עס איז אינמיטן א האלאקאוסט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך צווייפל נישט איבער די מעשה. איך פארלאנג נאר אז פונקט ווי ביי יענע מעשה האט אויסגעפעלט אז גאט זאל קלארשטעלן אז ס'האנדלט זיך פון א רשע כדי מיר זאלן מעגן צולאזן זיין אומברענג, אזוי אויך דא, אויב ווילסטו טענה'ן אז מען זאל לאזן אומברענגן די קינדער על שם שעתידים וכו' מוז עס קומען מיט א ספעציעלע באפעל פון גאט. און אפילו נאך דעם וואס גאט באפעלט דיר בפירוש נישט רחמנות צו האבן אויף זיי זאלסטו אויך איינרייסן פאר די קינדער'ס וועגן, פונקט ווי משה רעיא מהימנא האט איינגעריסן.

בנוגע דאס אומברענגן אנשים נשים וטף. אויס'הרג'נען קינדער און פרויען וואס שטעלן נישט קיין שום ווידערשטאנד? קענסט זיי נישט פארטרייבן? קענסט זיי נישט נעמען פאר קנעכט? פון וואו נעמט מען א הארץ פון שטיין צו קענען טון אזא זאך? וואס פארשטייסטו יא?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

berlbalaguleh האט געשריבן:
נצבד האט געשריבן:אין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלק,האט נישט עקספייערט און טא טויזענט ענד טוירטין

די שאלה איז נאר וועלכע פאלק איז מזרעו של עמלק. א סאך דיעות האלטן אז דייטשלאנד.


פארשידענע דעות האלטן גאר קרית יואל...
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

[tag]הוגה[/tag] עפן א אשכול און תורה ומחשבה אפטיילנוג בנוגע די ציווי פון לא תחיה כל נשמה און מען וועט עס דארט ווייער דעבאטירען, די נושא ווערט שוין צו לאנג דא, א שאד צו פארדרייען די אשכול.

---
בנוגע מצרים, דעתי נוטה אז עס איז דומה און עס איז א לימוד לדורות צו וויסען אז מען דארף נישט אלטץ פארשטיין וועט מען זעט ווי השי״ת טוט אזוינע זאכען, אבער אמך פארשטיי אז דו מיזט נישט פארשטיין לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

חסידים "פאר" בייקס,"קעגן"דשענאסייד...
גאנץ א קלינגענדען נאמען,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ר' אליעזר ברלנד האט שוין אויסגעשריגען זיין מחאה פאר א יאר צוריק

און די וואך האט הרב ישראל מאיר לאו אנגעשריבען אשארפע מחאה וזעקה.

איין זאך וואס איך זעה פון דעם איז אז חרדישע רבנים זאגען א ווארט האט עס א השפעה לפחות אין די פרעסע עס ווייזט אז עס זענען דא יידען נאמנים לה' ולתורותו וואס זענען אינטרעסירט און עס ווייטאגט זיי מעשי ידי הקב"ה טובעים בים, יונה הנביא האט זיך נישט געלאזט פונ'ם רבוש"ע אז א זינידגע שטאט ווי נינוה דארף מען חרוב מאכען, און דער אייבישטער האט עם נאך געגעבן א פסק שפעטער מיט דער משל פון דער קיקיון אז ער האט נישט גענוג רחמנות געהאט אויף זיי. ווי אויך אלע אנדערע נביאים האבען זיך מצטער געווען אויף די צרות פון גוים.

מיט די היינטיגע מעדיע וועלט איז עס גארנישט שווער, אין אפאר מינוט עפענט מען א פעיסבוק, טוויטער, וכו' אקאונטס, און מען לאזט הערן א וויי געשריי פאר די וועלט.

