פנימי: שלעשידעס תורה פין האדמו"ר מ'תאמע וואטע הי"ו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

פנימי: שלעשידעס תורה פין האדמו"ר מ'תאמע וואטע הי"ו

שליחה דורך חזקיהו המלך »

אזוי ווי כ'האב געלייגט די האנט אויף א בלעטל פין שאלעשידעס תורה פין דעם גאון וצדיק האדמו"ר מ'טאמע וואטע שליט"א, פין פרשת כי תצא במעמד פין טויזענטער אידען, לייג איך עס דא ארויף כדי צי מזכה זיין דעם עולם,

מורי ורבותי, ס'שוין אלול, מען האלט שוין גאר נאנט צים יום הדין, וואס זאל איך ענק זאגען, ווער בין איך דען צי זאגען, אבער האמת צריכה להאמר, כ'מיז זאגען דעם אמת, עטץ זענטס א באנדע פערדען, פארוואס זענטס עטץ געקומען אהער צי שלעשידעס, צי קייען בילקעס ?, נאכען זיך אויספרעסען א גאנץ שבת מיט טאמעיטאו דיפ, יא ס'טאקע א מצוה צי עסען שבת, אבער מען דארף אויף טוהן עפעס פאר די נשמה !, ענק מיינען איך בין א שוי שפילער, מען קומט פארוויילען ביי מיין טיש, איז עס דען א צייט פין פארוויילען, ס'דאך א צייט פין חשבון הנפש, אין ענק א באנדע פויערען זענען ביזי מיטען אכילה גסה, וועקסט ענק אויף ! בהמות וואס איר זענט,

א גאנצע טאג זענט עטץ ביזי מיט נארישע פאליטיק, דעי סאטמאר יענע סאטמאר, יענער האט געזאגט אין דער צווייטער האט זיך גערעגט, מיט פאשקעווילען אין סתם פוסטע נארישקייטען, כ'בעט ענק זאגטס מיר באמת זענט עטץ אינגאנצען פין זינען גערירט, א מענטש קומט אראפ אויף די וועלט פאר א סיבה, וואס מיינט עטץ מען לעבט אייביג, עטץ ליגטס אין כל מיני שטותים, אין תאות גסות, אין תאות נשים, ענק זענען פארשמירט מיט שמוציגע עבירות, וואס וועט פין ענק ווערען ? , כ'וואלט ענק אלע געדארפט אנקלאפען די ביינער, אין ארויס קלאפען דעם שטן המשחית פין ענקערע הערצער, ס'שוין הויעך צייט, הויעך צייט, אז ענק זאלען זיך אויפוועקען פין ענקער טויטען שלאף, דער שטן פירט ענק ארום ווי א בלינדע קאטשקע, אין ענק נארנים לאזען זיך פירען,

אוי וויי, אוי וויי וויי, וואס וועט דא זיין, א שול פיהל מיט משוגעים, גייטס ארויס פין דא, אבער שוין, נו, ארויס, גייטס פין דאנעט, גענוג געקייט בילקעס, גייטס ענק אהיים, גייטס שפילען אויף ענקערע טעלעפאנען, גייטס פארטס ארום מיט די אדעסי'ס, פראסטאקעס ! גראביאנען !, וואסי דאס מיט ענק, ענקערע זיידעס וואלטען זיך נישט געגלייבט אז דאס איז זייערע אייניקלעך,

נו, דער פסוק זאגט שובו בנים שובבים, אידען קענען תשובה טוהן, נו אויב אזוי טייערע אידען, לאמיר תשובה טאהן, לאמיר זיך ארויסרייסען פין דעם חומר, לאמיר זיך מדבק זיין אין דעם חי החיים אין אין זיין הייליגע תורה, יעדר איד האט דאך א נשמה קדושה, מען דארף זיך נאר אביסעלע וואשען, וועט די נשמה אנהייבען לייכטען, א איד וויל דאך זיין גוט מען דארף נאר דעם שלעכטען יצר נישט פאלגען,

איי איי איי, טייערע אידעלעך, עטץ זענטס דאך אזוי לעכטיג, בנים אתם לה' אלקיכם, דער באשעפער האט אייך ליב, אבער איר דארף זיך קערען צי אים,

איז ווער ס'נעמט זיך אונטער צי תשובה טאהן קען ווייטער קומען אין דעי שול, ווער נישט זאל זיך גיין פין דא, אבער שוין !, פצחו ורננו,

אויך ווילעך מ'זאל וויסען כ'דארף נישט קייען שווענץ חסידים, אלע שווענץ זאלען זיך אפטראגען ווי דער שווארצע פעפער וואקסט, הויקערטס אפ, ווער ס'קען זיין א נארמאלער מענטש איז גוט, פארטס מיר נישט נאך מיט קיין סעבאורבען'ס אין שושקעטס נישט ווען כ'קום אריין, מיר איז גענוג צי ארום פארען מיט מיין אלטע סטעישען וואגאן, כ'דארף נישט קיין קעדילעק, כ'בין א פלעינע מענטש, אין ווער ס'וועט ארוםשווענצען, וועט באקומען מיטען סטראפ,

זאל דער באשעפער העלפען אז מיר זאלען אלע זוכה זיין צי ריכטיגע תשובה, אין אלע רשעים אין שונאי ישראל זאלען פייגערען, אין פאר אידען זאל אנגעשריבען ווערען א זיס לעכטיג יאר, אזוי ווי דער פסוק זאגט ולכל בני ישראל היה אור במושבותם, ובא לציון גואל, אמן
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר