ברעיקינג: אמעריקע צו אטאקירן סיריע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ברעיקינג: אמעריקע צו אטאקירן סיריע

שליחה דורך שעפטל »

סי בי עס האט יעצט געמאלדן, אז דער פענטעגאן מאכט ערענסטע פארשריט צו אטאקירן מיט א קרוז מיסל, די סיריע'שע גאווערמענט פארסעס.

דער טשערמאן פון דזשוינט טשיף אוו סטעף וועט מארגן -שבת- אויפטרעטן און פרעזענטירן די אפציעס אין די ווייסע הויז

(קען זיין אז מוצאי וועט מען שוין מוזן טוישן דעם קעפל צו "ברעיקינג: אמעריקע אטאקירט סיריע"....)

שבת שלום!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א דאנק מיין פאטיציע.
Under influence
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

שלעכטע נייעס
מען גייט העלפן טעראריסטן און גארנישט אויפטון
גיסן געלד אין גארבידזש מען זאל שפעטער נאכאמאל דארפן גיבן נאכמער געלט
מען גייט באמבאדירן א לאנד מען זאל עס דארפן נאכאמאל אויפבויען
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

וואס איז דען די חידוש? די CIA שיקט דאך שוין וואפן זינט קאדאפי איז געפאלן אין ליביע, אזוי ווי ס'לעצטענס באריכטעט געווארן די "הונטער-די-קוליסן" סקאנדאל אין בענגהאזי.
"פרידן-נאבעל-פרייז-געווינער-אבאמא" האט שוין לאנג מחליט געווען אז ער וויל איין גרויסע פּאַן-אראבישע קאליפאט ווי איידער עטליכע סעקולארע אויטאקראטן. ביז יעצט האט ער זיך נאר גענויטיגט אין א גוטע תירוץ צו אטאקירן.
איי, ווער זאגט אז די על-קעידא רעבעלן האבן נישט אליין גענוצט די כעמישע וואפן?
זענען זיי דען ווייניגער בארבאריש ווי די אסאד רעזשים?

רויטערס זאגט היינט אז נאר 9% אמעריקאנער שטיצן אמעריקאנע אינטערווענץ אין סיריע.
וועט אבאמא פרעגן דאס פאלק? בילד
ימים ידברו...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

יא. ס'זעהט טאקע אויס אז פאר אבאמא קראצט די הויט, ער וויל דורכאויס אטאקירן, יהי' מה שיהי'.
סיריע איז מסכים צו א פייער אפשטעל אז די UN אינספעקטארס זאלן קענען אומגעשטערט אונטערזוכן די געגענט פון די כעמישע וואפן אטאקע, אבער אמעריקע זאגט: Too late!

[left]The United Nations said Damascus had agreed to a ceasefire while a U.N. team of experts are at the site for inspections which will begin on Monday. Syria confirmed it had agreed to allow the inspections.

But there were increasing signs that the United States and its allies were considering taking action, a year after President Barack Obama said the use of chemical weapons was a “red line” that would prompt serious consequences.

A senior U.S. official said there was very little doubt that the Syrian government had used a chemical weapon against civilians on Wednesday and that Washington was still weighing how to respond.

The official also said any decision to grant access to the U.N. inspectors would be “too late to be credible” because evidence had been corrupted by government shelling and other actions.[/left]


אויב אבאמא גייט אריינקריכן אין דעם סיריש'ן זומפ, זאל ער זיך בעסער צוגרייטן עטליכע פּאָר פרישע זאקן, אין פאל ער באווייזט ארויסצוקריכן דערפון... בילד
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

עס איז נישט קיין קינדער שפיל,

1} רוסלאנד וועט זיך אנעמען פאר סיריע.

2} עגיפטן איז נישט אקעי.

3} איראן סטראשעט.

4} איראק איז אויך נישט סטאביל.

5} סיריע אן אסאד גייט ווערן הפקר איש כל הישר בעינו יעשה.

