מאיר וואלף. די "אידישע" תורה,ווען דער אייבערשטער ווארענט אז מזאל נישט מחפה זיין אויף רציחה,זאגט ער ולא "תטמאו" את הארץ,
טאמער דיין זיידע לעבט נאך,גיי אריבער צו אים און פארצייל אים אז דאס איז א נארישע מיטאס, קודם כל:זענען דען אלע שווארצע אייניקלעך פון "כנען"? האט די תורה געגעבען א רעכט פאר עני יוד/גוי צו אנקערען א שיף און אפריקע,און פשוט און פראסט אראפ'גנב'ן פון די גאסען ווער אלס עס קומט זיי אינטער די האנט,און זיי פארוואנדלען אלס קנעכט?
און בכלל וואס איז פשט פון ארויסברענגען "ברבים",איינעמס קאלטבלוטיגע רציחה'שע אינסטינטקס,וואס די פוינט אויף וואס ער פייט אזוי מיט ציין און נעגל?
און יא,טאמער רופט זיך נישט קיינער אן צו פארדאמען,ווען איין פערד רעדט ווי א פערד/מאסען רוצח, איז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו
"האט די תורה געגעבען א רעכט פאר עני יוד/גוי צו אנקערען א שיף און אפריקע,און פשוט און פראסט אראפ'גנב'ן פון די גאסען ווער אלס עס קומט זיי אינטער די האנט,און זיי פארוואנדלען אלס קנעכט?" עס האט נישט אויסגעפעלט ווייל זיי זענען סייווי געווען קנעכט, און יא די תורה האט געגעבען רעכט צו נעמען א שווארצע פאר א קנעכט אויב האט ער נאכנישט קיין בעל הבית
"און בכלל וואס איז פשט פון ארויסברענגען "ברבים",איינעמס קאלטבלוטיגע רציחה'שע אינסטינטקס,וואס די פוינט אויף וואס ער פייט אזוי מיט ציין און נעגל?" איך האב שוין אפארמאל געשריבן, איך טו דאס נישט בארעכטיגן
"און יא,טאמער רופט זיך נישט קיינער אן צו פארדאמען,ווען איין פערד רעדט ווי א פערד/מאסען רוצח, איז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו" עס איז דא א וועג וויאזוי דאס צו זאגען אן ארויס ווייזען אזא ליבשפאט
דברים ה' ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויצאך ה' אלקיך משם ביד חזקה ובזרע נטויה על כן צוך ה' אלקיך לעשות את יוםהשבת.", רש"י "על מנת כן פדאך שתהי' לו עבד ותשמור מצותיו"
דברים ט"ו ט"ו, "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך על כן אנוכי מצוך את הדבר הזה היום", רש"י, "והענקתי ושניתי לך מבזת מצרים ובזת הים, אף אתה הענק ושנה לו"
דברים ט"ז י"ב, ביי חג השבעות "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ושמרת ועשית את החוקים האלה." רש"י, על מנת כן פדיתיך שתשמור ותעשה את החוקים האלה"
דברים כ"ד י"ז י"ח, "לא תטה משפט גר יתום ולא תחבול בגד אלמנה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים ויפדך ה' אלוקיך משם, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה", רש"י, "ע"מ כן פדיתיך לשמור חוקותי, אפילו יש חסרון כיס בדבר"
דברים כ"ד כ"א כ"ב, כי תבצר כרמלא תעולל אחריך לגר ליתום ולאלמנה יהיה" "וזכרת כי עבד היית בארץ מצרים, על כן אנכי מצוך לעשות את הדבר הזה"
וועלכע פון די זאגען "פיר דיך אויף מענטשליך, און דיסקרימיניר נישט קעגן אנדערע בלויז פאר זייער ראסע"
די תורה זאגט דברים כ' ט"ז, "רק מערי העמים האלה אשר ה אלהיך נתן לך נחלה" "לא תחי' כל נשמה"
דברים כ"ה י"ט, "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח"
דברים ו' י"ח י"ט "ועשית הישר והטוב בעיני ה' למען ייטב לך" "להדף את כל איביך מפניך כאשר דבר ה'"
אפשר זעהסטו פון דא אז די תורה לאזט נישט דיסקרימינירן
איך דענק שוין אפילו נישט וויפיל מאל מ'האט שוין דעבאטירט דעם שאנדפולן ענין, ניקס פון אלע סארטן האבן שוין געפריווט צו פארשטיין געבן די חברה פון א מענטשליכע, לאגישע, שכל'דיגע, תורה'דיגע, אידישע פערספעקטיוו בטוב טעם ודעת, ועדיין הוא מרקד בינינו. ס'ממש אשאד.
ס'ברויך אבער אנגעמערקט ווערן אז אט די קאפי-פעיסט תגובה ווען שטיין צום באניץ בלויז פאר די וועלעכע האבן נאך קיינמאל נישט זוכה געוועזן מסביר צו זיין. די יעניגע וועלעכע האבן שוין פראבירט ווייסן שוין אז ס'איז אשאד זיך צו טענה'ן מתחילה.
פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:
בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו" בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו" בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"
מאיר_וואלף האט געשריבן:בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", פארוואס זאגסטו אז איך טו דיסקרימינירן, ווען די תורה זאגט דאס דריי מאל:
בראשית ט' כ"ה "עבד עבדים יהי' לאחיו" בראשית ט' כ"ו "ויהי כנען עבד למו" בראשית ט' כ"ז "ויהי כנען עבד למו", רש"י "אף משיגלו בני שם ימכרו להם עבדים מבני כנען"
אויף די וואס זענען יא אייניקלעך פון חם
איך מיין איך וועל מוזן אננעמען יואב'ס עצה און זיך נישט איינטענה'ן מיט דיר, ווען דו ביסט גרייט צו דיסקאסירן ווי א נארמאלע מענטש און ענפערן אויף וואס מ'פרעגט דיר, שיק מיר א ביפ.
אויב אויף א קללה פון נח וואס ווערט אראפגעברענגט אין די תורה שטעלט איר זיך אזוי שטארק, ס'ווערט ממש א ציווי, וואס איז מיט הקב"ה'ס קללות? השי"ת האט פארשאלטן דעם מאן, בזיעת אפיך תאכל לחם. מאכט איר טאקע זיכער מקיים צו זיין די קללה מיט אלע הידורים, און חלילה נישט זיין ווי די יעניגע וואס מאכן זיך גרינגער דורך די פארשידענע אופנים אשר לא שערום אבותינו? השי"ת האט פארשאלטן דעם פרוי צו האבן צער לידה, ווארענט איר טאקע דעם דאקטער ער זאל חלילה נישט געבן קיין בארואיגונגס מיטלען, וואס זענען מפקיע די מצוה בידים?
זיי (אויב רעדט מען בכלל פון די זעלבע ראסע, וואס איז בכלל נישט זיכער) זענען פארשאלטן געווארן, און די קללה האט טאקע געארבעט לענגאויס רוב פון די היסטאריע, פונקט ווי די אנדערע אויבנדערמאנטע קללות. אבער ס'איז א קללה אויף זיי, נישט קיין ציווי אויף אייך. אלעס האט א פונקטליכע חשבון, און ס'איז נישט אונזער עסק. אויב ווילט איר פירן חשבונו של עולם, און טענה'ן אז די קללות ביי יענעם דארפן מקויים ווערן, מאכט קודם דער חשבון ביי זיך און פירט אויס די קללות אויף אייך אהן די קולות פון די קלים, דערנאך קומט צוריק (אויב וועט איר נאך האבן צייט).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין נגינה זעען אים אלע ניגונים אויס די זעלבע. ווייזט אויס אז ביי איינעם וואס לאגיק און געפיל זענען נאך קיינמאל נישט באנוצט געווארן זעען די צוויי אויס די זעלבע. ווער עס טרעפט א ברעקעלע געפיל אין מיין פריערדיגע הודעה באקומט פון מיר א לייק.
כ'בין בכלל נישט אריין אין די נושא צו מיר דארפן האבן געפיל צו זיי, און צו לויט די תורה דארפן זיי זיין פארקנעכטעט, און ראסיזם בכלל. כ'וואלט די זעלבע זאך געשריבן איבער שלענג. אויב וואלט איינער ארומגעגאנגען הרג'ענען אלע שלענג, ווען זיי זענען נישט קיין סכנה פאר די מענטשהייט, בלויז מקיים צו זיין די קללה פון הוא ישופך ראש, וואלט איך אים אויך געפרעגט צו זיינע קללות זענען שוין געדעקט. און זייט מיר נישט חושד אז איך האב א געפיל צו שלענג, כ'וואלט צובראכן דעם נחש הנחושת ווען חזקיהו וואלט מיר נישט אויסגעכאפט.
כ'זעה שוין, די חברים זענען קלוגער פון מיר, טאקע א שאד צו טענה'ן.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
איך האב דאס ציטירט, צי ווייזען אז דאס איז געווען מיין ערשטע תגובה אויף די נושא, במיילא בין איך בכלל נישט מחולק מיט דיר
אויך האב איך געשריבן: אינטערסאנט, מיין זיידע ע"ה, געווען גאר אן איידעלע איד, פלעגט צו זאגען אז די צוויי אמערקאנע פראזידענטען וואס מען האט געשאסען צום טויט, איז געווען צו ליב וואס זיי האבען באפרייט די שווארצע פון זיין קנעכט, און עובר געווען אויף די קללה פון נח "עבד עבדים יהי' לאחיו"
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם כהן לוי ישראל זר הקרוב ימת מלכות בית דוד
ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
מיסטער גאלד דיר האט אויך גאט נישט געזאגט פרעזענליך אז טאמער א ישראל וויל צוגיין צו כהן אדער דוכנן אז זאלסט דיסקרימאניטירן בעיסט אויף זיין דזענעטיגס און נישט לאזן ,אבער די גלייבסט אז דאס וויל גאט און אזוי איז רעכט צו טוהן.
יאירלס קשיא איז געווען אויף א ספאנישער פויער וואס גלייבט מיט אן אמת אז דאס וויל גאט וואס קען מען האבן טענות אויף אים פארן גיסן בליט סנישט מעלה ומוריד צו גאט האט טאקע גזאגט... עיין לעיל תשובתי ליאיר