כ'וויל מוסר מודעה זיין, אז היות כ'האב נאך קיינמאל נישט געבעטן פאר א לייק, וועט מען נאך מיינען אז איך טראכט שוין אזוי גרויס פון מיר, אז ס'איז שוין גארנישט לפי כבודי גאר צו בעטן א לייק. וויל איך דא אויסקלאפן באתר בת רבים אז כ'פייגער פאר לייק'ס און כ'בעט יעדעם איינעם 'אולי יגמלינו ברחמיו', אויב ווילט איר מיר מיט די רחמנות אייערע עטוואס גוט באצאלן איז 'טוב לקויו מאכ'זע'.. מאך זע מיר שוין דארט א לייק, וועסטו מיר א גוט'ס טאן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לעצטנס איז דא א ניק אין אייועלט ראוי ויאות לשבחא מיט'ן נאמען אסותא. ער שרייבט וואונדערבארע פאעזיעס און יעצט האט ער געעפענט אן אשכול פילייכט וועגן עמעזאנס דראונס מיט'ן נאמען: ווען עמעזאן האט ''פייגלעך'' אין קאפ. אזא גוטער קעפל האב איך נאך כמעט נישט געזען.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א אייוועלט אשכול. אפילו די פרומע אנטי ק"ש חברה (הגם נישט אלע) זענען אפן מודה אז די כינוסים - בפרט פאר די נשים אקעגן די מענער - איז א עוון בל יכופר.