Motivational Courses
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Motivational Courses
א נייע זאך זעהט מען לעצטנס אז סע קומען אויף גרויסע מומחים וואס געבן courses וואס זיי זאגן אז ווער סע וועט זיין און עס דורכגיין איז פארזעכערט מיט הצלחה.
שוין געזען אסאךנעמען און יעצט זעהאיך א נאמען וואס געדענק נישט אויב כאב שוין אמאל געהערט. איינער הרב ר׳ משה לייב האגער שליט״א (א רב, רבי? בנש״ק?) וואס האט שוין אריינגעגעבן א הצלחהדיגע מאטיוואציע אין איבער 6000 מענטשן פון איבער די וועלט (נאכגעשריבן פון די עד), און ער האט זיך געלאזט איינבעטען און נאך שווערע הפצרות פון מענטשן וואס ווארטן און האפן אויף הצלחה, קומט ער יעצט קיין אמעריקע (פון ווי?) אויך צו געבן די געלעגענהייט אנצוהייבן א הצלחה׳דיגע לעבן פאר יעדען וואס האט נאכנישט דערווייל די הצלחה.
סע גייט זיין אין מאנסי און וויליאמסבורג.
די שאלה וואס איך האב, העלפט עס פאר מענטשן?
ער אליין האו זיכער אסאך הצלחה ווייל ער האט שוין ארויסגעשלעפט פון 6000 מענטשן געלט אבער וואס איז די end results?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ידען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- אךשמח
- היימישער באניצער
- הודעות: 362
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
עטליכע יאר צוריק האב איך געטראפן א ידיד מיינער ביי א שמחה, און ער מיט נאך א איד דארט זענען געווען אויפגעלייגט ביז גאר, ווייל זיי האבן געהאלטן אינמיטן נעמען די קורסן ביי דעם הרב האגער, און זיי האבן נישט געענדיגט רעדן איבער די געוואלדיגע שיעורים וואס ער געט, און די הנאה וואס זיי האבן דערפון.
דאן האב איך נישט געקענט רעדן מיט אים, ווייל ער איז געווען אין הימל מיט די שיעורים, אבער ווען ער האט זיך שוין בארואיגט האט ער מיר דערציילט אביסל ווי עס גייט צו די שיעורים.
ער רעקאמענדירט נישט דעם שיעור, אבער פארט האלט ער אז עפעס האט זיך אים אויסגעצאלט דאס געלט ווייל די הנאה איז אים ווערד געווען.
ער זאגט אז רוב מענטשן וואס מען וועט פרעגן איבער די שיעורים וועלן עס יא רעקאמענדירן צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט אויסזען ווי לוזערס וואס האבן געצאלט געלט אומזיסט...

-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
דעיס איז זיין ספעשלטי. ער זאגט אויף א זין פין א גרויסע רבי איך וועל נישט זאגען די נאמען דא האט געהאלטען פאר א שמחה אין ער האט נישט געהאט די גאטס צו פראווענען אין מ'האט אים געריפען אין ער האט געשטארקט יענעם זעלבסט זיכערקייט אין טאקע יענער האט געמאכט א מצב ביי זיין שמחה איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אבער אזוי זאגט ער
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 20
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:42 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
אךשמח האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק האב איך געטראפן א ידיד מיינער ביי א שמחה, און ער מיט נאך א איד דארט זענען געווען אויפגעלייגט ביז גאר, ווייל זיי האבן געהאלטן אינמיטן נעמען די קורסן ביי דעם הרב האגער, און זיי האבן נישט געענדיגט רעדן איבער די געוואלדיגע שיעורים וואס ער געט, און די הנאה וואס זיי האבן דערפון.
דאן האב איך נישט געקענט רעדן מיט אים, ווייל ער איז געווען אין הימל מיט די שיעורים, אבער ווען ער האט זיך שוין בארואיגט האט ער מיר דערציילט אביסל ווי עס גייט צו די שיעורים.
ער רעקאמענדירט נישט דעם שיעור, אבער פארט האלט ער אז עפעס האט זיך אים אויסגעצאלט דאס געלט ווייל די הנאה איז אים ווערד געווען.
ער זאגט אז רוב מענטשן וואס מען וועט פרעגן איבער די שיעורים וועלן עס יא רעקאמענדירן צוליב דעם וואס זיי ווילן נישט אויסזען ווי לוזערס וואס האבן געצאלט געלט אומזיסט...
איך האב געפערעגט אסאך מענטשן וואס זענען געווען ביי האגערס שיעורים כולם פה אחד אז יא מען קען זאגן עפעס האט עס געהאלפן מען קען אבער נישט זאגן וואס... דהיינו איך מיין עס האט געהאלפן... אדער ווי טייל האבן געזאגט עס קען העלפן אויב מען חזר'ט עס.
עס איז יעצט געווען פאר יו"ט אזא סעריע פון שיעורים מען האט געבעטן פאר דעם 1600 דאלער...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כ'האב יעצט אויסגעהערט אביסל ר' יצחק אלעזר'ן.
עס לויפט אצינד די דריטע יאר זיינע שיעורים, איינמאל הייסט עס שליטת הדעת, יעצט הייסט עס שיעורים אויף מנוחה.
די וואך גיט ער א "הקדמה" פאר אומזיסט, האבעך געקלערט אויסצוהערן אפאר מינוט און דערגיין מה טיבו.
עכ"פ זאגט ער אז די שיעורים זענען איינגעטיילט אין צוויי חלקים, איינס איז "מנוחה", די צוויייטע איז "שלימות".
מען לערנט צו ברעכן "בעד העביטס" ווי למשל נישט האלטן קיין זמנים אדער סדר היום, רייכערן, איבריג עסן, וכדומה
און דערנאך עניני מדות, ווי כעס, נערוועזקייט און רואיגקייט, פערפעקשאניזם, צוקלאפטקייט, און אסאך אנדערע.
ער טענה'ט אז די שיעורים איז אלעס ע"פ תורה, געבויעט בעיקר אויפן ספר חובת הלבבות, ליקוטי אמרים, יסוד העבודה, און נאך.
פארשטייט זיך אז ער זאגט אז פון די ערשטע 2 יאר האט מען שוין געזעהן א גרויסע תועלת ביי אסאך מענטשן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך מיין אז זיינע קורסן זענען באזירט אויף איינע פון די וועלט בארימטע דעיל קארנעגי קלאסן
האדם לא נברא אלא להתענג
- DotCom
- ידיד ותיק
- הודעות: 631
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
- געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
- האט שוין געלייקט: 299 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז זיינע קורסן זענען באזירט אויף איינע פון די וועלט בארימטע דעיל קארנעגי קלאסן
דו מיינסט האגער'ס שיעורים, מאסקאוויטש האט נישט ספעשל מיט קאמיניוקעישן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
פראדאקטיוו קורסן - אראף פון טיש?
אפגעטיילט פון דא: דער מענטשליכער שטימונג / יאוש
איך בעהט זייער די אנטשולדיגונג פונעם ציבור פאר אפאר סיבות
1. די טעמע אויף וואס איך ערווען דא איז גאר אלט, און קיינער דארף דאך נישט ליידן אז איך בין דא ניי.
2. די געדאנקען לגבי די נושא איז זייער פארצווייגט און דערינען ליגט גאר אסאך מחשבה, לאו כל מוחא סבל דא, נישט ווייל די מוח וואס דערגרינטעוועט נישט צו די מסקנה פונעם מחשבה וואס ווערט באשריבען פון איינער וואס האט בכלל נישט די רייכקייט צו באצויבערן די ליינער מיט די פעדער מיט וואס ער שרייבט. נאר בכלל ליידט דער יעניגער בכלל נישט פון די עסק וואס ווערט דא דעבאטירט און ממילא איז ער נישט תופס קיין איין איינציג ווארט וואס ווערט געשריבען דארט.
