big joe האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה
במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.
סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)
ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן
נשתכחה תורת הבעש"ט הק'
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
big joe האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:חב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
שיק מיר אין אישי פון די סחורה וואס דו רייכעסט (פליז)
גראדע רייכער איך נישט, אבער ווי קומט דאס דא אריין?
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:big joe האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:חב''ד, טשערנאביל, וואס זענען די עיקרי ממשיכים געווען לענגאויס ביז היינט, מיטן פילעווען 'נאר' פונעם בעל שם און אלץ נאר דער בעל שם, זיי זענען וואס קענען זאגן סטעיטמענטס.
שיק מיר אין אישי פון די סחורה וואס דו רייכעסט (פליז)
גראדע רייכער איך נישט, אבער ווי קומט דאס דא אריין?
מ'דארף זיין גאר הויעך צו זאגן אז חב''ד טשערנאביל זענען די עיקרי ממשיכים.
כ'פארשטיי אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין סקווירא האט געהערט אז טשערנאביל איז די עיקר ממשיך,
אבער עס איבערזאגן אינדרויסן?!?! ביסטו דאך נישט בעסער פונעם סאטמארע וואס גלייבט, אז יעדער גלייבט, אז זיין רבי איז די הייליגסטע איד זייט די קריג.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
big joe האט געשריבן:big joe האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה
במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.
סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)
ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן
כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג,
לעיקוואד האט געשריבן:פשוט פשט איז אזוי: דער בעש"ט ותלמידיו האבען מדגיש געווען און אריינגעברענגט שטארק געוויסע ענינים אין יידושקייט וואס זענען בעצם שטארק אין א סתירה מיט דער אלגעמיינער מהלך פון ארטאדאקסיע. דאס איז נישט קיין חידוש פון סאטמער רב דער ווילנער גאון האט דאס שוין געכאפט. אין חסידות גופא זענען געווען כל מיני השתלשלויות אהין און צוריק וויאזוי איינצוהלאטן די יסודות זיי זאלן נישט גיין צו וייט אין קיין שום ריכטונג, מיט פארשידענע תוצאות.
סאטמער רב האט געהאט א שטארקער פראבלעם מצד די סארט ארטאדקאסישע קנאות אין וואס ער האט געגלייבט וויאזוי דאס מיישב זיין מיט דרך החסידות, ווי למשל לגבי דער ענין פון אהבת ישראל ולימוד זכות וואס חסידות האט מדגיש געווען. זייענדיג צוריסען צווישען די צוי אמונות זיינע, מצד אחד אין תלמידי הבעש"ט, און מצד שני אין די פונדאמענטעליסטישע ארטדאדאקסישע אונגארישע מהלך, האט ער געמאכט גוט נוצען פון א אלטער טריק וואס מנוצט אין אזעלכ פעלער: זאגען מיר האבען נישט קיין השגה, מיר פארשטייען נישט העכערס, די אלע חסידישער ווערטער איז נישט כפשוטו ואנו אין לנו אלא הנגלות לנו ולבנינו אז אויף א שייגעץ שרייט מען שייגעץ ארויס.
.
שייינע נקודה.
בנימין בראון אין זיין גאונישע חיבור אויפן חזון איש רופט אן די דאזיגע פענאמען "בעיטה כלפי מעלה".... א הערליכע אויסדרוק, אז מען גלייבט נישט אין עפעס הויכ'ס, אדער מען איז מפקפק אין עפעס גרויס צו עס שמעקט נישט עפעס וואס איז הייליג און מען קען נישט בועט זיין דערויף מרוב קדושתו און ווייל עס איז אנגענומען במסורה, קען מען נוצן די טאקטיק פון "בעיטה כלפי מעלה" און מאכן די שפיל "אין לנו עסק בנסתרות" דאס איז אלעס הויכע זאכן, ואנו אין לנו אלא דברי בן עמרם בלבד.
די טריק טוט דער חזון איש - לדעת בנימין בראון מיט אסאך עניני קבלה צו וועלכע זיין נפש היפה האט נישט געצויגן, און אט די טאקטיק נוצט דא דער רבי איבער חסידות, וואס שטייט אים באמת אין וועג צו זיין רבי הילל קאלאמייער אידישקייט. בעיטה כלפי מעלה.
אונז בלייבט נאר איבער צו גיין בדרכם און זאגן "וואס פארשטייי מיר וואס עס מיינט ביים הייליגן רבי'ן נשתכח, עס איז דאך נאר לפי ערכו נשתכח"
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
נאך נארהאפטיגע סחורה פונעם ספה"ק ויואל משה הנוגע לענינינו,
איבער דער פאלשער אפטייטש פון דרך הבעש"ט, לגבי מצדיק און מחפה זיין רשעים, דלא כמאן דאומרים כאן בקאווע שטיבל,
מאמר שלש שבועות סי' קע"ח, וזל"ק:
עס איז כדאי צו אראפברענגען דא א מאמר פון דעם ספר "אור האמת". דער ספר איז א כי"ק פון הק' מבארדיטשוב זי"ע וואס ער האט זיך אליינס אנגעצייכענט דאס וואס ער האט געהערט מפי רבו המגיד הק' ממעזריטש זי"ע, אזוי ווי ער ברענגט דארט אין די הקדמה.
שרייבט ער דארט דף נ"ט וז"ל בקיצור, אויפן פסוק "עוזבי תורה יהללו רשע ושומרי תורה יתגרו בם", פרעגט ער אמער עוזבי תורה זענען דאך רשעים און די שומרים זענען צדיקים וואלט ער ווען געדארפט זאגן רשעים יהללו רשע וצדיקים יתגרו בם. און נאך פרעגט ער, דער אנהויב פונעם פסוק זאגט ער א לשון יחיד און דער אויספיר פון פסוק זאגט ער א לשון רבים "יתגרו בם", ער וואלט געדארפט זאגט ביי ביידען איין לשון.
ענטפערט ער אז עס זענען פארהאן צוויי סארט צדיקים, ס'פארהאן א צדיק וואס איז עוסק אין תורה און גמילות חסדים און מקיים כל התורה, אבער ער איז א צדיק פאר זיך נישט פאר אנדערע, טראץ וואס עס איז איינע פון די מצוות פוו די תורה וואס עס שטייט "הוכח תוכיח" מיט דעם אלעם צוליב זיין ווייכער נאטור און זיין גוטער טבע קען ער נישט זאגן פאר יענעם האסט נישט געטאן כהוגן.
ווידער זענען פארהאן צדיקים וואס שטענדיג שטעלן זיי זיך קעגן די פירצה'ס, רייצן זיך מיט די וואס טוהן אומרעכט, מוסר'ן און פארשענדן שטענדיג זייערע שמוציגע מעשים אזוי ווי עס שטייט "בתקוממיך אתקוטט".
איז אזוי, דער צווייטער כת צדיקים האט יעדער זיי מער פיינט ווייל זיי זעהען ווי דער ערשטער כת וואס זענען צדיקים זיצן שטיל מסתמא ווייל זיי זענען נישט אזעלעכע רשעים, צוליב דעם איז עס גורם אז דער צווייטער כת זאל זיך ארומקריגן און פארהאלטן כת א' "פארוואס זענט איר נישט מקנא קנאות ה' צבאות?" דאס איז דער פשט "יתגרו בם" אז דער צווייטער כת איז - לשם שמים - זיך מתגרה מיט דער ערשטער כת אז זיי זאלן מיט שטיין מיט זיי קעגן די פירצה און מלחמה האלטן קעגן די פיינט פון גאט.
איז אזוי, דער ערשטער כת צוליב זייער ווייכער נאטור זעהן זיי נישט די שלעכטס פון די רשעים זיי זענען מהפך בזכותם און פארענטפערן אפשר איז עס נישט אזוי שלעכט ווי מ'בארעדט זיי אדער עפעס א אנדערע אויסרייד, אדער ברענגען זיי ארויף די שיינע מדות וואס די דאזיגער רשעים האבן, דאס איז פשט פון "יהללו רשע" אז צוליב זייער נאטור זענען זיי מהפך בזכותם, אדער זאגן זיי אז מ'קען פשוט נישט מעמיד זיין הדת על תלה מיט זיך קריגן, אדער מוטשע נישט דאס אידיש פאלק, ממילא צוליב די אלע טענות זענען זיי זיך מונע פון צו מוכיח זיין, איז טראץ וואס זיי זענען בעצם צדיקים רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און דער צווייטער כת ווערן אנגערופן "שומרי תורה",
עכ"ל פון ספר "אור האמת".
