אכשר דרא?! אשתגע דרא!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

שליחה דורך יידל »

יא, איך ווייס אז עס זענען פארהאן א טוץ אשכולות איבער דעם נושא, און ס'איז שוין אזוי צוקייעט געווארן דא אין שטיבל אזש מ'מאלט שוין וואסער ווען ס'קומט צום טעמע פון אכשר דרא. דאך, שפיר איך אז מיט די לעצטע ניי-אויפגעקומענע חומרא/משוגעת איז מען אריבער אלע גרעניצן און וויבאלד די נייע "חומרא" קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן לרע עפן איך אויף א נייער אשכול, און אז די גבאים שפירן אז עס איז נישט ריכטיג קענען זיי מצרף זיין דעם אשכול מיטן אכשר דרא אשכול מיסודו של שרגא.

די מעשה איז אזוי. אין וויליאמסבורג ארבעט שוין יארן א געטרייער דאקטאר מחסידי אומות העולם, דר. שאנדו פאטעל. די וואס זענען באקאנט אין די ענינים ווייסן אז דר. פאטעל איז פון די גרעסטע דאקטוירים, אויב נישט דער גרעסטער דאקטאר, אין וויליאמסבורג. דר. פאטעל האט שוין דיאגניזירט צענדליגע אידן מיט קענסער ווען אנדערע דאקטוירים האבן דאס פארזען, דאקטער פאטעל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון הונדערטע אידן בלי שום גוזמא. אפגעזען פון דר. פאטעל'ס סיבות פארן דינען אין וויליאסמבורג אנשטאט זיך ארויפארבעטן אין א גרויסן שפיטאל (וואס ער וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קפאליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון), נעמט דאס נישט אוועק פון דעם פאקט אז דער מענטש האט געטריי באדינט און טוט ווייטער געטריי באדינען דעם וויליאמסבורגן ציבור, און איז בלי שום ספק בגדר חסיד אומה"ע.

עס איז ווי פארשטענליך אז דר. פאטעל, דינענדיג אונזער ציבור פאר צענדליגע יארן, האט זיך באקענט מיט אונזער פאלק פון דער נאענט. דר. פאטעל ווייסט פון פסח און פון פורים, פון חנוכה און פון סוכות. און יא, פון א דאקטער קען מען זעט אויס גארנישט באהאלטן, ווייל דר. פאטעל קען אויך יעדן פאליטיק און וויליאמסבורג, פון ארוני/זאלוני ביז פריוואטע משפחה געפעכטן. גלייבטס מיר, ווען דר. פאטעל שרייבט ווען א בוך איבער וויליאמסבורג וועט ער האבן צו פאקן סחורה ווי גאלד (אדער סחורה ווי גללים, געווואנדן פון וועלכע פערספעקטיוו איר קוקט עס אן).

און יעצט צום פונקט. דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. מען האט זיך שטארק געבעטן ער זאל בלייבן, און אין די ענדע האט ער אויסגעארבעט אן אפמאך מיט ODA אז ער וועט דינען אלץ הויפט פון זייער פידיאטריק יוניט, און אלע אנדערע דאקטוירים וועלן דינען אונטער אים. אן אפמאך וואס איז זה נהנה וזה נהנה וזה נהנה, דר. פאטעל בלייבט אין דאקטעריי, וויליאמסבורג קען ווייטער געניסן פון דר. פאטעל און ODA קען זיך אויפטון מיט דעם לעגענדארישן דאקטאר.

פארשטייט זיך אז ODA נוצט אויס די געלעגנהייט פאר זייער PR, און נוצט דר. פאטעל זיך צו אדווערטייזן. לכאורה, נישט קיין שלעכטער זאך. דר. פאטעל האט לכבוד דעם אדווערטייזמענט זיך געלאזט כאפן א בילד מיט א פראפעסיאנאלעם פאטאגראפירער און געשריבן א קליין בריוול צו די זייט, און מ'האט פון דעם געמאכט א הערליכן אדווערטייזמענט. אבער ווען דער אדווערטייזמענט איז אנגעקומען צום אפיס פון דבר יום ביומו, האבן זיי (אדער אפשר איז עס נאר א יחיד, נישט קיין נפקא מינא) באשלאסן אז וויבאלד דר. פאטעל איז דאך א דאקטער און אויף דאקטוירים שטייט דאך אז טוב שברופאים לגיהינום, נו, קומט דאך אויס אז דר. פאטעל איז א רשע. אויב אזוי, וויאזוי קען די תורה-טרייע פלוג-בלעטעל פון וויליאמסבורג, לוחם מלחמת הקודש, "דבר יום ביומו" מכשיל זיין חלילה טויזענטע וויליאמסבורגע אידן מיטן עובר זיין אויפן איסור נורא פון אסור להסתכל בפני רשע? אומר ועושה, מר. דבר יום ביומו האט זיך נישט געפוילט נאר תיכף ומיד געעפענט ODA'ס אדווערטייזמענט אין פאטאשאפ, סעלקטירט דעם בלור קנעפל און זיכער געמאכט אז ס'זאל חלילה נישט איבערבלייבן קיין שריד ופליט פון אפילו איין פיקסל פון דר. פאטעל'ס פנים. שמח וטוב לב, האט מען געשיקט דעם בלעטל צום דריקער און אזוי איז עס פארשפרייט געווארן אין אלע וויליאמסבורגע בתי מדרשים.

עס איז ביי מיר ברור הונדערט און איין פראצענט אז דער צעטל וועט אנקומען צו דר. פאטעל. און איר קענט זיך אלע אליין פארשטעלן וואס זיין רעאקציע וועט זיין. איך זאג נישט אז עפעס ערנסט וועט געשען. אבער פארוואס אין די וועלט דארפן מיר אויפרעגן דעם געטרייען דאקטער וואס באדינט אונז שוין צענדליגע יארן? ווי אין די וועלט נעמט א אינגערמאן דאס טיפשות הלב אויסצומעקן די פנים פון א מענטש וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן נישט פון איין נאר פון צענדליגע אדער אפילו הונדערטע אידישע קינדער? וואס די מצוה איז ראנג מיט אונז?

איך האף אז מיט דעם בין איך יוצא ידי חובת מחאה. איך האב אריינגערופן אין אפיס פון דבר יום ביומו און געלאזט א מעסעדזש אויסדרוקענדיג מיינע דברי מחאה אויף דעם רשעות'דיגן און טפשות'דיגן אקט, און איך פאדער אויף מיינע פריינט דא אויף קאווע שטיבל אויפצוהייבן א טעלעפאן אדער אפשרייבן אן אימעיל און אויסדרוקן אייער אנטריסונג מיט דבר יום ביומו'ס אויפפיראכטס. זייער טעלעפאן איז 718-384-4631 און זייער אימעיל אדרעס איז Ads@DvarYoim.com .

drpatel.jpg
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

גאר גוט געשריבען, און א שטארק טענה, אבער דיינע טענות זענענן נישט צום ריכטיגען אדרעס,

עס איז דא א תקנה און געוויסע בתי מדרשים נישט אריינצולאזען בילדער פון מענטשן, און וויבאלד דאס בלעטעל גייט בעיקר אין בתי מדרשים דארפן זיי זיך צישטעלן צי די תקנות, דיין טענה דארף זיין אויף די בתי מדרשים פארוואס זיי האבן די תקנה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אין וועלכע בית מדרש איז דא אזא תקנה?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

סאטמער
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

נאר די בילד פון טשארלס היינס האט געמעגט זיין אויף די טישען?!
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

פארשטיי אליינס, יחידים און מסדות פייפען כסדר אן די תקנה אבער וויבאלד זיי זענענן נישט דא סטעדי האבן זיי נישט מורא,
משא"כ די בלעטעל איז דא פאר א סטעדי ביזנעס זיכען זיי נישט קיין קאפ וויי און זיי גייען מיט דערמיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

יידל,
ווי דו האסט טאקע מקדים געווען,קען דער דר. פאטעל יעדע קנייטשעלע פון וויליאמסבורג,כ'גלייב אז דאס האט ער אויך נישט פארזעהן,און פארשטייט טאקע די פארוואס און פארווען און ווער פונעם ענין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בדחן האט געשריבן:סאטמער

עס זענען דא פיפצן בתי מדרש מיט דעם נאמען. וועלכע פון זיי האט די תקנה?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