3. מאנכע פארשטייען נישט וואס קאגנעטיוו אישוס זענען, דערפאר זאלן די נישט אפי' פרובירן צו פארשטיין וואס עס ווערט דעבאטירט דא, און קענען זיך שפירן א טראפקעלע באטראפן. דעריבער אנטשולדיגט מיר אז מיר האבן זיך געטראפן.
און יעצט צום ענין.
דער פארקלעמטער פייטן, מיט זיינע העליכע גראמען האט ממש ארויס געברעגט די טיפע נקודה וואס קוועטשט אינערליך טיף אין הארצען. מאידך גיסא דער פייטן וואס איז פרייליך איז אויך %100 גערעכט. ער איז ב"ה ליכטיג אויפן הארצען ער זאל טאנצען מיט ביידע פיס און לויבן דעם כל יכול פאר די געוואלדיגער חסד וואס דער אויבערשטער האט מיט עים געטוהן. ( יא עס פארהאנען א מציאות אז ביידע זענען גערעכט אפי' עס איז דירעקט פארקערט איינע פונעם צווייטן)
פאר די אינדעווידואל, וואס איז עיהם שווארץ, טונקעל פאר סיי וואספארא סיבה עס איז. איז בלי שום ספק אז ער קען זיך טרעפן און ארויס זעהן פון זיין שווארצע פלאנטער. די שאלה שווימט ארויף פארוואס איז עיהם אזוי שווארץ, און טונקעל. ווי נאר מען וועט טרעפן די זאך וואס מאכט איהם קלומעטענע אויפן הארץ וועט ער בעז"ה מיט די ריכטיגע הילף זיך קענען ארויס זעהן פונעם מרה שחורה, און פינקציאנירן ווי א פרייליכער פערזאן בס"ד. ווי אזוי צו צוקומען צו די ריכטיגע הילף, איז דא חליקי דעות לכאן ולכאן, אבער אלו ואלו דברי חיים, עס ווענט זיך שטארק אין די תחונת הנפש פונעם באטראפענער.
צו זאגען אז עס איז דא א "וואן סייז פיט אל" איז א פארברעכען און אזא איינער וואס רייט אויף די שוואכקייט פונעם צובראכענעם נפש און טשארדזשט סיי וואספארא סכום מיט א גערענטי אז ער וועט ווערן געהיילט, וואלט אנכי הקטן בלי דעת תורה געזאגט שטיי אוועק פון דעם.
איז יעצט די שאלה אזוי.
פראדאקטיוו קורסן האט שוין ארויס געגעבן אריבער 500 דורך לעבער, און ווי אויך איז פראדאקטיוו זייער אויף ריכטיג. ד.ה. מען קען רופן זייער האטליין, און רעדן מיט סיי וועם פון די 500 יונגעלייט, און פרויען וואס זענען דורך די קורסן.
איך מיז דא באטאנען איך האב זיך נישט געפוילט, און דערעדט מיט כמה וכמה מענטשען וואס זענען דורך די קורסן, עס איז צו שטוינען, די מערהייט פון די מענטשען וואס איך האב גערעדט, זענען אויסטערליש צופרידען, נישט מער נישט ווייניגער די קורסן האבן ארויס געברעגט די באלהאטענע כוחות וואס עס איז געליגען פארפאקט טיף טיף ערגעץ ווי וואס די בעלי בתים פון די כוחות האבן ניטאמאל געוויסט אז זיי פארמאגן דאס.
אבער רבוש"ע איך בין דאך נישט היינט געבוירן געווארן, כאיש אחד ובלב אחד, כולם יחד המליכו ואמרו "פראדאקטיוו האט מיך געראטעוועט" פון ווי קומט אזא הימלישע כוח און א טיטשער וואס געט 10 קורסן, און ווי שלעכט, און קלאמונטענע עס איז געווען, אזוי גליקליך איז מען נאך 40-50 שעה זיצען ביי קורסן. ( אנלעס, מיליאנען ווערן פאקטיילט דארט, פארשטיי איך אלעס, און איך האב נישט קיין שום קשיא, אבער קיינער האט מיר נישט געזאגט אז יא ער האט באקומען עפעס געלט פארן זיצען די 50 שעה) אלא מאי וואס גייט דארט פאר, מיט וואספארא כישוף באניצט מען זיך דארט.
מורי ורבותי. די שאלה נאגט מיר ואין פותר אותו.
אויב האט סיי ווער וואס צו זאגן דערוועגן, וואלט איך זייער געוואלט הערן אויף דערווייל בלייבט עס ביי מיר זייער א שווערע תיקו.
מכה בפטיש שאלה עס איז דאך נישט מעגליך אז עס איז דא אזאך וואס איז דסר השוה לכל נפש.

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווען א מענטש האט א נפשיות'דיגע פראבלעם, וואס איז נישט ביי אים אויף א קראניקעל לעוועל, קען מען זיך אליינס העלפן במחשבה. יעצט, אוודאי קען מען גיין צו איינעם אז יענער זאל אנווייזן און מסביר זיין אט די נקודה, ווי איך טו יעצט בשעת'ן שרייבן. אבער די איידיע אז "יענער" גייט דיך פיקסן, ד"ה מ'גייט זיך אויף יענעם אנלאנען, און יענער וועט באווייזן וואונדער, איז אבסורד.
אפילו היינטיגע פיסכאלגן און טערעפיסטן פארשטייען דאס זייער גוט. איינער פון די גרעסטע מעטדן היינט אין פיסכעלאגיע איז די " 12 steps". די גאנצע איידיע דערפון איז סעלף העלפ. ס'אויך דא א קלענערע פיסכעלאגישע באוועגוגנג וואס איז שוין מער ספיריטעל וואס רופט זיך The three principles, די צווייטע מהלך פון סעלף העלפ האלט איך איז אסאך שטערקער און פאנדעמענטל ווי די ערשטע, אבער עס האט נישט אזוי מצליח געווען צוליב וואס עס האט רעליגיעזע נייגוגען.
יעצט בנוגע להשיג ודומיהם ווייסעך נישט וואס מ'לערענט דארט. אויב איז עס ביזנעס סקילס וכדומה איז דאך גוט, אבער אויב וויל מען יענעם טוישן איז עס נאריש, נאכדערצו ווען ס'איז א פאבליק קורס און נישט אויסגעשטעלט פאר יעדע יחיד מיט זיין נאטור. איך ביך כמעט זיכער אז אסאך פון די מענטשן וואס גייען צו די זאכן, זענען פיינע אבער פוילע מענטשן, און מ'זוכט נאר נאך א נארישע שטעקן זיך אנצולאנען.
אין הדבר תולי אלא בי!
די 12 step פראגרעם איז נישט אזוי פשוט ווי עס ווערט אראפ געלייגט. ביי א געלעגענהייט וועל איך פרובירן מיט מיין ארומער שפראך דאס צו דעבוטירן.
איך בין געוועהן ביי אזא פראדאקטיוו פרייע קורס, וואו הרב פראדאקטיוו פראבירט צו קאנווינצן דעם עולם ווי מורא'דיג ס'איז און ווי מ'ווערט אינגאנצן געטוישט בלא בלא בלא. די פאקט אז איך בין דארטן געוועהן מיט די מחשבה אפשר זיך איינצושרייבן איז גענוג אויף צו ווייזן אז איך בין געגאנגען מיט אן אפענע מח, און גרייט צו הערן. למעשה האט ער גערעדט ווי אזא דעמאגאג און מיט אזויפיל נארישע משלים אז, ווי כוכב זאגט דא פריער, מיין פייפער האט זיך צופיפן.
