אוניווערסאלע אידן - אונזער מיסיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

אוניווערסאלע אידן - אונזער מיסיע

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

איך האב דאס שוין געשטעלט אין אן אשכול איבער סיריע,עס איז א סטעיטמענט פון די "אוניווערסאלע אידן" ארויסגעשטעלט אויף זייער בלאט "אידן קעגן רציחות".
אבער מען האט מיר געבעטן אז איך זאל זי מער מפרסם זיין:


אונזער מיסיע - נישט בלויז סיריע
די הערצער פלאטערן הערנדיג אז די וועלטס וועק-זייגער האט זיך צעפיפן. די וועלט האט דערהערט די וויי געשריי פון די קינדער אין סיריע.
די האפנונג איז אז מען וועט נישט דרוקן דעם "סנוז" קנעפל, נאר מען וועט טון למעשה צו ראטעווען לעבנס.
מאמענטאל זעהט נישט אויס ווי מיר קענען אדער דארפן עפעס טון. די ראלי וואס מיר האבן געארבעט און פלאנירט, צו ווייזן אז עס טוט אונז וויי, אז פארגאסענע בלוט רעדט צו אונז אלס קינדער און אייניקלעך פון שארית הפליטה, און צו ערוועקן די פאליטישע פירער און מנהיגי העולם צו דערהערן די וויי געשריי, איז נישט וויכטיג לעת עתה.
אבער אונזער עצם עקזיסטענץ איז וויכטיג, די בלויזע איידיע אז חסידים האבן זיך באזעצט אויף די ערד פלאנעט, דארטן ווי מענטשן לעבן, און מען האט געפיל פאר אנדערע יצירים נבראים, האט געמאכט א גרויסע רושם, מען האט אסאך געשמועסט דערפון, גראטולירט, און פארשטענדליך פארדאמט..
די פאקט אז חרדים קענען זיין הומאניסטן איז א מהפיכה, א רענאסאנט רעוואלוציע, און ווייזט אז עס איז פארהאן אזא צייט גייסט, אז מיר האבן אויסגעטון די קינדער שיכלעך און קוקן אן זאכן מיט א ערוואקסענע בליק און אז מיר האבן אנערקענט אונזער פלאץ אין די בריאה אלס אן אור לגויים און נישט אן איזאלירטע חושך.
מאמענטאל קוקן מיר האיך יפול דבר, אונזער הארץ איז מיט די צובראכענע אלמנות ויתומים, באטריבטע טאטעס און באאבלטע מאמעס אין סיריע, אונזער הארץ איז מיט זיי אין טרויער און תפילה, און מיט האפנונג שטייען מיר מיט שפאנונג צו זעהן אויב מיר קענען עפעס העלפן.
גלייכצייטיג זענען מיר הומאניסטישע אקטיוויסטן, מיר שפירן מיט די באקריוודעטע בבית ובחוץ, די גרויסע משפחות וואס זענען פארשקלאפט אין פיצינקע דירות און פארדינען ווייניגער ווי עס קומט זיי, ווערנדיג צוטרעטן פון גרויזאמע קאפיטאליסטישע בעלי בתים.
מיר שפירן מיט קלוגע קינדער וואס לעכצן פאר בילדונג און חכמת חיים, אבער ווערן ליבערשט צעדרוקט אונטערן קאנטשיק בלייבנדיג אן תורה און אן חכמה.
מיר שפירן מיט יונגע מיידלעך און בחורים וואס ווערן געפירט צום חופה כצאן לטבח אן קיין טיפע בליק אויף זייער עתיד, א חתונה אן ליבע א הויז אן יסודות.
מיר שפירן מיט יונגע מאמעס וועמען מען שענקט נישט קיין החלטות אין לעבן, מען פארשוואנגערט אן קיין חשבון נישט אויף קיין יסודות פון הלכה אדער חכמה.
מיר שפירן מיט יונגעלייט וואס מען ווארפט אריין אין די אמתע וועלט אן קיין ערפארונג, און אן פינאנציעלע אחריות.
מיר שפירן מיט אלע אינדעווידואלן וואס טרעפן זיך בקצה המחנה, און שפירן פארקלאפט, און אויסגעשפיגן.
מיר שפירן מיט אלע גייסטיש אראפגעקלאפטע, פינאנציעל צוקוועטשטע, סעקסואליש אראפגענאגעלטע, און אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובמצוקה, המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה.
אבער מיר זענען נישט קיין מין בפני עצמו, מיר שפירן מיט די צום טויט פארמשפטע אין איראן און סאודי אראביע, די אומיושר'דיגע פאראורטיילטע אין די קראנקהאפטע אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, די פארשקלאפטע אין כינע, די קינדער וואס ווערן פאראורטיילט צו מלחמה און צוואנגס ארבעט אין סודאן און ניגעריע און אנדערע שרעקליכע פלעצער, די ווייבער פארכאפט אין געשלעכטליכע קנעכטשאפט.
מיר שפירן מיט אלע מענטשן וואס זענען אקופירט, פארקלאפט, פארשקלאפט אונטער פיינטליכע רעזשימען, עקסטרעמע רעליגיעס, קאפיטאליסטישע שוויינען, פארמאכטע קולטס. קינדער ביי שלעכטע עלטערן, מענער און ווייבער אונטער דאמעסטישע צוואנג און יעדער וואס ליידט פון שלעכטס.
מיר האפן אז די ליכטיגקייט פון גוט ווילן זאל איין טאג אריינשיינען אין אלע פינסטערע ווינקלען, ומעט מן האור ידחה הרבה מן החושך.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך שמעק אן אתחלתא דגאולה.
Under influence
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

ווען דו ענדיגסט שפילען,לייג- זיי מוחל- צוריק די טויס אויפען פלאץ...
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

אוי ווי שיין. ברוך שהחיינו לזמן הזה. דאס געשריי פאר גערעכטיקייט און יושר איז אין דעם פארגעשריטענעם וועלט אין צוויי טויזנט און דרייצן מער פארשטילט ווי אימער און דאס אומרעכט איז אויבן אן אויפן שטיסל מער ווי אייביק. מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. אפשר וועט דאס שטומע געשריי אין א פארבונקערטע קאפע שטיבל אפקלונגען העכער ווי די פענסי הומעניטארישע ארגענעזאציעס מיט ביליאנערסקע בודזשעטן אין טייערע טורעם אפיסעס. דאס הומאניטארישע געשריי איז נישט קיין מאדערנע זאך עס איז די געשריי פון ישעיהו הנביא "דרשו משפט אשרו חמוץ שפטו יתום ריבו אלמנה" . זאל זיין בהצלחה און זאלן מיר שוין זוכה זיין צום גאולת עולם אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

מיט אזעלכע קאווע שטיבל שרייבערס, ווער דארף נביאים?
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

נצבד האט געשריבן:ווען דו ענדיגסט שפילען,לייג- זיי מוחל- צוריק די טויס אויפען פלאץ...

נצבד טייערע,אזא פגע צו זיין, ביי יעדע ערענסטע מדובר מאכסט זיך נאריש און אז דו ביסט טאקע אזוי נאאיוו פארוואס דרייעסטו זיך דא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

[tag]קאווע טרונקער[/tag]
הייב נישט די ערווארטונגען, די גאולה געשעהט נישט פון אפאר שרייבערלעך. מיר האבן אסאך ארבעט פאר זיך, אבער אויב מיר גלייבן דערין, קענען מיר בע"ה מצליח זיין צו זיין א מויל פאר באקריוודעטע און א שופר פאר גערעכטיגקייט.
[tag]בן תמליון[/tag]
א הארציגן דאנק, די ביסטו א שטארקער שטיצער פון די ערשטע מינוט, אשריך. מיט נאך אזעלכע אידן ווי די, וואס גלייבן אין גוטס און האבן פיינט שלעכטס, וואס פילעווען אין נביא און פיינטן בייזוויליגיקייט, האבן מיר אמתע האפנונג.
[tag]נצבד[/tag]
די האסט א פוינט, עס איז א חלום, יא, מיר חלומען, אבער נאר פון זיסע חלומות זענען אמאל ארויסגעקומען שיינע רעאליטעטן.
יא, מיר חלומען, אבער לאמיר נישט שלאפן.
יא, מיר חלומען, אבער מיר חלומען נישט וויאזוי צו געווינען, וויאזוי צו באקלאגן זיך, וויאזוי צו מנצח זיין און וויאזוי צו פארגיסן בלוט, נאר וויאזוי צו שיינען די זון, און די זון איז די בעטסע דיסאינפעקציע פאר אלע מכאובים.
נצבד, ווער נאך ווי די, הנושא את שמו פון א מענטש וואס איז געפאלן א קרבן פון אומרעכט (צו ער איז באגאנגען די אקט, צו נישט, איך רעד איבער די סוג העונש שאינו מתאים לחטא) וואלט געדארפט חלומען פון עפעס גוטס?

און אלע ידידים, לאמיר אויפהערן באשיצן און פארענטפערן שלעכטס, לאמיר אויפהערן אטאקירן און באקלאגן, קרעכצן און באשעלטן שלעכטס, לאמיר קוקן דעם אמת, יעדער ווייסט זייער טיף וואס שלעכטס איז ווייל גוטס ליגט טיף אין אונז, יעדער פון אונז שפירט ווען זיין קהלה\משפחה\ביזנעס באגייט אן עוולה, אבער מען פארשווייגט און מען פארענטפערט. גענוג געווען! לאמיר אויפשטיין פאר וואס איז ריכטיג! אבער נישט בלויז קריטיקירן, נאר בויען א געמיינדע פון יושר!
לאמיר בויען א באוועגונג פון יונגע, יושר'דיגע אוניווערסאלע אידן וואס גייען נאך די מוסר הנביאים און די אייגענע קנה מדה פון גוטס, לאמיר מאכן יושר און רחמים א ליכט צו אונזער פיס און א וועגווייזער צו אונזער וועג, לאמיר יעדן טאג טון עפעס צו אריינשיינען ליכטיגקייט אין פינסטער און טוישן שלעכטס צו גוטס. מען קען עס טון אינדערהיים, מיט די ווייב און קינדער, מען קען עס טון אין מקוה און אין שול, דורך זיך אויפשטעלן פאר גערעכטיגקייט און באשיצן א פארשעמטן, מען קען עס טון אין אפיס דורך האנדלען ערליך, און מען קען עס טון אין גאס, אין די סאציאלע מידיא, אין קאווע שטיבל און ווי אימער.
אוהבי ה' שנאו רע!

חברים, שליסט אייך אן אין די רעוואלוציע!
join the revolution !
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין, מי יתן והיה!
אבער פון שיינע אינספיראציעס ביז פאקטישע מעשים איז א לאנגע גאנג.
וואס טוט מען אין פאקט צו העלפן איין עני וואס ליידט ביי א שלעכטן בעל הבית, מען קען גארנישט טון אויסער שעלטן, טא, צו וואס די פלאג?
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

קודם כל דארף עס וויי טון. אז די מענטשליכע, רחמנות'דיגע געפילן ארבעטן און די מאראלישע אינסטינקט איז נישט פארטעמפט וועט מען זיך שוין מוטשען און מטכס עצה זיין וואס צו טון.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שמעק אן אתחלתא דגאולה.

איך שמעק אסאך ליידיגע צייט און גדלות דמיונות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
נצבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 141
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:17 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

שליחה דורך נצבד »

נהורא דנפישין:דאס האב איך געענטפערט פריוואט פאר דעם פותח האשכול,ותן לחכם ואולי יחכם


די סיבה פארוואס איך בין געווען סארקאסטיש,בשעת דיין אינאסענס ברויך מיך ווען אינגאנצען איבערנעמען, איז זייער פשוט, דו עפענסט אויף א "ארגענעזאציע?" מכלומרשט ווי "אפילו" דער "צוריקגעשטאנענער" חסיד איז זייער איבערגנומען פון דאס פארגאזען אומשילדיגע סיריער קינדער,און אינעם זעלבען אטעם הייבסטו אן ארינטעררייסען דאס וואס דו קוקסט אן צוריקגעשטאנען ביי "אינז",און עדוואקעיטען פאר טשעינדש,א שטייגער ווי "חסידים פאר בייקס" מכלומרשט איינער וואס איז בתוך עמי יושבת וואס זיין איינציגע ציעל איז פשוט צו קענען בייסיקלען פון און צו זיין דשאב און זיין שיעור...אבער יעדע פון זיינע ענטפערס צו די מידיע איז געווען אראפצורייסען און באשמוצען די קאמיוניטי וואס ער טענה'ט אז ער פארטרעט.מאך אפ דיין מיינד(נישט אז דו זאלסטיך איינרעדען אז דו וועסט עניטינג אויפטאן,מער ווי אביסעל מידיע אטענשאן),איז דיין ציעל צו טשעינדשען דעם חסיד?אדער ווילסטו דער חסיד (וויזוי ער איז יעצט) זאל צייגען (וואס אליבא דאמת,וואלטסו נישט געגעבן קיין דעםם דערפאר,ווען דו "ליינסט" עס ווען און א צייטונג,נאר וויבאלד דו האסט דאס "געזען" אויף יו טוב,נעמט דיך דאס איבער אינגאנצען)די וועלט אז עס גייט אים אן די הריגות אויף קינדער?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דענקער האט געשריבן:מיט אזעלכע קאווע שטיבל שרייבערס, ווער דארף נביאים?