די דאזיגע רייד זענען ארויסגעקומען מפה קדוש המגיד הק' ממעזריטש זי"ע אבי החסידים וואס דורך איהם איז פארשפרייט געווארן אויף די וועלט די דרך הבעש"ט, און הק' מבארדיטשוב וואס זיין דרך איז געווען צו מלמד זכות זיין אויף אידן, און ער האט דאס זיך אנגעצייכענט מתורת רבו הק' אז אפי' צדיקים גמורים אויב זענען זיי נישט לוחם קעגן עוברי עבירה צוליב זייער ווייכער נאטור מיט טענות אז אפשר זענען זיי נישט רשעים ווי מ'זאגט, מיט דעם אלעם רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און די "שומרי תורה" זענען זיך מתגרה מיט די דאזיגע צדיקים ווייל זיי זענען נישט מקנא קנאת ה' צבאות. איז קלאר פון דעם דער "דרך הבעש"ט הקדוש", נישט ווי עס זאגן די עלעמענטן וואס חנפענען צו רשעים און ווייסן נישט וואס זיי פלאפלען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
נאך סחורה...
מאמר שלש שבועות סי' קפ"א
מיר געפינען אויך אין די גמרא מערערע פעלער איבער דעם, צום ביישפיל די גמרא קידושין דף כ"ט ע"ב, זאגט דארט די גמרא אזוי, "אמר ר"י א"ש" האט ר' יהודא נאכגעזאגט פון שמואל'ן "הלכה" דער הלכה איז "נושא אשה" קודם זאל א מענטש הייראנען א פרוי "ואח"כ ילמוד תורה" און נאכער זאל ער זיך זעצן לערנען תורה, "ור"י אמר" און ר' יוחנן זאגט "ריחיים בצאוורו ויעסוק בתורה?" קען דען א מענטש עוסק זיין בתורה ווען ער האט אויפן קאפ די פרעשור פון פרנסה? ממילא צוליב דעם זאל א מענטש ענדערש קודם הארעווען אויף תורה און נאכדעם חתונה האבן, פירט די גמרא אויס "ולא פליגי" און זיי קריגן נישט "הא לן והא להו" ער רעדט צו מענטש פון אונז דא אין בבל, און ער רעדט פון די מענטשן פון דארט אין ארץ ישראל.
איז דא דארט א מחלוקה רש"י און תוס', וועלכער אמורא רעדט צו די מענטשן פון ארץ ישראל און וועלכער צו די מענטשן פון בבל, ווייל די מימרות זענען דאך געזאגט געווארן סתם אן ערקלערן קיין שום חילוק אין זייערע דיבורים.
איז תוס' דארט ד"ה "הא" זאגט אז טראץ וואס שמואל איז געווען פון בבל האט ער פארט געזאגט א הלכה סתם וואס איז נאר פאר די מענטשן פון ארץ ישראל ווייל פונקט דעמאלטס זענען געווען פאר איהם תלמידים פון ארץ ישראל און ער האט גערעדט צו זיי, די זעלביגע מיט ר' יוחנן טראץ וואס ער איז פון ארץ ישראל מיט דעם אלעם בעת ער האט גערעדט צו די תלמידים זענען געווען פאר עהמען פון בבל האט ער געזאגט א סתם הלכה וואס איז נאר גילטיג פאר די מענטשן פון בבל עיי"ש.
זעהמיר אז דאס איז געוען זייער דרך צו זאגן הלכות אן צו ערקלערן וואס מ'ברויך מחלק זיין אין דעם זאך, ווייל די וואס זענען דארט געווען האבן פארשטאנען אז די ווערטער זענען געציעלט צו זיין און נישט צו קיין אנדערע, שפעטער ווען די חכמים האבן געזעהן סתירות אין די מימרות האבן זיי פון דעם מציאות ארויסגענומען וואס עס איז דא צו מחלק זיין צווישן זיי.
...המשך יבוא

גאלד האט געשריבן:איים סארי איך כאפ נישט דיין רעפונירטע וויץ ליידער בינעך נישט אזוי קלוג ווי דיר
ס'איבריג צו זאגן, אז דו האסט פיין פארשטאנען, ס'שאד זיך ווייקן אין די סאטמארע זויער טאפ, קום צו אונז מיר לעבן אין חסידות.. מיר ראנגלען זיך נישט מיטן שר השכחה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
גאלד האט געשריבן:כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג
יעדע קען זיך נער'ן אז ער ציט זיין יחוס ווי אזוי ער וויל, סאטמאר האט גארנישט מיט לובלין. נישט די לובלינע דרך, און נישט אפילו די לובלינע סטייל.
און אז איך בין געווען אמאל אין פאפא, און געלערנט אביסל ויגד יעקב קען איך ווערן פאפא רב? אדער זיינע א ממלא מקום? אדער ווייטער פירן זיין גזע?
סאטמאר איז א קהילה!!! מיט ז' טובי, א וועד, שטאטוטען, אאוו
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
big joe האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג
יעדע קען זיך נער'ן אז ער ציט זיין יחוס ווי אזוי ער וויל, סאטמאר האט גארנישט מיט לובלין. נישט די לובלינע דרך, און נישט אפילו די לובלינע סטייל.
און אז איך בין געווען אמאל אין פאפא, און געלערנט אביסל ויגד יעקב קען איך ווערן פאפא רב? אדער זיינע א ממלא מקום? אדער ווייטער פירן זיין גזע?
סאטמאר איז א קהילה!!! מיט ז' טובי, א וועד, שטאטוטען, אאוו
כווייס באמת נישט וואס דו דרייסט א קאפ, יא סאטמאר רבי האט געגרינדעט א קהלה מיט שטאטון, מילא? א כלל? וואו פונקטליך איז דאס א סתירה צו די הנהגה וידעות פון סאטמאר רבי זצ"ל איבער חסידות, ער שטאמט פונקט אזוי פון חסידישע גזע'ס פונקט ווי די אלע אנדערע רבי'ס, און ער האט זיך נוהג געווען ע"פ קבלתם במנהגי אבותיו ורבותיו, נו מאי שנא?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
ס'דא א חילוק צווישען א קהילה מיט א חסידות (למשל ביי א חסידות איז די רבי באלעבאס און ביי א קהילה איז די רב א ארבייטער)ֿ
סאטמאר אינדערהיים איז נישט געווען קיין חסידות, ער איז געווען א רב נישט א רבי.
סאטמאר רבי איז די ממשיך פונעם חוזה פונקט ווי עני יונגערמאן וואס איז געווען א סיגוטע תלמיד איז א ממשיך פונעם חוזה
סאטמאר אינדערהיים איז נישט געווען קיין חסידות, ער איז געווען א רב נישט א רבי.
סאטמאר רבי איז די ממשיך פונעם חוזה פונקט ווי עני יונגערמאן וואס איז געווען א סיגוטע תלמיד איז א ממשיך פונעם חוזה
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
למאי נפק"מ? דער מנחת אלעזר מיטן דברי חיים זענען אויך געווען שטאטס רבנים אויסער א חסידישע רבי, זענען זיי לפי"ז נישט געווען קיין חסידים? זיי זענען אלע געווען חסידישע רבי'ס וואס האבן אויך געטויגט צו רבנות והנהגה, די זעלבע איז מיטן סאטמאר רבי ער איז געווען א חסידישע רבי וואס איז אויך געווען שטאטס רב אין סאטמאר ראמעניע,
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך האב נאכגעקוקט און געפונען דעם שטיקל דא
אלעס שטייט אזוי ווי דער ויוא"מ ברענגט עס, חוץ איין "קליינע" פרט, "עוזבי תורה" איז נישט ווייל זיי ווערן ח"ו אנגערופן מיט אזא נעגאטיוון נאמען, נאר פשוט ווייל זיי זענען עוזבי תורה מלשון הוראה, דהיינו זיי זענען נישט קיין מוסר זאגערס. עס איז קלאר פון דעם שטיקל אז ער קריטיקירט נישט די ערשטע כת פון צדיקים, אדרבה עס איז משמע אז ער אידענטיפיצירט זיך מיט איר.
זע אויך דער אנהויב פון דעם שטיקל, מותר להתגרות, נישט מצוה אדער חיוב.

[/size]גאלד האט געשריבן:נאך נארהאפטיגע סחורה פונעם ספה"ק ויואל משה הנוגע לענינינו,
איבער דער פאלשער אפטייטש פון דרך הבעש"ט, לגבי מצדיק און מחפה זיין רשעים, דלא כמאן דאומרים כאן בקאווע שטיבל,
מאמר שלש שבועות סי' קע"ח, וזל"ק:
[size=150]עס איז כדאי צו אראפברענגען דא א מאמר פון דעם ספר "אור האמת". דער ספר איז א כי"ק פון הק' מבארדיטשוב זי"ע וואס ער האט זיך אליינס אנגעצייכענט דאס וואס ער האט געהערט מפי רבו המגיד הק' ממעזריטש זי"ע, אזוי ווי ער ברענגט דארט אין די הקדמה.