כ'האב געמיינט אז איך קען אוועקגיין און מער נישט הערן פון "פראדאקטיוו". אבער אז מ'מיינט נארט מען זיך. גייט דורך א טאג און דער הרב פראדאקטיוו אליין רופט מיר אויף מיין סעלפאן. ער מאכט זיך בא'טעם'ט ווי מיין נאנטסטער חבר, און ברענגט מיר גלייך ארויף אויפ'ן ליין איינער וואס איז (אנגעבליך) א "תלמיד" פון איינע פון זיינע פריערדיגע קורסן. יענער האט "פונקט" א מורא'דיגע מעשה צו דערציילן ווי אזוי די קורסן האבן אים ממש געראטעוועט ממות לחיים (נישט קיין וויץ...)
כ'האב אים געזאגט אז כ'דארף נאך טראכטן. און אין די קומענדיגע טעג האט מיין טעלעפאן נישט אויפגעהערט צו באמבאדירט ווערן מיט זיינע פאן קאלס. נאכדעם וואס איך האב נישט אויפגעהויבן א גאנצע וואך האב איך באקומען א טעלעפאן קאל פון אן אנדערע נומער, א פרוי האט גערעדט און מיך מבשר געווען די געוואלדיגע בשורה אז עס איז פארגעקומען א גורל צווישן אלע באטייליגטע, און איך האב געווינען א $100 קרעדיט! איך קען יעצט נעמען די קורסן פאר בלויז $2400!
קאמענטארן זענען איבעריג.
כ'האב געמיינט אז איך קען אוועקגיין און מער נישט הערן פון "פראדאקטיוו". אבער אז מ'מיינט נארט מען זיך. גייט דורך א טאג און דער הרב פראדאקטיוו אליין רופט מיר אויף מיין סעלפאן. ער מאכט זיך בא'טעם'ט ווי מיין נאנטסטער חבר, און ברענגט מיר גלייך ארויף אויפ'ן ליין איינער וואס איז (אנגעבליך) א "תלמיד" פון איינע פון זיינע פריערדיגע קורסן. יענער האט "פונקט" א מורא'דיגע מעשה צו דערציילן ווי אזוי די קורסן האבן אים ממש געראטעוועט ממות לחיים (נישט קיין וויץ...)
כ'האב אים געזאגט אז כ'דארף נאך טראכטן. און אין די קומענדיגע טעג האט מיין טעלעפאן נישט אויפגעהערט צו באמבאדירט ווערן מיט זיינע פאן קאלס. נאכדעם וואס איך האב נישט אויפגעהויבן א גאנצע וואך האב איך באקומען א טעלעפאן קאל פון אן אנדערע נומער, א פרוי האט גערעדט און מיך מבשר געווען די געוואלדיגע בשורה אז עס איז פארגעקומען א גורל צווישן אלע באטייליגטע, און איך האב געווינען א $100 קרעדיט! איך קען יעצט נעמען די קורסן פאר בלויז $2400!
קאמענטארן זענען איבעריג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'האב געמיינט אז איך קען אוועקגיין און מער נישט הערן פון "פראדאקטיוו". אבער אז מ'מיינט נארט מען זיך. גייט דורך א טאג און דער הרב פראדאקטיוו אליין רופט מיר אויף מיין סעלפאן. ער מאכט זיך בא'טעם'ט ווי מיין נאנטסטער חבר, און ברענגט מיר גלייך ארויף אויפ'ן ליין איינער וואס איז (אנגעבליך) א "תלמיד" פון איינע פון זיינע פריערדיגע קורסן. יענער האט "פונקט" א מורא'דיגע מעשה צו דערציילן ווי אזוי די קורסן האבן אים ממש געראטעוועט ממות לחיים (נישט קיין וויץ...)
כ'האב אים געזאגט אז כ'דארף נאך טראכטן. און אין די קומענדיגע טעג האט מיין טעלעפאן נישט אויפגעהערט צו באמבאדירט ווערן מיט זיינע פאן קאלס. נאכדעם וואס איך האב נישט אויפגעהויבן א גאנצע וואך האב איך באקומען א טעלעפאן קאל פון אן אנדערע נומער, א פרוי האט גערעדט און מיך מבשר געווען די געוואלדיגע בשורה אז עס איז פארגעקומען א גורל צווישן אלע באטייליגטע, און איך האב געווינען א $100 קרעדיט! איך קען יעצט נעמען די קורסן פאר בלויז $2400!
קאמענטארן זענען איבעריג.
די טעמע איז זייער לאנג צו שרייבן איצטערט 12 ביינאכט, אבער איך האב דערצי צו צילייגען אז פון הר"ב פראדאקטיוו זעלבסט בין איך נישט אזוי אנטציקט געווארן, מפני כמה סיבות שונות (חלילה עפעס פערזענליך) איך האב געשפירט רעדענדיג מיטן מגיד הקורס, איך וויל געלט, און געלט און נאכאמאל געלט.
אבער א חלק פון די מקשיבי הקורסן האבן מיר עטוואס אנציקט. אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין ניו קאמער אן דע בלאק ווייס איך אז דאס קען נישט זיין, איך קען נאר פשוט נישט דערטאפן ווי דער הינט ליגט באגראבן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:52 pm
- געפינט זיך: ברוקלין
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
קאסטנער האט געשריבן:ביטע פארענטפערט די שאלה וואס למעשה דרייען זיך ארום אידן וואס צייגן קלאר אן אז פראדאקטיוו האט געמאכט מיט זיי די דזאב?
נאכן טראכטן אזוי פיל וואס איך האב אלס צוזאם געהערט פון די פילע מקשיבים וואס האבן זיך באטייליגט און דארך געגאנגען די קורסן, בין איך געקומען צו עטליכע החלטות. וא"א לפרטם כי רבים הם, אבער איך וועל פרובירן צו ציטירן די וואס זעהן מיר אויס די מערסטע פעליג, והנה.
ווען אן אינדעווידואלער פערזאן לאזט זיך ארויס זיכן הילף פאר זיינע נפשיות'דיגע פראבלעימען, איז ער אין א געוויסער זין מער פארלוירען ווי איינער וואס זוכט פיזישע מעדצינישע הילף. ערקלערונג:
פיזישע מעדיצינישע פראבלעימען זענען מער ווייניגער אן אויסגעטראטענער מהלך, אפי' עס מאכט זיך דערנער אינטערוועגנס, ווייסט אבער דער באטראפענער פינקטליך וואס ער זוכט. און מיט ס"ד מיט ריכטיגע ריפערלס פונעם היימישען ציבור, וואס זענעם ב"ה פיל מיט גאר גיטע קאנעקשאנס קומט מען בעז"ה אן צום בעסטן פלאץ מעגליך.
משא"כ, ל"ע מען זאל נישט וויסען, ( און ווער עס ווייסט ליידער יא וועט בעסער קענען רילעיטן צו וואס איך ערווען דא) קודם כל, בעפאר מען ריעלייזט אז מען דארף זיך ארויס לאזען זוכען הילף ווערט מען קודם סטיגמעזירט, מיט א דיעגנאוסעס פון די ווייב, קרובים, און דאן חבירים, אז משה איז ל"ע א.......... ( ווענט זיך ווי זיין חולה הנפש קלאפט אויס) אבער קיינער וועט זיך נישט ווייגען צו צישארן צו משה מיט אן ערענסטן געזוכט און עים זאגען, משה די ברויכסט העלף, מען טאר דאך נישט וויי טוהן דעם חבר, זוהן, אדער איידעם. אין געווענליכע פעלער וועט דער באטראפענער אינגערמאן קודם אדורך גיין שבעה מדורי גיהינום ביי זיך אין שטוב נישט וויסענדיג אז עפעס פעהלט עים נאר ער איז פשוט א.......
