9 טעכנעלאגיעס וועלכע גייען מער נישט עקזעסטירן אין 10 יאר

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

9 טעכנעלאגיעס וועלכע גייען מער נישט עקזעסטירן אין 10 יאר

שליחה דורך יידל »

  • ווייערד היים אינטערנעט
בראודבענד אינטערנעט וועט ביז א צען-צוועלף יאר אויסראטן קעיבל אינטערנעט. אפילו היינט צו טאגס איז די 4G LTE שנעלער אין אפלאוד ספידס און גלייך אויף גלייך אין דאונלאוד ספידס ווי קעיבל אינטערנעט. די איינציגסטע סיבה פארוואס מענטשן ניצן נאך קעיבל אינטערנעט איז ווייל די פרייז פאר ווייערלעס איז פיל מער ווי פאר קעיבל. אבער נאך א שטיק צייט גייען די אינטערנעט פראוויידערס זיך כאפן אז עס איז פיל ביליגער פאר זיי אויפצוהאלטן די היים אנטענעס ווי צו אויפהאלטן די ווייערס און נעטווארק פון פייבער-אפטיק קעבלס אויף יעדע גאס. ווען דאס גייט פאסירן, גייט די פרייז פון ווייערלעס אינטערנעט שטארק פאלען, און קעיבל אינטערנעטווערט ארויף גיין אין פרייז.


  • לענד-ליין טעלעפאנען
אין 2010 האט די צענטער פאר דיזיעס קאנטראל און פרעווענשאן רעפארטעד אז 26 פראצענט פון אמעריקע פארמאגן בלויז ווייערלעס (מאביל) טעלעפאנען. לויט סטאטיסטישע שאצונגען וועט אין יאר 2017 מער נישט זיין מענטשן וועלכע וועלן פארמאגן לענדליין טעלעפאן ליניעס אחוץ אפאר אלטע באבעס און מענטשן וועלכע ליידן אויף נאסטאלגיע. ביזנעסער וועלכע וועלן זיך באפרייען פון דעם שווערן לאסט פון צושטעלן דעסק טעלעפאנען פאר יעדע ארבעטער און וועלן אנשטאט געבן סעלפאונס אדער זיך באנוצען מיט וואיפ (VOiP - שטימע איבער די אינטערנעט).


  • קאמערעס און קעמקארדערס
מאשינען וועלכע זענען מיוחד צו כאפן בילדער און ווידעאס זענען אויפן וועג צו ווערן פארניכטעט. פארגעשריטענע קאמערעס וועלכע קומען מיט אלע סמארטפאונס, וועלן גענצליך איבערנומען די אמאטורישע מארקעט. אנדערש ווי א קאמערא וועלכער מען נעמט נאר מיט ווען מ'פלאנט פון פאראויס צו כאפן בילדער, דינען סמארטאונס אלס א גרינגער און באקוועמער ערזאץ צו כאפן בילדער אומפאראויסגעפלאנט. מיט כל מיני עפפס וועלכע קענען אויסארבעטען בילדער וויאזוי מ'וויל, און דאס זיין באהאפטען צו די אינטערנעט מיט וועלכע מען קען סטארעדזשען דעם בילד אינעם "קלאוד" אן דארפן טוישן "עס די" קארטל, וועט גורם זיין אז ביז אפאר יאר וועט א נישט-פראפעסיאנאלער קאמערע (אונטער 700 דאללער) מער נישט זיין צו באקומען.


  • די קאמפיוטער מויזל
די קאמפיוטער מויזל ווערט איבערגענומען דורך די פארגעשריטענע טאטש טעכנעלאגיע. יעצט מיט די נייע מאשען קאנטראל טעכנאלאגיע (אויך גערופן "אויגמענטעד ריאליטעט" דוכט זיך), וועט די מויזל ווערן גענצליך איבעריג. וואס דארפן מער ווי אנווייזן אז די נייע ווינדאוס - ווינדאוס אכט איז בעיקר אויסגעשטעלט פאר טאטש און די אפציעס פאר א מויזל איז נאר בדיעבד.


  • רימאוט קאנטראלס
פונקט ווי דער מויזל און די קאמערע, וועט רימאוט קאנטראלס אויך איבערגענומען ווערן דורך מאשען קאנטראל טעכנעלאגיע און סמארטפאון עפפס.


  • קאמפיוטערס (PC)
פערסאנעל קאמפיוטערס ווערן איבערגענומען אינגרויסן דורך טאבלעט קאמפיוטערס. יא, עס רעגט מיך אויך אויף, אבער דאס איז די מציאות. און אויב עפעס פאזעטיוו געשעט נישט מיט דעם פּיסי אינעם נאענטן צוקונפט, וועט ער שטארבן אין געציילטע יאר, מאכענדיג פלאץ פארן טאבלעט. (וואס דארף מען מער ווי דעם אז די מערסטע פאפולערע אפארעיטינג סיסטעים, ווינדאוס, האט דיזיינט איר נייע ווערסיע בעיקר פאר טאבלעטס?)


  • פאקס מאשינען
די איינציגסטע סיבה פארוואס די פאקס מאשין לעבט נאך איז ווייל עס זענען דא פירמעס און בענק וועלכע פארלאנגען דוקא האנט-געשריבענע אונטערשריפטן. דאס גייט אבער זיך טוישן בקרוב צוליב דריי סיבות. איינס, טאטש טאבלעטן געבן שוין די מעגליכקייט אונטערצושרייבן מיט די האנט אויף א דיגיטאלען פארמאט. צוויי, מאשען קאנטראל טעכנעלאגיע. דריי, עלעקטראנישע אונטעשריפטן.


  • דיסקס
דיסקס שטארבן א שטייטען שטילן טויט צוליב די שטארקע אינפלוענס פון מוזיק ריזן ווי אייטונס און אמאזאן עם פי טרי. און אפאר יאר וועט ובלכתך בדרך מער נישט פארקויפן קיין סידיס, נאר עם פי טרי פיילס. וויאזוי זיי וועלן עס טון? אפשר אנליין, אדער אפשר מיט אזא דאונלאוד סטעשאן אזוי ווי קול הלשון טוט. די נקודה איז אז דיסקס וועט זיך זיי נישט לוינען ווייל קיין סידי פלעיערס וועט מער נישט זיין, און קאמפיוטערס גייען אויפהערען צולייגן דעם דיווידי/סידי טרעי. די סיבה פארוואס עס ווערט נאך צוגעלייגט צו קאמפיוטערס איז פשוט ווייל ביז היינט זענען נאך אלע מואוויס ארויסגעקומען אין דיווידי פארמאט און מענטשן פארמאגן א פארמעגן מיט דיווידיס וועלכע וועלן ווערן אומנוצבאר אויב די קאמפיוטער קען עס נישט נעמען.


  • פאון נאמבערס
וועט ווערן איבערגענומען דורך יוזער נעימס. מיט די פארשריט פון סקייפ, גוגל וואויס, פעיסבוק ווידעא טשעט וכדו', גייען מענטשן מער נוצן זייער יוזערנעים אדער אימעיל אדרעס ווי זייער פאון נומער. צוביסלעך וועט VOiP גענצליך איבערנעמען די אלטע סיסטעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יידל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט און געטריבן דעם מח מיט א שנעלן אימפעט אויף פאראויס.

איין באשעפער ווייסט וויאזוי אונזערע קינדער גייען אויסזען מיט די אלע טעכנאלאגישע פארשריט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אלבערט האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט און געטריבן דעם מח מיט א שנעלן אימפעט אויף פאראויס.

איין באשעפער ווייסט וויאזוי אונזערע קינדער גייען אויסזען מיט די אלע טעכנאלאגישע פארשריט.

אוואו איז דיין לייק? :ציין:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

איך פארשטיי אז א לייק גיבט מען ווען מען איז זיך נישט מטריח יענעם צו באדאנקן אין א תגובה פארמאט. אבער אז דו פארלאנגסט וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אלבערט האט געשריבן:איך פארשטיי אז א לייק גיבט מען ווען מען איז זיך נישט מטריח יענעם צו באדאנקן אין א תגובה פארמאט. אבער אז דו פארלאנגסט וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן.

דאנקע שיינע. לעולם ביסטו גערעכט. אבער סוף כל סוף, א לייק בלייבט פארצייכנט פאר יעדעם צו זיין, בעת א תגובה בלייבט פארשטיפט אינעם אשכול...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך גדעון »

יידל, דו לאז דיך נישט! שלעפ ארויס פון די גאליציאנער לייקס וויפיל ס'גייט נאר.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

גדעון האט געשריבן:יידל, דו לאז דיך נישט! שלעפ ארויס פון די גאליציאנער לייקס וויפיל ס'גייט נאר.

:lol:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

יידל האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:יידל, דו לאז דיך נישט! שלעפ ארויס פון די גאליציאנער לייקס וויפיל ס'גייט נאר.

:lol:

יידל ווי איז דיין לייק פאר גדעון? ;)
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אלבערט האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט און געטריבן דעם מח מיט א שנעלן אימפעט אויף פאראויס.

איין באשעפער ווייסט וויאזוי אונזערע קינדער גייען אויסזען מיט די אלע טעכנאלאגישע פארשריט.

וואטס דע ביג דיעל? מ'מאכט א כינוס כלל ישראל, אין ס'איז ערלעדיגט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל, זייער א שיינע ליקוט, און א שקויעך פארן אנהייבן די אינטערעסאנטע טאפיק, אבער אויב מעג איך, וויל איך זיין מחולק מיט דיר אין אפאר זאכן.
אפילו אז ביי טעכנעלאגישע פרעדיקשאנס האבען שוין גרעסערע און קלוגערע פון אונז זיך גוט טועה געווען, ווי למשל פאר 10 יאר צוריק האבען אסאך עקספערטען געגלייבט אז און צען יאר פון דעמאלס (היינט) וועט שוין פליעדיגע קאר'ס זיין אין ברייט באנוץ, נא וואו זענען זיי? פון די אנדערע זייט איז דא א מימרא וואס מ'זאגט נאך פון ביל געיטס:
" "640K ought to be enough for anybody." - Bill Gates, 1981" צי ער האט דאס טאקע געזאגט צי נישט איז א קאנטערווערסיע אבער דאס איז זעכער אז אין יענע צייטען איז דאס געווען די פאפולערע בעליף, IBM האט דעמאלס געבויעט קאמפיוטערס וואס 640K איז געווען די מאקסימום מעמארי וואס זיי האבן געקענט פארנעמען.
אין די צייטען ווען מייקראסאפט האט אנגעהויבן פלאנען די נעקסטע סטעפ נאך 8 bit אפערעיטינג סיסטעם האט ער געזאגט
"we will never make a 32-bit operating system"
און אונז האלטן שוין היינט ביי 64 bit.

אבער פרעדיקשענס מעג דאך יעדער מאכן, סא הו איז גאוינג טו סטאפ מי?


ווייערד היים אינטערנעט
ווי שנעל ווייערלעס ספיד וואקסט, וואקסט ווייערד ספיד נאך מער, די וואס ווילען האבן 100 מעג ארויף און אראפ אויף א דעדיקעיטעד ליין קענען דאס נאר האבן מיט פייאס, ממילה האלט איך, אז עט ליעסט ביזנעסער גייען נאך אנהאלטען צום שטריק פאר דעם זעהבארען צוקונפט.

לענד-ליין טעלעפאנען
די שאלה איז אויב מיין קארדלעס פאון אינדערהיים וואס ארבעט אויף וואיפ (VOIP) הייסט א לאנדס-ליניע.

קאמערעס און קעמקארדערס
וואס הייסט היינט א ביליגע פאינט ענד שוט וואלט פאר 15 יאר צוריק געהייסען א פראפעשאנאל קאמערא, און וואלט געקאסט אין די טויזענטערס, סאו אין 10 יאר ארום וועט די 40 מעגאפיקסעל 24x zoom, HDR, וכו' וכו' וואס ראנט ענדרויד און האט א 4G קאנעקשאן קאסטען $400, און דאס וועט געמאלס זיין די קאנסומער סלעש עמעטשור לעוועל קעמרע, וואס דאס גייט נישט קומען מיט יעדע פאון.

די קאמפיוטער מויזל
קאמפיוטערס (PC)
אין דעם האלט איך אז דו קענסט נישט זיין מער רחוק מן האמת, די דעסקטאפ איז נאט גאוינג עניווער! ספעשעלי אין די קארפרעט ענווייערמענט, אוודאי, צו טשעקען אי-מיילס, לייענען נייעס, ביכער, סאושעל נעטווארקינג, קלעס ראם ענוויערמענט, סעילס לייט, מענטשען וואס ארבעטען אויפן פיעלד, גייען נוצן טאבלעטן, אבער קיין איין גראפיקער, נאמבער קראנטשער, געימער, העווי אפיס ארבעטער, און עני מענטש וואס נוצט זיין קאנפיוטער פאר מער ווי וועב בראוזינג און בעיסיק אפיס וועט זיך גענצליך פארלאזן אויף א טעבלעאט, זיי גייען ווייטער ניצן דעסקטאפס.
(וואס דארף מען מער ווי דעם אז די מערסטע פאפולערע אפארעיטינג סיסטעים, ווינדאוס, האט דיזיינט איר נייע ווערסיע בעיקר פאר טאבלעטס?)

אי משום הא, די ווינדאוס ARM ווערסיע גייט נישט קענען ראנען דעסקטאפ אפליקאציעס.

פאקס מאשינען
דאס גייט געשען ווען די גאווערמענט דיסייד אריינצוקומען אין די איין און צוואנגסטיגסטען יאר הונדערט.

דיסקס
ווערען איבערגענומען מיט בלו-רעי דיסקס, אבער מ'האלט שוין באלד ביי דעם שטאפל ווי פלעש מעמארי איז באלד אזוי ביליג ווי אפטיקעל מעמארי, ווי נאר דאס געשעט וועט אפטיקעל מידיע זיין היסטארי.

פאון נאמבערס
דאס איז אזוי ווי וואלסט מיר געזאגט אז ס'גייט מער נישט זיין קיין IP אדרעסען ווייל מ'גייט נוצען DNS אדרעסען, אוודאי גייט נאך זיין טעלעפאון נאמבערס, מ'גייט זיי כנעט נישט ניצען ווייל זיי גייען זיין אסאוסיעטעד מיט דיין פרופיל, פונקט ווי דיין אדרעס בוך אויף דיין סעלערי פאון.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יאנקל האט געשריבן:הערליך יידל.
א פראגע: איך האב יעצט געקוקט דעם מאשען קאנטראל ווידעא צו וועלכער דו האסט געלינקט. איז די טעכנאלאגיע שוין דא, אדער איז דער עקזיסטענץ פון דער טעכנאלאגיע נאר א פרעדיקשען?
א הערה: "ובלכתך בדרך" פארקויפט שוין יעצט עם-פי-3 פיילס דורך קיאסקן. זיי לאקאלן אין פארשידענע אידישע געגנטער.
א שפעקולאציע: האסטו דאס אפשר גענומען פון אן ארטיקל וואס רעכנט אויס צען זאכן? וואס איז די צענטע זאך וואס דו האסט אויסגעלאזט...?

ששששש..... עקשעלי 15... 6 האבן נישט אריין געפיט.

לגבי ליעפ מאושען, זע דא
Leap brings you this next-gen UX for a mere $69.99, and a select few can pre-order them now, with the full roll-out coming this winter.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

געפילטע פיש האט געשריבן:יידל, זייער א שיינע ליקוט, און א שקויעך פארן אנהייבן די אינטערעסאנטע טאפיק, אבער אויב מעג איך, וויל איך זיין מחולק מיט דיר אין אפאר זאכן.
אפילו אז ביי טעכנעלאגישע פרעדיקשאנס האבען שוין גרעסערע און קלוגערע פון אונז זיך גוט טועה געווען, ווי למשל פאר 10 יאר צוריק האבען אסאך עקספערטען געגלייבט אז און צען יאר פון דעמאלס (היינט) וועט שוין פליעדיגע קאר'ס זיין אין ברייט באנוץ, נא וואו זענען זיי? פון די אנדערע זייט איז דא א מימרא וואס מ'זאגט נאך פון ביל געיטס:
" "640K ought to be enough for anybody." - Bill Gates, 1981" צי ער האט דאס טאקע געזאגט צי נישט איז א קאנטערווערסיע אבער דאס איז זעכער אז אין יענע צייטען איז דאס געווען די פאפולערע בעליף, IBM האט דעמאלס געבויעט קאמפיוטערס וואס 640K איז געווען די מאקסימום מעמארי וואס זיי האבן געקענט פארנעמען.
אין די צייטען ווען מייקראסאפט האט אנגעהויבן פלאנען די נעקסטע סטעפ נאך 8 bit אפערעיטינג סיסטעם האט ער געזאגט
"we will never make a 32-bit operating system"
און אונז האלטן שוין היינט ביי 64 bit.

אבער פרעדיקשענס מעג דאך יעדער מאכן, סא הו איז גאוינג טו סטאפ מי?

ס'איז נישט דומה. איך פרעדיקט נישט דא זאכן וועלכע גייען ערפינדען ווערן, א שטייגער ווי פליענדע קארס, אזוי אויך פרעדיקט איך נישט וואס די קומענדיגע דורות גייען ווילן האבן, א שטייגער ווי 64 ביט או.עס. איך (דער שרייבער פונעם ארטיקל אייגענטליך...) פרעדיקט וויאזוי זאכן וועלכע זענען שוין אין באנוץ וועלן איבערנעמען אנדערע זאכן וועלכע זענען אין באנוץ, און דאס איז א פרעדיקשאן וועלכע איז באזירט אויף וויאזוי היינטצייטיגע מענטשן נוצן די טעכנעלאגיעס.

געפילטע פיש האט געשריבן:ווייערד היים אינטערנעט
ווי שנעל ווייערלעס ספיד וואקסט, וואקסט ווייערד ספיד נאך מער, די וואס ווילען האבן 100 מעג ארויף און אראפ אויף א דעדיקעיטעד ליין קענען דאס נאר האבן מיט פייאס, ממילה האלט איך, אז עט ליעסט ביזנעסער גייען נאך אנהאלטען צום שטריק פאר דעם זעהבארען צוקונפט.

די רגע וואס א ריזיגע רוב האט נאר ווייערלעס, וועט זיך מער נישט לוינען אויפצוהאלטן די גאנצע קעיבל סיסטעם.
געפילטע פיש האט געשריבן:לענד-ליין טעלעפאנען
די שאלה איז אויב מיין קארדלעס פאון אינדערהיים וואס ארבעט אויף וואיפ (VOIP) הייסט א לאנדס-ליניע.

ניין. לענד ליין מיין איך וואס איז פארבינדען צו די ווייערד סיסטעם.
געפילטע פיש האט געשריבן:די קאמפיוטער מויזל
קאמפיוטערס (PC)
אין דעם האלט איך אז דו קענסט נישט זיין מער רחוק מן האמת, די דעסקטאפ איז נאט גאוינג עניווער! ספעשעלי אין די קארפרעט ענווייערמענט, אוודאי, צו טשעקען אי-מיילס, לייענען נייעס, ביכער, סאושעל נעטווארקינג, קלעס ראם ענוויערמענט, סעילס לייט, מענטשען וואס ארבעטען אויפן פיעלד, גייען נוצן טאבלעטן, אבער קיין איין גראפיקער, נאמבער קראנטשער, געימער, העווי אפיס ארבעטער, און עני מענטש וואס נוצט זיין קאנפיוטער פאר מער ווי וועב בראוזינג און בעיסיק אפיס וועט זיך גענצליך פארלאזן אויף א טעבלעאט, זיי גייען ווייטער ניצן דעסקטאפס.

ס'ווענד זיך נישט אין די יוזערס, ס'ווענד זיך אין די פראדוצירער. אויב איז דא צו א קליינע מארקעט פאר דעסקטאפ, וועט קיינער זיך נישט ווילן אריינלייגן דערין (פונקט ווי קיינער האט זיך נישט געוואלט אריינלייגען אין טאבלעטס ווילאנג נחשון בן עמינדב דמתקריא סטיוו דזשאבס איז נישט אריינגעשפרינגען דערין).
געפילטע פיש האט געשריבן:פאקס מאשינען
דאס גייט געשען ווען די גאווערמענט דיסייד אריינצוקומען אין די איין און צוואנגסטיגסטען יאר הונדערט.

און דאס גייט געשען ווען די היינטיגע דור וועט וערן "די גאווערמענט". באראק אבאמא איז דער איינציגסטער אין קעפיטעל היל וועלכער האט א בלעק בערי. קענסטו דאס זיך פארשטעלן אין צען יאר ארום?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאנקל האט געשריבן:הערליך יידל.
א פראגע: איך האב יעצט געקוקט דעם מאשען קאנטראל ווידעא צו וועלכער דו האסט געלינקט. איז די טעכנאלאגיע שוין דא, אדער איז דער עקזיסטענץ פון דער טעכנאלאגיע נאר א פרעדיקשען?
א הערה: "ובלכתך בדרך" פארקויפט שוין יעצט עם-פי-3 פיילס דורך קיאסקן. זיי לאקאלן אין פארשידענע אידישע געגנטער.
א שפעקולאציע: האסטו דאס אפשר גענומען פון אן ארטיקל וואס רעכנט אויס צען זאכן? וואס איז די צענטע זאך וואס דו האסט אויסגעלאזט...?

ליעפ מאושען קומט ארויס מיט זייער דעווייס אין די קומענדיגע ווינטער, ווי צוגעצייכנט דורך געפילטע. דיין שפעקולאציע איז, ווי געפילטע האט געצייגט, היבש ריכטיג...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:ס'איז נישט דומה. איך פרעדיקט נישט דא זאכן וועלכע גייען ערפינדען ווערן, א שטייגער ווי פליענדע קארס, אזוי אויך פרעדיקט איך נישט וואס די קומענדיגע דורות גייען ווילן האבן, א שטייגער ווי 64 ביט או.עס. איך (דער שרייבער פונעם ארטיקל אייגענטליך...) פרעדיקט וויאזוי זאכן וועלכע זענען שוין אין באנוץ וועלן איבערנעמען אנדערע זאכן וועלכע זענען אין באנוץ, און דאס איז א פרעדיקשאן וועלכע איז באזירט אויף וויאזוי היינטצייטיגע מענטשן נוצן די טעכנעלאגיעס.

ונזכה ונחיה ונראה...
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

יידל האט געשריבן:באראק אבאמא איז דער איינציגסטער אין קעפיטעל היל וועלכער האט א בלעק בערי. קענסטו דאס זיך פארשטעלן אין צען יאר ארום?


איך מיין דו מאכסט א טעות. היינט האט יעדער קאנגרעסמאן א סמארטפואן, פעיסבוק, און טוויטער. אט איז א טוויט געטוויטעט פון אן איי פואן פונעם הואס פלאר.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום John Doe, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליכע ארטיקעל יודל
איין זאך. וויאזוי איז מעגלעך פטור צו ווערען פון דעסקטאפ׳ס. מען קען דאך נישט נארמאל טייפען אויף טעבלעט׳ס וכו׳ וכו׳  
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וואו גייען אלע 600 אידן פון בי ענד עיטש ארבעטן אין 10 יאר ארום ?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

כ'מיין אז אין יעדע אידישע שטוב איז נאך דא איין טעלעפאון מיט א ווייער? ניין?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין יידל.

איך האב שוין געלייענט ענליכס אויפן געוועב, און מערערע מענטשן (וגם אני בתוכם) טוען נישט מיטשטימען צו אלעם וואס דו האסט געשריבן.

צב"ש דעסקטאפ קאמפיוטערס איז דערווייל נישט רעפלעיסעבל, כאטש ס'איז דא טעבלעטס און סמארט-פאונס, איז עס נישט קיין פארגלייך, און אודאי נישט קיין ערזאץ (וכדברי ראשעקאל הנ"ל). און ממילא וועט די מייזל אויך מסתמא בלייבן, א חוץ אויב אלע דעסקטאפ סקרינ'ס זאלן זיך טוישן צו טאטש, וואס איך גלייב שווער עס זאל געשעהן, עס איז נישט פאראן קיין פארלאנג דערפאר און מענטשן זענען העכסט צופרידן מיטן מויזל.

קעמרעס אויף רוב סמארטפאונס סאקט אוועק. כ'מיין, זיי זענען בעסער ווי די פון 5 יאר צוריק, אבער זיי האבן נישט רוב פון די אפציעס פון די היינטיגע קאמערערס, און בעיקר - נישטא קיין זאאם! אפילו די אייפאון וואס האט שוין א פארגעשריטענער קעמערע, האט נישט קיין זאאם, קען נישט קאמפיטן מיט די אויסוואל פון סעטינגס וועלכע זענען פאראן אין די געהעריגע קעמרעס. און דאס זעלבע מיט קעמקארדערס. די קוואליטעט היינט אין סעלפאונס זענען גראדע נישט שלעכט, מיט HD רעקארדירונג, אבער ווען מען דארף ZOOM, דאן זיי מיר געזונט.

מיט דיסקס ביסטו גערעכט, און איינע פון די "מבינים" האלטן אז אפילו פלעש מעמארי אדער USB פלעש /טהאמבס דרייווס וועלן אויף פארשוואונדן ווערן פון די ארענע, זינט אנליין סטארעדזש וועט זיין די סאלושען - א שיטה וואס א גרויסער עולם קריגט דערויף.

לגבי פאון נאמבערס ווייסעך נישט, סאו קען איך נישט אריינרעדן דערין, אבער סאם-האו מאכט עס נישט קיין סענס.

אבער ייש"כ עניוועי, און הצלחה! זיי ממשיך!

--
זר זהב - די וועלט וועט נישט שלאפן - אנשטאט קעמערעס וועלן זיין אנדערע דעווייסעס. גענוי ווי די באלעגאלעס אינדערהיים האבן מורא געהאט פאר זייער פרנסה ווען דער קאר און באן זענען ערשינען, און דערנאך האבן זיי זיך איבערצייגט אז זיי קענען ווערן רוסישע דרייווער און קומען "כריידעוועי", אזוי דארפן מיר נישט מורא האבן וועגן B&H מיט זייערע קעמערעס... די וועלט טוישט זיך כסדר, און מען טוישט די ארבייט אקארדינגלי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איר דארפט אין אכט נעמען אז טעכנעלאגיעס ווערן נישט געמאכט לויט די פארלאנג פון מענטשן נאר די קאמפאניס וועלכע פראדוצירן זיי קוקן אויף די מארקעט און באשליסן אין וועלכע מארקעט עס לוינט זיך זיי צו אינוועסטירן די מערסטע. סאום-האו האט זיך עפל אינגאצן אריינגעלייגט אין טאבלעטן, עד כדי כך אז דער ריזיגער מייקראסאפט האט אויך געמוזט טוישן זייער סטראטעגיע און אנהייבן צילעווען טאבלעטן. דאס אז מייקראסאפט האט געמאכט אזא מאוו, צייגט אז זיי האבן אויך מורא אז טאטש טאבלעטן איז די צוקונפט און נישט דעסקטאפס.

