עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מורינו הרב האט געשריבן:דו מאכסט א דזשאוק!

האלעקאסט? -

איז אין סוריע אפילו ענדליך צו דעם?

100% גערעכט.
ס'איז קיין דמיון, אבער די תביעה איז עומד וקיים. פארוואס טוט מען גארנישט?

---
כ'בין נישט אזוי באקאנט דארט. וואס איז די מצב בנוגע אנטלויפען? איז דאס א מעגליכקייט?
Under influence
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

קאווע
יו מיסד די פוינט,

דארט און סיריע איז א "מלחמה" דער וואס וויל געווינען וועט "מיזען" גענוג שטארק וויי טאן זיין קעגנער,אז ער זאל אויפגעבען,
און ביי מלחמה איז דאס ממש א לכתחילה געווען דאס אינפליקטען ווי מער ציווילע קרבנות (עיין ערך דרעזדען,ווי די אליאירטע האבען באמבאדירט א ציווילע שטאדט,און אויסגעהרגעט ארום הינדערט טויזענט "מכלומרשטע ציווילע"דייטשען און איין נאכט. ועיין עוד ערך היראשימא,נאגאסאקי) נאר זינט די לעיזער גיידעד באמבעס זענען ערפינדען געווארען,איז ארויס פון סטייל דאס טארגעטען לכתחילה ציווילע בירגער.
און דאס גייט פאר און סיריע,די גאווערמענט טארגעט די ציווילע ביי די רעבעלען,און די רעבעלען טארגעטען די ציווילע ביי די שטעדט ווי סאיז פרא גאווערמענט(און אפילו ביז ביירוט זענען זיי אנגעקומען),

אבער די האלאקאוסט איז געווען רציחה לשם רציחה,אפציווישען א ראסע פון דעם פלאנעט, ימ"ש.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

נצבד האט געשריבן:דאכט זיך-טאמער געדענק איך גוט- אז דער פיקטשער מיט די וואלטשער האט געווינען א פוליצער,און די סיבה פאר דעם פאטאגרעפיריערס זעלסטמארד איז געווען ווייל ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין,אז אנשטאט ארויסהעלפען דאס קינד (וואס איז טאקע געשטארבען) איז עם וויכטיגער געווען צו כאפען א בילד דערפון


ישא אומרים אז דאס קינד איז נישט געשטארבען, קליק אויף די טוויטער הענדעל פון די פיקטשער.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ערשטע זאך
שרייבטס אינטער די פעטישען

http://www.petition2congress.com/4360
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

און לגבי די עצם סיריע קאנפליקט:
מי לנו גדול ווי דער דשיפער,וואס האט פארשטאנען אז די מוסלמענער "מוזען" שטענדיג זיין ביזי מיט רציחה און טעראר,איז ווי איידער זיי זאלען זיין ביזי מיט די מערב וועלט,האט ער זיי געמאכט ביזי צווישען זיך...אפען טיש געשטיצט סאדאס כוסעין,און אונטערען טיש געשיקט וואפען אין געלט פאר די אייאטאליס און איראן,אזוי האט ער אונאיינוועגעס נישט נאר געהאט א חלק און פטר'ן די וועלט פון היבש ביסעל טעראר קרבנות,נאר אויך באפרייט די וועלט פון ארום א מיליאן פאטענציעלע באמבע וועסטלעך באניצער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לעצטע חתימה פון someone from brooklyn ny
בין איך
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ראשעקאל האט געשריבן:די לעצטע חתימה פון someone from brooklyn ny
בין איך

די לעצטע חתימה
Dear President.
YES YOU CAN.
בין איך.
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון האט געשריבן:איך האלט מיט חכם קופער טויזנט פראצענט. ווי קען מען זיצן דא על סיר הבשר ווען טויזנטער אנשים נשים וטף ווערן אויסגעקוילעט טעגליך וויל א סאדיסטישער בוטשער וויל נישט אויפגעבן זיין בענקל. יא עס איז באקוועמער פאר אמעריקע און אבאמא צו זיצן פוילערהייט און זאגן איך קען מיר נישט אריינמישן און דערווייל שטארבן טויזנטער קינדער. און עס איז נישט ווי ביים האלאקאסט וואס מען האט געמוזט גלייבן האלבע שמועות. גייט קיין יוטוב זעט ווי א טאטע וויינט איבער זיינע צוויי פארגאזטע קינדער און הונדערטער אנדערע ווידיאוס וואס זייט די נאציס האט מען עס נישט געזען. יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.

