האט פונקט א האלבע יאר פארדעים פארלארן סעקשין אכט און נאכמער א וואך שפעטער גייען זיי און כשרן זיך זייער חזיר פיסלעך מיטן מנדב זיין א מקווה און די מאנטעינס ווער ברויכט עס
איז יעצט מיין פראגע מעג מען מסרן אזאכע חברה נישט אז עס איז נישטא מיט וואס איך מיין מען קען זיי אפשטעלן יעדן פרוייקט נישט אומזיסט ארבעט מען דארט זונטאגס .איך ווייס אז עס וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן קומען און זאגן נע דער רעדט פון קנאה דער פארגינט נישט אבער למעשה דאס טוישט נישט די פאקטן

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר