עם לבבי אשיחה - מיט מיין הארץ טוה איך שמועסן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

זכרתי ימים מקדם, שנות עולמים.
איך זיץ יעצט דא ביינאכט, אין די טונקלקייט פון די וועלט, ווען דער גאנצער בריאה איז איינגעהילט אין איר טיפן נאכט שלאף, דער גשמיות'דיגע בייטאג טומל איז אונטערגעגאנגען צוזאמען מיטן זין, און איר ארט האט פארנומען א רוחניות'דיגע טונקלקייט. אצינד איז שא-שטיל, קיינער איילט זיך נישט דען עס איז נישטא וואוהין. די זין האט שוין געלאזט וויסן פאר דאס ערדישע מענטשהייט אז זייער צייט איז געקומען, זיי האבן שוין נישט וואס צו זוכן אצינד, עס איז צייט זיך צו לייגן שלאפן.
אצינד ווערט די בריאה ערפילט דורך די רוחניות'דיגע אידן, מארי דחושבנא. פון דא און דארט הערט זיך ארויס פון א אידישע שטוב א קול תורה וואו דער טאטע נוצט אויס די רואיגע ביינאכט שעות אויף הוגה צו זיין בתורת השם, בשעת די משפחה שלאפט און וויגט זיך מיט די טאטע'ס זיסע קול תורה, ערגעץ אין א טונקל בית-המדרש מאכט זיך א איד דאוונט א פארשפעטיגטע מעריב, אדער איז גלאט אזוי פארבליבן לערנען ליל-שישי אין שוהל. די גשמיות עקזיסטירט נישט אצינד און די צייט איז געאייגנט פאר הוילע מיסטישע רוחניות.
אצינד, ווען אלעס איז שא שטיל און בלויז די לבנה מיט די הימל שטערן באלייכט די בריאה מיט א שוואכע שיין, ערלויבט דאס פאר די מענטשהייט צו מאכן איר חשבון-הנפש וואו זי האלט אויף די וועלט.
אט אין די יעצטיגע מינוטן, זיץ אין אצינד מיט מיין זעל, מיינע זכרונות און נאסטאלאגישע געפילן וועקן זיך אויף צו מיינע יוגנד יארן, עת לומדי בישיבה בארץ-ישראל... זיצנדיג דארט אין דעם ווינקל אשר בצלו חמדתי וישבתי ופריו מתוק לחכי. איך דערמאן זיך די טישן פון יענעם ארט (איך באלאנג נישט דארט), די ווארעמע טונקעלע שלש-סעודות, די פילע שיחות נפש וואס איך האב אפגעהאלטן מיט יענעם רבי'ן...
מיין יונגע געפילן זענען נאך יונג געווען, מיין מח איז נאך ניי געווען. די געפילן פון יענע ישיבה יארן האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין ניכטערן מח און איז דארט פארבליבן זיצן. עס איז א בחינה פון 'אין האשה כורתות ברית אלא עם מי שעשאה כלי' - אט די ישיבה איז דער עשאה כלי ביי מיר. דארט בין איך אויפגעוואקסן אין מיינע שענסטע יארן, און דער זיסע טעם ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער, און ווען איך דערמאן זיך דערפון, צוגייט עס מיר אין אלע גלידער מיט א זיסקייט. די דאזיגע יארן זענען געשריבן געווארן אויף א נייר שאינו מחוק, דאס האלט זיך אויף שטענדיג, און וויפיל וואסערן עס זאלן נאר דורכפליסן די אטלאנטיק, וועלן זיך די געפילן שטענדיג דערוועקן.
איך דערמאן זיך די ווארימע פרייטאג-צו-נאכטס טישן. עס איז נישט געווען דארט קיין מאסן מענטשן, אבער דער ציבור באיכות איז געווען גאר ערנסטער און חסידי'שער ציבור אידן חסידים פלעגן קומען צו די טישן און זיך ווייקן מיט די ווארימע התעוררות ניגונים, מלא רגש און געפיל. מיט מיין יונגן מוח און געפיל האט עס מיר שטארק געצויגן און איך פלעג קומען יעדע וואך חוק ולא יעבור. עס האט געהערשט דארט זייער אן ערנסטע און התעוררות'דיגן מצב, די חסידים זענען געשטאנען ארום און ארום, בשעת דער רבי איז געזעצן גראד און פארגלייזט זיינע אויגן, זיננגענדיג די ניגוני התעוררות מיטן ציבור.
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ווען דער רבי פלעגט אריינקומען צום טיש... דער 'ריבון כל העולמים' פון נאך שלום עליכם, ווי אזוי דער רבי פלעגט זיך בעטן מיט פארמאכטע אויגן און גראדע רוקן, זיך נישט רירנדיג מיטן גוף, און מיט א דינע זיסע איידעלע שטימע פלעגט ער זיך בעטן מיט א דביקות, "אה, וזכנו לקבל שבתות... אה וזכנו, וזכנו, וזכנו לקבל שבתות, מתוך רוב שמחה, מתוך רוב שמחה..." - אזוי פלעגט ער איבערזאגן ווערטער איינמאל און נאכאמאל, און מיט זיין זיסע איידעלע שטימע זיך געבעטן און מתחנן געווען לפני קונו, בשעת א שטילקייט האט געהערשט אינגאנצן ארום, אז מען האט געקענט טאפן די ערנסטקייט מיט די הענט. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער געוויסע שטיקלעך פון דעמאלס, ווי אזוי דער רבי פלעגט זיך בעטן למשל ביי "ותן בנו יצר טוב" אדער ביי "ושיוותי ה' לקראתי", בשעת ער זאגט איבער די שטיקלעך עטליכע מאל מיט א אצילות'דיגע דביקות און מיט א זיסע שטימע... ס'איז שווער אראפצולייגן די געפילן אויף פאפיר.
עס שווימט מיר אויף די הייליגע שבת'דיגע טישן, די ערנסטקייט פונעם ציבור און פונעם רבי'ן, די תורות מיט א ספעציעלן ניגון אויף א שטילן טאן, בשעת די יונגע בחורים, חסידים, שטופן זיך אונטערן טיש צו הערן די דברי תורה פונעם רבי'ן. זייענדיג יונג און נישט האבנדיג די היינטיגע שטותים אין קאפ, האב איך געהאט א שטארקע געפיל דערצו, איך פלעג זיך שטיפן הערן די תורות און פיל ווערטער און געדאנקען ליגן מיר נאך היינט אין זכרון, ווי דער רבי פלעגט נאכזאגן פון די פריעדיגע רבי'ס הקודמים אותו, צולייגנדיג נופך משלו.... אוי איז דאס געווען געשמאק... די ניגונים, קה-אכסוף, קה-רבון, מיט א דביקות והתעוררות, בשעת דער גאנצער עולם ווערט מיטגעשלעפט דערין... ווער רעדט נאך פון די טאנץ נאכן טיש... דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, קען מען דאס נישט ממחיש זיין מיט בלויזע ווערטער... א לענגערע צייט פלעגט זיך דער עולם הייבן לכבוד שבת, בשעת דער רבי טאנצט מיט פארמאכטע אויגן... אה, ווי אזוי קען מען דאס בכלל ממחיש זיין?
איך דערמאן זיך מיינע אייגענע התנהגות אלס בחור, מיין ערנסטקייט, מיין איידלקייט, און איך ווער צובראכן וואס עס איז פון מיר געווארן. איך דערמאן זיך ווי אזוי איך פלעג אויפשטיין יעדן פארטאגס מיט א זריזות. איך האב זיך דעמאנט פון שבת, ווען איך פלעג אויפשטיין פארטאגס, פלעג איך דורכגיין א געוויסע ישיבה אין די זעלבע שטאט, פלעג איך יעדע וואך ארויסהערן בחורים פון א שיעור-צימער וואס פלעגן פירן א זיץ שבת ביז די אינדערפרי שעה'ן. בערך פינף-דרייסיג פארטאגס איז עס געווען, די גאסן זענען נאך געווען האלב-טונקל און א ליידיגיגקייט האט געהערשט דערויף, בלויז עטליכע ליטווישע אידן זענען שוין געקומען צו גיין מיט די טליתים צום דאווענען וותיקין. איך פלעג גיין אין מקוה, וואס איז נאך דאן ליידיג געווען, און פון דארט אין בית-המדרש זיך זעצנדיג לערנען. איך געדענק אז איך האב געהאט א פרומע תקופה וואו איך פלעג אויסזאגן תהלים שבת פארן דאווענען.
איך קען נישט פארגעסן די ווארעמע דאווענענ'ס, נשמת און נאך. עס איז געווען א מעין-עולם-הבא מיטן פולן זין פון ווארט. דער קידוש נאכן דאווענען וואו דער רבי פלעגט משמיע זיין דיבורי צחות און גוטע ווערטליך, דערנאך די סעודה... טעם גן-עדן.
און אז עס קומט שלש-סעודות... ווער קען בכלל דערמאנען מיט ווערטער... למען האמת, איך האב דא פריער אפגעשריבן א לענגס אויף שלש-סעודות, איך האב עס אבער אויסגעמעקט צוליב חשש גילוי, אז מען וועט דערקענען פון וועלכן ארט מען רעדט... עס איז אבער א מורא'דיגע מעמד ומצב וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן מיט ווערטער... די ניגוני-התעוררות, די תורות, עס שניידט שטיקער. אינדרויסן הערט מען שוין אטאמאבילן פייפן, עס איז שוין מוצאי שבת, אבער נישט אין בית-המדרש. דארט שאקלט זיך דער עולם אין דער טונקל און די געפילן דערהייבן זיך העכער און העכער.
לאמיר שוין נישט רעדן פון שבת, זאל שוין זיין אינמיטן וואך: איך דערמאן זיך מיין התנהגות, מיין לערנען, מיין אפגעהיטנקייט, מיין ערליכקייט, מיין דאווענען, מיט אזא טעם, אזא געשמאק. איך געדענק אז איך פלעג לעבן אין לערנען, עס איז געווען מיין האבי, מיין עולם-הזה. איך דערמאן זיך אין מיינע מחשבות, ווי אזוי איך האב געוואלט זיין גוט, געשטרעבט צו זיין ערליך, געהאט שאיפות אין לערנען, דאווענען און אלעס וואס א בחור דארף שטרעבן.
איך גיב זיך א קוק אום היינט: געוואלד רבונו-של-עולם!!!!! וואו בין איך? - וואס איז מיט מיר געשען? - וואו איז אוועק די אלע גוטע יארן? - פון דעמאלס ביז היינט איז מיין קאפ אנגעפילט געווארן מיט שטותים און הבלים, ווידאוס און קינדערישע וועלט-פאליטיק, ביזנעס און שיינע מעבל, נארישע חקירות און נאכגיין די לעבנס-שטייגער פון אלע סארט גוים ארום די וועלט...... דאס איז אנגעפילט געווארן אין די יונגע תמימות'דיגע קעפעלע, וואס האט געהאט אזויפיל שיינקייטן און גוטס אין איר.
איך גיב זיך א קוק אום אין וואספארא קטנות איך לעב, וואספארא תאוות איך לויף נאך, ווי אזוי איך פראביר צו פארשענערן און פארבעסערן מיינע תאוות'דיגע געברויכן, מיינע גשמיות'דיגע געברויכן, מיינע נארישע מחשבות פון פאליטיק און נארישקייטן, און צומאל רעד איך זיך איין אז עס איז גאר א גוטע זאך אזוי, עס איז אזוי דער רצון השם... געוואלד! וואס איז געווארן פון מיר? - פארגרעבט! - עס איז א בחינה פון א בין אין חריין וואס מיינט אז בעסער דערפון איז נישטא.
יעצט, אין אזא נאכט שעה, ווען עס דערוועקט זיך דער בת-קול היוצא מהר-חורב און שרייט "לכבוד, שובו בנים שובבים", דער קול שרייט "זכרתי לך חסד נעוריך, אהבת כלולותיך - דערמאן זיך די גוטע יארן ווען דו ביסט געגאנגען מיטן באשעפער, די זיסע יארן ווען דו האסט געשפירט דעם אמת'ן טעם אין רוחניות, נישט די נארישע הבל'דיגע זאכן וואס ברענגען נישט קיין סך, אויסער עטליכע גשמיות'דיגע הנאות עולם-הזה..."
דער קול שרייט פון הארץ: וואו ביסטו פארפארן? - וואס איז מיט דיר געשען? - ביסט דאך אזוי פארגרעבט און פארדרייט. ווי אזוי ביסטו אהער אנגעקומען? - שובו בנים שובבים.
יא, אסאך יארן זענען שוין פארלאפן פון דעמאלס. מיין טאטע שליט"א מיט מיינע מחנכים האבן פאראויס געזאגט אויף מיר גרויסע זאכן. ווען איך בין א חתן געווארן האט א איד דערציילט פאר מיין שווער שליט"א אז דער רב פון בית-המדרש האט יענעם געזאגט שיחו לפי תומו (נישט קלערנדיג אז עס וועט אנקומען צו מיין שווער) "ר' פלוני האט גענומען א חתן, וואס ער וועט נאך זען פון אים אזויפיל נחת, אז ער וועט בענטשן דעם טאג וואס ער האט אים געגעבן פאר זיין טאכטער". און יעצט??? - קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס וועט זיך אויסקאכן פון מיר, די זאכן וועלן זיך אנטוויקלען אנדערש פון וואס יעדער האט געקלערט, על אפם וחמתם פון אלע וואס האבן עס ערווארטעט. אנשטאט אויפצובויען די כשרונות און רוחניות'דיגע אייגנשאפטן מיט וואס איך האב אנגעהויבן מיין לעבן, האבנדיג אלע מעגליכקייטן דערצו, האב איך זיך אריינגעלאזט אין שעפן וואסער פון בורות נשברים, נארישע אומנוצבארע זאכן וואס קומען נישט צונוץ. מי מילל ומי פילל אויף אזא חרבן נפשי.
וויי געוואלד.
וואס איז פון מיר געווארן?
אידן טייערע: איז נאך דא א תיקון פאר מיר? - קען נאך עפעס פון מיר ווערן?

- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
ביסט נישט דער איינציגסטער, נאר א ערלעכער יונגערמאן טראכט אזוי, יעדער גייט אדארעך פארשידענע ניסיונת אין לעבען, תשובה העלפט אין הייבט, ווי אזוי האט היי סבא געזאגט פאר אביי? כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, (סוכה נב א.) נעם דיר פאר, נישט צי רעדען ביים דאווענען אין בענטשין ווארט ביי ווארט, אין דע אלע גיטע טעג וועלן צריק קימען,
ר"ה ביים דאווענען האב איך באמערקט א אינטערעסאנטע זאך, אז וויינן וויינען נאר ערלעכע אידן, בעלי עבירה רעדען אין לאכען א גאנצע דאווענען, אבער מיט דע צייט וועלן זיי אויך זיך טוישן אין וועלן אנהייבן דאווענען, יעדעס ווארט וואס די האסט געשריבען ווייזט ווער די ביסט, דער רב האט דיך גיט געקענט,

איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- גראדער
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
אלף נכנסין ואחד יוצא! עס זענען פארהאן אסאך ערליכע תמימות'דיגע געהויבענע בחורים, אבער ווען עס גייט אריבער אפאר יאר נאך די חתונה און מ'נעמט אפיר א בילד פון די זעלבע כיתה צען יאר שפעטער, זענען נאר געציילטע געשטיגן, 'רוב' פאלן!
על זה דוה לבנו, ס'טוט וויי די הארץ, אמאל אין א ניכטערע מינוט ווען דער מענטש געבט א שטעק ארויס דעם קאפ פונעם בארג שמוץ און וואס ער געפינט זיך, ער דערמאנט זיך דעם עבר, דערזעט זיך מיטן הווה, און הייבט אן טראכטן פונעם עתיד, נעמט אים די נשמה נאגן און קלאגן, אבער ווער נישט צובראכן מיין פריינט, רוב מאל בלייבט עס ביי דעם, מ'געבט זיך שנעל א טונק צוריק איין אין טינופת און דער קאפ ווערט ווידער פארדרייט ביז די זמנים פון בענקשאפט ווערן ווייטער און ווייטער איינע פון די אנדערע, און די קומענדיגע מאל וואס דו וועסט זיך דערמאנען דערפון איז ווען דו וועסט עס דערציילן פאר דיינע אייניקלעך מיט נאסטאלגיע...
די סיבה איז זייער פשוט, אלס בחור אין ישיבה איז מען ארומגענומען מיט רוחניות, מ'הערט נישט און מ'זעט כמעט נישט עפעס אנדערש, ווען מ'קומט אבער ארויס אויף די פרייע וועלט, מ'טרעפט זיך אן מיט אלע קאלירפולע געשמאקע זאכן וואס דו וועלט האט צו פארקויפן, האבן ווייניג די שטארקייט נישט צו ווערן נאכגעשלעפט.
אויב מיינסטו עס אבער יא ערנסט, אויב איז ביי דיר קלאר ווי דער טאג אז א טאג וועט קומען ווען מ'וועט אפגעבן דין וחשבון, ווי דער גר''א זאגט, דין אויף די עבירות און חשבון אויף די מצוות און מעש''ט וואס מ'וואלט געקענט טון אין די צייט, אויב ווייסטו פאר א פאקט אז דעמאלס וועט מען דיר נישט געבן קיין קרעדיט אויף די שיינע מעבל וואס דו פארמאגסט, מ'וועט זיך נישט רעכענען מיט די גלענצענדע ביזנעס וואס דו האסט אויפגעשטעלט, מ'וועט דיר נאר מעסטן לויט די ערליכקייט און עבודת השי''ת וואס דו האסט געפראוועט, (וואס קען מען טון אפי' ביי די ארבעט, ואכמ''ל) אויב ווילסטו באמת זיך נעמען אין די הענט אריין, דאן לאז נישט דעם בת קול פארלוירן גיין, נאר טו 'שוין' למעשה.
דער גר''א זאגט, דער גרעסטער גיהנום וועט זיין, ווען א מענטש וועט ארויפקומען אויבן, און ער וועט זיך איבערצייגן וואס ער וואלט געקענט פארדינען יעדע מינוט און יעדע רגע, און ער וועט זען וויאזוי ער האט עס פארפאטשקעט מיט נארישקייטן, דער צער און טיפער ווייטאג וואס ער וועט האבן יענע רגע, קען מען זיך נישט אויס'משל'ן מיט די ערגסטע יסורים אויף די וועלט, קיין שום צער אין גיהנם קען נישט צוקומען צו דעם צער!
איז וואס איז די עצה?
ר' שלום שוואדראן זצ''ל האט דערציילט, אמאל בין איך געגאנגען צו ר' אלי' לאפיאן זצ''ל בעטן חיזוק אין א געוויסן ענין, ר' שלום איז נאך געווען א אינגערמאן און ר' אלי' איז שוין געווען א זקן, ווען ר' שלום האט געענדיגט זיך אויסרעדן ביזן סוף האט ר' אלי' אים געגעבן א קוק אן, ער האט אים נאר געזאגט דריי ווערטער, איי ר' שלום, ווען איך וואלט נאך געהאט א שווארצע בארד.... איי....
ר' לכבוד, איך ווייס נישט צו אייער בארד איז שווארץ - רויט אדער גרין... איך גלייב אבער אז ווייס איז עס נישט, איר קענט זיך אוועקזעצן מיט א קלארן קאפ, מחליט זיין וואס איר ווילט אין לעבן, און אנהייבן טון למעשה, אמאל פאדערט זיך ממש קליינע שינוים, און אמאל פאדערט זיך דראסטישע שריט, און אמאל פאדערט זיך צו טון זאכן וואס קוקן אויס אומאויספירבאר, אבער נאכדעם וואס איר וועט טון למעשה וועט די הנאה און געשמאק אלעס דעקן! א מענטש קען און האט די מעגליכקייט מחליט צו זיין און אויספירן למעשה! א מענטש איז ביכולת זיך אוועקצושטעלן אויף דעם סדר החיים וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג! און דער הנאה פון גיין אויפן ערליכן וועג שטייגט איבער אלע נארישע דמיונות פון הנאות גשמיות.
ווער זאגט דיר?
וואס הייסט ווער? דו זעסט נישט ווער ס'זאגט... ערנסט גערעדט, דער אוה''ח הק' זאגט אין פרשת ראה, משה רבינו האט געזאגט פאר כלל ישראל אז עס איז דא צוויי וועגן צו גיין, א דרך התורה, און דאס פארקערטע, און ער האט מייעץ געווען, ובחרת בחיים! זאגט ער אזוי, אמאל קומט א מענטש און רעדט צו צו גיין אויף א געוויסן וועג, זאגט מען אים, ווער ביזטו צו זאגן, דו ווייסט דען ווי געשמאק ס'איז צו גיין אויפן פארקערטן וועג? משה רבינו איז געקומען פארקויפן די תורה פאר די אידן, האבן זיי געקענט טענה'ן וואס ווייסטו ווי געשמאק ס'איז צו זיין א באם... ווי געשמאק ס'איז צו מאכן א לעבן... צו טראכטן פריי, צו חקר'נן און דמיונ'ן וכו' וכדו' האט משה רבינו געזאגט אזוי, איך בין געווען א מלך אין כוש יארן לאנג, געהאט אלע תענוגי עוה''ז, משה רבינו איז כידוע געווען א גרויסער עושר, א גיבור עצום, ס'האט אים גארנישט געפעלט אויף די וועלט, דערנאך איז ער געווען פערציג טאג אין הימל, אינגאנצן אויסגעטון פון גשמיות, ''איך האב געזען ביידע זייטן פון די מטבע'' האט משה רבינו געשריגן, ראה 'אנכי' איך האב אלעס געזען, איך ווייס ווי געשמאק ס'איז די אלע שטותים והבלים און וואס מענטשן ליגן היינט, איך קום שוין פון דארט, און איך זאג דיר מיין פריינט, 'ובחרת בחיים' פארוואס? למען תחי'! כדי דו זאלסט מאכן א לעבן!
און זאג נישט אז מ'קען נישט, ס'איז צו שפעט, כ'בין צו פארפלאנטערט, ס'גייט נישט אזוי, וכו' איך קען אידן וואס האבן געהאט די אלע תירוצים און נאך, און האבן מיט דעם אלעם דראסטיש אפגעלאזט די שטותים און לעבן היינט נאנט צום רבש''ע.
ווען דער בת קול איז ארויס אז ר' אלעזר בן דורדיא וואס האט תשובה געטון נאכן עובר זיין אויף כל עבירות שבתורה איז זוכה צו חיי עוה''ב, האט רבי געוויינט, בכה רבי יש קונה עולמו בשעה אחת, פארוואס וויינט רבי, רבי האט אים נישט פארגינען? ח''ו, רבי האט געוויינט אז אויב אין איין שעה קען א מענטש זוכה זיין צו חיי עוה''ב, קענען מיר דאך יעדן טאג פיר און צוואנציג מאל זוכה זיין צו עוה''ב, פארוואס פארפאטשקען מיר עס? אויף דעם האט רבי געוויינט.
איז לאמיר אויפהערן צו וויינען, לאמיר טון למעשה...

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
את לבבי אשיחה וירוח לי.
איך וויל זיך דורכרעדן מיטן עולם דא, איבער מיין מצב.
קודם כל, א גרויסן דאנק פאר אלע וואס האבן מיר געשריבן און מייעץ געווען. די ווערטער זענען מיר געווען למשיב נפש און אריינגעבלאזן פיל הויפענעס חיזוק, איך האב געשפירט אז מען הערט מיר אויס און מען פארשטייט מיר. פון די אנדערע זייט האב איך אבער געשפירט אין די ווערטער א תוכחת מגולה, אייערע ווערטער האבן תובע געווען און געשטאכן, זאגנדיג "אז דו פארשטייסט יא? - דאן נעם דיר אין די הענט אריין!". אלזא, עס איז געווען א חיזוק מצד אחד און א תביעה אויף ווייטער.
דעריבער, וויל איך שטארק אויסשמועסן מיין יעצטיגע מצב, אויף די שפארעס פון קאווע שטיבל, און אדרבה! - איך וויל הערן עצות, מיינונגען און זאכליכע הערות, ווי אזוי איך דארף אננעמען די יעצטיגע מצב וזמן. איך וועל שטארק דאנקבאר זיין פאר ווער עס קען מיר ריכטיג העלפן.
מיינע בחור'ישע יארן איז שוין דא פיין אויסגעשמועסט געווארן, הגם מען קען נאך אסאך ארומרעדן איבער דעם, אבער דער בליק מיין איך האט יעדער ארויס. איך דאנק דער רבונו-של-עולם וואס האט מיר געשאנקען שיינע בחור'ישע יארן, אז איך האב געקענט שפירן א טעם אין רוחניות, א זאך וואס קומט מיר שטארק צונוץ אין די יעצטיגע טעג, ווען עס ווערט נתעורר דער געפיל פון 'זכרתי לך חסד נעוריך', און איך ווייס וואס געשמאק הייסט באמת, און אפשר, אפשר וועט דאס זיין דער שליסל וואס וועט מיר באמת קענען צוריקברענגען אויפן ריכטיגן וועג.
לענינינו:
נאך די חתונה האב איך אנטוויקלט אן אינטערעסע צו ביזנעס און געלט. כמובן אז איך האב זיך אריינגעלאזט אין ביזנעס, אויפגעבויט מיין אייגענע ביזנעס און וואס א טאג עס איז אריבער האב איך אלס מער און מער פארגעסן פון מיין שיינעם עבר, זיך אריינלאזנדיג אין ביזנעס און געלט. אנדערע זאכן האבן מיר מער נישט פאראינטערעסירט.
כמובן אז דאס קומט מיט א פרייז. די ביזנעס וועלט איז דאך נישט אזא רוחניות'דיגע און איז פארבינדן מיט נסיונות, פרויען, אינטערנעט און נאך. די דאזיגע זאכן ברענגען שווערע נסיונות, און הגם דאס איז דאך די עבודה פון א איד איז דאס פארט נסיונות וואס אמאל קומט מען דורך מער און אמאל ווייניגער.
נסיונות אליין איז א האלבע צרה, דערויף וואלט מען שוין געענטפערט אז לכך נוצרת, דאס איז די עבודה פון א מענטש און עס איז נישט קיין קונץ צו זיצן בין-כותלי בית-המדרש און זיך ווייקן מיטן באשעפער, נישט טוענדיג גארנישט. עס וואלט מיר שוין אויך נישט געבאדערט די אנדערע זאכן וואס די נסיונות ברענגען מיט, נעמליך אז מען הויבט אן צו פארלאנגען אין שטוב געוויסע זאכן כדי צופרידן שטעלן געוויסע גשמיות'דיגע באדערפענישן וד"ל. אמת, אין מח נארט מען זיך (און אפשר מיט רעכט) אז די סיבה איז משום קדושה, וויבאלד מען איז פארט אויף די גאס און אפשר איז די סיבה גאר עפעס אנדערש? – לאמיר שוין זאגן אז די סיבה איז יא צוליב דעם, איז עס ווי מען מאכט א שניט כדי ארויפצולייגן א באנדאזש דערויף... כ'מיין מען לייגט זיך אריין בלועו של ארי, און דערנאך פארלאנגט מען אינדערהיים...
אבער דאס אלעס באדערט מיר נישט. פארט איז דאס לעבן, דאס איז וואס גאט פארלאנגט, מען דארף דאך לעבן (הגם אי לחשוש יש לחשוש אז אונזערע עלטערן האבן נישט געהאט די סארט נסיונות ביי די ארבעט, און אפילו היינט איז פאראן פיל אנדערע ארבעט וואס פארלאנגט נישט די נסיונות. למעשה האט מיר דער באשעפער אריינגעשיקט אין די פאזיציע).
וואס מיר באדערט איז גאר עפעס אנדערש, נעמליך דאס ווייטקייט פון רוחניות, וואס ווערט איבערגענומען דורך גשמיות, דער גראבע לעבנס-וועג וואס מיין מצב ברענגט מיט זיך אין אלע הינזיכטן. דאס נישט זיין אינטערעסירט אין רוחניות, די קאלטע דאווענענ'ס, דאס דרימלען ביי די סעודת-שבת, אנשטאט א ווארעמע סעודה. מען איז דאך אינגאנצן פארגרעבט.
צוטריט צו די ברייטע גאס קומט מיט, מיט אסאך אנדערע זאכן. איך האב זיך געטראפן מיינע האביס אין וואס איך האב ליב עוסק צו זיין, לאו-דוקא אסור'דיגע אבער פארט גראבע גשמיות'דיגע. איך בין געווארן אריינגעלייגט אין מאוויס, האליוואד, עקטערס (הונדערטע שעות פון **** אין די סיטי וכדומה לזה), און ניין - איך אנטלויף שוין נישט ווען עס קומט ארויף אן אומאיידל בילד, ס'איז שוין אקעי. נאכמער; איך קען שוין אראפקוקן איינער וואס אנטלויפט יא, ער קען שוין באטראכט ווערן ביי מיר אלס 'פאנאטיש', עכ"פ ביזן מאכן דעם אמת'ן חשבון הנפש. איך האב אנגעהויבן גלייכן פאליטיק וכדומה.
און איר זאלט נישט קיין טעות האבן. איך רעד דוקא פון דברים מותרים, איך מיין נישט דברים האסורים ח"ו (הגם דאס איז אויך דא, אבער נישט דאס איז די נקודה). די נקודה איז די השפעה פון די דרויסנדיגע וועלט, וואס האט געלאזט א גראבע אפעקט אויף מיין גאנצע לעבנ'ס שטייגער. יא, אויף א כשר'ע וועג, אבער אויך אויף א גראבע וועג, וואס אנקוקנדיג מיט א ניכטערן בליק איז עס עקלדיג און מיעס... איך האב דעוועלפט א תאוה און געשמאק צו א שיינע קאר, צו א גוט שטיקל פיצא מיט אלע צוגעהערן, איך האב ארויס די סוד פון שיינקייט און געשמאק, איך פארשטיי מיין וועלט. איי וואס איז שלעכט? - טאקע נישט שלעכט, אבער גראב אין גשמיות אריינגעטינקען, און ווי מער מען לעבט אין גשמיות, אלס ווייניגער קען מען לעבן אין רוחניות. עס איז א פאקט.
אין איין ווארט: אנשטאט די אמאליגע לעבן אין רוחניות און קליינע השגות אין גשמיות, איז געווארן פארקערט - מען לעבט אין גשמיות און מען פארמאגט קליינע השגות אין רוחניות.
אט דאס שטערט מיר זייער שטארק.
אלזא, איך ווייס אז אויב וויל איך באמת זיין א חסידי'שע איד, איך וויל באמת טון דאס וואס איך דארף, וואלט איך געדארפט מאכן א ריסעט אויף מיין לעבן, זיך אויפהייבן קיין ארץ-ישראל, איבערלאזן דאס גאנצע ביזנעס מיט די גאנצע מעשה און פשוט אנהויבן פון וואו מען האט איבערגעלאזט אמאל.
עס זאגט זיך אבער פיל גרינגער ווי געטאן. אמער, איך דארף דאך אהיימברענגען פרנסה פאר די קינדערלעך. בכלל, ארץ-ישראל איז נישט ווי אמעריקא און דאס לעבן דארט איז אסאך שווערער. איך רעד נישט פון דאס צוריקגעבליבנקייט, דאס שטערט מיר גענצליך נישט, איך קען אזוי לעבן זייער געשמאק, אבער די געלט, פרנסה. דען איך וויל נישט אז ביים חתונה מאכן קינדער זאל איך פארברענגען אין 'ווילהאמספוק' א דריי-פערטל יאר, אוועק פון ווייב און קינדער, ווייל כ'דארף חתונה מאכן. מען דארף דאך האבן א פלאן מיט פרנסה.
אפילו זיך נעמען אין די הענט אריין אין אמעריקא, איז דאס זייער א שווערע זאך. דען איך בין געבינדן צו אן ארבעט און דאס שלעפט מיר אראפ אין רוחניות, איך בין געבינדן צו נסיונות, און אפילו אן די נסיונות, עס איז א גשמיות'דיגע וועג פון לעבן, און עס ציעט מיר אראפ צו גשמיות. און די טבע הדברים איז אז ווי מער מען איז געבינדן צו גשמיות, אלס מער איז מען ווייטער פון רוחניות.
איך ווייס, מענטשן וועלן מיר קומען זאגן, זיי דיר מחזק, אפילו אין דיין ארבעט קען מען דינען דעם אויבערשטן און אז דאס איז די עבודה פון א מענטש. עס איז אבער ווייט נישט אזוי, די דאזיגע פאזיציע וואו איך זיץ יעצט איז צו זיין אפן צו א גשמיות'דיגע וועלט, א זאך וואס איז א סתירה צו אמת'ע רוחניות און צו קרבת אלקים לי טוב.
אלזא, ווי אזוי דריי איך זיך ארויס פון דער מצב?
נ.ב. איך גלויב אז עס וועלן זיין ליינער וואס וועלן נישט פארשטיין פונקטליך וואס מיר באדערט, אבער איך גלויב אויך אז אסאך וועלן מיר יא פארשטיין. אדרבה, ווער עס קען מיר העלפן, איז וועלקאם.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' גראדער שליט"א: ס'איז דא נאך א פשט אינ'ם מאמר חז"ל "בכה רבי". ס'האט צו טון מיט א מעשה וואס די אלטע אידישע ליכט האט געברענגט. בקיצור נמרץ: ס'געווען א בעל עגלה וואס איז געווען זייער א גראבער יונג. ר'האט אפילו עברי נישט געקענט. איין האבי האט ער געהאט. ר'האט ליב געהאט צו כאפן פייגל. לאידך גיסא. האט ער געטון כל עבירות שבעולם. איז ער אמאל געפארן דורך א וואלד און ר'האט געהערט קולות. "ראטעוועט". איז ער נאכגעגאנגען דעם קול און ר'האט געזען ווי א גאנצע משפחה מיט דעם פערד און וואגן זינקט אין די בלאטע. אומר ועושה. ר'האט צוגעבינדן דעם זינקענדיגן וואגן צו זיין וואגן און געגעבן א שמייס די פערד. ווען ר'איז געשטארבן און געקומען פאר'ן בית דין של מעלה האט מען איהם צוגעפסק'נט גן עדן. אבער דער פראבלעים איז אז אין גן עדן זיצן אידן מיט א גלעיזל טיי ביי אן אפענע גמרא און מ'לערנט. האט מען איהם געפרעיגט . וואס איז געוועין זיין תענוג אויף דעי וועלט האט ער געזאגט. "כאפן פייגל". האט מען איהם געגעיבן א פייגל שיסער און געשיקט כאפן פייגל. דאס איז פשט . אויף דעים האט רבי געוויינט. אז "יש קונה עולמו בשעה אחת" און ר'איז נישט צוגעגרייט.