(אגב איז דא א פעיסבוק בלאט Israelis for Syria
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

רב לאו דערמאנט דעם בילד פונעם הונגעריגן קינד און דעם פויגל.
Under influence
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

נאך איך קען עס נישט עפענען?
די ארטיקעל פון ישראל מאיר לאו
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

לכאורה זענען מאנכע גערעכט אז די רעבעלען וועלן ארויפגיין וועלען זיי נאר מאכען צרות פאר אידען, און אסאד וועט בלייבען כרגע קען נישט שאטן, אבער פון דער אנדערע זייט איז קופערניקוס גערעכט אונז טאר מען נישט שווייגען ווען מ'הארגעט אויס א פאלק יהיה מה שיהיה, וואס מ'זאל טוען לאז פאר קלוגערע פון מיר אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף ארויסברענגען א וויי געשריי, און אגב אויב וועלען שמוציגע אדער אפילו קלינע העטס שרייען ביים יו ען קעגן דעם וועלן קומען פארשטיקענע לינקע ארגענעזאציעס און שרייען ענק הארגענען קליינע קינדער אין גאזא וכו' און ס'וועט נישט העלפען דעם הסבר אז עטז זענטץ קעגן ציונים וכו' וכו', כנלע"ד הקלושה..
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!

רבותי עטץ האט געזעהן די "טיים ליין" פון דעם פאוסט: שבת קודש 4:47 נאכמיטאג . :?: :?: :?: :!:

פארוואס טראכסטו נישט אז איך בין יעצט אין אייסלענד ביי די בעדער, בוזט געוואוינט צו טראכטען שלעכט אויף יענעם? איי פיל יא
עניוועי חברה אויב דארפט עטץ הילף צו מסדר זיין א פראטעסט דא אין אייסלענד ביי די וואלקענאס בין איך אין!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פרופ' אסא כשר, א מומחה און באוואוסטער קול אויף עניינים פון עטיקס אין מלחמה, שרייבט היינט אזוי:
מה ראוי שמדינת-ישראל תעשה נוכח ההרג ההמוני המתחולל בסוריה?
קשת האפשרויות מתחילה בשתיקה מוחלטת, נמשכת בקריאה לעולם לפעול לסיום ההרג, נמשכת בקריאה להתערבות מסוימת של ארה"ב או של גורמים אחרים, ומגיעה עד התערבות צבאית גלויה וחד-צדדית של ישראל.
אני קורא להפרת השתיקה. לא יותר מזה. ללא מעורבות לטובת צד זה או אחר, ללא קריאה להתערבות מסוג מסוים לטובת צד זה או אחר, אלא רק אמירה מוסרית חד-משמעית האומרת שאסור לעבור בשתיקה על מעשי הרג המוניים. (אסור לעבור בשתיקה גם על מעשי הרג בהיקף לא המוני, אבל נניח לזה עכשיו.)
כשאנחנו חושבים על השואה, אנחנו מזדעזעים קודם כל ובעיקר מן ההשמדה. אבל יש בנו גם זעזוע משתיקת העולם. ויש בנו זעזוע מיוחד משתיקת האפיפיור, שהיה אמור לגלם בדבריו ובהתנהגותו קול מוסרי.
אין שום הצדקה לשתיקה ישראלית מוחלטת.
אני סולד מן הפירוש שיכול להינתן לשתיקה: אדישות.
ואני סולד עוד יותר מן הפירוש העלול להינתן לשתיקה: ערבים הורגים ערבים, היהודים צריכים לשתוק.
אנחנו חייבים לזעוק ולקרוא להפסקת התופעה שלפנינו: בני-אדם הורגים בני-אדם, באופן מתמשך והמוני. זה חייב להיפסק.
לא משנה לי מי יזעק. אולי מוטב שזו תהיה הכנסת, ברוב גדול מאוד של חבריה.
אפשר לנסח תגובה מוסרית בלי שיהיה בה רמז לכוונה להתערב. הסיפור המעשי של התערבות מחייב שיקולים מוסריים הרבה יותר מורכבים ואני לא עוסק בו כאן. עכשיו השאלה שלי היא לא "להתערב או לא להתערב", אלא "לשתוק או לזעוק". גם אם לא ראוי להתערב, ראוי לזעוק!
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לגבי די השקפה'דגע ויכוח (קרעדיט: הרה"ג 'ספרן' אין בח"ח)
בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

עַל כֵּן לִבִּי לְמוֹאָב כַּחֲלִלִים יֶהֱמֶה וְלִבִּי אֶל אַנְשֵׁי קִיר חֶרֶשׂ כַּחֲלִילִים יֶהֱמֶה עַל כֵּן יִתְרַת עָשָׂה אָבָדוּ
ירמיהו מח:לו
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

איך קען נישט געהעריג אנטייל נעמען און די מערכה קעגן דאס פארגאזען די פאר "הינדערט" רעבעלן,ווייל איך בין שוין פארנומען אנצוגרייטען סאך סאך א גרעסערע מערכה ומחאה,קעגן דאס אויסקוילען "מיליאנען" אלאווייטס (די שבט פון וואו די אסאד'ס שטאמען)מענער פרויען און קינדער,און פאל די אסאד רעזשים פאלט.
אין איך האף אז עטס פארשטייטס אויך אז מיין קומענדיגע מערכה,איז אביסעל וויכטיגער....
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

איך האב געליינט די דאזיגע אשכול, און מיר האט אויך געבאדערט פארוואס מיר אידן, קינדער און אייניקלעך פון האלאקאוסט סורווייווערס, זאלן נישט שפירן די ווייטאג פון אויסגע'רצח'טע קינדער, און איך האב זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט אינאיינעם מיט אפאר גוטע חברים.
טייערע אידן, שטייט אונז צו די האנט.
פרטים יבואו
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נעה יענס איז נישט גענוג קיהל ,אויפגעקלערט ,און געהפיליש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איך מוז באגריסן די גוטווילן פון אידן וואס ווילן העלפן מענטשן וואס מאכן אזוי מיט, אבער וואס איז מיט "וחי אחיך עמך", "עניי עירך קודמין", וכדומה. צי פעלט דען וואס עסקנים קענען טאן ביי אונז צו העלפן מענטשן? זענען מיר שוין אויסגעלאפן פון ארבייט דא, אז מיר דארפן לויפן אהין?

ליין וואס אשר לעווין האט גשריבען אין לעצטע שטערן ואז תבין!
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אקוראט דאס געוואלט שרייבן, נאר קינות'ל האט מיר אויסגעכאפט דאס ווארט פון מויל.
ווייל מען טוט "נישט" גענוג פאר אונזערע זיידעס זאל מען מער גארנישט טוהן?
וירח ה' את ריח הניחוח
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

שיטה מקובצת האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ר' חיים נחום. אט זענען דא די ליבעראלע "מענטשן ליבהאבערס" און גייען לויפן איבער די וועלט ראטעווען קרבנות פון די מלחמות וואס זיי אליין ברענגען אויף זיך, אלעס אין נאמען פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם. זאלן די אלע וואס זענען געוועהן שטיל ביי די האלאקאוסט און פילן זיך גילטי זיך אנרופן יעצט וועגן די מצב אין סיריע, וואס האט דאס מיט אונז איינגעלייגט?!

מיר ליידן נאך פון די האלאקאסט עד היום הזה. גיי העלף ארויס אונזערע קראנקע עלטערע אידן וואס ליידן פון מחלות א דאנק די צרות וואס זיי האבן מיטגעמאכט, פאר די נעמסט קעיר פון מוסלומענער גוים וואס רצח'ענען זיך ארום.


מאנכע זאגען אז דאס אז א "עווריטיש חסידישע משפחה איז איבער 10 קינדער" איז איינע פון די תוצאות פון די האלאקאסט, {וויבאלד די פרויען זענענן געווארען געפייניקט און אפגעשוואכט} לפי"ז דארף מען דאקע העלפן די געליטענע פינעם האלאקאסט און ארויס העלפן די עקרת הבית ווי מער.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

חיים נחום,קענסט זעהן פון מיינע פריערדיגע תגובות אז ביי מיר זענען די סיריער קינדער נישט אויף די טאפ טען ליסט,