אני הקטן בעל העגלה ובזמן קריב האלט מיט ביידע. קופערניקוס און בדחן, און מיט בן תמליון, אז חסידיש'ע אידן מיט שמוציגע היטן דארפן אראפגיין צו די יו-ען און מאכן א ויצעקו אז די הריגות און פארגאזונגען פון ציווילע מענטשן זאל זיך אויפהערן. אבער אין די זעלבע צייט דארפן מיר געדענקען אז די פייטערס אין סיריע זענען אל-קעידא'ניקעס וועלכע זענען אליינס גרויסע רוצחים. איך וויל אויכעט נישט פארדרייען דעם נושא פונ'ם אשכול. אבער לאמיר געיבן א בליק אויף די היפאקריטישע יו-ען. ווען מדינת ישראל פירט דורך א באמבארדירונג אויף אן אפארטמענט בילדינג וואו א פאלעסטינער טעראריסט באהאלט זיך, און ס'פייגער'ן אויס עטליכע זייטיגע רוצחים, שרייט מען (און נאך א פאר נארישע אידעלעך אויכעט) אז די ציונים האבן געהרג'ט "סיוויליענס". כאילו אין ארץ ישראל וואווינען נישט קיין סיוויליענס. און דא פארגאזט מען און מ'הארגעט סתם אזוי איבער הונדערט-טויזנט "סיוויליענס". ואין פוצה פה ומצפצף. :oops: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בדחן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט, על פי שניים עדים יקום דבר??


[tag]יאיר[/tag] עס זעט אויס ווי איר זעט נישט פינקטליך באהאווענט מיט די פרטים,
דאס איז נישט קיין צייט ווען מען טיילט עונשים, דאס איז א ציט פון מלחמה ווען על קיידע האט אהערגעברענט זייערע קינדער צו פייטען די סיריע גאווערמענט, איך האב אזויפיל רחמות אויף די קינדער וויפיל רחמנות זייערע עלטערן האבן געהאט ווען זיי האבן געמאכט די שחיטה אין אר"י אינעם האטעל יענעם פסח ביינאכט.....

אגב, אין די תורה טרעפט מען עטליכע מאל א מושג אז מען הרגט א מענטש על שם סופו, די קינדער פון על קיידע וואס זענענן דערהרגט געווארען וואלטן גרויסערהייט געהרגט צענליגער אנדערע...

נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,

איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.

אפשר ווען זיי וועלן קימען צום טעם און זען ווי אזוי עס שפירט זיך ווען מען באגראבט אייגענע קינדער.... וועלן זיי אפלאזען א צווייטענס קינדער, אריינגערעכט יודישע קינדער אין אר"י.


וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים (די שואה האבן זיי אויספלארנירט)?

הוא אשר דיברתי. ס'איז דא נארישע אידעלעך וועלכע האבן זיך נאכנישט אויסגעטשוכעט פון די פראפאגאנדא וואס ר' סענדער דייטש זכותו יגון עליו האט פארקויפט אין "דער איד", פאר וועלכן ער האט באקומען גוט באצאלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נצבד האט געשריבן:קאווע
יו מיסד די פוינט,

דארט און סיריע איז א "מלחמה" דער וואס וויל געווינען וועט "מיזען" גענוג שטארק וויי טאן זיין קעגנער,אז ער זאל אויפגעבען,
און ביי מלחמה איז דאס ממש א לכתחילה געווען דאס אינפליקטען ווי מער ציווילע קרבנות (עיין ערך דרעזדען,ווי די אליאירטע האבען באמבאדירט א ציווילע שטאדט,און אויסגעהרגעט ארום הינדערט טויזענט "מכלומרשטע ציווילע"דייטשען און איין נאכט. ועיין עוד ערך היראשימא,נאגאסאקי) נאר זינט די לעיזער גיידעד באמבעס זענען ערפינדען געווארען,איז ארויס פון סטייל דאס טארגעטען לכתחילה ציווילע בירגער.
און דאס גייט פאר און סיריע,די גאווערמענט טארגעט די ציווילע ביי די רעבעלען,און די רעבעלען טארגעטען די ציווילע ביי די שטעדט ווי סאיז פרא גאווערמענט(און אפילו ביז ביירוט זענען זיי אנגעקומען),

אבער די האלאקאוסט איז געווען רציחה לשם רציחה,אפציווישען א ראסע פון דעם פלאנעט, ימ"ש.

