אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי
איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש? (און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)
וואס ער האט געזאגט ווייס איך נישט...
אבער אין צאנז וויל מען גלייבן אז ער האט געזאגט "א גרויסע גאסט !!! ממש פון בי''ד של מעלה" ס'האט נישט קיין אומפארטייעשע מקור
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
אסף זאגט אז ר' בערניו איז אריינגעפאלן אין השכלה, וואס דאס איז די צאנזער זייט.
ווילסט א גוטע ספר פונעם רוזשינער פרעספעקטיוו, זיך אויף 'השטן ביום הכיפורים' פון א ליאובה חסיד. די סאנזע בהמות פארברענען עס איבעראל ווייל זיי האבן מורא פון די אנדערע צד... (ס'נאך דא אין די ספריה פון אוניברסיטה בר אילן)
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
בעריש האט געשריבן:עס האט דערצייל הגאון מטשעבין זצ"ל אז ער האט דאס געהערט פון זיין רבי'ן הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל א טשארטקאווער חסיד ר' מאיר אלץ בחור האט געלערנט ביים טשעבינער רב פאטער הגאון המופלא ר' יענקעלע מהורמילוב וואס דאס איז געווען בגלילות הוסיאטין און מחסידי הוסיאטין. האט ער דערציילט אז זייענדיג און הוסיאטענער קלוז האט מען פארשטייט זיך גערעד אויפן הייליגען דברי חיים און ער ר' מאיר זייענדיג אינג האט מיטגעהאלטן דארט. שפעטער און טאג לאזט אים דער רבי זיינער רופען און נעמט אים אריין בחדר לפנים מחדר (לויטן שיח זקנים האט ער גאר ארויס געקוקט פונעם שליסל לאך אז קיינער הערט נישט אינטער)און ברעכט אויס און א געוויין מאירל טייערער זאגט ער כ'האב היינט געזען אז מהאט און קלוז גערעד אויפן צאנזער רב זאלסטי וויסען אז דער רב איז היינט ווי דער קדושת לו בדורו איך בעט דיר מאיר'ל חוסו על נפשיך און שטיי אוועק פון די אלע גערעדעכצער ווייל סוועט דיר קיין גיטס נישט ברענגען. ע"כ וואס דער טשעבינער רב האט כמה פעמים דערציילט
ס'דא אסאך שענערע מעשיות אין גמ''ח
במחילת כבודך די האלסט און איין האקען מעשיות אויף רעכטס אין לינקס אן ברענגען קיין שום מקור צי דיינע ווערטער ברענגט דא איינער א מעשה וואס ווערט געברענגט אין שיח זקנים (רוב המעשיות שם הם מפי אנשים נאמנים) לייג עך צי אז ר' אליעזר דוד פארציילט אויך אזוי, אין עס ווערט אויך געברענגט אין ספר שר התורה (תולדות חייו של הגאון מטשעבין עמוד 512 )
קומסטו מיט אפאר קינדער'ישע סמיילי'ס אין שוין! האסט עס אפגעפרעגט!
זאג מיר די ווילסט מען זאך דיך אן נעמען ערנסט, אדער די האסט גאר קיין אינטערעסע אין דעם?
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
big joe האט געשריבן:אסף זאגט אז ר' בערניו איז אריינגעפאלן אין השכלה, וואס דאס איז די צאנזער זייט.
ווילסט א גוטע ספר פונעם רוזשינער פרעספעקטיוו, זיך אויף 'השטן ביום הכיפורים' פון א ליאובה חסיד. די סאנזע בהמות פארברענען עס איבעראל ווייל זיי האבן מורא פון די אנדערע צד... (ס'נאך דא אין די ספריה פון אוניברסיטה בר אילן)
אנליין קען מען עס נישט ערגעצוואו באקומען?!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
פארוואס זאגסטו אז די מעשה מיט'ן לעווער איז דמיונות? כפי זכרוני ברענגט אסף אין 'הציץ ונפגע' גאר נאנטע מקורות פון די חברה ביי וועם ער האט זיך געדרייט בשעתו פאר אלעס וואס איז דארטן געווען.
אגב, אסף נעמט מער ווייניגער אן די סאדיגורא צד אין די מחלוקה און מאכט דער צאנזער רב אויסקוקען ווי כ'וויל נישט זאגען וואס, אפילו ער איז כביכול אבייעקטיוו, איז ווייס איך נישט פארוואס דו זאגסט ער גייט מיט די צאנזע צד.
דאס וואס ביגזשאו ברענגט אז דער צאנזער רב האט דרך ארץ געהאט פאר'ן ריזינער, זאל זיין, עס איז מן הסתם טאקע אזוי, אבער וואס איז די פוינט?
ער האט געהאט טענות צו די קינדער.
דאס וואס ער זאגט אז דער צאנזער רב איז געפארען צום ריזינער, סאט וואט?
ער איז געפארען צו אלע ריזינער קינדער פאר ער האט אנגעהויבען די מחלוקת, כמובא בספר דער סאנזער צדיק.
