און לגבי די עצם סיריע קאנפליקט: מי לנו גדול ווי דער דשיפער,וואס האט פארשטאנען אז די מוסלמענער "מוזען" שטענדיג זיין ביזי מיט רציחה און טעראר,איז ווי איידער זיי זאלען זיין ביזי מיט די מערב וועלט,האט ער זיי געמאכט ביזי צווישען זיך...אפען טיש געשטיצט סאדאס כוסעין,און אונטערען טיש געשיקט וואפען אין געלט פאר די אייאטאליס און איראן,אזוי האט ער אונאיינוועגעס נישט נאר געהאט א חלק און פטר'ן די וועלט פון היבש ביסעל טעראר קרבנות,נאר אויך באפרייט די וועלט פון ארום א מיליאן פאטענציעלע באמבע וועסטלעך באניצער...
אני הקטן בעל העגלה ובזמן קריב האלט מיט ביידע. קופערניקוס און בדחן, און מיט בן תמליון, אז חסידיש'ע אידן מיט שמוציגע היטן דארפן אראפגיין צו די יו-ען און מאכן א ויצעקו אז די הריגות און פארגאזונגען פון ציווילע מענטשן זאל זיך אויפהערן. אבער אין די זעלבע צייט דארפן מיר געדענקען אז די פייטערס אין סיריע זענען אל-קעידא'ניקעס וועלכע זענען אליינס גרויסע רוצחים. איך וויל אויכעט נישט פארדרייען דעם נושא פונ'ם אשכול. אבער לאמיר געיבן א בליק אויף די היפאקריטישע יו-ען. ווען מדינת ישראל פירט דורך א באמבארדירונג אויף אן אפארטמענט בילדינג וואו א פאלעסטינער טעראריסט באהאלט זיך, און ס'פייגער'ן אויס עטליכע זייטיגע רוצחים, שרייט מען (און נאך א פאר נארישע אידעלעך אויכעט) אז די ציונים האבן געהרג'ט "סיוויליענס". כאילו אין ארץ ישראל וואווינען נישט קיין סיוויליענס. און דא פארגאזט מען און מ'הארגעט סתם אזוי איבער הונדערט-טויזנט "סיוויליענס". ואין פוצה פה ומצפצף.
בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,
געוואלד, וואס האט פאסירט מיט די עם רחמנים בני רחמנים?? דו האסט שוין פארגעסן פון דעם פסוק לא יומתו אבות על בנים? שוין פארגעסן פון דעם פסוק וואס מיר האבן אקארשט געליינט, על פי שניים עדים יקום דבר??
[tag]יאיר[/tag] עס זעט אויס ווי איר זעט נישט פינקטליך באהאווענט מיט די פרטים, דאס איז נישט קיין צייט ווען מען טיילט עונשים, דאס איז א ציט פון מלחמה ווען על קיידע האט אהערגעברענט זייערע קינדער צו פייטען די סיריע גאווערמענט, איך האב אזויפיל רחמות אויף די קינדער וויפיל רחמנות זייערע עלטערן האבן געהאט ווען זיי האבן געמאכט די שחיטה אין אר"י אינעם האטעל יענעם פסח ביינאכט.....
אגב, אין די תורה טרעפט מען עטליכע מאל א מושג אז מען הרגט א מענטש על שם סופו, די קינדער פון על קיידע וואס זענענן דערהרגט געווארען וואלטן גרויסערהייט געהרגט צענליגער אנדערע...
נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
בדחן האט געשריבן:מען האט געהרגט קינדער וואס די עלטערן זענענן על קיידע און דשיהאד קעמפער,
איך געדענק נישט אז ווען די טעראריסטן האבן געהרג'ט קינדער אין אר"י - אסאך קינדער, זאל איינע פון די דשיהאד קעמפער פארלאזען א טרער, די טעראריסטען האבן שוין געהרגט טויזענטער קינדער אנגעהויבן אין אר"י און געענדיגט אין טעטשניע, יעצט שפירען זיי וואס זיי האבן געגעבן צו שפירען פאר אנדערע עלטערן... מיט אפעטיט.
וואס גייט דיר אן אז קינדער אין אר"י ווערן גע'הרג'ט, זיי זענען דאך קינדער פון ציונים, פושעים, רוצחים (די שואה האבן זיי אויספלארנירט)?
הוא אשר דיברתי. ס'איז דא נארישע אידעלעך וועלכע האבן זיך נאכנישט אויסגעטשוכעט פון די פראפאגאנדא וואס ר' סענדער דייטש זכותו יגון עליו האט פארקויפט אין "דער איד", פאר וועלכן ער האט באקומען גוט באצאלט.
[tag]קופערניקוס[/tag], זייער ריכטיג און זייער פיין געשריבן. מיין הארץ איז מיט דיר אלל דע וועי אבער מיין קאפ, מיין שכל זאגט מיר אז ס'מעגליך אז מען זאל זיך נישט אריינמישן. נישט ווייל זיי זענען קינדער פון גוים אדער אל קאידע, דאס איז נעריש און קאלטבלוטיג. אונז מוזן געדענקן אז מיר ציווילע בירגער האבן ניטאמאל א פראקציע פון די אינפארמאציע וואס די רעגירונג און די אינטעליגענט קאמיוניטי פארמאגט. מיר זעהן נישט אפילו א האלבע בילד. עס איז מעגליך אז אבאמא ווייסט אז אויב ער וועט וועט לאזן זיינע רחמנות געפילן דיקטעיטען זיין פאליסי און ער וועט העלפן די רעבעלן וועט עס קאסטן מער אומשולדיגע לעבנס, אזוי ווי עס איז געשעהן עטוואס אין יוגעסלאוויע און אין אנדערע ערטער. און די זעלבע איז מיט סודאן. אין אזעלכע פעלער איז שייך די בוחר את הרע במיעוטו. מען טאר נישט מאכן קיין rash decisions ביי אזעלכע זאכן, ווייל די רחמנות קען ברענגן ערגערע קאנצעקווענצן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ווער ביסטו מפקיר צו זיין דאס לעבן פון אומשולדיגע פרויען און קינדער אדער אפילו מענער, ווייל זייער טאטע, מאן, פעטער וכו' האט זיי מפקיר געווען? אויב קענסטו עפעס טון זיי צו ראטעווען ביסטו מחויב זיי צו העלפן מצד מאראל, יומעניטי און מעגליך מצד אידישקייט. איי אפשר וועט דאס קינד אויפוואקסן א טעראריסט? עס איז נישט דיין דעפארטמענט צו מאכן חשבונות, אז א קינד ווערט אומגעברענגט דארפסטו טון וואס דו קענסט אים צו ראטעווען.
בן סורר נידון על סופו? להד"ם! עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך! נעווער! עס איז fiction, די תורה האט עס נאר געזאגט אז מ'זאל ארויסלערנען זאכן דערפון.
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בדחן האט געשריבן:בקיצור [tag]הוגה[/tag] איך פארשטיי אז די האסט נישט קיין ענטפער נאר אביסל דעמעגאגיע, מסכים.
אפגעפרעגט...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס! וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.