בדחן גערעכט כהאב הנאה פון טראכטן גראד, און ארויסברענגעגן דעם אמת.
למשל איך האב געליינט יידל'ס מאמר און געברויזט אויף די טפשות, אבער די האסט ארויסגעבערנגט די ריכטיגע פוינט, אז אויב טענות איז עס אויף די משוגעים וואס מאכן צו דרייט די גבאים פון די שולן, צו מאכן די תקנות, אבער די דבר יום ביומו און די זעלבע קול מבשר איז נישט מחוייב צו דערלייגן זייער פרנסה כדי אויסצומענטשלען דעם ציבור.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

וועלן מיר ווארטן ביי די וואלן, לאמיר זעהן צו ס'דא אזא תקנה צו נישט..
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

הייסט אז זיי זענען גאר די פרומע!
די דבר יום ביומו, און אירע נאכפאלגער מאכן די בתי מדרשים צו שפאט און צו שאנדע, זיי זענען מבזה די בתי מדרשים אויפן גרעסטן פארנעם, ממש א בושה וויאזוי שוהל'ן קוקן היינט אויס, מ'קען מיינען מ'געפינט זיך א טיימס'סקווער, עדווערטייזמענס און פליג צעטלעך, אנגעחזר'ט, ועוד ועוד, אבער א בילד פון א גוי! דיין דאקטער, חלילה.

[tag]יידל[/tag], נישט געוואוסט אז ער איז טאקע אזא גרויסע דר.
הייסט אז ס'איז יא אמת אז יעדע איד האט דער גרעסטע דאקטער/לויער..
Under influence
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

כאב געוואלט מאכען אזא אשכול

איד און בלאט מעגען יא, שטערן נישט?

ווען כאב געזעהן אזוי פיהל פניםער פון עכטע גוים דע וואך אין די צייטונגען..

און ווער געדענקט נישט די פייט קעגען די שטערן וואס האט געברענגט גוישע בילדער וואס האט זעכער א חלק אין א סאך קינדער אראפ פון וועג..

אבער כאב נישט געהאט נערווען צו זיכען די צייטונגען פאר בילדער.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דאס קורצזיכטיגקייט פון א טייל פון אינזער פארזארגער זענען מסוכנדיג ביז גאר , נישט לאנג צוריק האבן זיי אויפגעהאנגען איבערגעדריקטע פלאקאטן פינעם איסור וואס איז ארויס פון וויליאמסבורגע רבנים אז סאיז פארווערט צו פארקויפן אדער פארדינגען אפארטמענטס פאר ארטיסטן, שומו שמים דאס קומט צו די אטאריטעטן אין די עפענטליכקייט באגלייט פון העצעס וואלט מען מינומעלי געדארפט צוריקצוען ווייל דאס איז פארשטענדליך אומלעגאל סאיז דיסקרימינאציע וואו איז זייער שכל ?
ווילסט עס לאזן וויסן דעם עולם זאל דאס א רב געבן א ווארף אריין ערגעץ אין א פארריקטן דרוש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קוקענדיג דעם בילד מיט מער עיון, באקום איך שרעקליכע הירורים..
פארוואס האבן זיי נישט פארמעקט ווי ער האלט זיין האנט אין טאש? רח"ל.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

געשיקט אן אימעיל צו זיי
ענק זענען בהמות פארן פארווישען דר. פאטעל'ס פנים.
משוגעים.

די תשובה איז געקומען:
יישר כח פאר אייער הערה.....
Under influence
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

קאוועלע, פון וועם האבן זיי זיך אם געלערנט צו מעקן פנימ׳ער אויב נישט פון דיר (עיין בתמונת פרופיל...)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב יעצט מוחה געוועהן צו זיי אזוי:

איך וויל מוחה זיין אויף דעם וואס עטץ האטס אויסגעמעקט די פנים פון דעם גרויסן דאקטאר און אוהב ישראל דר. פאטעל, וואס האט שוין געהאלפען טויזענטער אידישע קינדער. די משוגעת'ן דארפען האבן א גבול. מיר ווערן א שטאט פון פאלנע משוגעים. אויב האט עטץ א פראבלעם מיט לייגן א פנים האט עטץ געדארפט פארלאנגען א נארמאלע עד וואס האט נישט די פיקטשער. אבער אזוי ביליג פארשמירן איז א חוצפה און א עוולה.
ס'איז זייער פיין און וואויל אז עטץ ווילטס קעיטערן פון די פרומסטע פון די פרומסטע, אבער עטץ דארפטס זיך אויך רעכענען מיט נישט אנשמירן די שטאט מיט אזעלכע צעדרייטע זאכן, און עטץ דארפטס פארשטיין אז אז רוב עולם עקעלט און קען נישט סובל זיין אז די משוגעת'ן זענען שוין אזוי חוץ לגבול.

א דאנק פאר'ן אויסהערן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער ענטפער:
באמת א גרויסן יישר כח םארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט און מעיר זיין אייער חשובע הערה, תזכו למצוות
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ראשעקאל האט געשריבן:זייער ענטפער:
באמת א גרויסן יישר כח םארן אראפנעמען פון אייער טייערע צייט און מעיר זיין אייער חשובע הערה, תזכו למצוות

זייער שיין גענפערט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך big joe »

ליינענדיג יידל'ס ארטיקל האב איך געכאפט א שאק, זענען טאקע נאך דא יודן וואס ווייסן נישט ווי עקסטרים אינז זעמיר געווארן?!?!.

אז מ'לאזט די בהמות/עסקנים טוען וואס זיי ווילן זיכער וועלן זיי זיך קיינמאהל נישט אפשטעלן, זיי זענען אדיקטעד צו power. ועל זה נאמר פני הדור כפני הכלב, פונקט ווי א כלב, זיין פנים איז כסדר אין זיין 'זיצער' אזוי אויך בעיקבתא דמשיחא וועלן אינזער מנהיגים'ס קעפ ליגען אין די 'אונטערשטע' סארט פראבלעמן.


עצה טובה קמ''ל פאר די עסקנים וואס טוט זיי טאקע ווי ''אסור להסתכל...'' מאכטס א מחאה קעגן די כל העולם כולו מיט די עולם החרדי, אז זיי זאלן אויסמעקן אלע פנים'ער......
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך big joe »

וויפיל שבח יודן האבן געמיינט אז עס איז א אשה, פשוט ווייל ביי זיי, א אויסגעמעקטע בילד ברענגט מחשבות זרות.
שעמטץ ענק!!! אין חודש אלול צו מאכן אזעלעכע מחשבות פאר אזוינע יודן
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך האב געשיקט אן אימעיל צו זיי
איך בין מוחה אויף די געפערליכע עוולה פון לייגן א בילד פון א מענטש מיט א נישט היימישן לבוש, ולהוסיף חטא על פשע זעהט מען ווי האלט ער די הענט דארט וואו עשו האט געהאלטן, שומו שמים! די גאנצע גוישע גאס ברענגט מען אריין אין פלטרין של מלך און אזוי טוט עטץ פארדארבן אונזער חינוך וואס אונז זעמער זיך מוסר נפש אונז בלוט און פלייש! גיוואלד! פוי! גייט אוועק פון וויליאמסבורג!

די תשובה איז געקומען:
מיר זענען איבערגעפולט מיט ענליכע בריוון פון פארווייטאגטע אנשי תושבי וויליאמסבורג, מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומאיידעלע בילד וואס איז אריינגעפאלן בטעות, מיר נעמען זיך אונטער להבא מער אכטונג צו געבן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

יעצט געשיקט א אימעיל צו זיי:

איך בין נישט מוחה אויף גארנישט, איך בין נישט פון די מענטשן וואס זיכען אלץ צו טרעפן עוולת ביי א צווייטען, מיינד יור אוין ביזנעס, איך בין זיכער אז איר איר זיכט זיך צו אדשעסטן און די בעסטע וואס עס איז און אייער ביזנעס אינטערעסע, און איר די בעסטע נושא חן צו זיין ביים ציבור, וומסב״ג איז אויך אין אמעריקע ווי יעדער האט די רעכט צו מאכען אייגענע באשליסען אין זיין ביזנעס צום גיטען און - ח״ו - צום שלעכטען, זאל איר האבן אסאך הצלחה און דערציילען נאר בשורות טובות,


איך ווארט אויף א תשובה.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
פארשפארט