נצבד: דו ביסט טיילווייז גערעכט. די אמעריקאנער באמבארדירונגען אין דרעזדען און די נוקלעארע באמבעס וועלכע זענען געווארפן געווארן אויף היראשימא און נאגאסאקי זענען געוון א "לית ברירה" אפציע , נישט א "לכתחילה".
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]קופערניקוס[/tag], זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש און קאלטבלוטיג. אונז מוזן געדענקן אז מיר ציווילע בירגער האבן ניטאמאל א פראקציע פון די אינפארמאציע וואס די רעגירונג און די אינטעליגענט קאמיוניטי פארמאגט. מיר זעהן נישט אפילו א האלבע בילד. עס איז מעגליך אז אבאמא ווייסט אז אויב ער וועט וועט לאזן זיינע רחמנות געפילן דיקטעיטען זיין פאליסי און ער וועט העלפן די רעבעלן וועט עס קאסטן מער אומשולדיגע לעבנס, אזוי ווי עס איז געשעהן עטוואס אין יוגעסלאוויע און אין אנדערע ערטער. און די זעלבע איז מיט סודאן. אין אזעלכע פעלער איז שייך די בוחר את הרע במיעוטו. מען טאר נישט מאכן קיין rash decisions ביי אזעלכע זאכן, ווייל די רחמנות קען ברענגן ערגערע קאנצעקווענצן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

הוגה האט געשריבן:[tag]קופערניקוס[/tag], זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש .


אויב עס איז מעגליך מסביר צו זיין פארוואס עס איז נעריש, ביטע.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

קופערניקוס האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן: יא לעדי גאגא האט ריליעסד א נייע סינגל און הו גיווס א שיט אבאוט סיריע. אזוי איז געווען די עטיטוד ביים האלאקאסט אויך. עס וואלט געווען די גרעסטע קידוש השם ווען א מחנה חרדים מיט שמוציקע היטן זאלן גיין שרייען פארן יו ען סטאפט די קינדער הריגות.

:like :like
נו, לאמיר טון די ריכטיגע זאך און טון עפעס צו שטיצן די סיריע קרבנות, א פראטעסט, א געלט אקציע, ווער וויל העלפן מיט איידיעס?

פון שרייבען ענאנימעס אויף א בלאג וואס ווייניג מענטשען וועלען ארויס קומען אפען מיט די נאמען וועט נישט זיין א פראטעסט.

אויזער אז יעצט וועט עס זיין צו די ערשטע מאל..

איך בין רעדי.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
בדחן האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[tag]קופערניקוס[/tag], זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש .


אויב עס איז מעגליך מסביר צו זיין פארוואס עס איז נעריש, ביטע.


קארעקשאן, נעריש און קאלטבלוטיג!

ווער ביסטו מפקיר צו זיין דאס לעבן פון אומשולדיגע פרויען און קינדער אדער אפילו מענער, ווייל זייער טאטע, מאן, פעטער וכו' האט זיי מפקיר געווען? אויב קענסטו עפעס טון זיי צו ראטעווען ביסטו מחויב זיי צו העלפן מצד מאראל, יומעניטי און מעגליך מצד אידישקייט. איי אפשר וועט דאס קינד אויפוואקסן א טעראריסט? עס איז נישט דיין דעפארטמענט צו מאכן חשבונות, אז א קינד ווערט אומגעברענגט דארפסטו טון וואס דו קענסט אים צו ראטעווען.

בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.

berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.


מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען מוז נישט זאגן אבאמא וואס צו טון, אבער כאטש ווייזן אז עס טוט אונז וויי.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

בקיצור [tag]הוגה[/tag] איך פארשטיי אז די האסט נישט קיין ענטפער נאר אביסל דעמעגאגיע, מסכים.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

בדחן האט געשריבן:בקיצור [tag]הוגה[/tag] איך פארשטיי אז די האסט נישט קיין ענטפער נאר אביסל דעמעגאגיע, מסכים.


אפגעפרעגט... :oops:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

אין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

הוגה האט געשריבן:[justify]
בדחן האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[tag]קופערניקוס[/tag],.

בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.

berlbalaguleh האט געשריבן:.[/justify]


סנהדרין עא א
אמר ר' יונתן אני ראיתיו וישבתי על קברו
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איך מיין אז חסידישע אידן מיט קלינע היטן וועט מער אויפטון ביי די יו ען!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נצבד האט געשריבן:אין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין

די שאלה איז נאר וועלכע פאלק איז מזרעו של עמלק. א סאך דיעות האלטן אז דייטשלאנד.
פארשפארט