די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

אין די צייט וואס גייט אן א העפטיגע ויכוח איבער אריינעמען סעקולערע לימודים און די קוריקולעם אין די חרדישע אנשטאלטן אין ס'פארהאן א שטארקע קעגנערשאפט ביי אלע חרדי'שע רבנים און ווי באקאנט לייגן די ליטווישע רבנים דעם טראפ אז ס'איז אבסעלוט פארבאטן אלטץ ביטול תורה איז כדאי צו געבן א קורצע היסטארישע איבערבליק איבער אידישקייט פון די תקופה פינעם רענעסאנס וואס איז געווען א צייט פון קולטוראלע אויפלעב פון זיך צוריקקערן צו די גריכישע און רוימישע שטרעבונג צו פיליזאפיע און ארט.
די רענעסאנס וואס האט זיך אנגעהויבן אין איטאליע און איז פארשפרייט געווארן אין אנדערע אייראפעאישע לענדער האט אין די זעלבע צייט נישט איבערגעהיפט די איטאליענער אידישע געמיינדעס אין פאקט האבן זיי אנטיילגענומען דערין אין האט געבליעט הונדערטער יארן מיט א גלאררייכע היסטאריע פין אידישקייט מיט א ליבעראלע און הומאניסטישע צוגאנג אריינעמנדיג רבנים גדולי תורה וואס האבן צוגאב צו זייער ידיעת התורה אויך באזיצט א הויעכע בילדונג פון שפראך קענטעניס און אלגעמיינע וויסענשאפט וואס זיי האבן זיך דאס אלטץ איינגעהאנדעלט אין די אוניווערסיטעטן אדער אויף די אייגענע האנט טייל פון זיי האבן אפילו געשאפן פאעטישע ווערק דראמאטישע פיעסעס און מוזיקאלישע קאמפאזיציעס.
דאס דאווענען אין מערערע איטאליענישע שולן זענען מיט די גוטהייסונג פון זייערע רבנים געווען אין באגלייטונג פון מוזיקאלישע אינסטרומענטן די מערסט בארימטער איטאליעניש אידישער קאמפאזיטאר איז געווען שלמה מן האדומים באקאנט אלטץ Salamone Rossi וואס האט געשאפן מערערע ליטאגורישע קאמפאזיציעס וואס מ'קען זיי געפינען אויפן אינטערנעט.
עס דארף באטאנט ווערן אז א גרויסער טייל פון די רבנים זענען בפירוש געווען געשעצט ביי די גדולי הרבנים והפוסקים שמפיהם אנו חיים.
דא האט איר א טיילווייזע רשימה פון די רבנים:
ר' יהודה אריה די מודינה- באהערשט מערערע שפראכן, געהאט קריסטליכע תלמידים, שטודירט מוזיק און טענץ, געווען די פארוואלטער פון די טיאטער אינעם ווינעציער געטא, פארפאסט א ספר וואס צווייפעלט און די אוטענטישקייט פינעם זוהר, א פיוט וואס ער האט פארפאסט ווערט געזאגט ביי די סליחות ליוכ"ק
ר' יצחק לאמפרונטי-מחבר פינעם הלכ'ישן אנציקלאפעדיע פחד יצחק, שטודירט דאקטעריי אין פאדאווער אוניווערסיטעט און האט באזיצט א גרויסן ביביאליטעק פון רעליגיעזע און סעקולערע טעקסטן
ר' יהודה מסיר ליאון- א לעקטורער אין מאנטובער אוניווערסיטעט מחבר פינעם ספר נופת צופים אויף די חכמה פון רעטאריק
ר' דוד ניטו- שטודירט און פאדובער אוניווערסיטעט דאקטעריי פיליזאפיע די חכם צבי נעמט זיך אן און א תשובה פאר אים נאכן ווערן באשולדיגט אין מיטטיילן די מיינונגען פון שפינאזע פארפאסט ספר כוזרי השני
ר' עובדיה ספורנו- באקאנט אלטץ זיין פירוש ספורנו געווען א דאקטאר באזיצט מערערע שפראכן געווען באהאווענט אין וועלטליכע ידיעות ער איז געווען די לערער פינעם הומאניסט יוהאנעס רויכלין
ר' עזריה מן האדומים- באקאנט מיט זיין ספר מאור עינים ווי ער געט זיך אפ אפצווארפען פארשידענע היסטארישע הנחות וואס חז"ל שטעלן אראפ ס'איז באוואוסט די התנגדות פון מהר"ל און נאך וואס האבן דעם ספר מחרים געווען אזוי אויך די יעב"ץ נאכן מחרים זיין דעם ספר האט שפעטער חרטה באקומען אין געזאגט לא תתעב אדומי
ר משה חיים לוצאטו- באקאנט מיט זיין מוסר ספר מסילת ישרים שטודירט אין פאדובער אוניווערסיטעט אלגעמיינע וויסענשאפט און פילילאגיע גרויסער בעל מקובל אויסגעארבעט זיין אייגענארטיגע שיטה אין קבלה געשריבן פאעטישע ווערק און דראמאס און ווערט פאררעכענט אלטץ די סאמע ערשטער מאדערן העברעאישער שרייבער
די ליסט גייט ווייטער און ווייטער דאס אלטץ פאר יעצט מערצעשעם ווייטער אין א קומענדיגע געלעגנהייט.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין נהורא. איך וועל צולייגן ר' אליהו הבחור, מחבר ספר התשבי, וועם דער פרי מגדים ברענגט כסדר און איז זייער מחבב, איז געווען א לערער פון לשה"ק אין אוניווערסיטעט. גלחים זענען געווען זיינע תלמידים. איך מיין ער שרייבט עס אליין. איר קענט מרחיב הדיבור זיין נהורא נפישא.
יא איך האב דאס געהאט בדעה צו צוברענגען אינעם המשך
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:יש"ר מקנדיא
רמ"ע מפאנו
חכמי איטליה זענען געווען די מערסטע פארגעשריטן און אנשי אשכולות, אבער ב"ה אכשר דרא מיר ליידן נישט פון די רבנים, און אונזערע רבנים ווייסן ב"ה נישט די זאכן.
ריכטיג,איבער די רמ"ע מפאנו טוט זיך אויב איז ער געווען א מגולח
דרך אגב שפעטער איז געווען שד"ל, ריג"ו, ר'אליהו בן אמזוג אבער זיי ווערן שוין פאררעכענט אלטץ משכילים.
וואס מיינט איר מיט דעם אז מיר ליידן נישט פון די רבנים ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא, איך מיין צוזאגן אז
כלל ישראל האט זיך ביטער אנגעליטן פון די רבנים וואס האבן געקענט שפראך און חשבון, פילאזאפיע און וויסנשאפט, זיי האבן אריינגעברענגט אין כלל ישראל מארדערנקייט און ברייטקייט רחמנא ליצלן, אז מיר זאלן נישט זיין צופרידן מיט גימטריות און נוטריקון נאר זיך זוכן גרויסע חכמות רחמנא ליצלן.
אין די צייט וואס זיי האבן געשריבן ריזיגע חיבורים האבן גדולים אין דייטשלאנד געשריבן אין א לשון קודש עילגת אזעלכע האלבע שמועות און מסורות בהלכה פיל מיט מיסטיקע און שטחיות, דוגמת האחים גרים, און אט די גאונות באגלייט אונז. פון די אלע גרויסע פיל בענדער'דיגע פילאזאפיע און קבלה חיבורים איז נאר ארויסגעקומען השכלה.
ווען נישט זיי ואלטן מיר אלע, אריינגערעכנט רבי יאשע בער מבאסטאן אויסגעקוקט ווי דעם שפיטיווקער, נאר ליידער, די צייטגייסט אין איטאליע האט זיי אפגעהרגעט.
(ווער עס האט נישט קיין סארקאזם דיטעטקטאר זאל זיך איינהאנדלען)

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:איבער די רמ"ע מפאנו טוט זיך אויב איז ער געווען א מגולח
וואס הייסט עס טוט זיך? כ'מיין ס'איז קלאר, יעדן ערב שבת נאכן שניידן די נעגל על הסדר בדאגה אדער אדבגה פלעגט דער הרב מפאנו כאפן א מספרים און זיך מגלח געווען די בארד אזוי ווי יוסף הצדיק ווען ער איז ארויס פון תפיסה, כ'ווייס נישט צו עס איז געווען אויף א טריפעל זירא אבער אויף נומער דריי אבער סאיז געווען א יופי פון אזאך. אזוי איך האב איך געזעהן אין א תשובה ספר געשריבן דורך זיינס א תלמיד אדער זיינס א תלמיד'ס תלמיד.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=19765#p19765
טאמבל סאס שרייבט דארט אזוי:
וועגען דער רמ"ע מפאנו איז שוין א אלטע וויכוח, דער מנחת אלעזר שרייבט ער האט געזעהן א בילד (דאס איז א באקאנטע בילד) וואס מ'זעהט אים מיט א פילע בארד, טייל טענן'ען וואס מ'זעהט אויף בילד איז נישט א ראי' ווייל יתכן אז ער האט טאקע יא געהאט א בארד אבער אז ער האט געהאט געטרימט, און פון דארט איז די מקור אויף די שמועות.