אבער, די טענה צו סאיז נישטא עפעס וויכטיגערס צו טאן אינעם עולם העסקנות,איז זייער זייער שטארק נישט אויסגעהאלטען,אפשר פרעגסטו איינעם וואס גיט זיך אפ שטארק מיט די מצוה פון הכנסת אורחים פארוואס ער ווערט נישט א הצלה מאן,אמער ראטעווען איין נפש איז כמקיים עולם מלא?אדער איינער וואס עסקנ'ט פאר חינוך הטהור און די ווייטע מדינת ישראל,פארוואס ער שליסט זיך נישט אן און חסד של אמת דאהי?
אויף דעם איז דער פשוטער תירוץ סאיז דא גענוג מקום להתגדר פאר יעדע סארט עסקנות פאר יעדעם וואס דער געפיהל טרייבט אים אהין,צו א געוויסע עסקנות,און מען קען נישט פרעגען פארוואס די זעלבע הארץ שטופט אים נישט צו אן אנדערע מצוה/עסקנות
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דאס זאגט ער טאקע ,אויב עס צוהט דיר נישט צו זיין א הצלה אדער עני אנדערע לעלו דאן זיי עוסק אין חינוך ,אויב ביידע ציהט דיר נישט דאן זיי א מכניס אורח אויב דאס אויך נישט דאן העלף ארויס אידן מיט הכנסת כלה אדער סתם הלוואות , שלום בית ,חינוך ואטו כי רוזלא נחשוב? בקיצור צווישן גארנישט טוהן און שפרינגען ביז שמייליגע אראבערס איז דא גענוג און נאך אין וואס עוסק צו זיין נאר עס האט נישט די שטעמפל 'אויפגעקלערקייט' עליו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

בן תמליון האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:סאיז יעצט דא א מקום פאר פרומע אידען צו מאכען א קידוש השם, לאז ק״ש זיין דער וואס טוט עס!
וועלכע ניק איז נאר געווען וואס האט דעמאלטס איבערגעטיישט גלויבער׳ס בריוו אין ענגליש? לאמער עם אפיר קראצען מגלגלין זכות ע״י זכאי
ברענג ארויס אונזער ווי געשריי, און לאמער עס פארשפרייטען אויף די וועב און טויזענטער פון אונז זאלען עס אונטערשרייבען!


געווען אונזער חבר גאלד. ער האט מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו דורך די ווענט פון אונזער שטיבל דעמאלטס. הלואי איינער זאל ארגאנאזירן דא א ראלי קעגן הרגענען קינדער. לאזן מיר ווייזן די וועלט איז נישט אינגאנצן באנקראט.


כאב הערשט יעצט באמערקט ווי מ'רעדט פון מיר, טראץ וואס איך שטיץ דער נאבעלער אקט, איז דאס לגמרי נישט דומה צו פרשת גלויבער, דארט איז די ספאט-לייט געווען אויף פרומע אידן, די געשיכטע איז געווען צענטערט איבער א חאסידיק פארפאלק, די בילד פון המנוח מיטן שטראמל בעקיטשע איז געווען צישמירט אין די מידיע, ממילא איז פונקט מעת ה' געווען דעמאלטס א פתח פתוח, א אוזן קשבת, לעיני העמים והשרים, א נייגער וואס דאס איז חסידים, ממילא האט זיך גוט אריינגעשפילט צו אריין אינדשעקטן דעם הארציגן ערליכן בריוו, אבער דא בנידן דידן, איז די רעדע נישט איבער חסידים פרומע אידן, די רעדע איז איבער סירישע גוים, איר ווילט ציעלן די ספאט לייט איבער אונז אידן, דאס איז שוין א אנדערע עסק, פאר דעם ברויך מען א ארגענאזירטע פי-אר, אבער איך וואונטש הצלחה,
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

סוי גרייט עפעס אן ווען דאס בילד פון אפאר הינדערט "שמוציגע היטען" וועט זיין אויפען ניו יארק טיימס ערשטע בלאט,זעה שוין אין איינוועגס צו רעדען איבער גיוס חרדים אויך....
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך קעגן די נעט »

קופערניקוס האט געשריבן:מיר זענען עד היום אנגעווייטאגט: ווי איז די וועלט געווען ביים ביטערן חורבן ווען מען האט אונז גערצחט און געמארדעט? ווי איז אמעריקע געווען? פארוואס איז אונזער בלוט געווען הפקר?

צו פארגלייכן דאס צום שואה, ווי היטלער האט גע'רצח'ט אונז אידן צוליב וואס אונז זענען אידן, דערמאנט אביסל פון די פרומע אידן אין ארץ ישראל וואס שרייען נאצי אויף די פאליציי וואס שלאגן זיי.
אונזערע זיידעס האבן נישט רעוואלטעט קעגן היטלער ימ"ש אז ער זאל האבן טענות און דערפאר זיי הרג'נען.
ווי שלעכט זאל נישט זיין אין סיריע אין תימן איז דאס נישט א פארגלייך צו אונזער האלקאסט.
איך בין מוחה!!!
פארשפארט