לימוד תורה זו על שום מה?
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@ונבנתה, ייש"כ גדול אויף דיין הודעה, הערליכע מראי מקומות. דאס אלץ ברויך מען לערנען בעיון.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
היות מ'רעדט דא על פי חסידות, וויל איך מעתיק זיין א בריעף פון ר' אשר סטאלינער וואס איז געדריקט בסה"ק בית אהרן עמ' קמ"ז, וואס מזעהט פון דעם קלאר דעת גדולי החסידות אין דער סוגיא. מדארף נאר אביסעל מעיין זיין אין די מקורות שהביא ונבנתה וואס איז משמע זיי גיבען יא א פלאץ פאר "יושבי אהל", דאס מיינט אבער לכאורה נאר ביי איינער וואס ער האט ווער עס זאל עם אויסהאלטען צו אויף קעסט צו אז ער איז א דיין אדער רב וכדו', אבער אוודאי האלטן זיי נישט פון אזא הדרכה אז מזאל נשט האבען וואס צו לעבן און זיצען אין כולל, וואס דאס איז פשוט מחזיר את העולם לתוהו ובהו .
קוקטס וואסארא מוסר בריעף איינער האט אמאל באקומען פון א חסידישע רבי אז עס איז עם איינגעפאלען צו זיין א כולל יונגערמאן..וואו זענען זיי געווען און וואו זענען אונז?
ומה שסיפר לי חתנו שיחיה שמעלתו מתעצל מלאכתו מלאכת שמים ואינו עוסק במו"מ ורוצה להיות יושב אהל ומקנה, ידע אהובי שלא טוב זה הדרך, ומקרא מלא הוא יגיע כפיך כי תאכל וכו', ובגמ' גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים, ויאמין לי אהובי שבגמילות חסד אחד או פרוטה צדקה אחת או שאר מצוות מעשיות ובפרט הכנסת אורחים, וכל מה שבכלל כל התורה אין בכלל אלא מה שבפרט, ומהפרט נעשה כלל גדול בתורה וכל פרט בפני עצמו הוא כלל, כללו של דבר הוא יותר טוב מכמה שבועות ואפשר שנים שהוא לומד בתורה, שעיקר הלימוד הוא לעשות, ומי ומי עלה למרום להוריד עוז מבטחה כאשר האיש הנאמן ועוסק באמונה, צא ולמד מהשאלות ששואלין שאת ונתת באמונה וקבעת עתים לתורה, ומזה מי שעוסק באמונה אין החיוב עליו רק בקביעות עתים לתורה...והעיקר שלא יתעצל בשום עסק, וידע בעת שהוא עצל במשא ומן גם הלימוד שלו בעצלות, ועל זה ג"כ נאמר ולחם עצלות לא תאכל..
קוקטס וואסארא מוסר בריעף איינער האט אמאל באקומען פון א חסידישע רבי אז עס איז עם איינגעפאלען צו זיין א כולל יונגערמאן..וואו זענען זיי געווען און וואו זענען אונז?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איך גיי שוין נישט ליינען די אשכול
שאני מינות דמשכי טפי
שאני מינות דמשכי טפי
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קינות גירושין האט געשריבן:איך גיי שוין נישט ליינען די אשכול
שאני מינות דמשכי טפי
פשיהא, מיר האבען דא ממש א ממשיך פון דער ווילנער גאון און דב אליאך, וואס האלט אז חסידות = מינות
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הוגה, דער תירוץ אויף דיין גאנצע לאנגע תגובה איז איין נקודה.
דיין משל צו זיין א מעיאר איז כדבריך טאקע נישט דומה לנמשל. דער פאסיגער משל איז, צו זיין א מיליאנער. קען יעדער זיין א מיליאנער? ניין, טאמער יא וועט עס ווייטער נישט ארבייטן, דאס לאנד וועט אויסקוקן פונקט ווי זימבאבווע מיט אירע ביליאנערן. קיין שום עקאנאמישער מאדעל קען נישט אזוי ארבעטן. אבער דאך, יעדער פאר זיך וויל זיין א מיליאנער. איז דאס א נחמה פאר א בלוטיגן ארימאן אז וויבאלד די וועלט מוז האבן ארימעלייט און הארעפאשנע ארבעטער זאל ער זיך פרייען צו זיין אזאנס און נישט קיין מיליאנער ווייל נישט יעדער קען זיין א מיליאנער? וועט איינעם בייפאלן צו זאגן פאר א פאטענציעלן מיליאנער דו גיי ליבערשט ארבייטן פאר די סאניטאציע ווייל דער פלאן פון די וועלט געפירעכטס שלאגט פאר אז נישט יעדער קען זיין א ביליאנער?
בקיצור, עטליעסט ביז חסידות איז דאס דער בליק אויף זיין א יושב אוהל. א עוסק בתורה א גאנצן טאג, אחת שאלתי שבתי בבית ה' כל ימי חיי = א ביליאנער. ווער עס קען דערצו זוכה זיין אשרי לו, און ווער עס קען בשום אופן נישט גיט א שווערן קרעכץ און בלית ברירה גייט ער ארבייטן פאר די סאניטאציע. אבער אויך ער פרובירט נתעשר צו ווערן וויפיל ער קען, ער נוצט אויס יעדע פרייע מינוט פאר סייד זשאבס, אריין ברענגען נאך אביסל עשירות און נאך אביסל.
חסידות - אדער מנהיגות פון אזא קאליבער ווי סאטמאר רב - קוקט אבער אויפן ברייטערן בילד, אויף די תופעות לווי די סייד עפעקטס וואס קומען מיט מיט אזא הנהגה, אפילו ביי איינער וואס קען זיך עס אפשר ערלויבן, און נאכן צוזאם רעכענען דעם גאנצן פיקטשער קומט צומאל אויס אז פאר א רבים קען מען נישט אזוי צוליב די זייטיגע סיבות בדבר. אבער בפרטות יעדער יחיד פאר זיך איז דאס דער ריכטיגער בליק.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
ער וויל אויך נישט א וועלט ווי יעדער איינער זאל זיין א מיליאנער, והדבר פשוט ומבואר בכל מקום.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
דעת תורה האט געשריבן:ער וויל אויך נישט א וועלט ווי יעדער איינער זאל זיין א מיליאנער, והדבר פשוט ומבואר בכל מקום.
זייער ריכטיג!!! דאס איז א געוואלדיגע ווארט! איך בין מיט דיר all the way מיט דעם. אין אנדערע ווערטער, ווי אזוי ווייסן מיר וואס די רצון הבורא איז? קוק וואס עס געשעהט למעשה וועט איר וויסן וואס די רצון הבורא איז. און פון די פאקט אז עס זענען דא ווייניג מיליאנערן און ווייניג לומדי יומם ולילה ווייסן מיר וואס איז די רצון הבורא.
די שאלה איז נאר וואס איז חשוב'ער, וואס דארף די מענטש שטרעבן צו טון? מיר קענען נישט ענטפערן וואס איז חשוב'ער, מיר וועלן דאס נישט וויסן ביז מען וועט אונז דאס מגלה זיין. עס איז גאר מעגליך אז ביידע זענען פונקט אזוי חשוב.
אויב אזוי, צו וואס זאל די מענטש שטרעבן? זאל ער שטרעבן צו זיין פון די פאר לומדי יומם ולילה (מיליאנערן ווי דו רופסט זיי), אדער פון די פשוט'ע ארבייטער? די ענטפער איז אז א מענטש דארף שטרעבן צו טון דאס וואס די באשעפער וויל אז ער זאל טון. און וואס וויל די באשעפער אז ער זאל טון? אויף דעם איז די ענטפער אז ער זאל קוקן איפה רגליו מוליכות אותו. אויב ביסטו פארהייראט און עס ליגט אויף דיר אן אחריות צו שפייזן די ווייב און קינדער, זיי חתונה מאכן און צושטעלן אלע געברויכן. אויב קען ער דאס טון און אין די זעלבע צייט מיטן זיצן און לערנען, און תכונות נפשו איז געמאכט דערויף און אדערע סיבות מסובבות שלעפן אים צו זיצן און לערנען דאן זאל ער טאקע דאס טון. אבער פאר רוב המון עם ווייזט די באשעפער מיט קלארע באווייזונגען אז מען באלאנגט נישט אין בית המדרש א גאנצע טאג, און די באשעפער וויל ענדערש אז מיר זאל טון די געוואלדיגע ארבייט אויף וואס 'דער וועלט' איז באשאפן געווארן. אשר על כן איז מיין טענה נאך אלץ צו הרב פאללאק, פארוואס זאגט איר אז א יעדע מענטש זאל שטרעבן צו זיצן און לערנען יומם ולילה סתם לשם לערנען?
