נהורא נפישא האט געשריבן:אבער תירוצים אין א זייט סהעלפט נישט ארויס צו אינזער רעפוטאציע,
שיין אז די זארגסט זיך פאר כלל ישראל, thanks and it's very much appreciate, אבער כלל ישראל איז פיין איר רעפוטאציע איז אקעי, שלאף רואיג.
בדחן האט געשריבן:יואב האט געשריבן:מ'מישט דא אויס צוויי זאכן. איך ווייס נישט ווער ס'ארגומענטירט אז מיר שלאגן זיך אויף די גאסן. מ'לייקנט נישט אונזער חסד, אונזער גרייטקייט צו העלפן, ס'קומט נישט פאר (קיין סאך) רציחות בינינו, אונז זעמיר היבש מסודר אין דעם הינזיכט. וואס מ'רעדט דא איז "מענערס". אראפווארפן שמוץ אויף דער ערד, רוקן מענטשן, זיך נישט באדאנקן, און נאך פילע חזיר'ישע, דארפישע, מאדנע, אומאיידל, אוממענטשליכע התנהגות'ער. דער אשכול איז לחלוטין נישט קיין האספולער געוועזן, ממש בלויז א רוף צו תיקון המעשים. איך ווייס נישט פארוואס ס'שווער צו פארשטיין, און מיט וואס חברה דא טוהן דיסעגריען. ווער רעדט פון רציחה אא"וו.
איך ווייס נישט לעבן וועם די דרייסט זיך און ווער דיינע חברים זענענן, אבער הייב דיר אן דרייען ארום די אנטשטענדיגע חסידישע בעה"ב וואס זיי זענענן די רוב, וועסטע זען אז כלל ישראל איז נישט אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ,
די גרויסע מערהייט איז גאר ווייט פון דאס וואס די שרייבסט, און מיט אפאר יוצא דופן'ס קען מען נישט אפסטעמפלען א גאנצע סעקטע,
לערן דיר אויס א פרק פון דיינע אייגענע תגובות ווי אזוי די פייט'ס מיט ציין און נעגיל אז מען זאל נישט באשמיצען די גאנצע שווארצע געמיינדע מכוח א ריזיגע פערצענט פארפוילטע עפל, זאלען דיינע אידישע ברידער נאך האבן אזא רעכט ווי די שווארצע פאר וועים די פייט'ס, און לעביל נישט אפ די גאנצע סעקטע אידן צום שלעכטן צוליב א קליינע פערצענט.יואב האט געשריבן:*און פאר איך פארגעס. "ראסיזם" וואס איז ליידער שטארק ביינונז מעג אויך האבן א תיקון. ס'קומט נישט פון קלוגשאפט, און נישט פון מענטשליכקייט.
גערעכט, נכלל און זיך נישט פיינט צו האבן דעם חסידישען איד מיטען צוקניישטען רעקיל, {נישט ח"ו אז די האסט זיי פיינט, איך שרייב נאר נאך א נקודה}
איש עברי האט געשריבן:דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]
מ גפני האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]
פארוואס זאגסטו אזוי? מיר האבן אלץ קינד געכאפט ציפעס פון אונטן פון אידן פון דעם עלטערן דור, די וואס ווערן יעצט אלט וועלן עס קיינמאל נישט טוהן