דאס וואס ער שרייבט אז דריי הונדרעט רבנים האבען געלייגט אין חרם דער צאנזער רב, איז לכאורה פין זיין דמיון ארויס, אדער איז ער געווארען א שרייבער פין די נוי יארק טיימס ווי אלע חסידישע אידען ווערען רבנים. אמת ניסן בק האט געלייגט א חרם אויף דער צאנזער רב, אבער נישט מיט דריי הונדרעט רבנים, נאר מיט דריי הונדרעט חסידים. אלע ריזינער קינדער האבען נישט פארמאגט קיין דריי הונדרעט רבנים אין ארץ ישראל אין יענער צייט, דריי הונדרעט רבנים מיינט לכל הפחות דריי טויזענט חסידים, און ווי זענען אלע אהין געקומען? ביז היינט וואלט ריזין געדארפט זיין א חסידות צען מאל גרעסער פין גור.......
קיינער וועט נישט זאגען אז דער מחלוקת איז געוועהן א שיינע זאך, מחלוקת איז קיינמאל נישט שיין, און דער מחלוקת בפרט איז געוועהן גאר מיאוס, ווייל ריזין איז געוועהן א שיינע חסידות, על אף וואס דער רביס דארט זענען געוועהן אויף א שוואכע לעוועל, כמעט ווי די היינטיגע רביס, וואס קענען גארנישט קיין לערנען, זענען נאר רביס בזכות אבותיהם, און דער ד"ח האט דאס געקעלט, און האט געטוהן וואס ער האט געטוהן. וואס האט ער אויף געטוהן? איך ווייס נישט, דער מציאות איז היינט איז נישטא קיין ריזינער חסידות, אבער אלע אנדערע חסידות'ן ובתוכם זיינע אייניקלעך, זענען אלע רביס בדרך ריזין, און מן הסתם דער ריכטיגער זאך צו זאגען איז אז ער האט געוואנען דער battle אבער פארלוירען דער war.
וואס מען קען זעהן איז אז ווען ד"ח איז נסתלק געווארען האבען קיין איינער פין זיינע ממשיכי דרך נישט אנגעהאלטען מיט דער מחלוקת. איז לכאורה פין דעם א ראי' אז זיי האבען בחייו נישט געקענט אים אפרעדען פין דעם, ער איז געוועהן עלטער, איך מיין אין די הויכע זיבעציג, און האט זיך אנגעהערט אויף זיי שטארקע חטאים, וואס פין זיין אלטער היים פין ראפשיץ און לובלין האט עס אים אויסגעזעהן גאר שטארק פארפארען און עבודה זרה'דיג. אין אסאך פין די שמועסען וואס איז דא פין אים אין דער ספר חמדה גנוזה זעהט מען ווי אים האט שטארק געבאדערט די זאך, אז חסידות פארנעמט רביס וואס זענען שטריקעס, און עס איז געוועהן בימיו אסאך, און דער אמת נאך פאר זיינע צייטען איז אויך געוועהן, אבער נישט אויף א סיסטעמאטישע אופן ווי אין ריזין, וואס יעדעס קינד און אייניקעל וואס איז אויף געצויגען געווארען על סיר הבשר איז געווארען א קדוש.
אפילו לויט די היינטיגער סטאנדארט פין רביס, האבען די רביס פין ריזין זיך געפירט מיט א גרויסע ברייטקייט, ווואס עקעלט אפילו לויט אונזערע היינטיגע מושגים. אויף דער באקאנטער בלאג, אן דער מעין לייין, האט ער אמאהל געהאט א אויסשניט פין א צייטונג פין יענער צייט, ווי עס שטייט אז דער מעיאר פין די שטאט פין איינער פין די סאדיגורער רביס האט געבעטען דער רבי דארט זאל אביסעל אויף הערען מיט זיין לוקסוס, ווייל די גוים האלטען עס נישט אויס. טאמער איינער קען עס אפיר זוכען ביטע.
יעדעס זאך האט א גבול, און ווען רביס לעבען אויף'ן חשבון פין ארימע לייט, וואס גלייבען אין זייערע פוסטע כחות (ר"ל כחות וואס די רביס אליין ווייסען זענען פוסט), דארפען זיי נישט ווארפען זיך מיט בלוט געלט כאילו ווי עס איז שפילצייג, דורכען פארלאנגען למשל הונדרעט דאלאר פאר א ברכה צו קענען דורכשווערצען די גרעניץ ווכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[tag]big joe[/tag], דער נושא איז זייער א רייכע אינטערעסאנטע נושא פון אלע זייטן, און עס וואלט געווען גאר געשמאק עס אדורך צו טון מיט אלע פרטים. אבער מיט אייער (במחכ"ת) אראגאנץ, נעמט איר אוועק די גאנצע געשמאק פון די שמועס. לויט דיין ווערסיע, זענען די צאנזער רב ובניו וחסידיו עד סוף כל הדורות שקרנים, בעלי מחלוקת, נידעריגע יונגן און - בעיקר - בעלי דמיונות. אלע ביכער וואס באשרייבן צד צאנז זענען זיופים. די ריזונער צד זענען אלע קדושי עליון, אישי אמת, חסידי אומות העולם, און א יעדע בוך מצד רוזין איז כל כולו אמת. יעצט לאמיר דיך פרעגן, מען האלט שוין הונדערט פופציג יאר (בערך) לאחר המעשה. קיין איין אימפארטייאישע מענטש פון דעמאלטס לעבט נישט היינט, און אויך נישט זייערע קינדער. ווי אזוי קענסטו זיין אזוי זיכער אז אלעס פון איין צד איז ליגנט און אלעס פון איין צד איז אמת, אזש דו שפעטסט אן פון א יעדער וואס שרייבט אנדערש ווי דיר מיט זעקס סמייליס? דו קומסט מיר אויס צו זיין א קלוגע יונגערמאן, פארדעם בין איך דיר דן לכף זכות און כ'בין עס תולה אין אראגאנץ.
שמע נא ידידי, הער א גוטע עצה. ווילסט זיין אויפגעקלערט, אפען-מיינדעד און דערגרייכן דער אמת? דאן זיי אלעמאל אפן צו הערן א צווייטע צד און ואל תהי בז לכל אדם. קוק אין מיין חתימה וועסטו זעהן אז אנדערע קלוגע האבן דאס שוין געזאגט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אז די ווייסט יא אז דער צאנז'ער רב איז געפארען צום רוזשינ'ער רבי
איז אפשר ווייסטו אויך וואס די הייליגע רוזשינ'ער האט דעמאלטס געזאגט אויף אים ביים טיש? (און דאס איז געווען דער אורזאך וואס די צמח צדיק מוויזניץ האט זיך בשום אופן נישט געוואלט אריינמישען לטובת זיינע שוואגערס די רוזשינ'ער קינדער, אקעגן די צאנזער רב..)
וואס ער האט געזאגט ווייס איך נישט...
אבער אין צאנז וויל מען גלייבן אז ער האט געזאגט "א גרויסע גאסט !!! ממש פון בי''ד של מעלה" ס'האט נישט קיין אומפארטייעשע מקור
קענסט ענדערש שרייבען, איך ווייס נישט פון א אימפארטייעשע מקור, למוד לשונך לומר איני יודע
דא האסטו וואס רבי אליעזר דוד פריעדמאן פארציילט בשם רבו האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
אז מ'רעדט פון וואס ס'האט גורם געווען צום צאנז- רוזין מחלוקת, איז דא א פלא'דיגער בריוו פון אן אייניקל פון צאנזער רב - דאכטצעך מיר אז ער הייסט ר' שלום סטראפקובער - וואס שרייבט אז עס איז אים קלאר אז ס'גאנצע מחלוקה האבן בעיקר די שטוב מענטשן אנגעדרייט...
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
נייגעריגער האט געשריבן:אז מ'רעדט פון וואס ס'האט גורם געווען צום צאנז- רוזין מחלוקת, איז דא א פלא'דיגער בריוו פון אן אייניקל פון צאנזער רב - דאכטצעך מיר אז ער הייסט ר' שלום סטראפקובער - וואס שרייבט אז עס איז אים קלאר אז ס'גאנצע מחלוקה האבן בעיקר די שטוב מענטשן אנגעדרייט...
דער סטראפקובער (רבי אברהם שלום בן הגה"ק משינאווע זצ"ל) שרייבט עס נישט לגבי די מחלוקת (עס קאן זיין אז ער מיינט דאס אויך)
ער שרייבט עס לגבי די מחלוקת און קאשוי צווישען רבי שאול בראך און רבי שמואל ענגיל זכר צדיקים לברכה
דער בריעף איז געשריבען צי רבי שמואל ענגיל מראדימשלא בעטנדיג זיך ביי אים צי מאכען א סוף צי דער מחלוקה ובתוך דבריו שרייבט ער אזוי וראיתי בחוש אצל אדוני אבי זקיני הגאון הקדוש מצאנז ואצל אדוני אבי מורי הגה"ק משינאווע שאנשים הטעו אותם בעניני מחלוקת וכוונתם לא היה לשם שמים כי אם לאיזה הנאה שהיה להם... און ער ענדיגט צי דעם בריעף אלו הבעלי ריב חרבו העולם כי ברור הוא אצלי שאם לא היו מסבבים אלו אנשי בליעל את הגאונים הקדושים הנל היו מביאים הגאולה השלימה בתורתם ובקדושתם
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט אז ר' אברהם שלום שרייבט עס נישט לגבי דעם מחלוקת! נאר לגבי וועלכע דען מחלוקת?! ביי דער מחלוקת אין קאשוי האט דאך קיינער נישט מטעה געווען דער צאנזער רב און דער שינאווא'ער רב ווייל זיי האבן זיך דארט נישט געקריגט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.