מען דארף באצייטענס אהיים ריפען די בחורים וואס לערנען אין אר"י, אויב אמעריקע מישט זיך אריין אין סיריע איז אסאד גערעכט, גאנץ מיטל מזרח קען ווערן איין גרויסע מלחמה,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

בדחן האט געשריבן:עס איז נישט קיין קינדער שפיל,
מען דארף באצייטענס אהיים ריפען די בחורים וואס לערנען אין אר"י, אויב אמעריקע מישט זיך אריין אין סיריע איז אסאד גערעכט, גאנץ מיטל מזרח קען ווערן איין גרויסע מלחמה,

און וואס איז מיט די הונדערטער טויזענטער אידן וואס וואוינען אין ארץ ישראל?
נתן_עוזר23
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:57 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך נתן_עוזר23 »

עס ווערט היציג, סעקראטערי קערי גייט משמיע זיין די צו השעה אום 2:30.
נתן_עוזר23
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:57 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך נתן_עוזר23 »

לויט ווי כ'האב היינט געליינט פון א מיליטערישע אנאליסט, זענען אמעריקעס אפציעס זייער באגרעניצט.

אטאקירן די קעמיקל וועפענס סטארעדשעס לייגט אין סכנה די גאנצע ארום, אקופירן דאס לאנד קומט נישט אין באטראכט. ספעשל פארסעס וכדו' גייט שוין אן א שטיק צייט.

רוסלאנד/איראן וועלן סאבאטזשירן סיי וועלכע מיליטערישע אקציע.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

נתן_עוזר23 האט געשריבן:עס ווערט היציג, סעקראטערי קערי גייט משמיע זיין די צו השעה אום 2:30.

http://www.state.gov/index.htm
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

בקיצור גארנישט געזאגט.

איבערגעחזר'ט אז ער האט געזעהן די ווידיא'ס, און סיריע האט געניצט כאמישע וואפן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
נתן_עוזר23
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:57 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך נתן_עוזר23 »

אבער געזאגט אז מען גייט עם האלטן אחראי און אבאמא וועט מאכן א אינפארמירטע דעסישאן.

כ'בין נייגעריג ווי די ליבעראלע פילן זיך נאר פאר די שמועות אליין אז מען וועט אפשר אינטערווירן דא.


בייגעלייגט א בילד פון אמאליגע גוטע צייטן...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קליינע קינדערלעך. מ'שלאגט זיך ארום מיט נארישע ווערטער.
פארוואס קענען זיי נישט פארשטיין די חסידישע לשון פון "עס איז דא דארט א טראק מיט אייער, קיינער זאל נישט ווארפן".
אז מ'זאגט 'מיטינג'ס זענען נישט געווארן קענסעלט מיינט עס אז ס'איז פארגעקומען?! אזעכע בעיבעלעך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vbfcceEkn_M[/youtube]
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zLp4tLJDwGQ[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

.

(עפ"י בקשת...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

רבותי ס'גייט פאר א שוי שפיל מיט מענטשליכע לעבענס פארענט פין אונזערע נעזער, 99% אז סוריא שטייט נישט אונטער די כעמישע אטאקע, ס'איז א שפיל, צי האבען א תירוץ, צי באשולדיגען אסאד, ס'איז איין שטיק בלאף א גראבע שטיק,

אין די צווייטע זאך איז אז אפילו ס'ווען יא אמת אז סוריא האט עס געטוהן, געבט דאס נאך אלץ נישט קיין רעכט פאר אמעריקע זיך צי אריין מישען, דאס איז אויך פראפעגאנדע מיינד קאנטראל, ס'דא אויף די וועלט אסאך ערגערע עוולות ווי א פאר הונדערט טויט פין א גאז אטאקע, אין אמעריקע איז נישט צים געפינען, ס'גייט זיי אן ווי א פאריעריגען שניי, נאר ווען ס'לויט זיך זיי נעמט מען ארויס די "יומען רייט'ס קארטעל" אין מען שמירט אויס די מידיא דערמיט,

נו פארוואס פונקט דא האט אמעריקע אנגעצינדען די פראפעגאנדע מאשין ????, ווייל זיי ווילען אראפברענגען אסאד, די גאז אטאקע איז נאר די תירוץ אין זיי האבען לכאורה געהייסען פאר די רעבעלען עס צי מאכען,

רבותי וועקטס ענק אויף, די מידיא פיטערט דעם עולם מיט צואה, ס'אלץ א גרויסע בלאף שפיל, אין מען דארף נישט זיין צי קלוג עס צי איינזעהן,

לאמיר האפען אז טאמער אמעריקע וועט אטאקירען אז זיי זאלען חאפען אזאלכע מפלות אויף וואס זיי האבען זיך נישט געראכטען, די אמעריקאנע גאווערמענט איז היינט אין די הענט פין א באנדע קרימינאלען וואס האבען זייערע אייגענע אינטערעסען, אין זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די ריכטיגע אינטערעסען פין דעם אמעריקאנע פאלק,

לאמיר האפען א מצרים וועט זיך שטעלען אויף די זייט פין סוריא קעגען אמעריקע אין די מערב, אזוי וועט זיין סוריא איראן מצרים רוסלאנד אין כינע vs אמעריקע טערקיי ענגלאנד פראנקרייך אין אפשר מדינת ישראל טאמער דעי איזרעיליס וועלן נישט האבען קיין שכל זיך צי האלטען ארויס פין דעי מלחמה, וואס ביזדערווייל וועלען האבען זיי יא געהאלפען אמעריקע אין געשאסען א פאר מאל אויף סוריא מיט נארישע תירוצים,

די קריזיס יעצט האט די פאטענציעל צי אויספלאצען אין א וועלט מלחמה, אבער כ'מיין אז ס'וועט נישט אזוי שנעל פאסירען, אין די יו-ען וועט אמעריקא סייווי גארנישט קענען דורעך שטופען, ווייל רוסלאנד אין כינע וועלען שטיין ווי א מויער קעגען סיי וועלכע סיקיורעטי קאנסיל רעזאלוציע, אליינס וועט אמעריקא נישט וועלען גיין, ווייל זיי ווילען עס זאל אויסקוקען ווי א קאאליציע, איז מסתם וועלען זיך צאם שטעלען אמעריקא ענגלאנד פראנקרייך אין מסתם קאנאדא אין מסתם דורעך די נאטא ארגעניזאציע,

מסתם וועלען זיי קודם פרובירען אטאקירען סוריא מיט מיסיל'ס אזוי ווי זיי האבען שוין געזאגט אז זיי ווילען טוהן, אבער נאך די ערשטע מיסיל פליט וועט מען דארפען זעהן וואס ס'וועט זיי רוסלאנד'ס ענפער, ס'איז זייער מעגליך אז סוריא מיט די אקטיווע הילף פין רוסלאנד וועלען אטאקירען אמעריקאנע עירקרעפט קעריער'ס אינעם מיטל-לענדישען ים, נאך די ערשטע עירקרעפט קעריער וועט זינקען אינעם ים וועלען זיך אמעריקאנער אויפוועקען אין זיך קלאפען קאפ אין וואנט אין זיך פרעגען פארוואס אין די וועלט זיי זענען שוין ווייטער אין א מלחמה, אבער ס'וועט זיין אביסעל צי שפעט, די מלחמה צינדער וועלען האלטען אין איין פראפעגאנדירען אין די מידיא אז יעצט ווען מען האט שוין אטאקירט אמעריקא יעצט איז עס שוין א "עכטע מלחמה" אין מען "מיז" מלחמה האלטען, אין ס'וועט שוין זיין זייער שווער צי אפשטעלען,

