דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

דארף מען טאקע פאלגן רבנים (מן התורה)???

שליחה דורך big joe »

די מקור פון דעם איז און פרשת שופטים ״ובאת.. אשר יבחר ד׳ ... ואל השופט אשר יהי׳ בימים ההם ... לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל״ אין די גמ׳ אין סנהדרין (דף י''ד עמוד ב׳) זאגט אז אשר יבחר מיינט אין די לשכת הגזית אין די ביהמ״ק. די ירושלמי און הוריות פרק א׳ הלכה א׳ ״יכול אם יאמרו לך על ימין שהיא שמאל ועל שמאל שהוא ימין תשמע להם? ת״ל ללכת ימין ושמאל״ שיאמרו לך על ימין שהוא ימין ועל שמאל שהוא שמאל. ר׳ יהודא הלוי אין כוזרי מאמר ג׳ זאגט אז וויבאלד מ׳זעהט אז מ׳זאגט א ברכה אשר קדשנו נאר אויף מצוות וואס די רבנן האבן געמאכט אין ביהמ״ק איז א ראי׳ אז די חיוב גייט נאר אהן ווען די רבנן זיצט אין ביהמ״ק. און אזוי פסק׳נט אויך די רמב״ם און משנה תורה הלכות ממרים הלכה א׳ ״בי״ד הגדול שבירושלים הם עיקרי תורה שבע״פ ... ועליהם הבטיחה תורה שנאמר ... אשר יורך... און אין זיין הקדמה צו משנה תורה שרייבט ער קלאר אז ווען ס׳נישט דא קיינער אין לשכת הגזית (נאכן חורבן) איז נישטא קיין שום חיוב צו פאלגן די גאונים. און די רמב''ן זאגט אין ספר המצוות שורש ראשון אז ס׳גייט נאר אהן בשעת די סנהדרין הגדול זיצט און ביהמ״ק. אין דרשות הר״ן דרוש י״ב ברענגט ער אז הגם לא תסור גייט נאר אהן בזמן הסנהדרין און מיט סמיכה, וואלט געווען א מנהג טוב זיך צו פארלאזן אויף רוב רבנים מיט א אסמכתא פון אחרי רבים להטות. די רשב''א האלט נישט פונעם מנהג טוב און זאגט (מובא בבית יוסף, טור חושן משפט יג) אז עס גייט נאר אהן מיט א בי''ד און נישט יעדער גדול פאר זיך אדער אסאך גדולים צוזאמען אהן קיין בי''ד.


איך וויל נאר צוענדיגן מיט א ווארט פון ר׳ חיים וואלאזון׳ער אין רוח חיים אויפן משנה אין אבות, הוי מתאבק בעפר רגליהם וזל״ק ״אסור לתלמיד לקבל דברי רבו אם יש לו קושיות עליהם״



(אוודאי איז דא וואס האלטן אנדערש ווי למשל די ראב''ד מיטן חינוך אבער לויט רוב ראשונים גייט עס נישט אהן היינט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום big joe, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר