[justify]
בדחן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[tag]קופערניקוס[/tag], זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש .
אויב עס איז מעגליך מסביר צו זיין פארוואס עס איז נעריש, ביטע.
קארעקשאן, נעריש און קאלטבלוטיג!
ווער ביסטו מפקיר צו זיין דאס לעבן פון אומשולדיגע פרויען און קינדער אדער אפילו מענער, ווייל זייער טאטע, מאן, פעטער וכו' האט זיי מפקיר געווען? אויב קענסטו עפעס טון זיי צו ראטעווען ביסטו מחויב זיי צו העלפן מצד מאראל, יומעניטי און מעגליך מצד אידישקייט. איי אפשר וועט דאס קינד אויפוואקסן א טעראריסט? עס איז נישט דיין דעפארטמענט צו מאכן חשבונות, אז א קינד ווערט אומגעברענגט דארפסטו טון וואס דו קענסט אים צו ראטעווען.
בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]