אין די ליינער דארפען געדענקען, אז אמאל אמאל איז געווען א אנדערע גאז אטאקע, אין נישט מיט הונדערטער טויטע נאר מיט מיליאנען טויטע, יא וון מען האט נעבעך געשטיקט אין געברענט אומשולדיגע אידען אין די גאז קאמערען, אין אמעריקע האט געהאט קריגס עראפלאנען אין די טויזענטער ארום פליען דארט, אין מיט א פאר באמבעס וואלטען זיי געקענט מאכען א סוף דערצי, "אבער זיי האבען עס נישט געטוהן", סאו קיינער זאל נישט אפקויפען די פראפעגאנדע אז פאר אמעריקע גייט אן טויטע קינדער, ס'איז אלעס פראפעגאנדע, מיט בלאף

אין זאל דער באשעפער דער שומר ישראל האלטען די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ר חנני' בן עקשיא אומר. וכו'......
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער ניו יארק טיימס האט עפעס א 'מאדנע ביז גאר' באריכט. זיי זאגן אז אבאמא איז שוין גרייט געווען נעכטן צו אטאקירן סיריע אלץ א שטראף פאר אסאד'ס קעמיקעל באנוץ. אבער דא איז די סי איי עי אריינגעקומען מיט א פריש שטיקל שפיאנאש באריכט פון איראן.

וואס איז עס? הערט און שטוינט. סעטילייט בילדער ווייזט אז די איראנע מיליטער האט לעצטענס איינגעקויפט גאר אסאך פון די פאלשע פיש זאפט, די סארט פיש זאפט אן פיש. NSA טעיפס האבן אונטערגעהערט די גענעראלן דארט פלאנירן צו באגיסן אמעריקע מיט די פאלשע פיש זאפט אויב אבאמא אטאקירט סיריע.

זאל גאט באהיטן. אבאמא האט דעריבער אפגעלייגט די מיסיע. אמעריקאנע שפיאנען אין איראן זענען יעצט ביזי געוואר צו ווערן צו די פיש זאפט האט פלארייד, אויב יא וועט לכאורה אן אטאקע אויף סיריע קיינמאל נישט פארקומען.

ס'איז אינטערעסאנט צו ליינען די קאממענטס דארט פון קאנספיריטארערס וואס שרייבן אז אבאמא מאכט אויף א מעשה וועגן פיש זאפט אפצושרעקן אלע אמעריקאנער זאלן זיך לאזן וואקסינעטען, אבער אין אמת'ן האט ער פשוט מורא צו אטאקירן...

גאו פיגער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]חזקיהו המלך[/tag], איין שאלה האב איך.

אבאמא, סיריע און די רעבעלן איז איין גרויסע שוי שפיל.
בוש, ניין עלעווען והמסתעף איז איין גרויסע שוי שפיל.
סטיוו דזשאבס, ביל געיטס, די ראיאל פאמיליע פון בריטאניע און מיקי מויז זענען איין גרויסע שוי שפיל.
אלע דאקטוירים, נירסעס, אפטייקער, הצלה וואלונטירן און הילערי קלינטאן זענען איין גרויסע שוי שפיל.

איז ווער - אויסער דו און דזשאן בעטשלער - איז די אמת'דיגע מענטש/זאך?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

הוגה האט געשריבן:[tag]חזקיהו המלך[/tag], איין שאלה האב איך.

אבאמא, סיריע און די רעבעלן איז איין גרויסע שוי שפיל.
בוש, ניין עלעווען והמסתעף איז איין גרויסע שוי שפיל.
סטיוו דזשאבס, ביל געיטס, די ראיאל פאמיליע פון בריטאניע און מיקי מויז זענען איין גרויסע שוי שפיל.
אלע דאקטוירים, נירסעס, אפטייקער, הצלה וואלונטירן און הילערי קלינטאן זענען איין גרויסע שוי שפיל.

איז ווער - אויסער דו און דזשאן בעטשלער - איז די אמת'דיגע מענטש/זאך?