און איך פארצייל אייך אז דעם שבת האב איך פערצופאל געליינט אין א תשובה ספר פון יענע תקופה (אדער א דור נאכדעם) ווי ער שרייבט קלאר אז דער רמ"ע מפאנו און זיינע תלמידים פלעגן זיך שערן די בערד וועכענטליך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
קופערניקוס הייסט עס אז דו האסט א הומאריסטישע זייט, געשמאק צו זעהן ביי א אידן
ר' בנימין מסתמא ווייסט איר דערפין אז די שוועריגקייט אנצונעמן דאס אז ער האט זיך געשוירן די בארדע שטעקט אין דעם וואס ער איז דאך געווען א גרויסער קאבאליסט אין לויטן סוד איז דאס ארונטערנעמען דעם זקן נישט געוואונטשען נאר סאיז דא וואס טענה'ן אז דאס איז נאר נוהג אין א"י נישט און חו"ל די חתם סופר האט א שמועס אין א תשובה דערוועגן.
אלענפאלס בין איך נישט זיכער אז סיידען דאס איז ער ספעציעל באקאנט געווען מיט באזיצן וועלטליכע ידיעות אזוי ווי די רבנים וואס איך האב אויסגרעכנט
ר' בנימין מסתמא ווייסט איר דערפין אז די שוועריגקייט אנצונעמן דאס אז ער האט זיך געשוירן די בארדע שטעקט אין דעם וואס ער איז דאך געווען א גרויסער קאבאליסט אין לויטן סוד איז דאס ארונטערנעמען דעם זקן נישט געוואונטשען נאר סאיז דא וואס טענה'ן אז דאס איז נאר נוהג אין א"י נישט און חו"ל די חתם סופר האט א שמועס אין א תשובה דערוועגן.
אלענפאלס בין איך נישט זיכער אז סיידען דאס איז ער ספעציעל באקאנט געווען מיט באזיצן וועלטליכע ידיעות אזוי ווי די רבנים וואס איך האב אויסגרעכנט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל
די איטאליענער אידן זענען געווען די מערסט ליבעראלע פון אידישע קהילות. ס'קוקט אויז אז מ'האט דארט געלעבט אויף אלע באקן. מענער פלעגן טאנצן מיט פרויען...און נאך אזעלכע סארט לייכטע געפירעכץ. די רבנים האבן זיך נישט געקענט אן עצה געבען מיטן עולם.
פאר מער, זעט דעם לינק:
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... 1364&upd=1
פאר מער, זעט דעם לינק:
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... 1364&upd=1
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
פארברענגט און פארוויילט מיט די גויישע שכנים
מחשיב געווען קונסט
שטודירט אין די אוניווערזיטעטן
געטרונקען סתם יינם
געגאנגען אין טעאטער
געטאנצן בתערובות
געליינט ראמאנסן
געשפילט מוזיק אין די סינאגאג
געלייקנט קבלה
געטשאלענזשט חז"ל'ס באקאנשאפט אין היסטאריע
געגלויבט אין הומאניזם
געשריבן לויט די גויישע דאטומס
אט דאס אלעס האט שוין עקזעסטירט אין די אידישע קהילה אין איטאליע, היבש פאר די רעפארם באוועגונג איז אויפגעקומען.
מחשיב געווען קונסט
שטודירט אין די אוניווערזיטעטן
געטרונקען סתם יינם
געגאנגען אין טעאטער
געטאנצן בתערובות
געליינט ראמאנסן
געשפילט מוזיק אין די סינאגאג
געלייקנט קבלה
געטשאלענזשט חז"ל'ס באקאנשאפט אין היסטאריע
געגלויבט אין הומאניזם
געשריבן לויט די גויישע דאטומס
אט דאס אלעס האט שוין עקזעסטירט אין די אידישע קהילה אין איטאליע, היבש פאר די רעפארם באוועגונג איז אויפגעקומען.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין נהורא. איך וועל צולייגן ר' אליהו הבחור, מחבר ספר התשבי, וועם דער פרי מגדים ברענגט כסדר און איז זייער מחבב, איז געווען א לערער פון לשה"ק אין אוניווערסיטעט. גלחים זענען געווען זיינע תלמידים. איך מיין ער שרייבט עס אליין. איר קענט מרחיב הדיבור זיין נהורא נפישא.
איז נישט דאס ר' אליהו מזרחי?
חוץ פון זיין שיעור אין תורה פאר זיינע תלמידים פלעגט ער זיי אויך געבן שיעורים אין לימודי חול, (ער שרייבט דאס אליינס).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
ניין בכלל נישט. ר' אליהו מזרחי איז געווען גדול הדור אין טערקיי. ר' אליהו בוכער איז א געווען א געלערנטע איד מיט אסאך ידיעות אין פארשידענע חכמות בעיקר אין דקדוק, לא קרב זה אל זה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
ואני כן שמעתי אז דערפאר הייסט ער בחור וויבאלד ער איז געווען א בוכער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: די גלאררייכע היסטאריע פון אידישקייט אין איטאליע
דער ענגלישער פריי-מ-עניסטער דעיוויד קאמעראן איז אן אייניקעל פון אליהו בחור. http://www.telegraph.co.uk/news/politic ... eople.html
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.