או קעי. לייג דיין נ"ך אין סטארידזש. איך וועל נאך ווייטער אריינקוקן פון מאל צו מאל אין נ"ך זעען וואס די נביאים האבן געזאגט און פאראויס געזאגט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' נצבד טייערע איך האב חלילה גארנישט געמיינט קעגן דיר פערזענליך ס'האט מיך פשוט אנגעכאפט א רוח קנאה אז איך האב דיך פארגעהאלטן אויף סתם אוועקמאכן שמועסן מיט דברים של מה בכך סאיז כדאי זאלסט מער מסביר זיין דיין אפאלאגיטישע שטעלונגען
אזוי אויך בעט איך אייך פארטויש מיך נישט מיט איינעם וואס באשמירט אינזער לעבנסשטייגער על פני חוצות איך בין סך הכל מעורר דא אין א היימישן אטמאספערע.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
JewsAgainstGenocide
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:32 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך JewsAgainstGenocide »

אין ליכט פון די שרעקליכע חילול השם ווען פעילד מעסייע ברענגט פון אייוועלט אז אידן פרייען זיך ווען גויים ווערן געהרגט, איז א חוב קדוש צו מפרסם זיין פארקערט, ווער עס איז אקטיוו אויף סאשעל מידיא איז מכובד צו ברענגען די שטעלונג פון די נארמאלע, ליבליכע כלל ישראל און אפשלאגן דעם חילול ה'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער אשכול איז זייער וויכטיג אפצושטויבן פון איר צוויי יעריגער שיכט פון שטויב אין די קעלערן פון קאווע שטיבל.

געווען א באשעפעניש, זיך א נאמען געגעבן JewsAgainstGenocide, און זיך גענומען שיסן פיילן אין אלע ריכטונגען איבער וויאזוי ער גייט טוישן דעם חסיד'ישן סאסייעטי, צווישן דעם חסיד און דעם איבריגן וועלט, און צווישן זיך זעלבסט.
און דער עולם האט געקלאטשט מיט התפעלות, געלייקט מיט שמחה, און גע'חלומ'ט פון ימות המשיח.

*************
געווען צוויי אפיקורסים אין די גרויסע מאמענט, אחד הנקרא נצבד [כנראה שוין נישטא במחנינו], והשני הרבני [tag]החשוב איך אויך[/tag], און זיי האבן מיט א שורה'לע אויסגעדריקט - מיט א סארקאסטישע שפראך - זייער סקעפטיזם איבער דעם עתיד.
א מבול פון אטאקעס און גינויים האבן זיך אנגעהויבן אנטקעגן די כת לצים שאינם מקבלים פני המשיח החדש בתשואת חן.

*************
צוויי יאר שפעטער.
ווער איז געווען גערעכט???
די גאנצע חבריא וואס - מרוב רצונם צו זען א 'טשעינדש' אינעם סיסטעם - האבו געזונגען שירה, אדער די מיעוט וואס האבן אנגעקוקט די נושא פון א פשוט'ן רעאליסטישן קוק ווינקל?!


והמוסר השכל:
ווערט נישט פארכאפט מיט קעלבערנע התפעלות פון יעדער וואס שטעלט זיך פאר אלס נייער גואל. אפשר איז די איינציגסטע וועג צו טוישן די סיסטעם - דורך מפיץ זיין אורה של קאווע שטיבל.
וכבר אמר מרן אור שבעת הימים על שאלת 'אימתי קאתי מר', "משיפוצו מעיינות בית הקפה החוצה".
פארשפארט