אידן אקעגן מאסן רציחות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

אידן אקעגן מאסן רציחות

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

מיר אידן האבן זיך גענוג אפגעבריהט.
מיר אידן האבן גענוג געשפירט דעם בלוטיגן רוט.
מיר אידן דארפן זיין אן אור לגויים, צו נאציאנען א ליכטיגקייט.
מיר אידן דארפן באקעמפן שלעכטס און אפשטעלן שלעכטיגקייט.
מיר אידן דארפן זיך ארויסשטעלן בראש כל חוצות.
מיר אידן דארפן אנווארעמען הערצער און ווייזן רחמנות.
מיר אידן דארפן דאס טון כאיש אחד באחדות.
מיר אידן קענען עס אבער אויך טון אלס יחידים, אינדיווידואלן פארמירן קהלות.


איך האב דא געליינט די אשכול איבער לאזן הערן א אידישע שטימע קעגן די שחיטת אין סיריע, איך האב זיך איינגעשריבן דא צו העלפן אין די נאבעלע אונטערנעמונג.
ווי שיין וועט זיין ווען אידן וועלן זיין א אור לגויים און ארויסווייזן די אידישע מדה פון רחמנות!
ווי שיין וועט זיין ווען אפשטאמלינגען פון היטלער קרבנות וועלן זיין די וואס שטעלן ארויס די פאן צו באקעמפן גענאסייד!
מי לה' אלי!
ווער קען העלפן דורך מפרסם זיין אויף די סאציאלע מידיא,
ווער קען העלפן דורך גרונדן א זייטל,
ווער קען העלפן דורך רעדן צו רבנים ועסקנים,
ווער קען העלפן דורך פלאנירן
ווער קען העלפן דורך מאכן ריסערטש צו דערגיין די ריכטיגע וועג,

און לאמיר דא קלארשטעלן: פאליטיק קומט נישט אריין אין די בילד, ווי אנדערע האבן דערקלערט אין די אשכול איבער די נושא גייט מען נישט זאגן וואס מען דארף טון, אלאווייטס און סוניס גייט אונז אן אין די לינקע פאה, אונז שטערט נאר פארגאזטע קינדער.
העלפט אונז רבותי!

מיר מיינען בלויז די געשאכטענע קינדער, אבער בדרך כלל, מתן שכרה בצידה אז מיר וועלן מקדש זיין שם שמים און איינהאנדלען נייע אליאירטע, און עפענען נייע טויערן. ווי שיין וועט זיין א מארש פון צוויי הונדערט חסידים אינאיינעם מיט מוסלמענישע הומאניטארישע אקטיוויסטן, וויפיל קענען מיר פון דעם פארדינען? א געוואלד!

איר קענט מיר שרייבן אין אישי, אדער שיקן אן אימעיל צו
jewsagainstkilling@gmail.com


ובשם ה' נעשה ונצליח!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג, ברוך הבא.
איך האב הנאה אז איר האט אויפגעפיקט מיין וויי געשריי און לאמיר ארבעטן אינאיינעם.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

דער עצם ענין פון דזעניסייד פארשטיי איך אז עס איז געפערלעך, איך בין גענצלעך אקעיגען דעים, מען טאר נישט הרג'נן קיין אימשילדיגע מענטשען,

אבער דא רעדט מען דאך פון א ציווילער קריג וואס וואלט אמעריקע געטיען ווען איך דערקלער קריג קעיגן ס'לאנד, לאמיר קיקען אין אינזער היסטאריע העמער זעין דעים ביטערען ציווילע מלחמה, ווי שווערע צעינליגע טויזענטער זענען אויסגעקוילעט געווארן און יעדע שלאכט,
און מיין מיינונג קען א ציווילע מלחמה נישט ווערן אנגעריפן קיין דזענעסייד
א דזענעסייד איז טייטש ווען א לאנד איז מחליט אויסצוהרגנן א געוויסע סעקט כדי צו פארמינערען זייער איינפלוס און וואָקס,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

געוואלדיק. דער עצם ארגענעזאציע איז א הייליקער טאט נישט דוקא סוריע אדער יענער, מיר זענען בעצם קעגן מאסן רציחות נישט קיין חילוק ווי אפן כדור הארץ.