@לעיקוואד, יישר כח פארן צוצייכענען די גאר אינטערעסאנטער בריוו.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הוגה, איך בין מיט דיר, מער ווייניגער.
דו נעמסט איצט דעם עומק פונעם חסיד׳ישן געדאנק א טריט ווייטער, דו אפלייסט נאך א חסיד׳ישע געדאנק אהער, דהיינו אז א מענטש זאל זיך נישט אינזין האבן ביים דינען דעם אויבערשטן, נישט וועלן אליין אנקומען צו עפעס, נאר דער עיקר אז דער אייבישטער זאל האבן דערפון א נחת רוח. עס איז א דבר עמוק ונשגב, וואס מען דארף האלטן דערביי נאך אסאך דינען דעם אייבערשטן.
דהיינו, אז א מענטש פילט נישט קיין שטרעבן און זכות צו זיצן און לערנען, זאל ער עס נישט אזוי שנעל תולה זיין אז דאס איז ווייל ער איז אין די דרגה... און כמובן א מענטש וואס בעניני גשמיות האט ער יא א תאוה און שטרעבן אנצוקומען צו עפעס, איז בכלל נישט שייך אין די דרגא בכלל.
דו נעמסט איצט דעם עומק פונעם חסיד׳ישן געדאנק א טריט ווייטער, דו אפלייסט נאך א חסיד׳ישע געדאנק אהער, דהיינו אז א מענטש זאל זיך נישט אינזין האבן ביים דינען דעם אויבערשטן, נישט וועלן אליין אנקומען צו עפעס, נאר דער עיקר אז דער אייבישטער זאל האבן דערפון א נחת רוח. עס איז א דבר עמוק ונשגב, וואס מען דארף האלטן דערביי נאך אסאך דינען דעם אייבערשטן.
דהיינו, אז א מענטש פילט נישט קיין שטרעבן און זכות צו זיצן און לערנען, זאל ער עס נישט אזוי שנעל תולה זיין אז דאס איז ווייל ער איז אין די דרגה... און כמובן א מענטש וואס בעניני גשמיות האט ער יא א תאוה און שטרעבן אנצוקומען צו עפעס, איז בכלל נישט שייך אין די דרגא בכלל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט די פשוט'ע דינים לגבי תלמוד תורה, אז עס איז נישטא קיין שום חיוב צו לערנען א גאנצן טאג, און מ'ווערט נישט 'פטור' פון דעם חיוב ווייל מען מוז ליידער ארבעטן. דער חיוב איז אז אויב איינער האט איבריג צייט און ער האט כוח און געדולד צו לערנען זאל ער נישט פארברענגען די צייט, כמבואר באור שמח הל' תלמוד תורה ועוד. דערנאך איז דא א באזונדערע מדרגה פון איינעם וואס וויל זיך ממש אוועקגעבן פאר תורה און ארבעטן בלויז וויפיל ער מוז האבן צום לעבן און דאס איבריגע צייט לערנען, דאס איז געמאכט פאר די יחידי סגולה וואס האלטן דערביי, אזוי ווי עס זענען דא יחידי סגולה וואס זענען געמאכט צו טון עסקנות און חסד יעדע איבריגע מינוט פון טאג.
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:קינות, איך אגריע מיט הוגה, א חוץ אויב דו זאגסט אז דער מאמר חז"ל "גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים" איז אויך אפיקורסות...קינות גירושין האט געשריבן:ווען מ'לערנט תורה ברענגט עס מער קדושה ווי פון מקוה משניות ליכט צינדען טאנצען ביי קברים
משניות איז נישט קיין תורה??
עשרת הדברות איז נישט קיין תורה ? זאגען א גאנצע טאג די א ב איז נישט קיין תורה?
די עיקור מצוה פון לימוד תורה איז יגיעה, זיך פלאגען, א רע״א א חזו״א א מהרש״א הייסט געפלאגט, משניות און פלעין זאגען חומש יא סאיז בעסער ווי סתם שמוסערייען אבער נישט דאס איז די רצון הבורא!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
קינות גירושין האט געשריבן:די עיקור מצוה פון לימוד תורה איז יגיעה, זיך פלאגען, א רע״א א חזו״א א מהרש״א הייסט געפלאגט, משניות און פלעין זאגען חומש יא סאיז בעסער ווי סתם שמוסערייען אבער נישט דאס איז די רצון הבורא!
מקור?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)