שרייבט ער דארט דף נ"ט וז"ל בקיצור, אויפן פסוק "עוזבי תורה יהללו רשע ושומרי תורה יתגרו בם", פרעגט ער אמער עוזבי תורה זענען דאך רשעים און די שומרים זענען צדיקים וואלט ער ווען געדארפט זאגן רשעים יהללו רשע וצדיקים יתגרו בם. און נאך פרעגט ער, דער אנהויב פונעם פסוק זאגט ער א לשון יחיד און דער אויספיר פון פסוק זאגט ער א לשון רבים "יתגרו בם", ער וואלט געדארפט זאגט ביי ביידען איין לשון.
ענטפערט ער אז עס זענען פארהאן צוויי סארט צדיקים, ס'פארהאן א צדיק וואס איז עוסק אין תורה און גמילות חסדים און מקיים כל התורה, אבער ער איז א צדיק פאר זיך נישט פאר אנדערע, טראץ וואס עס איז איינע פון די מצוות פוו די תורה וואס עס שטייט "הוכח תוכיח" מיט דעם אלעם צוליב זיין ווייכער נאטור און זיין גוטער טבע קען ער נישט זאגן פאר יענעם האסט נישט געטאן כהוגן.
ווידער זענען פארהאן צדיקים וואס שטענדיג שטעלן זיי זיך קעגן די פירצה'ס, רייצן זיך מיט די וואס טוהן אומרעכט, מוסר'ן און פארשענדן שטענדיג זייערע שמוציגע מעשים אזוי ווי עס שטייט "בתקוממיך אתקוטט".
איז אזוי, דער צווייטער כת צדיקים האט יעדער זיי מער פיינט ווייל זיי זעהען ווי דער ערשטער כת וואס זענען צדיקים זיצן שטיל מסתמא ווייל זיי זענען נישט אזעלעכע רשעים, צוליב דעם איז עס גורם אז דער צווייטער כת זאל זיך ארומקריגן און פארהאלטן כת א' "פארוואס זענט איר נישט מקנא קנאות ה' צבאות?" דאס איז דער פשט "יתגרו בם" אז דער צווייטער כת איז - לשם שמים - זיך מתגרה מיט דער ערשטער כת אז זיי זאלן מיט שטיין מיט זיי קעגן די פירצה און מלחמה האלטן קעגן די פיינט פון גאט.
איז אזוי, דער ערשטער כת צוליב זייער ווייכער נאטור זעהן זיי נישט די שלעכטס פון די רשעים זיי זענען מהפך בזכותם און פארענטפערן אפשר איז עס נישט אזוי שלעכט ווי מ'בארעדט זיי אדער עפעס א אנדערע אויסרייד, אדער ברענגען זיי ארויף די שיינע מדות וואס די דאזיגער רשעים האבן, דאס איז פשט פון "יהללו רשע" אז צוליב זייער נאטור זענען זיי מהפך בזכותם, אדער זאגן זיי אז מ'קען פשוט נישט מעמיד זיין הדת על תלה מיט זיך קריגן, אדער מוטשע נישט דאס אידיש פאלק, ממילא צוליב די אלע טענות זענען זיי זיך מונע פון צו מוכיח זיין, איז טראץ וואס זיי זענען בעצם צדיקים רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און דער צווייטער כת ווערן אנגערופן "שומרי תורה",
עכ"ל פון ספר "אור האמת".
די דאזיגע רייד זענען ארויסגעקומען מפה קדוש המגיד הק' ממעזריטש זי"ע אבי החסידים וואס דורך איהם איז פארשפרייט געווארן אויף די וועלט די דרך הבעש"ט, און הק' מבארדיטשוב וואס זיין דרך איז געווען צו מלמד זכות זיין אויף אידן, און ער האט דאס זיך אנגעצייכענט מתורת רבו הק' אז אפי' צדיקים גמורים אויב זענען זיי נישט לוחם קעגן עוברי עבירה צוליב זייער ווייכער נאטור מיט טענות אז אפשר זענען זיי נישט רשעים ווי מ'זאגט, מיט דעם אלעם רופט זיי דער פסוק אן "עוזבי תורה" און די "שומרי תורה" זענען זיך מתגרה מיט די דאזיגע צדיקים ווייל זיי זענען נישט מקנא קנאת ה' צבאות. איז קלאר פון דעם דער "דרך הבעש"ט הקדוש", נישט ווי עס זאגן די עלעמענטן וואס חנפענען צו רשעים און ווייסן נישט וואס זיי פלאפלען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 177
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
גאלד האט געשריבן:big joe האט געשריבן:big joe האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:אזוי שרייבט דער סאטמאר רבי אין ויואל משה
במחילת כבודו ער איז געווען ראונג.
סאטמאר איז א קהילה, נישט קיין חסידות, ממילא האט די ויואל משה נישט וואס אריין צו רעדן בעניני חסידות (נישט קיין חילוק ווי הייליג ער איז געווען)
ווען חב"ד, רוזין, גור, סקווירא, וויזשניץ וכו' וועלן מיר זאגן וועגן חסידות וועל איך אויסהערן
כאפ נישט וואס די רעצט, סאטמאר רבי זצ"ל האט געצויגן זיין יחוס צו די סיגעטער גזע ביזן הייליגן ישמח משה, א תלמיד פון הייליגן חוזה, וע"פ קבלתם נהג,
פון אלע פוילישע רביס איז די חוזה׳ס דרך די מערסט עקסטרימע היפך פונעם סאטמאר רבי׳ס דרך
צ.ב.ש.
א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)
מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)
נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד
ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)
קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)
זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים
אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
big joe האט געשריבן:פון אלע פוילישע רביס איז די חוזה׳ס דרך די מערסט עקסטרימע היפך פונעם סאטמאר רבי׳ס דרך
צ.ב.ש.
א צדיק׳ס עבודה איז נישט זיין די מוכיח, דאס באלאנגט פארן מגיד. (זאת זכרון כי תשא און בראשית)
נו סאטמאר רבי איז געווען דער מגיד, אבער א "חסידישער" מגיד,
מען מעג נישט זיין קיין קיצוני (זאת זכרון ויצא)
וואס מיינט לויטן חוזה א קיצוני?
נישט האבן קיין כעס אויף רשעים (דברי אמת ויחי)
כעס איז א מידה מגונה לויט חז"ל,
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די מאוומענט פון ארויף גיין קיין א״י און פשוט איינעמען דאס לאנד דורך זיין דארט רוב האט ער פערזענליך געשיקט דארט מענטשן און געלד
אזוי האבן געטאן אלע צדיקים נאך פאר חסידים, אבער ווי קומט דאס מיט - להבדיל אא"ה - מיט תניעות הערצל וחבריו
ועיקר הישוב הוא ארץ ישראל... מושבעים אנו לא לדחות את הקץ קודם זמנו הידוע לו יתברך לבד, אך אף על פי לענין הזמן טובה התעוררות שלנו (זאת זכרון פרשת אחרי)
סאטמאר רבי רעדט דערפון אין ויוא"מ און ער עגריט מיט עס, כעל עס מעתיק זיין בלנ"ד בבוא עת
קענסט מיר פארקויפן 1000 מעשיות וויאזוי דאס איז געווען די סאטמאר רבי׳ס דרך. אבער יעדער ווייסט אז סאטמאר רבי איז געווען א מוסר זאגער ווי ער האט נאר געקענט, א עקסטרימע מענטש (כ׳וויס ס׳דא שיינע מעשיות אויף פארקערט, אבער די דרך איז א עקסטרימע)
זייער אסאך גרויסע חסידישע רבי'ס זענען געווען מוסר זאגער. והדברים ידועים
זיין דרך איז מלא כעס אויף רשעים
עפ"ל
אין לגבי אז די זמן קען איבערוועגן די ״לדחוק את הקץ״ איז דאך פשוט אז דאס איז נישט געווען זיין דרך
ועוד ועוד....
כאילו עס איז פארהאן 2 דרכים צו מ'מעג יא דוחק זיין את הקץ צו נישט,
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ליטוואק ,דער ספר ויא"מ איז מלא וגדוש מיט אזעלכע זיופים און "קליינע טעותים" כלשונך. עס איז א פול טיים דזשאב אויב מען וויל זיי אלע מגלה זיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)