ביטע מפרסם זיין דעם טוויטער און די איבריקע און וואס מיר קענען טוהן צו העלפן. האפנטליך וועט דער ערשטער מאסן ראלי פון אידן קעגן גענאסייד נאכפאלגן בקרוב. ובשם השם נעשה ונצליח. מען דארף טוהן נישט אויפטוהן האט דער רבי געזאגט.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

אידען, ווי אסאך אנדערע רעליגיעס פראמאוטען זשענעסייד/מעעס קילינגס איעדען טאג, ווי איך האב שוין דא אמאל געשריבען,

אלס אן אמעריקאנער זאגסטו גוט, אבער לייג עס נישט אריין אין אונזער אידישע אגענדע
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

מיר מאכן פארשריט, מען וועט לאזן דעם ציבור וויסן בקרוב בע"ה
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

א עצה ווי אזוי נאכען עפענענן א וועבסייט אדער ארג. זאלסטע קענענן ווערן גאר שנעל באקאנט און אויפגעכאפט,

שיק א לינק דערוועגן צו מייקעל סעוויטיש, גאראנטירט אז ער וועט ווידמען דערויף א גאנצע נאכט צו שימפן און שעלטען, ער גלייכט זייער צו נעמען קליינע נייעס'ליך איבער אידן און עס טוויסטען לויט זיין געשמאק, דערנאך וועטסע שוין האבן גענוג טרעפיק אז וועסט שוין נישט וויסען וויאזוי עס צו הענדלען.

++++

באמת, דארפסט עס נישט אליינס שיקען צו סעוויטיש, ווי נאר עס וועט זיין אנליין אז ארג. וועט עס שוין איינער אים שיקען און פון דארט און ווייטער וועט עס גיין געשמירט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

חזק ואמץ לאזט אונז וויסן פארשריט.

בדחן ביזט אויפן קאפ געפאלן? גאפלט אייך ארויס פון דאנעט.
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

וואס האלט דער ציבור דארף געטון ווערן נעקסט?
צו וועלכע עסקנים\רבנים דארף מען רעדן?
איז סאציאל מידיא וויכטיג?
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

מעט קאנסול איז א גיטע פלאטץ ווי אנצוהייבען צו זיכען הילף זיי האבן א געלערענטע סטעף פאר אזעלכע זאכען, און זיי וועלן קענענן גיידען וואס, ווי און ווען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כה לחי!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

ווער עס האט געקאפי-פעיסד פון דא צו איי-וועלט זאל עס ביטע פארריכטן דארטן, און ממשיך זיין דארטן א שמועס, די קינדער אין סיריע ווארטן אויף אונז!
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

גערעכט איז גערעכט!
אבער רעדטס ענק נישט איין קיין איין מינוט אז אזוי וועט די גוי דיר ווייניגער פיינט האבן
און ווייניגער וועלן הארגענען .
די גוי האט און וועט דיר אייביג אבער אייביג פיינט האבן נישט קיין חילוק וויפיל די וועסט זיך אננעמען פאר עם .
איך האב געהערט אמאל פון א אונגארישע האלאקוסט איבערלעבער אז אינדערהיים פלעגט מען שפייען און נאכשרייען
"דזשיד גא טא פאלעסטינע" פוץ דיר אוועק פון אונגארן דעמאלטס וועט מען דיר לאזן לעבן
היינט אבער ווען אונז זעמיר דארט איז פונקט פארקערט
"גא אויט אוף פאלעסטינע" און דעמאלטס וועט מען דיר לאזן לעבן
האקטס נישט אין קאפ נישט די ציונים ברענגן שנאת ישראל און נישט זיך אננעמען פאר די גוי ברענגט אהבת ישראל.
פארגעסט נישט קיין איין מינוט "הלכה בידוע עשו שונא ליעקב"
איזהו גיבור ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נא , וואס איז די פלאן??
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איזהו גיבור בקאווע שטיבל הכותב דברים של טעם. שפתיים יישק. דו האסט ארויסגעברענגט מיינע געפילן בעסער ווי איך אליינס קען. :like :like :like
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

אונזער מיסיע - נישט בלויז סיריע
די הערצער פלאטערן הערנדיג אז די וועלטס וועק-זייגער האט זיך צעפיפן. די וועלט האט דערהערט די וויי געשריי פון די קינדער אין סיריע.
די האפנונג איז אז מען וועט נישט דרוקן דעם "סנוז" קנעפל, נאר מען וועט טון למעשה צו ראטעווען לעבנס.
מאמענטאל זעהט נישט אויס ווי מיר קענען אדער דארפן עפעס טון. די ראלי וואס מיר האבן געארבעט און פלאנירט, צו ווייזן אז עס טוט אונז וויי, אז פארגאסענע בלוט רעדט צו אונז אלס קינדער און אייניקלעך פון שארית הפליטה, און צו ערוועקן די פאליטישע פירער און מנהיגי העולם צו דערהערן די וויי געשריי, איז נישט וויכטיג לעת עתה.
אבער אונזער עצם עקזיסטענץ איז וויכטיג, די בלויזע איידיע אז חסידים האבן זיך באזעצט אויף די ערד פלאנעט, דארטן ווי מענטשן לעבן, און מען האט געפיל פאר אנדערע יצירים נבראים, האט געמאכט א גרויסע רושם, מען האט אסאך געשמועסט דערפון, גראטולירט, און פארשטענדליך פארדאמט..
די פאקט אז חרדים קענען זיין הומאניסטן איז א מהפיכה, א רענאסאנט רעוואלוציע, און ווייזט אז עס איז פארהאן אזא צייט גייסט, אז מיר האבן אויסגעטון די קינדער שיכלעך און קוקן אן זאכן מיט א ערוואקסענע בליק און אז מיר האבן אנערקענט אונזער פלאץ אין די בריאה אלס אן אור לגויים און נישט אן איזאלירטע חושך.
מאמענטאל קוקן מיר האיך יפול דבר, אונזער הארץ איז מיט די צובראכענע אלמנות ויתומים, באטריבטע טאטעס און באאבלטע מאמעס אין סיריע, אונזער הארץ איז מיט זיי אין טרויער און תפילה, און מיט האפנונג שטייען מיר מיט שפאנונג צו זעהן אויב מיר קענען עפעס העלפן.
גלייכצייטיג זענען מיר הומאניסטישע אקטיוויסטן, מיר שפירן מיט די באקריוודעטע בבית ובחוץ, די גרויסע משפחות וואס זענען פארשקלאפט אין פיצינקע דירות און פארדינען ווייניגער ווי עס קומט זיי, ווערנדיג צוטרעטן פון גרויזאמע קאפיטאליסטישע בעלי בתים.
מיר שפירן מיט קלוגע קינדער וואס לעכצן פאר בילדונג און חכמת חיים, אבער ווערן ליבערשט צעדרוקט אונטערן קאנטשיק בלייבנדיג אן תורה און אן חכמה.
מיר שפירן מיט יונגע מיידלעך און בחורים וואס ווערן געפירט צום חופה כצאן לטבח אן קיין טיפע בליק אויף זייער עתיד, א חתונה אן ליבע א הויז אן יסודות.
מיר שפירן מיט יונגע מאמעס וועמען מען שענקט נישט קיין החלטות אין לעבן, מען פארשוואנגערט אן קיין חשבון נישט אויף קיין יסודות פון הלכה אדער חכמה.
מיר שפירן מיט יונגעלייט וואס מען ווארפט אריין אין די אמתע וועלט אן קיין ערפארונג, און אן פינאנציעלע אחריות.
מיר שפירן מיט אלע אינדעווידואלן וואס טרעפן זיך בקצה המחנה, און שפירן פארקלאפט, און אויסגעשפיגן.
מיר שפירן מיט אלע גייסטיש אראפגעקלאפטע, פינאנציעל צוקוועטשטע, סעקסואליש אראפגענאגעלטע, און אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובמצוקה, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
אבער מיר זענען נישט קיין מין בפני עצמו, מיר שפירן מיט די צום טויט פארמשפטע אין איראן און סאודי אראביע, די אומיושר'דיגע פאראורטיילטע אין די קראנקהאפטע אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, די פארשקלאפטע אין כינע, די קינדער וואס ווערן פאראורטיילט צו מלחמה און צוואנגס ארבעט אין סודאן און ניגעריע און אנדערע שרעקליכע פלעצער, די ווייבער פארכאפט אין געשלעכטליכע קנעכטשאפט.
מיר שפירן מיט אלע מענטשן וואס זענען אקופירט, פארקלאפט, פארשקלאפט אונטער פיינטליכע רעזשימען, עקסטרעמע רעליגיעס, קאפיטאליסטישע שוויינען, פארמאכטע קולטס. קינדער ביי שלעכטע עלטערן, מענער און ווייבער אונטער דאמעסטישע צוואנג און יעדער וואס ליידט פון שלעכטס.
מיר האפן אז די ליכטיגקייט פון גוט ווילן זאל איין טאג אריינשיינען אין אלע פינסטערע ווינקלען, ומעט מן האור ידחה הרבה מן החושך.
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

די הודעה איז אויך געשטעלט געווארן אין די בלאט פון "אוניווערסאלע אידן" - אידן אקעגן מאסן שחיטות אויפן סאציאלן מידיא.
די נייע באוועגונג ציט אסאך אינטערעסע, און וועט בע"ה זיין א שטארקע אידישע באוועגונג פון אידן וואס זוכן גוטס און זוכן בלויז פאזיטיווס, אויפטון, אויפטון, און נאכאמאל בלויז אויפטון.
פארשפארט