kliger האט געשריבן:סנהדרין עא א אמר ר' יונתן אני ראיתיו וישבתי על קברו
אודה ולא אבוש, כ'האב קיינמאל געזעהן די גמרא בפנים, כ'האב נאר אלעמאל געהערט פון מיינע רביס אז די גמרא זאגט אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין בן סורר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין קענען מיר נישט ארויסלערנען פון דעם אז מען מעג לאזן אנדערע קינדער ברוטאל אומגעברענגט ווערן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קינות גירושין האט געשריבן:סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס! וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!
געווען אונזער חבר גאלד. ער האט מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו דורך די ווענט פון אונזער שטיבל דעמאלטס. הלואי איינער זאל ארגאנאזירן דא א ראלי קעגן הרגענען קינדער. לאזן מיר ווייזן די וועלט איז נישט אינגאנצן באנקראט.
קאווע טרינקער האט געשריבן:לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס. וואס וועט זיין. קען מען רעדן פון א פארזאמלוג אין מאנהעטען?
יא. ווער איז אין? איך מיין מיר זאלן זיך פארזאמלען קומענדן במוצאי מנוחה סליחות נאכט, אויסשרייען די וויי געשריי פון אידן רחמנים בני רחמנים קעגן די גרויזאמע רציחות פון אומשלדיקע מאמעס מיט קינדער, מכריז זיין קבל תבל ומלואו אז אין צוויי טויזנט אין דרייצן וועט קיין האלאקאוסט נישט דורכגיין גלאטיק. מיר וועלן בלאזן שופר און זאגן י"ג מידות של רחמים צו מסיר זיין דעם חרון אף. חכם קופערניקעס וועט אויפטרעטן מיט א דרשה אין ענגליש מיט דברים של טעם.
וואס האלט דער עולם ווי זאלן מיר זיך פארזאמלען? איך קלער אז טיימס סקווער איז דער בעסטער פלאץ צו מאכן אימפאקט, אבער אז דער עולם זאגט ענדערש די יו ען אדער די סורישע צו גאר אמעריקאנער קאנסולאטן איז בטלה דעתי.
כולנו למערכה! מי לשם אלי!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[tag]הוגה[/tag] איך האב מיר איבערגעקלערט נאכאמאל צו איך בין גערעכט מיט מיין שטעלנוג, און טראכענדיג ווי א יוד האב איך געזיכט ווי מען זעט אין די תורה א ענליכע מציאות עס צוצישטעלן צום היינטיגען מציאות, און איך האב געטראפן און די תורה א מעשה וואס איז ממש דומה צו אינזער נושא דא.
די מדרש דערציילט אז ווען אידן זענענן געווען אין מצרים איז געווען איינע פון פרעה גזירות אריינציבויען אידישע קינדער און די ווענט אויב די אידן מען האבן נישט גענדיגט די ארבייט, פאר משה רבינו האט זייער געבאדערט די גזירה און ער האט זיך אויסגעטנה׳ט מיט השי״ת דערוועגן, דערציילט ווייטער די מדרש אז השי״ת האט אים גענעפערט אז ער זאל זיך נישט אריינמישען און אז די אלע קינדער אלמלא זיי בלייבען ווען לעבן וועט נישט טויגען, דערציילט די מדרש אז משה רבינו האט נישט נאך געלאזט און השי״ת האט נאכגעגעבן אויף איינצעלע קינדער אז ער מעג זיי ארויסנעמען און צים סויף האט זיך עס זייער נישט גוט אויסגעלאזט מיט זיי.
די זעלבע זאך דא אויך, על קיידע איז באוויסט מיט בארבאריזעם און רציחה ווי זיי שעכטען און הרגנ׳ן אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער, איבער די גאנצע וועלט האט מען שוין געליטען - און מען ליידט ווייטער פון זיי, עס איז זייער גוט באוויסט אז קינדער פון על קיידע ווען זיי ווערן גרויס גייען זיי נאכגיין אין די די עלטערן פוס טריט און ווייטער הרגנ׳ן אומשולדיגע מענטשן, השי״ת האט זיי יעצט געשיקט קעמפן אין סיריע קעגן אסאד וואס דער לעצטער קען זייער שפראך און טוט מיט זיי דאס וואס זיי האבן געטיען מיט אנדערע, שכל זאגט און מיר האבן א ראיה דערצו פון די תורה, אז בגון דא דארפן מען שטיין און די זייט שטיל, מיר הייסען נישט הרגנ׳ן מיר אינדערסען נישט די רציחות אבער מיר זענענן אויך נישט מוחה, מיר נעמען זיך נישט אן פאר די וואס לערנען אויס זייערע קינדער אז זיי זאלען זיין מארטירער ווען זיי וועלן זיין גרויס, מיר ווייסען קיינמאל נישט וועלכער גרויסען רוצח מיר גייען יעצט ראטווען מיט אונזער מחאה, לאמיר זיך אפלערנען פון די תורה, און לאזן השי״ת פירען זיין וועלטעל ווי אזוי ער פארשטייט.
berlbalaguleh האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag] נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]
וועלכע מפרשי התורה האסטע געזען אז זיי זיכען הסבר דערויף? ווי האסטע געזען א שמיעס דערוועגן זיכענדיג הסברים?
אויב מעגליך גיב אפאר מראי מקומות.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן, ביטע, איך רעד דא מיט די וואס פארשטייען אז עס מעג וויי טון אז מען הרגעט קינדער און מיר טרייען צו אויספארעמען א מהלך וואס מיר קענען טון צו קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה.
קופערניקעס. ביטע, איך רעדט דא מיט די וואס פארשטייען אז עס איז נישט און די אינטערעסן פון יודען זיך אנצינעמען פאר על קיידע און רוצחים, און איך פראביר אפשטעלן די וואס ווילען גורם זיין שנאת ישראל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
berlbalaguleh האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag] נאך א נקודה צו פארשטערקערן בדחן'ס רייד. די תורה האט געהייסן ביי עמלק "לא תחי' כל נשמה". מ'זאל אויסהרג'ענען אפילו די קליינע קינדער אויך. די בעיביס פון א טאג אלט אויכעט.
מיר פלאגן זיך טאקע גאר שטארק מיט דעם. אדרבא אויב האט איר א גוטע הסבר עס צו פארענטפערן I would appreciate it. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז יענץ געזאגט געווארן אין יענע צייטן, היינט וואלט זיכער נישט געווען אזא מצוה.[/justify]
וועלכע מפרשי התורה האסטע געזען אז זיי זיכען הסבר דערויף? ווי האסטע געזען א שמיעס דערוועגן זיכענדיג הסברים?
אויב מעגליך גיב אפאר מראי מקומות.
'מיר' פלאגן זיך דערמיט, און 'מיר' זוכן א הסבר.
בנוגע די מעשה פון משה אין מצרים, אויב קענסטו אויף ווייזן אז גאט האט דיר געזאגט אז דו זאלסט לאזן די פרויען און קינדער שטארבן דאן גיב איך אויף. (און אפילו אזוי זעט מען אז משה רבינו האט זיך געבעטן ביים אויבערשטער צו ראטעווען דאס קינד, איינער וואס טוט נישט אזוי איז קאלטבלוטיג.)
איך זאג נאך אמאל איבער אז טראץ דעם וואס מיין הארץ גייט אויס פאר די שרעקליכע אכזריות נוראה, און מען מוז פארשפרייטן די מעסעדזש וואס עס גייט דארט פאר, דאך בנוגע נעמען שריט בפועל דארף מען אין אכט נעמען די פאליטישע ramifications.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
איך פארשטיי נישט דיין ענטפער, האסט א צווייפיל אינעם מעשה אז מען האט אריינגעבויט קינדער אינעם וואנט? אדער אז השי״ת האט געענפערט אז עס איז בעסער אזוי? איך פארשטיי נישט וואס די פארלאנגסט אז איך זאל דיר אויפווייזען. ----- בנוגע לא תחיה כל נשמה, די תורה גיט אן א טעם דערויף, וואס איז עס אזוי שווער צו פארשטיין?
----
למעשה די מרחק צווישען מיר און דיר איז נישט אזוי ווייט, ווייל איך זע אז יעדער אגריט אז מען קען נישט כאפען און טיען, די שרייבסט אויך אז עס איז צו האקעל צו טיען, די שאלה איז נאר איבער די רחמנות שבלב וויפיל מען זאל האבן.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.