כ'האב באקומען אין אישי פון איינעם אזוי
כבוד (מלפנים) ידידי הר' שעפטל,
כ'פיל איך מיז דיר עס זאגן ווייל איך ווייס עס נישט ארויס אין פאבליק, כ'וויל דיר מיט דעם אישי זאגן אז ס'דא אסאך פון דיינע תגובות וואס איך האב זייער הנאה.
איי פארוואס 'לייק' איך עס נישט? זייער פשוט, ס'דא אסאך אנדערע וואס דו האסט געשריבן וואס עס באדערט מיר זייער שטארק, און דיין חתימה איז דאך "מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס..." דעריבער אזוי ווי איך וייל נישט זיין קיין מסייע, לייק איך דיר נישט אפילו אויף די וואס איך האב יא ליב, האפענטליך וועסטו אויפהערן שרייבן די ווערק וואס עס שטערט מיך.
(כ'האב געשריבן 'מלפנים' צוליב פאר אן עפאכע זעמער יא געווען ידידים...)
יעצט איז מיין שאלה אזוי,
1. זאל זיך יענער אונטערווישן מיט זיינע לייקס עד שנבקע כריסו, ווער דארף דען א לייק פון איינעם וואס נעמט זיינע בר פלוגתא'ס אזוי פערסענאל? איז דען זיין לייק דען אזוי חשוב אז כ'זאל מיך אפילו וויסענדיג מאכן דערפון?
2. צו, נאכאלעמען איז ער דא א שרייבער ווי אלע שרייבערס, נא אפשר זאל איך מיך טאקע אביסעלע מער רעכענען אין זיינע הרגישים? אפשר זאל איך טאקע טוישן אין געוויסע ענינים?
3. אדער בלייבט איבער ס'בעסטע אפציע, טוישן מיין חתימה... אזוי פאלט אלעס אוועק, וועט ער עס ליב האבן וועט ער מיר לייקן, אז נישט זאל ער קרימען מיטן נאז אדער שארפליך צוריקענטפערן.
יעצט אפשר פארוואס זאל איך טוישן מיין חתימה? ברענג איך דען נישט ארויס אין אפציע אלף אז ווער דארף עס דען?
ס'איז ממש א היתר כרוך דא....
כ'וועל נישט בעטן פון די אחראים ממש צו מאכן אן אנקעטע.. אבער דעם דעת הקהל ווילן מיר הערן.