[tag]הוגה[/tag] ס'נישט אזוי פשוט,

רוב מענטשען זענען מער ווייניגער ארענטליך, עכ"פ רעלאטיוו צי די וועלט פין שקרים וואס ווערט געשפילט דורעך א מינדערהייט,

רוב דאקטוירים זענען מער ווייניגער ארענטליך, אבער דאקטוירים לערנען אין גלייבען וואס מען לערענט זיי, נישט יעדער דאקטער האט צייט אין געדולט צי געוואר ווערען אז אסאך זאכען אין וואס זיי גלייבען איז שקר, ס'איז אסאך גרינגער צי גיין מיטען שוואונג,

למעשה לויט ווי ס'שיינט גייט פאר א גרויסע שוי שפיל, א שוי שפיל וואס קאסט בלוט, די קרימינאלען וואס זענען ליידער ביי די מאכט פארקויפען שקרים אין פיטערן דעם עולם מיט באבע מעשיות פאר זייער אינטערעסען, איטס זשאסט טו בעד, דאס איז די מצב,

פאר מער אינפארמאציע, בעט פין [tag]זר זהב[/tag] זאל דיר געבען זיין ניו יארק טיימס,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נו וואס האסטו געענפערט אויף הוגה'ס באמבע פראגע?
פארוואס איז א קאווע שטיבל ניק וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען חזקיהו המלך וואס האט נישט גאפראווד קיין שום קרעדיבילאטי אדער עווידענס צו וואס דו שרייבסט. נאר אויב שטעלט זיך ארויס אז דיין טעאריע איז פאלש וועסטו סך הכל עפענען א נייער ניק, און וועסט נאך האבן דער פריווילעגיע צו באוואשן דיין פריערדיגער.

און קעגן וועם שלאגסטו דיך ?

קעגן די אלע פאבליק פיגורן וואס שטייען אויס יעדן טאג קריטיק דורך די הונגעריגע וועלף פון די מידיע וואס פאר
א ליווינג ווארפן זיי זיך ארויף אויף יעדן ספק ספיקת שמץ פון א סענזאציע ווי א וועמפייער אויף א גלעזל בלוט.

דו קענסט האלטן אז דו האסט לאגישע טענות, אבער מ'דארף לייגן זאכן דא און פרעספעקטיוו! מיין פריינד.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

אה, כ'מיין כ'האב אויסגעפיגערט וואס גייט געשען נעקסט,

אקעי, די קרימינאלען האבען אינטערגעשטעלט די גאז אטאקע כדי צי ווארפען די שולד אויף אסאד, כדי צי האבען א תירוץ צי אטאקירען סוריא,

קעי, ביז דא שטימט עס, יא ?, פיין,

נעקסט חוץ טאמער עפעס גייט נישט לויט זייער פלאן, גייען זיי אטאקירען סוריא,

נעקסט גייט מסתם געשען אזוי, זיי גייען אליינס אינטערשטעלען א גאז אטאקע בתוככי אמעריקע אין "יעדער וועט אליין'ס פארשטיין" אז סוריא האט עס געטוהן אלס נקמה פאר די אטאקע, אין דאס וועט זיי געבען א תירוץ נאכמער צי אטאקירען סוריא אין נאכמער צי אוועקנעמען פרייהייטען בתוככי אמעריקע, אין באשולדיגען יעדעם אלס טעראריסט,

פרעגטס נישט פארוואס זיי ווילען אטאקירען אמעריקע, כ'האב נישט קיין נערווען יעצט צי שרייבען דערוועגען, אבער אזוי ווילען זיי, אין דאס איז לכאורה די פלאן פאר ווייטער,

מארק מיי ווארדס, ווייל ס'וועט אדער יא אדער נישט געשען, אבער כ'מיין אז יא, חוץ טאמער די מצב וועט זיך טוישען אין ס'וועט שוין נישט "שטימען" אז ס'זאל געשען,

נו, כ'האב גענומען די ריסק אין געמאכט א פרעדיקשען, אבער אפילו ס'וועט געשען, אין אפילו כ'האב עס געשריבען פארדעם, וועלען מסתם רוב ליינער דא נישט גלייבען אז סוריא שטייט נישט אונטער די אטאקע,

עניוועי, דער עיקר ס'זאל נישט שאטען פאר קיין אידען,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
פארשפארט