gergele האט געשריבן:& You will not drink KAVE...C'mon, folg mich agang.. nor FASTEN ven yeder esst..
midrash peliah
gergele האט געשריבן:And how exactly do you DO THAT.......Most young couples have a CHILD whithin 12 monthts....
No_name האט געשריבן:ס'איז אפשר אביסל אף טאפיק
כ'האב מחדש געווען א מורא'דיגער חידוש אינעם ענין פון "אינטערנעט מאכט אן טויזנטער גיטין", און אז "רוב גיטין וואס קומט היינט פאר, איז א תוצאה פונעם אינטערנעט"
איך האב מיטגעהאלטן א מעשה לעצטנס ווי קאפל וואס האט געהאט פראבלעמען איז אריין צו א רב זיך דורכרעדן, איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געוואלט אדורכטוהן איז געווען אז ער האט אן אייפאון, ווי נאר דער רב האט דאס געהערט, האט ער זיך אויפגעשטעלט און "אן אייפאון? איך קען נישט רעדן מיט דיר ווילאנג דו האסט אן אייפאון, גיי ארויס"...
איבריג צו זאגן אז דאס ביסל סטאקס וואס ער האט נאך געהאט ביי איר איז צובלאזן געווארן, וואס איז געווארן ווייטער איז נישט רעלעוואנט, אזויפיל יא אז ס'האט אנגעמאכט גרויסע חרבנות.
יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס דער אינטערנעט מאכט אזויפיל חורבנות, ווייל די מקנאי ה' צבאות, די לוחמי מלחמי ה' מאכן זיכער אנצודרייען און אפצוטיילן איינער וואס האט אינטערנעט (א פראבלעם וואס זיי אליין האבן באשאפן)...
סאו וואט האט געשריבן:איך האלט מ'דארף טוישען אז נאר רעבעצינ'ס זענען כלה טיטשערס, זיי דארף מען ווי אמשנעלסטן דאמפען.
אריינברענגען בעל בתיש'ע כלה טיטשערס... וואס זענען עושין רצון בעלה... און זיי זאלען מחנך זיין דו נעקסטע דור
אויף קלערן ווי גוט ס'איז... און אויסלערנען ברחל בתך הקטנה וואס מ'מעג יא... און אז אלעס מעג מען טוען כדי צופרידנצושטעלען א מאן...
און נישט דערמאנען א ווארט נישט וואס מ'טאר נישט... ווייל עפ"י הרמב"ם ז"ל מען מעג אלעס....
ויהא אתה שלום וביתך שלום וכל אשר לך שלום....ווייל פון דעם פאנגט זיך עפ"י רוב אלעס אן.
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך א וויכטיגע הנהגה וואס דארף ווערן איינגעפירט שטארק ביי אונז כדי צו פארמיידן אזויפיל פראבלעמען, איז אז יעדע פארפאלק נאך די חתונה מוזן גיין צו שיעורים וועלכע שטעלן אראפ יסודות הבית. די שיעורים בעפאר די חתונה איז קלאר נישט גענוג, ווען מען לערנט אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אינסטרוקציעס ווי אזוי זיך צו באפארען אין די גרויסע וועלט איז די דרשה ווערד א רעטעך - למחצה ולשליש ולרביע. אבער בשעת מען איז שוין אינעם פעקל, מען זעהט מיט די אייגענע מיט וועמען - און מיט וואס - מען האט צו טון, מען אנערקענט פירסט-הענד די שוועריגקייטן, דאן איז יעדע ווארט הילף און אדווייס כמים קרים על נפש עייפה, און מען קען פאקטיש פראקטיצירן די אלע עצות און אדווייס.
ממילא דארף מען מאכן סיי צענטראלע דרשות איבעראל ווי סיי די מענער און סיי די פרויען זאלן ערשיינען, און אויך זאל מען קענען פריוואט פרעגן פראגעס, און אפשר זאל מען טיילן בוכלעך אין קורצן די יסודות און כללים, און דאן קען מען האפן צו פארשפארן אסאך עגמת נפש אינעם צוקונפט בעז"ה.
(אין קרית יואל איז דא איינער פריעדמאן - א חתן מדריך - וועלכער שטעלט צו שיעורים פון צייט צו צייט, ער אדווערטייזט אין די צייטונגען. ממנו ילמדו וכן יעשו).
רויטע וואנצעס האט געשריבן:יו זאגט ער גוט!
http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... ternet.pdf
בדחן האט געשריבן:
איך האב געליינט נאר די ערשטע האלב ארטיקעל, ער מאכט מיר נערוועז, עס זעט שטארק אויס אז זיין צוגאנג צו א גט איז אז די מאן איז ע"פ רוב שולדיג און די פרוי איז ע״פ רוב גערעכט, די פאר גיטין איך האב מיט געהאלטען זענענן די פרויען געווען 50% אדער מער שולדיג,
בנוגע אפהאלטן א גט, אויב וואלטן רוב פרויען נאכן גט זיך נישט אויפגעפירט אזוי אכזר׳יש מיטען סטראשען יעדע צווייטע וואך דעם מאן מיטען נישט לאזען זען די קינדער, וואלט - מעגליך - די גיטין געגאנגענן שנעלער, דאס אז מען שפילט זיך אזוי ארום מיט די טאטעס מיט נישט לאזען זען די קינדער נאך א גט אדער נאך א סעפערעשין, האט - לדעתי - א השפעה אז די גיטין זאלען אנקימען שווערער.