ירידה לצורך עליה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

ירידה לצורך עליה

שליחה דורך שליח »

ארום דער בוים וועלקט דער אוונט,
אויף אים צאפלען אומרואיגע צווייגן,
שטילקייטן וואלקענען דעם יקום,
וויגן אים איין און פארשווייגן.
מיינע אלע רייד זענען פארפינסטערט,
אלע מיינע גרונדן בייגן.
מיינע אלע הרהורים זענען פארטעמפט,
נישטא וואו זיך אהינצולייגן.
ס'איז מיין שעה פון טיפע נפילה,
פון פאלן און נישט פון שטייגן.
כ'וויל עפעס זאגן, ס'האט נישט קיין האפט,
כ'וויל בעטן, מיין תפילה איז פארשטומט,
כ'וויל פון זיך אנטלויפן, מיין וועג איז פארקרומט,
איין האנט צושטערט וואס די אנדערע שאפט.
ס'הויערט דער חושך אויפן ארום,
א שלאקס-רעגן בא'מבול'ט די צווייגן.
העלף מיר, גאט, אין די שעה פון נפילה,
אין מיין שעה פון פאלן און נישט פון שטייגן.

אין די שעה פון מיין ירידה,
זיפצן מיינע איברים מידע.
ווי א וואגן אהן א בעל-עגלה,
מיין גוף נעמט איבער די ממשלה.

וואס מער כ'דערהויב זיך צו דיר,
וואס מער כ'פארגלויב זיך אין דיר,
וואס מער איך דערלאנג זיך צו דיר אהער,
אלץ לענגער ווערט דער וועג און שווער.
וואס מער איך באהערש מיין קערפער,
וואס מער איך באצווינג מיינע גלידער,
אלץ ווייטער ווער איך פון מיינע ברידער.

און אט, א קול זאגט:
כ'האב דעם משחית פאריאגט,
זע ווי דאס חשכות טאגט,
בארואיג דער ברום פון דיין לייב,
כאפ דעם צעבראכענעם וואגן און טרייב.

דער מארגן שוועבט ווי א שטילע טויב,
א נאנטע האנט דערהייבט מיר פון שטויב,
און ווערט דערנאך דערווייטערט.
מיין הימל ווערט אויסגעלייטערט.
ס'קומען שטילקייטן מיר אנטקעגן,
פון אלע זייטן און וועגן.
זיי רעדן צו מיר א שטום גערייד,
ס'פליגלט אין מיר א וואכע פרייד.
מיין גאנצע וועזן פאר'שיכור'ט פון טאג,
איך לויב דיר, פאטער, מיט וואס איך פארמאג.
א גוט מארגן דיר, מיין האר און מיין טאטע,
דאס הארץ קוועלט אין מיר און איך בלי,
א גוט מארגן דיין זון און דעם כזית'דיג וואלקנדל,
אט קריג איך פליגלען און איך פלי.

אבער טאמער ווער איך ביי זיך צו זיכער,
שטופ מיר גלייך ארונטער,
פארנעפל מיר מיין גלאנץ,
ווען איך ווער צו שטאלץ און מונטער.
היט כ'זאל זיך צופיל נישט בלאזן,
און ווערן אן הייליגער אינדיג.
טאמער זעסטו איך ווער א קדוש,
מאך מיך פילן אביסל זינדיג.
מאך מיר פאר א איד פון אגאנץ יאר,
און כ'וועל אוודאי זיין צופרידן.
ווייל ס'איז דאך נישטא קיין העכערס,
פון פשוטע וואוילע אידן.

גרוסן צו דיר, האר אויף אלע וועלטן,
כ'גרויס דיין ליבן נאמען און איך בענטש.
אזוי רעדט צו דיר, אויף פשוט אידיש,
א פראסטער, נארישער מענטש.
און שפאנען וועל איך היינט, שפאנען און שפאנען,
ביז ס'וועט זיך הערן א בת-קול פון דיין פענסטער.
פון אלע פראסטע, קליינע מענטשעלעך,
ביסטו דער פראסטסטער און דער קלענסטער.

צו מיין טייערער חבר, מיט וועמען איך לעב בבין השמשות. זאל דאס שוין ווערן דמדומי בוקר.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיין טייערער פריינט, אהובי ומיודעי
שרעק דיך נישט פון דעם טאל פון טויט
אויך ווען דו געפינסט זיך, דארט אונטן
דיין נשמה איז הויך, שטרעבט אין זיין נויט

פארוואס ביסטו נישט דארטן,
רואיג, אינגאנצן אליין?
פארוואס רייסט און מאנט עס,
פון דיר דיין זעהל?

נישט אנדערש נאר זיכער
עס איז בלויז א מחיצה וואס עס שאפט
א פארבייגייענדע נעפל
וואס דעקט צו דיין גלוסטיגע ליבשאפט

נעם דיר דיין שטערבליכע תשוקה,
דיינע אומערפילטע וואונטשן
ווען די זון גייט אונטער,
פאר דיינע אויגן עס ווערט ווינטער

דער אומגעהויערער צער
ביז דעם פרי מארגן
איז די גרעסטע חיזוק פאר דיר
אויף די כוח וואס ליגט פארבארגן

*

ווי גאלדענע שטראלן זיי בליען אויף
ווי בלומען אין פרילינג זיי שפראצן מיט לעבן
פול מיט חיות, מונטער און פריש
זיי רופן, זיי ווינקען, קום דערנעבן

פון ערד עס וואקסט נישט,
נאר אויב עס ליגט דארט א קערל
און אודאי נישט אין איין רגע
נאר אויב עס ליגט דארט אן אוצר

אודך ה' כי אנפת בי
דער כח הרע איז בלויז א דמיון
ס'איז א טוב וואס איז באגרעניצט
דער נאכט איז נישט לטמיון

ווען וועט שוין קומען דער טאג
די שטראלן פון די זון וועלן קיינמאל פארטונקלען
דער הימל וועט זיין שטענדיג בלוי
און די אייביגע געטליכקייט וועט נישט זיין באהאלטן

מיט לויב און געזאנג אויף די ליפן
וועלן מיר זיך אויסדרייען צום מלאך השחור
און מיט א זיסער שמייכל דערקלערן
שלחנו כי עלה השחר!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

[tag]יאיר,[/tag]
How does one correlate your lovely, optimistic poem with the depressing slogan you sign off with? Is your slogan meant to be understood like Dylan's "It Ain't me, Babe" -- words expressing the opposite of what you mean
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פידלער האט געשריבן:[tag]יאיר,[/tag]
How does one correlate your lovely, optimistic poem with the depressing slogan you sign off with? Is your slogan meant to be understood like Dylan's "It Ain't me, Babe" -- words expressing the opposite of what you mean

דו זאגסט א ריכטיגע נקודה, און גרויסע לייט האבן דיר שוין מקדים געווען.

דער חתימה איז צושטאנד געקומען טאקע אין אזא טונקעלע מאמענט, ערגעץ צווישן דריי און פיר פארטאגס, נאכ'ן גארנישט אויפטון דעם גאנצן טאג. כ'האב זיך גע'ישוב'ט צו כ'זאל עס לאזן. אבער למעשה האב איך באקומען עפעס א מאדנער קשר דערצו, כ'ווייס נישט פונקטליך פארוואס. אין א געוויסן זין טאקע צוליב דעם פאראדאקס, וואו איך האלט אין איין פארזיכערן יעדן איינעם ווי גוט דער מענטש איז און וואספארא מאראלישע ווירדן זענען דא, בו בזמן וואס ווען עס כאפט מיר אן א יאוש ווערט פלוצלינג אלעס פארשווינדן און עס בלייבט בלויז א טונקעלער, ליידיגער חלל. איך האב ליב פאראדאקסן, ווייל מיר מענטשן זענען געמאכט פון פאראדאקסן, נישט פון גענעס. צווייטנס, האב איך זיך פשוט אויסגעלערנט לחבב את הצרות. דריטנס, דאס איז א געוויסע אפטימיסטישע פארזיכערונג, אז טאמער נאך אלעם וועט גארנישט ווערן פון מיר און פון די וועלט, דאן וועל איך קענען רואיג זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, כ'האב דאך שוין פון פאראויס געוואוסט אז עס איז סייווי נישטא קיין האפענונג, ממילא קען איך זיך ערלויבן צו האפן. שוין, נאך א פאראדאקס.

אגב, כ'האב נאכנישט אנגערירט אפס קצהו פון א טיפה מן הים פון די ביאורים וואס מען דארף זאגן אויף מיין חתימה, וואס ווי מלאכים און שרפים ווייסן זענען אין יעדע מיין ווארט (בפרט אין מיינע שטערנס) באהאלטן סודות נשגבים עין לא ראתה אלהים זולתך. כ'האף נאך איין טאג ארויפצושטעלן א פאוסט דערוועגן.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט