אסטראליע מאן געשאסן אין אקלעהאמע פאר שוואוילטאג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

גאלד האט געשריבן:עבד עבדים יהי לאחיו איז נישט קיין צווי ס'נישט פון די תרי"ג מצות, ס'שטייט אויך "והיית משוגע", אויך שטייט "ועבדתם אלוהים אחרים",


ווער האט דיר געזאגט אז עס איז נישט קיין צווי, עס איז נישט פון די תרי"ג מצות, ווייל עס איז נישט עפעס וואס א איד דארף צו טאן, אבער עס איז א קללה פון נח, און די פסוק זאגט דאס דריי מאל, אין אזוי איז געווען ביז לעצטענס,

בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך אויך האט געשריבן:און די פראנצויזן האבען ליב באגגעטס ,וואס האסטו מיר גענטפערט?


איך אויך האט געשריבן:אז די איטאליענער האבען ליב פיצא ווייסטו?


איך האב ליב ביידע. איי געס איך בין א פראנצליענער.
וירח ה' את ריח הניחוח
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

מאיר וואלף.
די "אידישע" תורה,ווען דער אייבערשטער ווארענט אז מזאל נישט מחפה זיין אויף רציחה,זאגט ער ולא "תטמאו" את הארץ,


טאמער דיין זיידע לעבט נאך,גיי אריבער צו אים און פארצייל אים אז דאס איז א נארישע מיטאס,
קודם כל:זענען דען אלע שווארצע אייניקלעך פון "כנען"?
האט די תורה געגעבען א רעכט פאר עני יוד/גוי צו אנקערען א שיף און אפריקע,און פשוט און פראסט אראפ'גנב'ן פון די גאסען ווער אלס עס קומט זיי אינטער די האנט,און זיי פארוואנדלען אלס קנעכט?

און בכלל וואס איז פשט פון ארויסברענגען "ברבים",איינעמס קאלטבלוטיגע רציחה'שע אינסטינטקס,וואס די פוינט אויף וואס ער פייט אזוי מיט ציין און נעגל?

און יא,טאמער רופט זיך נישט קיינער אן צו פארדאמען,ווען איין פערד רעדט ווי א פערד/מאסען רוצח,
איז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נצבד :like
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

די מישט צונזאם א סאך זאכען:

די תורה, ווארענט אז מזאל נישט מחפה זיין אויף רציחה
יא

נישט נאר מיין זיידע האט אזוי געהאלטן, אנדערע ערליכע אידען האבען אויך אזוי געהאלטן

"האט די תורה געגעבען א רעכט פאר עני יוד/גוי צו אנקערען א שיף און אפריקע,און פשוט און פראסט אראפ'גנב'ן פון די גאסען ווער אלס עס קומט זיי אינטער די האנט,און זיי פארוואנדלען אלס קנעכט?"
עס האט נישט אויסגעפעלט ווייל זיי זענען סייווי געווען קנעכט, און יא די תורה האט געגעבען רעכט צו נעמען א שווארצע פאר א קנעכט אויב האט ער נאכנישט קיין בעל הבית

"און בכלל וואס איז פשט פון ארויסברענגען "ברבים",איינעמס קאלטבלוטיגע רציחה'שע אינסטינטקס,וואס די פוינט אויף וואס ער פייט אזוי מיט ציין און נעגל?"
איך האב שוין אפארמאל געשריבן, איך טו דאס נישט בארעכטיגן

"און יא,טאמער רופט זיך נישט קיינער אן צו פארדאמען,ווען איין פערד רעדט ווי א פערד/מאסען רוצח,
איז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו"
עס איז דא א וועג וויאזוי דאס צו זאגען אן ארויס ווייזען אזא ליבשפאט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

סיי קאווע שטיבל און סיי איך פערזענליך בין שוין אדורעך ערגערע אטאקעס ,ב"ה גארנישט געשעהנט נישט און מען גייט ווייטער אן טוהן וואס מען דארף. וע"ז גאוותינו אז מען ווערט נישט צושוידערט יעדע מאל די היץ גייט ארויף אפאר גראד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאיר_וואלף האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:עבד עבדים יהי לאחיו איז נישט קיין צווי ס'נישט פון די תרי"ג מצות, ס'שטייט אויך "והיית משוגע", אויך שטייט "ועבדתם אלוהים אחרים",


ווער האט דיר געזאגט אז עס איז נישט קיין צווי, עס איז נישט פון די תרי"ג מצות, ווייל עס איז נישט עפעס וואס א איד דארף צו טאן, אבער עס איז א קללה פון נח, און די פסוק זאגט דאס דריי מאל, אין אזוי איז געווען ביז לעצטענס,

בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו"

דו לעבסט אין א טעות, קודם כל זענען אלע שווארצע אייניקלעך פון חם אזוי ווי אלע רויטע זענען איינקלעך פון דוד המלך, וואס האט איינס מיטן צווייטן? און צווייטענס, די מושג אז שווארץ איז סינאנים מיט עבדות איז רעלאטיוו ניי, די גאנצע האנדל מיט שווארצע שקלאפן איז אפאר הונדערט יאר אלט, פארדעם זענען געווען עבדים פון אלע ראסעס, יעדע לאנד וואס מ'האט איינגענומען זענען אוטאמאטיש געווארן עבדים, אזוי אויך די אידן זענען געווארן עבדים פאר די רוימער נאכן חורבן בית שני, וואו גלאדיאטארן עבדים האבן זיך געהארגעט איינער מיטן צווייטן און מיט חיות טורפות פאר די שוואוילטאג פון די רוימער.
סאו אויב ביסטו אזוי פרא עבדות, וויסן זאלסטו אז דיין זיידע איז אויך געווען א עבד ביי אנדערע, וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, איז פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע, ווייל דאס האט געקאסט זעכציג מיליאן! נפשות, כולל זעקס מיליאן אידן, קנאפע צוויי דורות צוריק.
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

קודם פארוואס רעדסטו אין די נאמען פון די תורה:

"וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים"

דברים ה' ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויצאך ה' אלקיך משם ביד חזקה ובזרע נטויה על כן צוך ה' אלקיך לעשות את יוםהשבת.", רש"י "על מנת כן פדאך שתהי' לו עבד ותשמור מצותיו"

דברים ט"ו ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך על כן אנוכי מצוך את הדבר הזה היום", רש"י, "והענקתי ושניתי לך מבזת מצרים ובזת הים, אף אתה הענק ושנה לו"

דברים ט"ז י"ב, ביי חג השבעות "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ושמרת ועשית את החוקים האלה." רש"י, על מנת כן פדיתיך שתשמור ותעשה את החוקים האלה"

דברים כ"ד י"ז י"ח, "לא תטה משפט גר יתום ולא תחבול בגד אלמנה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך משם, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה", רש"י, "ע"מ כן פדיתיך לשמור חוקותי, אפילו יש חסרון כיס בדבר"

דברים כ"ד כ"א כ"ב, כי תבצר כרמלא תעולל אחריך לגר ליתום ולאלמנה יהיה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה"

וועלכע פון די זאגען "פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע"

די תורה זאגט דברים כ' ט"ז, "רק מערי העמים האלה אשר ה אלהיך נתן לך נחלה" "לא תחי' כל נשמה"

דברים כ"ה י"ט, "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח"

דברים ו' י"ח י"ט "ועשית הישר והטוב בעיני ה' למען ייטב לך" "להדף את כל איביך מפניך כאשר דבר ה'"

אפשר זעהסטו פון דא אז די תורה לאזט נישט דיסקרימינירן
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

וואס איז דיין פוינט? וואס ווילסטו ארויסברענגען?
אז דער שווארצער איז באמת-מן התורה- דיינס אן אייגענטום, נאר לינקאלען האט עם ארויסגעכאפט פון דיינע הענט?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

@מאיר וואלף, אט אזוי, שטעל דיך אויף איין זאץ וואס כ'האב געברענגט למליצה בעלמא, און האסט אפגעפרעגט מיין גאנצע תורה.
אבער אז דו ברענגסט שוין, וואס דען מיינט לא תטה משפט גר יתום ולא תחבול בגד אלמנה וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?

אבער לאמיר נישט סטאק ווערן אויף איין פסוק וואס כ'האב געברענגט, און ענטפער אויף די אנדערע פוינטס וואס איך האב געמאכט.
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

קודם פארדריי נישט די תורה:

"אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?"
"קיין אנדערע" ענדיגצו
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כ'מיין ס'וואלט געוועזן א שטארקע געווינס פאר אידיש צייט, אויב קאווע שטיבל זאל האבן גרייט איין אנטי-ראסיסטיש תגובה'לע געשריבן בטוב טעם ודעת, אזוי אז מ'זאל דאס קענען קאפי פעיסטן יעדעס מאל (בערך איין מאל א וואך) א פרישער חסידישער אומוויסענד ראסיסט קומט אפיר מיט וואנזיניגע רעטאריק, און נאך אונטערן שלייער פון די אומשולדיגע תורה.

איך דענק שוין אפילו נישט וויפיל מאל מ'האט שוין דעבאטירט דעם שאנדפולן ענין, ניקס פון אלע סארטן האבן שוין געפריווט צו פארשטיין געבן די חברה פון א מענטשליכע, לאגישע, שכל'דיגע, תורה'דיגע, אידישע פערספעקטיוו בטוב טעם ודעת, ועדיין הוא מרקד בינינו. ס'ממש אשאד.

ס'ברויך אבער אנגעמערקט ווערן אז אט די קאפי-פעיסט תגובה ווען שטיין צום באניץ בלויז פאר די וועלעכע האבן נאך קיינמאל נישט זוכה געוועזן מסביר צו זיין. די יעניגע וועלעכע האבן שוין פראבירט ווייסן שוין אז ס'איז אשאד זיך צו טענה'ן מתחילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאיר_וואלף האט געשריבן:קודם פארדריי נישט די תורה:

"אויב נישט אז זאלסט געדענקען אז דו ביסט אמאל געווען אונטערדריקט, ממילא אונטערדרוק נישט קיין אנדערע?"
"קיין אנדערע" ענדיגצו


אקעי, אפגעפרעגט, צוריק צו וואס כ'האב געזאגט.

געפילטע פיש האט געשריבן:דו לעבסט אין א טעות, קודם כל זענען אלע שווארצע אייניקלעך פון חם אזוי ווי אלע רויטע זענען איינקלעך פון דוד המלך, וואס האט איינס מיטן צווייטן? און צווייטענס, די מושג אז שווארץ איז סינאנים מיט עבדות איז רעלאטיוו ניי, די גאנצע האנדל מיט שווארצע שקלאפן איז אפאר הונדערט יאר אלט, פארדעם זענען געווען עבדים פון אלע ראסעס, יעדע לאנד וואס מ'האט איינגענומען זענען אוטאמאטיש געווארן עבדים, אזוי אויך די אידן זענען געווארן עבדים פאר די רוימער נאכן חורבן בית שני, וואו גלאדיאטארן עבדים האבן זיך געהארגעט איינער מיטן צווייטן און מיט חיות טורפות פאר די שוואוילטאג פון די רוימער.
סאו אויב ביסטו אזוי פרא עבדות, וויסן זאלסטו אז דיין זיידע איז אויך געווען א עבד ביי אנדערע, איז פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע, ווייל דאס האט געקאסט זעכציג מיליאן! נפשות, כולל זעקס מיליאן אידן, קנאפע צוויי דורות צוריק.

בעסער?


-----

יואב האקט, נאך איין טשענס אפשר?
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:

בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"

אויף די וואס זענען יא אייניקלעך פון חם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאיר_וואלף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז די טפשות? אין אנדערע תורה'ס פון אנדערע פעלקער, אדער אנדערע קולטורן\אמונות טפלות\ און דעות מושרשות שטייט זאכן אויף אידן, און דעריבער האבן זיי געמאכט אינקוויזיציעס\ גאז קאמערן.

ראסיזם און אנטיסעמיטיזם איז שלעכטס, איוועל.
יעצט האסטו צוויי ברירות צו פרובירן שיין מאכן די תורה און זאגן אז די תורה איז קעגן ראסיזם, אדער איר מיאוס מאכן און זיין א נאצי מן התורה.
אוי ואבוי לממאסי תורה, אוי ואבוי לאנטיסעמיטן, ראסיסטן און נאציס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאיר_וואלף האט געשריבן:בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:

בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו"
בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו"
בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"

אויף די וואס זענען יא אייניקלעך פון חם

איך מיין איך וועל מוזן אננעמען יואב'ס עצה און זיך נישט איינטענה'ן מיט דיר, ווען דו ביסט גרייט צו דיסקאסירן ווי א נארמאלע מענטש און ענפערן אויף וואס מ'פרעגט דיר, שיק מיר א ביפ.
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

ווען דו וועסט באזירען דיינע רייד אויף די תורה, וועל איך דיר אי"ה שיקען א ביפ
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

לאמיר נאר איין מאל פרובירן:

אויב אויף א קללה פון נח וואס ווערט אראפגעברענגט אין די תורה שטעלט איר זיך אזוי שטארק, ס'ווערט ממש א ציווי, וואס איז מיט הקב"ה'ס קללות?
השי"ת האט פארשאלטן דעם מאן, בזיעת אפיך תאכל לחם. מאכט איר טאקע זיכער מקיים צו זיין די קללה מיט אלע הידורים, און חלילה נישט זיין ווי די יעניגע וואס מאכן זיך גרינגער דורך די פארשידענע אופנים אשר לא שערום אבותינו?
השי"ת האט פארשאלטן דעם פרוי צו האבן צער לידה, ווארענט איר טאקע דעם דאקטער ער זאל חלילה נישט געבן קיין בארואיגונגס מיטלען, וואס זענען מפקיע די מצוה בידים?

זיי (אויב רעדט מען בכלל פון די זעלבע ראסע, וואס איז בכלל נישט זיכער) זענען פארשאלטן געווארן, און די קללה האט טאקע געארבעט לענגאויס רוב פון די היסטאריע, פונקט ווי די אנדערע אויבנדערמאנטע קללות. אבער ס'איז א קללה אויף זיי, נישט קיין ציווי אויף אייך. אלעס האט א פונקטליכע חשבון, און ס'איז נישט אונזער עסק.
אויב ווילט איר פירן חשבונו של עולם, און טענה'ן אז די קללות ביי יענעם דארפן מקויים ווערן, מאכט קודם דער חשבון ביי זיך און פירט אויס די קללות אויף אייך אהן די קולות פון די קלים, דערנאך קומט צוריק (אויב וועט איר נאך האבן צייט).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

מאיר_וואלף האט געשריבן:אויך איז עקעלדיגק צו זעהן ווי א איד האט אזא געפיל צו א גוי, צי עס איז א ווייסע צי עס איז א שווארע
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין נגינה זעען אים אלע ניגונים אויס די זעלבע. ווייזט אויס אז ביי איינעם וואס לאגיק און געפיל זענען נאך קיינמאל נישט באנוצט געווארן זעען די צוויי אויס די זעלבע.
ווער עס טרעפט א ברעקעלע געפיל אין מיין פריערדיגע הודעה באקומט פון מיר א לייק.

כ'בין בכלל נישט אריין אין די נושא צו מיר דארפן האבן געפיל צו זיי, און צו לויט די תורה דארפן זיי זיין פארקנעכטעט, און ראסיזם בכלל. כ'וואלט די זעלבע זאך געשריבן איבער שלענג. אויב וואלט איינער ארומגעגאנגען הרג'ענען אלע שלענג, ווען זיי זענען נישט קיין סכנה פאר די מענטשהייט, בלויז מקיים צו זיין די קללה פון הוא ישופך ראש, וואלט איך אים אויך געפרעגט צו זיינע קללות זענען שוין געדעקט.
און זייט מיר נישט חושד אז איך האב א געפיל צו שלענג, כ'וואלט צובראכן דעם נחש הנחושת ווען חזקיהו וואלט מיר נישט אויסגעכאפט.

כ'זעה שוין, די חברים זענען קלוגער פון מיר, טאקע א שאד צו טענה'ן.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

אנשלדיג פאר זיך נישט מסבר זיי

איך האב דאס ציטירט, צי ווייזען אז דאס איז געווען מיין ערשטע תגובה אויף די נושא, במיילא בין איך בכלל נישט מחולק מיט דיר

אויך האב איך געשריבן:
אינטערסאנט, מיין זיידע ע"ה, געווען גאר אן איידעלע איד, פלעגט צו זאגען אז די צוויי אמערקאנע פראזידענטען וואס מען האט געשאסען צום טויט, איז געווען צו ליב וואס זיי האבען באפרייט די שווארצע פון זיין קנעכט, און עובר געווען אויף די קללה פון נח "עבד עבדים יהי' לאחיו"
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך מאיר_וואלף »

moti107 האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?

מיסטער גאלד דיר האט אויך גאט נישט געזאגט פרעזענליך אז טאמער א ישראל וויל צוגיין צו כהן אדער דוכנן אז זאלסט דיסקרימאניטירן בעיסט אויף זיין דזענעטיגס און נישט לאזן ,אבער די גלייבסט אז דאס וויל גאט און אזוי איז רעכט צו טוהן.

יאירלס קשיא איז געווען אויף א ספאנישער פויער וואס גלייבט מיט אן אמת אז דאס וויל גאט וואס קען מען האבן טענות אויף אים פארן גיסן בליט סנישט מעלה ומוריד צו גאט האט טאקע גזאגט...
עיין לעיל תשובתי ליאיר


http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... &start=100
פארשפארט