עס הייבט זיך אן א טוץ מיט זיצונגען מיט א.ג מערידזש קאונסלערס, וואס האבן קיין פיסכילאגיע קיינמאל נישט געלערנט, עפעס ווערטער פון גוגל האט ער יא אביסעלע איינגעחזרט. ADHD, BP, MP, און נאך, וואס איך קען זיי ניטאמאל נאך בלעבלען, און פארגעסט נישט דער קאונסלער איז א מומחה, ער האט א דאקטאר (פיסכילאג) אין טאש וואס וועט פארשרייבן סיי וואס דער קאונסלער בעהט נאר. (דער קאונסלער ברענגט דאך די ביזנעס)
פעסט פארווערד, אפאר חדשים שוין באצאלט טויזענטערס אבער זיך בכלל נישט פאראויס געריקט, מען האלט נאך אלץ ביי אלף איז געוואלד וואס טוה איך יעצט.
עכשיו איז דא צוויי אפשענס אדער א גט ח"ו, אדער פרובירן א צווייטע קאונסלער. און חוזר חלילה. ( רבותי איך בין אביסעל עקסטרעם דא, אבער די נקודה איז לכאורה ריכטיג) די צייט לויפט פאראויס דער אינגערמאן וויל ח"ו נישט רעאנירן זיין לעבן, און די לעבן פון זיינע זיסע לעכטיגע קינדערלעך, ער פראבירט דאס בעסטע וואס ער קען צו ביהעיבן אז ח"ו זאל נישט פאסירן וואס אלע מערידזש טערעפיסטן האבן עים געווארנט.
בינו לבינו בעגעגענט ער זיך מיט א רעקלאמע אין ביהמ"ד, דער מלאך המושיע הענגט דא אויפן וואנט. דזשאסט עי פאון קאל אוועי. ממש די ריקלאמע טרעפט צו פינקטליך זיינע שוואכקייטן. וואו שרייט אן אינערליכער עקסטאז, ווי ביסטו געווען ביז איצט. און דער קאל איז עי דאן דיעל נאו קוועשטאנס עסקעד, וויפיל דארפסטו איז נאר וואס ער וויל יעצט וויסען.
יעצט שטעל זיך פאר די סינעריא, 60% באטייליגטע פונם קלאס באשטייט פון די אויבן דערמאנטע משל. עטוואס חיות, חשק, און התלהבות ווערט אריין געבלאזן ביי די דעמעגאגישע רעדעס. (ווי דערמאנט פריער אונעם אשכול)בדיבוק חבירים אזוי ווי להבדיל די AA פראגרעם, וואס שטעלט צו א געשמאקער חברותא ווי מען שפירט זיך נישט אזוי אפגעפליקט, צו ווייל ער טרעפט דארט זיינס גלייכען, אדער דער בעל הקורס מאכט עים שפירן זייער באקוועם אין זיין פאזיציע אין פארנט פון נאך 10-15 מענטשען, ער שפירט זעך צירוק אין א סביבה. אדרבה זיימער מסביר פארוואס די גוטער געפיל זאל עים נישט נאך לויפן א לאנגער צייט נאכן גיין צו די פראדאקטיוו קורסן. האט ער עפעס אויף געטוהן מיט די 2400$ וואס ער האט גיספענד? זיכער אז נישט.
איך ווייס, אז נאך נישט אלע נקודות האב איך דא צולייגט, ( יותר מה שקרי כאן, כתוב כאן) אבער די שנירלעך געדאנקען לויפן נאך. דער זייגער הייבט אן פייניגען. טאמאררא איז ענאדער דעי.
לאקינג פארווערד טא סי יא.
א גוטער נאכט