די זעלבע איז מיט קאמערעס. אויב ס'רוב מענטשן וועלן נישט קויפן קאמערעס ווייל זיי וועלן האבן מעכטיגע קאמערעס אויף זייער מאביל דעווייסעס - אפילו אן זאאם- וועט ביליגע קאמערעס זיין א פארגאנגענהייט פשוט ווייל קענאן וועט נישט זיין וויליג צו אינוועסטירן אין א מארקעט וואס ברענגט נישט קיין רווחים. די נקודה איז אז עס ווענדט זיך נישט אזוי ווייט אין די אדער יענע פיטשור וואס די אדער יענע דעווייס האט יא אדער נישט, עס ווענדט זיך בעיקר אין די אוועראלל מארקעט און אין די קאמפעניס וועלכע וועלן זוכן צו אינוועסטירן אין די געלט-מאכענדע מארקעט. איך געדענק נאך ווען דיגיטאלע קאמערעס זענען ארויסגעקומען, און מענטשן האבן גע'טענה'ט אז די פילם אינדוסטרי (איר געדענקט נאך קאָדעק?) וועט קיינמאל נישט אינטערגיין, פשוט ווייל די קוואליטעט פון בילדער דעוועלאפד פון פילם איז פיל בעסער. למעשה אבער איז די מארקעט אריבער צו דיגיטאל, און די פילם אינדוסטרי איז אפגעשטארבן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

יידל האט געשריבן:איר דארפט אין אכט נעמען אז טעכנעלאגיעס ווערן נישט געמאכט לויט די פארלאנג פון מענטשן נאר די קאמפאניס וועלכע פראדוצירן זיי קוקן אויף די מארקעט און באשליסן אין וועלכע מארקעט עס לוינט זיך זיי צו אינוועסטירן די מערסטע. סאום-האו האט זיך עפל אינגאצן אריינגעלייגט אין טאבלעטן, עד כדי כך אז דער ריזיגער מייקראסאפט האט אויך געמוזט טוישן זייער סטראטעגיע און אנהייבן צילעווען טאבלעטן. דאס אז מייקראסאפט האט געמאכט אזא מאוו, צייגט אז זיי האבן אויך מורא אז טאטש טאבלעטן איז די צוקונפט און נישט דעסקטאפס.

די זעלבע איז מיט קאמערעס. אויב ס'רוב מענטשן וועלן נישט קויפן קאמערעס ווייל זיי וועלן האבן מעכטיגע קאמערעס אויף זייער מאביל דעווייסעס - אפילו אן זאאם- וועט ביליגע קאמערעס זיין א פארגאנגענהייט פשוט ווייל קענאן וועט נישט זיין וויליג צו אינוועסטירן אין א מארקעט וואס ברענגט נישט קיין רווחים. די נקודה איז אז עס ווענדט זיך נישט אזוי ווייט אין די אדער יענע פיטשור וואס די אדער יענע דעווייס האט יא אדער נישט, עס ווענדט זיך בעיקר אין די אוועראלל מארקעט און אין די קאמפעניס וועלכע וועלן זוכן צו אינוועסטירן אין די געלט-מאכענדע מארקעט. איך געדענק נאך ווען דיגיטאלע קאמערעס זענען ארויסגעקומען, און מענטשן האבן גע'טענה'ט אז די פילם אינדוסטרי (איר געדענקט נאך קאָדעק?) וועט קיינמאל נישט אינטערגיין, פשוט ווייל די קוואליטעט פון בילדער דעוועלאפד פון פילם איז פיל בעסער. למעשה אבער איז די מארקעט אריבער צו דיגיטאל, און די פילם אינדוסטרי איז אפגעשטארבן.

On the other hand..
"Despite the onslaught of camera phones — the iPhone 4 has this year become the most popular device for posting snaps to the photo-sharing website Flickr — cameras are still being sold. Japan, the world's largest manufacturer, shipped nearly three times as many cameras in January as it did in the same month of 2003, when the camera phone was still in its infancy."
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מ'רעדט פין וואס גייט זיין אין צעהן יאר. דאס איז א ווידיא וואס דארף פארצושטעלען ווי אזוי די וועלט גייט אויסזעהן אין אכט יאר ארום אין יאר 2020
http://www.youtube.com/watch?v=OptqxagZDfM
זייער אינטערסאנט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשפארט